תג מ8מ1.ן חאפ1ומתמ1נצץצ /281,ד1611ם 6תעמז2ע1עפ אע צע1פ 5 .סאו עה אוהפעג) עב פוע1צ 121 הייטע ט 7 0ס1זת1161 2 א 1אתה:) 8608 מפופפנצ, ,8110 55 דזדעפטע559/6,, זא , 51 11 1ג, אט דאעס +0ססם3 תמפנפמפנצ 41 א0ס1דע, א פ דדעפטש6-4 ,559 }א , דפ צט 1 //דג, 60 1911088124פסנצ | 250-4900 413 )תע0ס. מע דיאע-6סאצ0ס80מ4פ1סס1נצ. ציצלעץ עתמצז1 תסע סשאזפתאש? תסןא;זא צתעא תמ1ז} תפ1ומפנצ }ג,/, 1611 טסתעטזעןעפ אט צע1פ :;צם פתעפונצסעע פ,, חע 4 1 01960ט) .ם 1006 1 1 ז1זטס0ץם) 1006 6 4716/ /ד11נזזם1 11811ט11זב) זזוסנחזש6פ 1116 101111601101 1 ז111750//10 .ם חזחטזסם הוח 100016 816056 2108 06 +ז6ט140 1ס1001110011 1600 141911160118 0501 .12 /161 1010111115/6 800 614 5060 101111601101 679ט0111/'ש 160116116 8114 /רזזהבן 2 עס פמתאטזםע סא פמתעמזאתזא מאוא ז61116) 000 1061511 3 81 1011071 {ססתץפ 1201110021 8 68000/4.18קן 0106 עס ,6טחט 6װ00/66 סת 1 זסז1 002068 תסתק010ס עטס ע10 תסחהז1קפת1 סת 1 .ש14ע016811 100150ע 04 .151261 ,0װ16:5216 04 1ת11202 6010161 }' 2084 0ס1סת 406 שט 4612 8 118 קוזסקןסעקן 4611606081ת1 סת8 +ק1צץקסס 106 16906069 /6016-) 8008 ת310015 142610221 סת 1 תזגמנסס ססטק סח} ת1 /61406 18 4106 415 ,16006טשסתא עטס 04 0684 106 10 .פאססט ;טס ת1 -146041460 06 גס 106סת 124עץיקסס +תסעזטס סת תסנתטצ 101 אעסטץ תגםקזס תג 15 14 עס -- 0068 סתטז ששסחא טסץ 14 עס - צעסטצ 4018 10 +18צץקסס 6ע2061 תג 0(סת טסץ 1 18061.0ט0ץו8ע0191421110 21 11גתזס צשט עס ,153א 413-256-4900 24 סתסתק עס 5ט /02420ס 16256קן לויט פּראָפּעסאָר ‏ ג |" 9 7 און אנדערע קואלן מיט אַן הקדמה פון הלל צייטלין, זעקסטער באַנף פון גירושײשפּאַניעץ ביז דער משיח"באַװעגונג יי טייר פאַרלאַנ ש. סגל -- בוענאָס איירעס 8 1206008 = ,5164 ,8 1401101121 1108סיזה. 18 מס ס8סיצץמז} 46 מ1 0646מ11? 697 184 108/08 6ט) 46008100 61 116640 6007 ת תחת /06? 0עט 0ועמטץ מע גו10אום סזנסתי 8810 : 18 +סםץ 200116840 {5165441 .5 ,זא זמסייזת 4 001:16108) 8, 131161108 902מס9ז. .קסת 1849 א ינהאַל ט: אויף דער שווטל פון דער נייער צייט קאַפּיטל איינס: די מאַראַנען און זייער עפּאָכע חתה הדשה חחה שש == // קאַפּיטל צוויי: דער נייער צענטער אין טערקיי -- יז -יי === = 444 קאַפּיטל דריי: די ליטעראַטוך == = חחד חחט חחחך חחך דח היה --- --- 90 קאַפּיטל פיר: יידן אין דער עפּאַכע פון דער רעפאָרמאַציע -- -- 105 קאַפּיטל פינף: די יידן אין פּוילן חקה טיט הש מחחח היחה יה יה הזה --- //14 קאַפּיטל זעקס: פון קנעכטשאַפט צו פרייהייט די הי דוד --- -- 180 קאפּיטל זיבן: דער קאָזאַקן-אױיפשטאַנד און פּוילנס אונטערנאַנג -- 917 . אויף דער שוזעל פון דער ניי } ר גיים קאַפּיטל איינס די מאַראַנען און זייער עפּאַכע (1991---1498) אין שפּאַניע פון מיטלאַלטער איז די באַפעלקערונג באַשטאַנען פון פּאַרשידענע עלעמענטן. דאָ זיינען זיך צונויפגעקומען דריי באַזונדערע רשי ליגיעס, דריי ראַסן, דריי קולטורן: קריסטן, מוסולמענער, יידן. אין פאַר לויף פון עטלעכע דורות האָבן די דאָזיקע דריי פאַרשידענע פעלקער און ' ראַסן װי עס איז צוזאַמענגעלעבט, צוזאַמען געאַרבעט און קולטורעל גע" װוירקט איינע אויף די אַנדערע, אַזױ אַז פון אַלע מיטלאַלטערלעכע מלוכות איז שפּאַניע געווען דער איינציקער ליכטיקער פּונקט פון קולטור און טאָ- לעראנץ. אָבער אָט איז געקומען דער פינצטערער קלעריקאַליזם, אין דעם שפּאַנישן המון דערװועקט זיך די אַמאָליקע חיה, די ליידנשאַפטן פון פאָלק צעשפּילן זיך און עס הייבט זיך אָן יענע בלוטיקע טראַגעדיע, װאָס האָט זיך אַזױ שלעכט געענדיקט סיי פאַר יידן, סיי פאַר גאַנץ שפּאַניע. אָנשטאָט קולטורעלער געמיינזאַמער אַרבעט הייבט זיך אָן אַ באַװעגונג, װאָס איף לאָזונג איז געווען: איין איינציקע אמונה, איין פאָלק און איין הערשנדיקע קולטור אין גייסט פון דער קירכע! אין אָנהױב שטרעבט דער קלעריקא- ליום נאָר צו באַשיצן די קריסטלעכע עלעמענטן פון דער שעדלעכער וויר- קונג פון די איבעריקע נאַציעס, שפּעטער וװוערט ער אויך אגרעסיוו, הייבט אָן אָנצופאַלן אויף דעם צד שכנגד און שטרעבט צו באַהערשן אים און נאָך שפּעטער הייבט זיך אָן אין נאָמען פון קריסטנטום יענע בלוט-דורשטיקע שטרעבונג צו הערשאַפט און מאַכט, װאָס האָט געבראַכט צו דער שרעק" לעכער טראַגעדיע פון די מאַראַנען, צו די פייערן פון דער אינקוויזיציע און דעם גירוש פון יידן אויף דער גאַנצער פירענעאישער האַלב-אינדזל. דער שפּאַנישער קלעריקאַליזם האָט זיך גענומען צום אַלטן מיטל, װאָס ס'האָבן שוין געהאַט אױסגעפּרואווט די קרייץ-טרעגער, כבדי מיט געװאַלד צו פאָראײיניקן דאָס אָלטע פאָרעקשנטע יידישע פאָלק מִיט דער : טי אב : 7 גרעץ - די יירישע געשיכטע שש הזײליקער קירכע: טויט אָדער שמד! --- דאָס איז געווען די לאָזונג פון די פאַנאַטישע קלעריקאַלן, װאָס האָבן מיטן כח פון שווערד געװאָלט באַהערשן די יידן און מוסולמענער. מיט די לעצטע האָבן זי געמוזט זיין אַ ביסל פאָרזיכטיק, ווייל זיי האָבן מורא געהאַט, אַז אויב מען װעט צו פיל אונ" טערדריקן די מוסולמענער, װעלן די לעצטע מאַכן אַ שחיטה אויף די קריסטן, װאָס וואוינען אין די מוסולמענישע לענדער. אָבער מיט יידן האָט מען זישט געהאָט װאָס צו צערעמאָניען זיך, און דער אַלטער ,,להרוג ולאבךד" װאָט דאָ געקענט פייערן זיין נצחון. דער באַשעפער פון דער נייער באַוועגונג קעגן יידן איז געווען דער פאַנאַטישער גייסטלעכער פערדינאַנד מאַרטינעז, אַ לײידנשאַפטלעכער פאַ- ;אַטישער קאַטאָליק, װאָס האָט געטרוימט וועגן דעם, אַז שפּאַניע זאָל ווערן אַ פאַראייניקטע גאַנצע קאַטױלישע מלוכה, אָפּגערײניקט פון יידן, מוסול- מענער און אפּיקורסים, האָט ער פון דער קירכן-טריבונע אָנגעהויבן אוים- העצן דאָס פאָלק קעגן דער ,/פאַלשער לערע" פון יידן, סיי קעגן יידן אַלייל, װאָס האָבן פאַרכאַפּט אַ גרויסן פּלאַץ אין מלוכה-לעבן און זיינען געװאָרן אַ געפערלעכע קראַפט. ער האָט גוט געקאָנט די פּסיכאָלאָגיע פון המון, געוואוסט זיין שטימונג און ווען ער האָט געפּרעדיקט צו האַסן די יידן, טרייבן און באַלײידיקן זיי, ברענען זייערע שוהלן און בכלל מאַכן פאַר זי זדאָס לעבן אומדערטרעגלעך, האָט ער גוט געוואוסט, אַז זיינע ווערטער וװועלן געפינען אויערן צוישן פאַנאַטישן המון. זיי געפערלעכע אַגיטאַציע האָט מאַרטינעז אָנגעהויבן נאָך פאַרן קאַסטילישן קעניג ענריקע דעם צווייטן, ‏ די פאָרשטייער פון דער יידישער געמיינדע אין סעװיליאַ, איינער פון די גרעסטע צענטערן פאַר די שפּאַנישע יידן, האָבן זיך באַקלאָגט פאַרן קעניג אויף דער אַגיטאַציע און דער קעניג האָט מאַרטינעזן פאַרבאָטן צו האַלטן זיינע פייערדיקע העץירעדעס (1278), מיט עטלעכע יאָר שפּעטער איז די זעלבע יידן ווידער אויסגעקומען זיך צו באַקלאָגן אויף דער געפערלעכער אַגיטאַציע פון דעם פאַנאַטישן גייסטלעכן, קעגן וועלכן עס איז פאַרפּירט געװאָרן אַ פּראָצעס. דעם געריכט האָט מאַרטינעז, װאָס האָט זיך געשטיצט אויף אַ געהיימער קלעריקאַלישער ליגע, אָפּגעענטפערט, אַז ער װעט אויך ווייטער טון וי ער האָט ביז איצט געטון, ווייל זיינע מעשים זיינען נאָר לטובת דער קירכע. דער קעניג כואַן האָט געפירט אַ צוייזייטיקע שפּיל: פון איין זייט האָט ער געלויבט די טעטיקייט פון מאַרטינעזן, און פון די מאראנען און זייער עפּאַכע ' יי 9 דער צווייטער זייט פאַרבאָטן אים אָנצופאַלן אויף יידן, דער אַרציבישאָף אִין סעוויליא, באַראָסאָ, האָט שוין געהאנדלט ערלעכער: ער האָט אָפן גע" פאַדערט פון מאַרטינעזן, אַז ער זאָל זיך אָפּואָגן פון זיין מיאוסער אַגיטאַ- ציע און ווען יענער האָט דאָס נישט געװאָלט טון, האָט באַראָסאָ אים אִפַּ- געזאָגט פון זיין שטעלע. באַלד אָבער איז פאַר מאַרטינעזן און זיין געהיימער ליגע אָנגעקו- מען אַ גוטע צייט, דער קעניג און דער אַרציבישאָף פון סעוויליא זיינען כמעט גלייכצייטיק געשטאָרבן און די אפּיטרופסות איבער דעם יונגן קרויפּרינץ ענריקע דעם דריטן האָט איבערגענומען די קעניגן לעאָנאַרדאַ, אַ פרומע קאַטאָליקן, ביי וועלכער מאַרטינעז איז פריער געווען דער הויז- גלח. דער אָפּגעזאָנטער װיקאַריוס האָט תיכף צוריק באַקומען אלע זיינע רעכטן, אָנגעהויבן אַרבעטן פראנק און פריי און צושיקט אַ צירקולאַר צו די גלחים פון דער סעוויליער יעפּאַרכּיע, אַז זיי זאָלן חרוב מאָכן די יידישע שולן ביזן גרונט, אין מאַרץ 1391 האָט ער פאַר אַ גרויסן עולם אין מיטן גאָס געהאלטן אַ פייערדיקע רעדע און פשוט גערופן צו אַ פּאָגראָם אויף יידן. ער האָט געהאַפט אַז יידן װועלן מוזן זיך שמדן, כדי צו ראַטעװען דאָס לעבן. דער אויפגערעגטער המון האָט זיך אַ לאָז געטון אויף די יידן און עס האָט זיך שוין אָנגעהױיבן אַ שרעקלעכע הריגה. דאָס מאָל האָבן זיך אָבער פאַר יידן אָנגענומען די באַאמטע פון שטאָט און דער פּאַגראָם איז איינגעשטילט געװאָרן. אייניקע פון די הויפּט שולדיקע זייגען אַפילן בא" שטראָפט געװאָרן; אָבעֶר מאַרטיגעז אַליין האָט ווייטער געפירט זיין אַגײ טאַציע און סוף כל סוף זיך דערשלאָגן צו זיין ציל, אין דריי חדשים שפּע- טער האָט דער פּאָגראָם אין סעוויליא זיך איבערגעחזרט מיט אַזאַ קראַפט, אַז אָפּשטעלן אים איז שוין געווען אוממעגלעך. די קריסטן זיינען אין איין פרימאָרגן זיך צונויפגעלאָפן פון אַלע עקן שטאָט צום יידישן קװאַרטאַל, אים אונטערגעצונדן און אָנגעהויבן ראַכעװען און הרגענען. אן ערך פון פיר טויזנט יידן זיינען אין יענעם טאָג דערהרגעט געװאָרן, פיל זיינען אַרײנגעפאַלן אין געפענגעניש און דערנאָך פאַרקױפט געװאָרן צו די אַרא- ‏ בער, די איבעריקע האַָבן איינגעװויליקט צו שמדן זיך, כדי צו ראַטעװען דאָס לעבן. צווישן די לעצטע איז געווען דאָן שמואל אבראבנאל, אַ גשווש- זענער הויכגעשטעלטער אין הויף ביי ענריקע דעם צוייטן; ביים שמון זיך האָט ער אָנגענומען דעם נאָמען ענריקע דע סעוויליא. 10 ר הש גרעץ - די יידישע געשיכטע דער רעליגיעזער פאַנאַטיזם האָט אויפגעפלאַקערט אין זיין גאַנצער קראַפט, די ווילדע אינסטינקטן פון המון האָבן דערװאַכט און די שחיטה אין סעוויליאַ איז געווען װוי אַ סיגנאַל צו אָנפאַלן אויף יידן פון אַלע זייטן, קוים זיינען די אָנפּאַלן שוין געווען אין גאַנג, האָט מען זיך שוין גערעכנט נישט בלויז מיט דער אידעע, אָפּצושמדן יידן מיט געװאַלט --- מען האָט שוין געהרגעט און געראַבעװעט פּשוט אויס האַס און כדי צו פאַרכּאַפּן דאָס יידישע פאַרמעגן. עס האָבן זיך אָנגעהויבן שרעקלעכע אָנפאַלן אויף די אומבאַװאָפּנטע הילפלאָזע יידן, אין קאָרדאָבאַ האָט מען אַ טייל יידן אויסגעהרגעט און אַ טייל האָבן לפנים זיך אָפּגעשמדט, נדי צו ראַטעװען זיך פון טויט. אין טאָלעדאַָ האָט מען די יידן געהרגעט אויף די גאָסן און אין די שילן. צווישן די מאַרטירער, װאָס זיינען געפאַלן אויף קדוש השם, איז אויך געווען דער געלערנטער יהודה בן אשר, אַן אוראייניקל פון דעם באַרימטן רא"ש. אַזעלכע שרעקלעכע סצענעס זיינען אויך פאָרגעקומען אין די איבעריקע שטעט פון קאַסטיליע. העכער זיבעציק קהלות זיינען מיט איין מאָל חרוב געװאָרן, פיל טויזנטער יידן זיינען אויסגעהרגעט געװאָרן און נאָך גרעסער איז געווען די צאָל פון יענע יידן, װאָס האָבן נישט גע האַט גענוג מוט בייצושטיין דעם נסיון און מיט ווייטיק אין האַרצן געמוזט אָננעמען די קאַטױלישע רעליגיע. אין גיכן האָט די עפּידעמיע פון די פּאָגראָמען אַרומגעכאַפּט אױף אַראַגאָניע, וואוהין עס זיינען צוליב דעם אַרױסגעשיקט געװאָרן ספּעציעלע אַגיטאַטאָרן פון סעוויליע. אין װאַלענסיאַ האָבן יידן געפּרואװט אַרױט- ווייזן אַ באַװאָפּנטן װידערשטאַנד, פאַרבאַריקאַדירט זיך אין זייער קװאַר- טאָל און דערהרגעט פריער עטלעכע אָנפאַלער, אָבער דאָס האָט נאָך מער אויפגערייצט דעם המון און די פינף טויזנטדיקע יידישע קחלה איז אינגאַנצן חרוב געװאָרן, אין באַרצעלאָנאַ, דער יידישער הויפּט-צענטער פון אַראַי גאָניע, האָבן יידן זיך פאַרמאַכט אין דער פעסטונג און זיינען צוערשט גע- שיצט געװאָרן דורך דער דאָרטיקער אַדמיניסטראטיווער מאַכט. דער אויפגערייצטער קאַטױלישער המון האָט אָבער באַלאַנערט די פעסטונג, זי איינגענומען און אונטערגעצונדן. ווען זיי האָבן געזען, אַז קיין רעטונג איז נישטאָ, האָבן אַ טייל יידן זיך דערשטאָכן מיט מעסערס אָדער זיך אַראָפּגעװאָרפן פון די פעסטונג-טורעמס און דערהרגעט געװאָרן; אַנדערע האָבן אין פאָרצווייפלונג זיך געװאָרפן אויף די שונאים און זיינען אומגע- די מאראנען און זייער עפּאָכע 11 קומען אין קאַמף; די איבעריקע האָבן פאַרראַטן זייער אמונה און נאָר גאָר אַ קליינע צאָל האָט זיך געראַטעװעט דורן אנטלויפן. די בלוט-דורשטיקע פּאָגראָם-מאַכערס האָבן זיך נישט אָפּגעשטעלט, זיי זיינען געגאַנגען וויי- טער ביז צום אינדזל מאַיאָרקא: דאָ האָנן זיי אַכזריותדיק געהרגעט יידן, געראַבעװעט זייער גוטס, חרוב געמאכט זייערע הייזער און אֲפִילו זיך נוקם געווען אָן יענע גוטע קריסטן, װאָס האָבן ביי זיך באַהאַלטן די גע- רודפטע און געפּלאָגטע, אין משך פון דריי מאָנאַטן, פון יוני ביז אױיגוסט 1291, האָבן די שפּאַנישע יידן איבערגעלעבט אַזעלכע שרעקלעכע צרות, וי זייערע עלטערן האָבן געהאט אויסצושטיין מיט דריי הונדערט יאָר צוריק אין דיײיטשלאַנד בעת דעם קרייץ-צוג. נאָר מ'מוז זאָגן, אַז די שפּאַנישע יידן זיינען שוין נישט געווען אַזױ פעאיק אויף קדושיהשם, װי זייערע עלטערן,. אין דייטש" לאַנד האָבן כמעט אַלע יידן מקריב געווען זייער לעבן און נאָר אַ קליינע צאָל האָט לפנים אָנגענומען דעם קריסטלעכן גלויבן. אין שפּאַניע אין שוין די צאָל פון די, װאָס האָבן זיך געלאָזן שמדן געווען פיל גרעסער און דערגרייכט עטלעכע צענדליק טויזנט. די שפּאַנישע יידן זיינען ס'רוב גע" ווען קולטורשל און רייך, ביי זיי איז דער אינסטינקט פון לעבן שוין געווען שטאַרקער, װוי ביי זייערע אָרעמע דערשלאָגענע ברידער אין דיײיטשלאַנד, פאַר וועלכע דאָס לעבן איז געווען נישט מער, וי אַן אָפּקומעניש, און ווען דער חלף איז געלעגן אויפן האלדז, ווען זיי האָט געדראָט דער באַלדיקער טויט, האָבן זיי איינגעשטימט אָנצונעמען לפנים דעם קריסטלעכן גלויבן, כדי ביי אַ גוטער געלעגנהייט באַלד זיך אומצוקערן צו דער אמונה פון זיײיערע אבות. אַ טייל פון זיי האָבן טאַקע אַזױ געטון און װוי נאָר עס איז אַריבער די געפאַר, האָבן זיי פאַרלאָזן שפּאַניע און זיינען אַװעק אין אנ" דערע לענדער. אָבער פיל האָבן נישט געהאָט קיין מוט אָפּצװאָגן זיך פון זייער לעבן און פאַרמעגן אין דעם לאַנד, וואו זיי זיינען געװאָרן דערצויגן און אויפגעװאַקטן, און זיי האָבן אָפיציעל ווייטער געהייסן קריסטן, און געהיים געבליבן געטרייש יידן. אַזויערנאָך איז אַנטשטאַנען דאָס מאַראַ" נענטום, יענע אויסערגעוויינלעכע לאַגע פון מענטשן, װאָס האָבן געמוזט לפּנִים דערפילן אַלע קריסטלעכע מנהגים און געזעצן און אין דער שטיל, מיט מסירת נפש, דערמילן די דינים פון דער יידישער רעליגיע און אפ היטן זייער גונד מיט די איבעריקע ברידער. עס אין אָנטשטאַנען אַ באַ- 19 טיט לש גרעץ - די יידישע געשיכטע זונדער קלאַס פון אַנוסים און דאָס האָט געבראַכט צו שרעקלעכע קאָנטע- קווענצן סיי פאַר די אַנוסים אַלײן, סיי פאַר די יידן, װאָס זיינען נאָך אָפיציעל געבליבן ביי זייער אמונה, ָצוּ דער חרפּה פון יידנטום האָבן אין יענער שװערער צייט זיך געפונען יידן, װאָס האָבן פריער זיך געטויפט צוליב געװאַלט, נאָר דער" נאָך זיינען זיי געװאָרן שוין באמת געטרייע קריסטן און אַפילו שונאים פון זייערע אייגענע ברידער, וועגן וועלכע זיי האָבן פאַרשפּרײט רכילות און בלבולים. אָט די נייע קריסטן האָבן דורך זייער בגידה פיל צרות אָנגע- טון די געפּלאָגטע יידן. דער געפערלעכסטער צווישן די יידישע פאַררעטער און מוסרים איז געווען דער געוועזענער תלמודיסט שלמה הלוי פון בור" גאָס, װאָס האָט ביים שמדן זיך אָנגענומען דעם נאָמען פון פּאַבלאָ דע סאַנטאַ מאָריאַ (געבוירן אין 1251752, געשטאָרבן אין 1435), ער האָט גוט געקאַנט דעם תנ"ך און דעם תלמוד און זיך גערעכנט פאַר איינעם פון די זיילן פון יידנטום, ער איז אָבער דערצו געווען זייער פּראַקטיש און האָט געהאַלטן, אַז װויכטיקער פון אַלץ אין דער וװועלט איז מאַכן זיך אַ קאַריערע און לעבן אַ גוטן טאָג,. אזוי וי ער איז געווען אַ מענטש מיט אַן אומגע- וויינלעכער אייגנליבע און אַ הייסן טעמפּעראַמענט, איז אים דער בית- המדרש באַלד געװאָרן צו ענג און ער האָט זיך געריסן צו דער גרויסער וועלט. ער האָט זיך דערװאָרבן אַ גרויסאַרטיקן געשפּאַן מיט פיל באַדינטע אָנגעהױבן טרוימען וועגן ,,גרויסקייט", ד"ה וועגן אַרײנדרינגען אין הויף און דאָרט באַקומען אַ שטעל. די שרעקלעכע געשעענישן פון 1391 האָבן אים איבערצייגט, אַז װי אַ ייד װעט ער דאָס נישט דערגרייכן, און ער באַשטימט צו 40 יאָר, זיין אמונה צו טוישן, װאָס ס'האָבן אים באַלד נאָכ" געטון זיין ברודער און זיינע פיר זין. כדי צו דערגרייכן אַ הויכע שטעלע אין הויף איז אין יענער צײט געווען נאָר איין וועג: אַרײנטרעטן אין שטאַנד פון די גייסטלעכע, און שלמה הלוי האָט דאָס געטון, ער איז אַװעק קיין פּאַריז, אַרײנגעטראָטן אין אוניווערזיטעט און זיך גענומען צו דער קריסטלעכער טעאָלאָגיע. אַ דאַנק זיינע קענטענישן אין העברעאיש האָט ער געשווינד דערגרייכט זיין צִיל און באַלד באַקומען דעם טיטל גלח. פון דעמאָלט אָן האָט ער אָנגעהויבן שטייגן אַלץ העכער, און לויט דער רעקאָמעגדאַציע פון קאַרדינאַל דע"לונאַ, װאָס איז אין יאָר 1294 אויסגעקליבן געװאָרן וי אַ פּױפּסט אונטערן נאָמען די מאראנען און זייער עפּאָכע 18 בעגעדיקט דער דרייצנטער, האָט פּאַבלאָ פון בורגאָס באַקומען אַן אַרײג- טריט אין קעניגלעכן הויף און שטאַרק נושא חן געווען ביי ענריקע דעם דריטן, פּאַבלאָ האָט אָנגעהױבן מיט היץ צו אַגיטירן קעגן דער ,,פֿאַלשצף" יידישער רעליגיע און געפרואווט שריפטלעך און מונדלעך איבערריידן פיל פון די אָנגעזעענע יידן, זיי זאָלן איבערגיין צום קריסטנטום, ער האָט זיך געװוענדעט צום ליב -דאָקטאָר פון קייזערלעכן הויף מאיר אַלגואַדעז און נאָך פיל אַנדערע יידישע געלערגטע מיט אַ בריוו און זיך באָמיט זיי צו איבערצייגן, אַז זיי זאָלן פאַרלאָזן די אמונה פון זייערע עלטערן. די יידישף געלערנטע האָבן אים נישט געשוויגן און אים אָפּגעענטפערט אין אַ שאַף" פער פּאָלעמיק, איינע פון זי שענסטע תשובות דעם רעגעגאָט פּאבלאָ האָט געגעבן דער יידישער דאַקטאָר יחושע לאָרקי, נאָר שפּעטער האָט ער אַלײין זיך מתקנא געווען אָן דעם פאַררעטער, װאָס האָט געמאַכט אַזאַ גוטט א" ריערש און אויך אָנגענומען דעם קריסטלעכן גלויבן. אויך דער פילאָזאָמל- שער דענקער חסדאל קרשקש איז אַרױסגעטראָטן וי אַ דרייסטער קעמטער פאַר דער אמונה פון זיינע עלטערן; ער האָט מחבר געווען אַ פילאָזאָפישע אָפּהאַנדלונג וועגן קריסטנטום און קריטיקירט די קריסטלעכע דאָגמעס מיט אַ שטאַרקער לײדנשאַפּט, זיך גאָרנישט גערעכנט מיט דעם ארמ" ברויז, װאָס זיין װוערק קאָן אַרױסרופן צווישן דער קריסטלעכער באַפעלי קערונג, אַ שאַרפזיניקע סאַטירע אויף דער טעמע האָט אָנגעשריבן איינער פון די אנוסים, װאָס האָס זיך צודיק אומגעקערט צום יידנטום, פּראַפֿיאַט דוראַן, א באַוואוסטער דענקער, דאָקטאָר, אַסטראָנאָם און שפּראַך-קענער, װאָס האָט זיך גערופן מיט זיין יידישן נאָמען יצחק בן משה הלוי און האָט אין די בלוטיקע טעג פון 1391 געמווט לפּנים אָננעמען די קריסטלטכע רעליגיע. מיט אים צוזאַמען האָט זיך אָפּגעשמדט זיין חבר דוד באָגגאָזן, און װוי נאָר עס איז אַריבער די ערשטע געפאַר, האָבן זיי ביידע באַשלאָמן אַװזעקצופאָרן קיין פּאַלעסטינע און דאָרט זיך אומקערן צום יידנטום, זל האָבן פריער איינגעאַרדגט זייערע געשעפטן און דערנאָך איז דוראַן אוועק אין אייגער פון די פּאַרטישטעט אין פראנקרייך, וואו ער האָט אָפּגעװואַרט זיין חבר, נאָר וי גרויס איז געווען זיין דערשטוינונג, ווען ער האָט פון זיין חבר באַקומען א בריוו, אין וועלכן ער איז אים מודיע, אַז אונטערן אליג" פלוס פון משומד פּאַבלאָ פון בורגאָס האָט ער באַשלאָטן, צו בלייבן ביים 14 גרעץ - די יידישע נגעשיכטע קריסטנטום און ער געט דוראַנען, אַז ער זאָל אויך דאָס זעלבע טון. דוראַן האָט דאַן אָפּגעענטפערט זיין חבר מיט אַ װערק, װאָס האָט צו זיך כמעט קיין גלייכן נישט אין דער יידישער ליטעראַטור, לוט זיין איראָניע און גיפטיקער סאַטירע. דאָס װוערק איז געשריבן אין אַזאַ טאָן, גלייך װוי דער מחבר עצהט זיינע לעזער, אַז זי זאָלן ביים קריסטנטום בלייבן און איז אין אַלץ מסכים מיט די פּרעדיקער פון שמד. ,אל תהי כאבותיך? (זיי נישט וי דיינע עלטערן) הייסט דאָס ווערק און מיט די ווערטער װענדעט זיך דער מחבר יעדעס מאָל צו זיינע לייענער און סטאַרעט זיך כלומרשט זיי צו איבערצייגן, אַז זייערע עלטערן זיינען געווען באַנאַרישט, געגאַנגען אין אַ פאַלשן װועג און די קינדער דאַרפן שוין זיין קליגער און פאַרשטײין די גרויסקייט פון קריסטנטום, אין דעם טאָן איז אויסגעהאַלטן דאָס גאַנצע ווערק און אונטער די ווערטער ,אל תהי כאבותיך" איז באַהאַלטן אַזאַ איידעלע פאַרמאַסקייטע סאַטירע, אַז די קריסטן האָבן צוערשט נישט וי געהעריק פאַרשטאַנען די שאַרפע איראָניע און געמיינט, אַז דוראַן פאַר" טיידיקט באמת דאָס קריסטנטום. ערשט שפּעטער, ווען זיי האָבן זיך גע" כאַפּט, אין װאָס דאָ גייט, האָבן זי דאָס װערק פאַרברענט, ,נישט זי --- ווערט דאָרט שאַרפזיניק געזאָגט, --- װי דיינע עלטערן, װאָס האָבן פּשוט געגלויבט אין אחדות האלחים און גאָרנישט פאַרשטאַנען, אַז גאָט איז פילפאַכיק;: װאָס האָבן פֿאַלש איסגעטייטשט די וװערטער ,שמע ישראל, ה' אחד", פאַרשטאַנען דאָס אין געוויינלעכן זין... נאָר גלויב בע- סער, אַז גאָט איז אי איין און איינציק, אי דריי-אייניק, גלויב, אַז דריי איז געגליכן צו איינס און איינס צו דריי --- אַ הײיליקער אמת, װאָס מען קאָן אים נישט באַגרייפן מיטן אויער און אַרױסרײדן מיטן מויל. זי נישט וי דיינע עלטערן, װאָס האָבן געגלויבט, אַז די טבע פון גאָט קאָן זיך נישט ענדערן אין קיין שום פאָרם, און אַז גאָט איז אָן אַ געשטאַלט און אָן אַ מאָס, נאָר גלויב בעסער, אַז",,. און אַזױ ווייטער אין דעם זעלביקן טאָן, אונטער וועלכן עס איז באַהאַלטן אַ שאַרפע, בייזע קריטיק פון דער קריסט" לעכער אמונה. -- דוראַן האָט אויך אָנגעשריבן אַ פּאָפּולערן פּירוש צום ,,מורה נבוכים" און צום אבן-עזרא, אַ גראַמאַטיק, וי אויך אַ היסטאָרישע כראָניק וועגן די מיטלאַלטערלעכע רדיפות אויף יידן (זכרון השמד), וועל" כע איז, צום באַדױערן, נישט פאַרבליבן, נאָך די בלוטיקע געשעענישן פון 1291 איז פאַר יידן געקומען אויף די מאראנען און זייער עפּאַכע : 18 אַ קליינער צייט אַ פאַרהעלטניסמעסיקע באַרואיקונג, דער קעניג ענריקע דער דריטער, וועלכער איז מינדיק געװאָרן, האָט באַשטראָפט דעם הויפּט" שולדיקן פון די פּאָגראָמען מאַרטינעז מיט תפיסה אין מאָנאַסטיר, נאָר אין גיכן האָט ער אים געמוזט באַפרײען, ווייל די מאַסע האָט אים פאַר- געטערט און געהאַלטן פאַר אַ קדוש. ענריקע דער דריטער האָט אַרױסגע" געבן אַ באַפּעל, שטרענג צו באַשטראָפן יעדן, װאָס װעט אָנפאַלן אויפן לעבן און פאַרמעגן פון יידן, און כל זמן ענריקע האָט געלעבט האָט די אַגיסאַציע פון די יידישע שונאים געמוזט געפירט ווערן אין באַגרענעצטע ראַמען, נאָר מיטן טויט פון דעם קעניג (1407), ווען אָנשטאָט זיין יונגן טראָן"פֿאַרטרעטער, כואן דער צווייטער, האָט רעגירט מיט דער מלופה א רעגענט, האָס די רעליגיעזע אַגיטאַציע קעגן יידן אָנגענומען אַ שאַרפן כאַלאַקטער,. מיט דער דערציאונג פון יונגן קעניג האָט זיך פאַרנומען פּאַבלאָ פון בורגאָס, דעמאָלט שוין אַ בישאָף, און דער דאָזיקער רענעגאַט, װאָס האָט זיך אַרומגעטראָגן מיט דער אידעע אָפּצוטױפן אַלע שפּאַנישע יידן, האָס איצט געקאָנט פריי פירן זיין שענדלעכע טעטיקייט. פריער פון אַלץ האָט ער זיך באַמיט אָפּצורוימען פון פּלאַץ דעם קאַסטילישן הויפּט-ראַבל" נער ר' מאיר אַלגואדעז, װאָס האָט געהאַט אַ שטעל אין קעניגלעכן הויף און װאָס איז געווען שטאַרק פאַרהאַסט פון דעם משומד פּאַבלאָ, צוליב אַ בלבול אויף די יידן אין סעגאָװיע, אַז זיי האָבן געשענדעט די קירכן" האָסטיע, האָט מען אַרעסטירט דעם רב אלגואַדעז און אים געפּײניקט; דורך שרעקלעכע ענוים האָט מען ביי אים אַרױסבאַקומען אַ געצוואונגענע הודאה, אַז ער, אַלס לייב-דאָקטאָר, איז שולדיק אין פריצייטיקן טוט פון קעניג ענריקע אוֹן אויפן גרונד פון די ווערטער האָט מען אים פאַרמשפּט צו אַ שוידערלעכן טויט, אַזאַ סוף האָבן אויך געהאט די באַשולדיקטע יידן אין סעגאָװויע און אַ דאָרטיקע שיל איז פאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַ קירכע, ווען מען איז פּטור געװאָרן פון ר' מאיר אלגואדעז און אין הויף אין שוין נישט געבליבן מער קיינער, װאָס זאָל זיך אָננעמען פאַר יידן, האָט די יידגפיינטלעכע פּאַרטײי באַקומען פליגל, מען האָט, ערשטנס, איבערגע- צייגט דעם הויף, אַז יידן זיינען זייער שעדלעך אין דער הינזיכט, װאָס זֵיו ריידן אֶפּ פון קריסטגטום יענע יידן, װאָס האָבן שוין איינמאָל זיך אִמַּ- געשמדט, און דעריבער דאַרף מען קעגן די יידן אָננעמען די אַלטע מיטלען, אין 1412 איז פאַרעפנטלעכט געװאָרן אַ קעניגלעכער עדיקט, לויט וועלכן 16 : נרעץ - די יירישע געשיכטע יידן האָבן פאַרלױירן זייערע בירגערלעכע רעכטן, יידן איז דערלויבט גע" װאָרן צו וואוינען נאָר אין באַזונדערע יידישע קװאַרטאַלן, זיי איז פאַר" באָטן געװאָרן אַריבערצוציען זיך פון איין שטאָט אין דער צװוייטער, באַ- שעפטיקן זיך מיט פרייע פּראָפּעסיעס און מעדיצין, האַנדלען מיט קריסטן און האַלטן קריסטן װי באַדינטע ביי זיך, די יידישע געמיינדע האָט פאַר" לוירן דאָס רעכט צו האָבן אַן אייגן געריכט. יעדער ייד האָט געמוזט טראָגן אַ ספּעציעלן בגד, אַ לאַנגן, פון דיקן טוך, און אויך אַ ספּעציעלן יידישן צייכן? אויף דעם הוט. אויך איז יידן פאַרבאָטן געװאָרן צו טראָגן דעם שפּאַנישן טיטל דאָן, האַלטן געווער און אַפילו ראַזירן די באָרד, אַ ייד, װאָס האָט געװאָלט עמיגרירן פון קאַסטיליע אין אַן אַנדער לאַנד איז געװאָרן באַשטראָפט דורך קאָנפּיסקאַציע פון זיין פאַרמעגן און ער אַלײן איז געװאָרן אַ לייב-אייגענער פון קעניג. דורך די דאָזיקע אַכזריתדיקע מיטלען האָט מען געװאָלט ברעכן דעם יידישן שטאָלץ און ענדלעך זי צווינגען אַריבערצוגײן צום קריסטנטוט, פאַר די יידן, װאָס זיינען נישט געווען פעסט אין זייער אמונה אָדער װאָס האָבן נישט געקאָנט אַריבער"- טראָגן אַזאַ רעכטלאָזע לאַגע, זיינען די דאָזיקע מיטלען ווירקלעך געווען אַ גרויסע סכנה, אָבער דערמיט האָט מען זיך נאָך נישט באַגנוגנט און יידן האָט מען געשלעפּט מיט געװאַלט אין די קירכן און זיי געדראָט מיט טויט. אין שפּאַניע האָט צו יענער צייט געאַרבעט דער צווייטער מאַרטינעז, דער נייער צורר ישראל וויסענטע פערער, דער דאָזיקער בייזער מאָנאַך, װאָס אין געווען אַרומגערינגלט מיט אַ סוויטע פון פאַנאַטישע אָנהענגער, האָט גע" װאַנדערט איבער שפּאַניע, פראַנקרייך און איטאַליע און געפּרעדיקט וועגן תשובה טון און וועגן האַס צו די אומגלױביקע, די יידן און מוסולמענער, עס איז אַ סברא, אַז אונטער דער השפּעה פונעם דאָזיקן פאַנאַטישן מאָנאַך האָט פּאַבלאָ פון בורגאָס איינגעשטימט זיך אָפּצושמדן, נאָר יעדנפאַלס איז באַוואוסט, אַז פּאַבלאָ איז געווען זייער באַפּריינדעט מיט פערערן און ענערגיש געשטיצט זיין טעטיקייט, אַ דאַנק זייער ווירקונג איז אַרױס דער עדיקט פון 1412 און זיי האָבן דאָס אויך אָרגאַניזירט די מיסיאָגערישע אַגיטאַציע איבער גאַנץ שפּאַניע. אַרומגערינגלט דורך אַ המון פון מאָנאַכן איז פערער געגאַנגען פון שטאָט צו שטאָט, מיט אַ קרייץ אין דער האַנט זיך אַרײנגעריסן אין די יידישע שילן און מיט אַ הילכיקער שטים געפאָ" די מאראנען און זייער עפּאָכע 17 דערט פון יידן, אַז זי זאָלן אָננעמען דאָס קריסטנטום, די ליידנשאַפּטלעכע געשרייען פון די פאַנאַטישע מאָנאַכן האָבן אַרױפגעװאָרפן אַ פּחד איף אַלע. דאָס איז שוין געווען נישט קיין פּשוטע אַגיטאַציע, נאָר אַ מין װאַק" כאַנאַליע, יידן זיינען פאַרציטערט געװאָרן, זיי האָבן זיך דערמאָנט אָן די ערשט-איבערגעלעבטע שרעקלעכע טעג אין סעוויליע, זיי האָבן דערזען פאַר זיך אומעטום אויפגערייצטע מחנות קריסטן, װאָס שטייען אָנגעגרײט און װאַרטן נאָר אויף אַ סיגנאַל, אָנצוהייבן אַ נייע שחיטה, און אין פיל שטעט האָבן יידן מאַסנװײז אָנגענומען די קריסטלעכע רעליגיע און די אַנוסים. האָבן זיך מתודה געווען און צוגעזאָגט צו װערן גוטע קאַטױליקן. פאַר יענער צייט האָבן פון נויט זיך אָפּגעשמדט העכער צען טויזנט יידן און דערמיט זיך געראַטעװעט פון פּאָגראָמען, שחיטות און ענוים. נאָר דער יידישער שריפטשטעלער פון יענער צייט שלמה אַלעמי ווייזט אָן, אַז אוי" סעד די שרעקלעכע צװאַנגס-מיטלען איז אין דעם מאַסן-שמד געווען שול- דיק אויך די אַלגעמײנע דעמאָראַליזאַציע. אין זיין ,,אגרת המוסר? זאָגט אַלעמי, אַז א דאַנק דעם טרוקענעם פאָרמאַליזם פון די רבנים פון איין זייט, און די פילאָזאָפישע חקירות פון דער צווייטער זייט איז פיל אָפּגע- שװאַכט געװאָרן דאָס פּשוטע רעליגיעזע געפיל; די מאָראַלישע זיטן פון יידן זיינען שטאַרק געפאַלן, דאָס נאַציאָנאַלע אחדות אין אָפּגעשװאַכט געװאָרן; די יידישע עשירים האָבן זיך אָנגעהױבן שטופּן צו דער שפּאַנײ שער אַריסטאָקראטיע, כאָטש יעגע שטויסט זי אֶפּ פון זיך, עס האָט זיך אָנטװיקלט צװישן יידן דער חשק צו אַ גוט הרחבהדיק לעבן, דעריבער איז אַזױ שוער געווען אַריבערצוטראָגן די פּלוצימדיקע באַגרענעצונגען און רדיפות און דערפון האָט זיך גענומען דער מאָסן-שמד, דאָס זעלבע װאָס אין קאַסטיליע איז אויך פאָרגעקומען מיט די יידן אין אַראַגאָניע. אויך דאָרט האָט מען יידן געפּײיניקט און געפּלאָגט און אויך דאָרט האָבן עטלעכע טויזגט יידן געמוזט זיך שמדן. אָבער דאָס אַלץ איז נאָך פאַר די פאַנאַטישע קאַטױליקן װוינציק געווען, זייערע אַפּעטיטן זיינען געווען גרויס און װען מען האָט שױין אױסגעפּרואװט אַלערלײ צװאַנגס-מיטלען, האָט מען זיך גענומען נאָך צום אַלטן מיטל פון קאָמפּראָ- מעטירן דאָס יידנטום דורך אַן עפנטלעכן וכוח מיט די רבנים, און דערנאָך פאָדערן פון די ,,באַזיגטע", אַז זיי זאָלן זיך אונטערגעבן, ד"ה שמדן זיך. דעם געדאַנק וועגן אַזא עפנטלעכן דיספּוט האָט געגעבן דער אױבנדערמאָנ- 18 : גרעץ - די יידישע געשיכטע טער משומד יהושע לאָרקי, וועלכער האָט ביים טויפן זיך אָנגענומען דעם נאָמען כעראָנימאָ דע סאַנטאַיפע. דער דאָזיקער געוועזענער קעמפער פאַרן יידנטום איז איצט געװאָרן אַ הייסער פריינט פון די יידישע אונטערדרי" קער און ער אַלײן האָט זיך פאָרגענומען צו באַזיגן די רבנים דורך ראיות פון דער יידישער ליטעראטור גופא און אַלין אויך צוואַמענגעשטעלט דעם גאַנצן פּלאַן פון דעם דיספּוט, לויט דעם פּלאַן האָט מען פריער געדאַרפט פּרואוון איבערצוצייגן די רבנים דורך ראיות פון תלמוד, אַז משיח איז שוין געקומען, נאָר אויב דאָס װעט זיך נישט איינגעבן, דאַן דאַרף מען דער קלערן, אַז דער תלמוד איז א געפערלעך בוך און זיינע אָנהענגער קענען אלזאָ נישט האָבן קיין פּלאַץ אין קיין שום מלוכה, ענדע 1412 האָט בענעדיקט דער דרייצנטער מיט דער הסכמה פון קעניג פונאַנדערגעשיקט צו אַלע באַואוסטע רבנים און אָנגעזעענע לייט פון די יידישע געמיינדעס אין אַראַגאָניע אַן איינלאדונג צו קומען אויף דעם עפנטלעכן רעליגיעזן דיספוט און פאַר נישט קומען האָט מען גע- דראָט מיט דער שטױענגסטער שטראָף. די יידישע געמיינדעס האָבן גשָ" מוזט פאָלגן און עס זיינען אַרױסגעשיקט געװאָרן קיין טאָרטאָסאַ צוויי און צוואנציק יידישע דעלעגאַטן, צווישן וועלכע. עס האָבן פאַרנומען דעם הויפּט- פּלאַץ: װידאַל בנבנשתי אבן לביא פון סאַראַגאָסאַ, אַן אַריסטאָקראַט, דאָק- טער און פּאָעט; דער ,, בעל העקרים", ר' יוסף אַלבאָ; זכריה הלוי סאַלאַדען פון סאַראַגאָסאַ און אַנדערע. דער באַרימטער דיספּוט האָט זיך אָנגעהויבן אין פעברואַר 1413 און געדויערט אַ יאָר מיט ניין מאַנאַטן און פאַרנומען ניין און זעכציק זיצונגען. דער דיספּוט איז פאָרגעקומען זייער פייערלעך. דער פאָרזיצער איז ס'רוב געווען בענעדיקט דער דרייצנטער, וועלכער איז געווען אַרומגערינגלט מיט בישאָפן, וועלטלעכע הויכגעשטעלט לייט און גראַנד-דאַמען. דעם הױפּטאָנטײל אין די וכוחים האָט גענומען יהושע לאָרקי, וועלכער האָט מיט גרויס היץ זיך געסטאַרעט צו באַװײיזן די ריכ- טיקייט פון קאַטױלישן גלויבן דורך ציטאַטן פון תנ"ך און פון דער אגדה, נאָר זיינע יידישע אָפּאָנענטן האָבן אים גוט אָפּגעענטפערט און לײיכט צוקלאַפּט זיינע טענות, הגם זיי האָבן זיך געהאַלטן זייער געלאַסן און נישט געברויכט קיין שאַרפן אויסדרוק קעגן יידישן רענעגאַט. די יידישע דעלעגאַטן האָבן זיך געהאַלטן שטענדיק אייניק און באַראַטן זיך. נאָר איין טאָל, ווען עס איז געווען אַ רייד וועגן אייניקע ספקדיקע ערטער אין דער די מאראנען און זייער עפֿאַכע 19 אגדה, האָבן די מיינונגען זיך צעטיילט: דאָס רוב דעלעגאַטן, פרייויגיקע מענטשן, האָבן זיך אַרױסגעזאָגט, אַז די אגדה איז נישט קיין הייליקטום און איז פֿאַר יידן נישט קיין פליכט; די מער קאָנסערװאַטיװע, וי װידאַל און אַלבאָ זיינען געבליבן ביי דער מיינונג, אַז אויך די אגדה איז פאַר יידן היײיליק, בענעדיקט האָט זיין טאַקטיק בנוגע צו די יידישע דעלעגאַטן יעדעס מאָל געביטן, דאָ איז ער געווען ווייך, דאָ שטרענג, נאָר ווען ער האָט געזען, אַז נישט מיט גוטן און נישט מיט בייון װעט מען באַזיגן די פאַרעקשנטע יידן, האָט ער געפּרואווט ווירקל אויף זיי דורך אַ דעמאַנסטראַציע: ער האָט געהייסן ברענגען אַ סך יידן, װאָס האָבּן בעת די בלוטיקע געשעענישן געמוזט טויפן זיך און דאָ אויפן אָרט אויסגעפירט אויף זיי די טויף צע" רעמאָניע,. דערמיט האָט דער פּױפ9ּסט בענעדיקט געװאַָלט דערמאַנען די יידישע דעלעגאַטן, אַז פיל יידן זיינען שוין אָפּגעשמדט און אַז אויף אַ העלפט האָט דאָס יידנטום שוין פאַרשפּילט, די דאָזיקע סצענע האָט אויף די דעלעגאַטן געמאַכט אַ שווערן איינדרוק און זיי פאַרשאַפט פיל יסורים, אָבער געווירקט אויף זיי האָט דאָס נישט און זי זיינען געבליבן ביים זייעריקן. דער דיספּוט, װאָס האָט זיך פֿאַרצויגן כמעט צוויי יאָר, האָט צום גרויסן באַדױערן פון בענעדיקט און זיינע אָנהענגער נישט געבראכט צו די געוואונטשטע רעזולטאַטן. קיינער פון די רבנים האָט זיך נישט אַנער" קענט פאַר באַזיגט און דער צערייצטער פּױפ9טט האָט אױסגעגאָסן זיין. צאָרן אין אַ בייזער בולא קעגן יידן. אין דער בולאַ האָט ער באַפױלן אויסזוכן און פאַרברענען אַלע עקזעמפּליאָרן פון דעם ;גאָט-לעסטערנדיקן" תלמוד, וי אויך אַלע פּאָלעמישע ביכער קעגן קריסטנטום; איבערלאָזן פאַר יידן אין יעדער שטאָט נאָר איין איינציקע שיל; מיט אַלע מיטלען אָפּזונ" דערן יידן פון קריסטן; קריסטן זאָלן נישט באדינען יידן אַפילו מיט דער מינדסטער זאַך, װי למשל אויסלעשן די ליכט שבת, צווינגען די יידן צו הערן נישט װינציקער פון דריי מאָל אין יאָר די מיסיאַנערישע דרשות. נאָר די דאָזיקע אכזריותדיקש באַפעלן איז נישט באַשערט געווען דורכגש" פירט צו ווערן אין לעבן. ווייל באַלד נאָכדעם האָט דער קירכרקאַנגרעס אַראָפּגעװאָרפן בענעדיקטן פון זיין פּאָסטן און אויסגעקליבן וי אַ פּויפּסט מאַרטין דעם פינפטן, וועלכער האָט זיך באַצױגן צו יידן מער פריינטלעך און אַרױסגעגעבן אַ באַפעל, אַז מען זאָל יידן נישט אָנרירן, עװייל זי 0 גרעץ - די יירישע געשיכטע זיינען באַשאַפן געװאָרן מיט דעם צלם אלהים און דאָס רעשט פון דעם פאָלק װעט נאָך אַמאָל זוכה זיין צו גאָטס גענאָד". בענעדיקטס פריינט האָבן אים באַלד פאַרלאָזט און אייניקע פון זיי, װוי יהושע לאָרקי, זיינען געשװוינד אַראָפּ פון דער סצענע, נאָך די בלוטיקע מאָנאַטן, װאָס די קאַסטילישע יידן האָבן איבערגע" לעבט, איז פאַר זיי ווידער געקומען אַ קליינע צייט פון רו און פרידן די קלעריקאַלע פּאַרטײ, װאָס האָט רעגירט מיטן לאַנד אָנשטאָט דעם יונגן קעניג, איז בטל געװאָרן און דער קעניג פון קאַסטיליע כואַן דער צווייטער איז געװאָרן אַ זעלבסטשטענדיקער הערשער (1420), אָנפירער פון דער אינערלעכער פּאָליטיק איז געװאָרן דער ליבעראַל אַלװאַראָ דעלינאַ, װאָס האָט פאַרשטאַנען, װוי ווייט שעדלעך עס איז פאַרן לאַנד די קלעריקאַלע פּאָליטיק. ער האָט געזען די טרויעריקע רעזולטאַטן פון דעם קלעריקאַלן טעראָר: הונדערטער יידישע קהלות זיינען חרוב געװאָרן, די אינדוסטריע- לע געביטן, װאָס האָבן זיך געפונען אין די הענט פון די יידן, זיינען איצט געפאַלן, און די מלוכה-פינאַנצן, װאָס זיינען פריער געשטאַנען איף אַ הויכער מדרגה אַ דאַנק די פעאיקייטן פון די יידישע באַנקירן און צינזן- אָפּקױפער, זיינען איצט זייער פאַרפּלאָנטערט געװאָרן, דאָס האָט פאַר- שטאַנען די נייע רעגירונג און זי האָט באַשלאָסן צוריקצושטעלן דעם שלום אין לאַנד, יידן האָבן צוריקבאַקומען זייערע רעכטן, די פעאיקע יידישע אונטערנעמער זיינען איינגעלאַדן געװאָרן אָנצונעמען אין אַרענדע אייניקע רעגירונגס-הכנסות און די יידישע געמיינדעס האָבן באַקומען די מעגלעכ- קייט צוריקצושטעלן און אײינאָרדענען זייער זעלבסטפאַרװאַלטונג, אַ גרויסן איינפלוס ביים הויף האָט באַקומען דער יידישער כלל-טוער אברהם בנבנשתי, הויפּט-רב פון די קאַסטילישע יידישע קהלות. ער האָט אָפיציעל פאַרװאַלטעט מיט אַלע יידישע אָנגעלעגנהייטן און איז אויך געווען זייער הױיפּט-:ריכטער אין גייסטיקע און ציווילע משפּטים. בענװעניסטע האָט געהאַט פאַר זיך זיך אַ שווערע אויפגאַבע. ער האָט געדאַרפט צוריק אויפבויען דאָס יידישע געזעלשאַפטלעכע לעבן, װאָס איז צוליב די פּאָגראָ- מען און רדיפות רואינירט געװאָרן. אין פיל שטעט איז אַפילו נישט געווען קיין שיל צום דאַװונען, ווייל בעת דעם טעראָר זיינען א סך שילן פֿאַר" װאַנדלט געװאָרן אין קירכעס. די געזעלשאַפטלעכע דיסציפּלין איז געפאַלן, אומעטום האָט געהערשט אַ דעמאָראַליזאַציע און אָפּגעלאָזנקײט. די יידן, די מאראנען און זייער עפּאָכע בטי 1 װאָס האָבן אָנגעקליבן פיל עשירות האָבן געלעבט אַ גוטן טאָג און אַרױס- גערופן קנאה ביי דער קריסטלעכער באַפעלקערונג, די מאַסע, ווידער, האָט געהונגערט און געליטן גויט. דאָס אַלץ האָט געצוואונגען בנבנשתין צונויפ" צורופן, מיט דער דערלויבעניש פון קעניג, אַ רבנים-צוזאַמעגפאָר אין װאַ- ליאַדאָליד (1432), לויט דער אַלטער אױטאָנאָמיע פון די יידישע געמייג" דעס האָט מיט יעדער קהלה אָדער קהל פאַרװאַלטעט אַ קאָמיטעט פון אויס" געוויילטע, װאָס האָט זיך איינגעטיילט אויף פאַרשידענע קאַטעגאָריעס: קאַסירער, רעװיזאָרן אאַז"וו. דאָס גייסטיקע קאָלעגיום איז באַשטאַנען פון רב און דינים, דאָס דאָזיקע קאָלעגיום האָט געהאַט אַלע רעכטן פון אַ גע" ריכט; אין אים פלעגן באַטראַכט ווערן אַלע פּראָצעסן מיט דער באַטײלײ קונג פון די וועלטלעכע פאָרשטייער. דער העכסטער פאָרשטייער אין דעם קאָלעגיום איז געווען דער הויפּט-ריכטער אין יענער צייט -- אברהם בנ" בנשתי. אָט די אַלע פאָרמען פון זעלבסטפאַרװאַלטונג זיינען איצט צוריק" געשטעלט געװאָרן דורכן צוזאַמענפאָר פון די רבנים, נאָר עס זיינען נאָך צוגעגעבן געװאָרן אייניקע הוספות לויט דעם גייסט פון דער צײט. דער צוזאַמענפאָר האָט אָנגענומען אַ ריי מיטלען צו פאַרפעסטיקן די אױטאָ ריטעט פון די רבנים, מער פאַרשפּרײטן דאָס לערנען תלמוד און דער" ציען די קינדער אין יידישן גייסט. פאַר אַ מסירה האָט מען איינגעפירט די שטרענגסטע שטראָפן. יידן, איבערהוױיפּט פרויען, איז פאַרבאָטן געװאָרן צו גיין אין רייכע קליידער, טראָגן זיידענע מלבושים מיט שלייפן פּערל, מראטלעטן און בכלל לעבן אין לוקסוס, כדי נישט אַרױסצורופן קיין קנאה ביי דער אָרעמער קריסטלעכער באַפעלקערונג, די יידנפיינטלעכע פּאַרטײ האָט נישט געקאָנט צוזען אָן פאַרדראָס, וי אַזױ די באַציאונגען צווישן דער רעגירונג און יידן ווערן אַלץ בעסער און װי די זעלבסטפאַרװאַלטונג פון די יידישע קהלות װוערט צוריק אויפ" געבויט; זי האָט דעריבער ווידער אָנגעהױבן פירן אַן אַגיטאַציע קעגן יידן מיט דער אַגיטאַציע האָבן אָנגעפירט די זין פון משומד פּאַבלאָ פון בור" גאָס, צווישן וועלכע איינער, אַלפאָנסאָ, האָט איבערגענומען בירושה פון פאָטער די שטעל פון בישאָף. אויפן באַרימטן באַזעלער קירכךקאָנגרעס, וואו אַלפאַנסאָ איז געווען א מיטגליד, האָט ער װוידער דערװעקט די יידג" פראַגע און געפּועלט, אַז עס זאָלן װוידער אַרױסגעגעבן װערן די אַלטע קאַנאָנישע געזעצן קעגן יידן. דער באָשלוס פון קאָנגרעס איז באַשטעטיקט 92 הי : גרעץ - די יידישע געשיכבטע געװאָרן דורכן פּױפּטט עאוגעניוס דער פערטער, וועלכער האָט ועגן דעם מודיע געווען אין אַ ספּעציעלער בולאַ צום פאָלק. יידן איז ווידער פאָרגע- שטאַנען אַ גרויסע סכנה. די קאַטױלישע מאַסע איז אונטערן איינפלוס פון דער בולאַ אויפגערייצט געװאָרן און אָנגעהויבן אויסצומיידן יידן, די קריסטלעכע באַדינער ביי יידן האָבן פאַרלאָזן זייערע בעלי-בתים און די פּאָגראָם-ישטימונג איז װוידער געװאָרן באַשאַפן, דאַן האָט דער קעניג אַרױסגעגעבן אַ באַפּעל, אין וועלכן עס װערט דערקלערט, אַז נישט גע קוקט אויף דער בולאַ ווערט יידן נישט פאַרבאָטן צו פירן האַנדל מיט קריסטן נאָר באַנוצן יידישע אָדער מוסולמענישע דאָקטוירים דאַרף מען נישט דאָרט, וואו מען קאָן זיך באַגיין אָן זיי. דאָך איז געבליבן אין זיין קראַפט דאָס געזעץ, אַז יידן זאָלן ווייטער וואוינען אין באַזונדערע קװאַר- טאַלן און טראָגן ספּעציעלע מלבושים, אַזױ שטאַרק איז דאַן געווען דער קלעריקאַליזם, אַז אַפּילן מלכים האָבן נישט געקענט קעגנשטעלן זיך, אין יענער פינצטערער צייט האָבן יידן געפונען א שטיקל מנוחה אין פּאַרטוגאַל. בעת די בלוטיקע פּאַגראָמען האָט זיך צום ערשטן מאָל אָנגע- הויבן אַ גרויסע יידישע מאַסן-עמיגראַציע פון שפּאַניע. די יידן האָבן אי" בערהויפּט עמיגרירט אין די דריי נאָענטסטע פּונקטף פּאָרטוגאַל, דעם דרום-טייל פון גראַנאַדאַ, װאָס האָט זיך דעמאָלט נאָך געפונען אין די הענט פון די מוסולמענער, און צפוך-אַפריקע. אין פּאָרטוגאַל האָט זיך די יידן פון שטענדיק אָן געלעבט רואיק; פון ענדע דעם דרייצנטן יאָרהוג- דערט האָבן די יידישע קהלות אין פּאָרטוגאַל באַקומען אַ זעלבסט-פאַף- װאַלטונג. בראש פון די קהלות איז געשטאַנען דער הױיפּט-ראַבינער, װאָס איז גערעכנט געװאָרן וי אַן אָפיציעלע פּערזאַן און געהאָט געריכטלעכע און ציווילע רעכטן. צום ענדע פון פערצנטן יאָרהונדערט איז פאָרגעקומען אַ פאַל, אַז די פראַגע וועגן פאַרנעמען די שטעל פון הויפּט-רב אין פּאָר- טוגאַל, האָט זיך צוזאַמענגעבונדן מיט דער פראַגע וועגן טראָן- ווען דער קעניג פערדינאַנד (אין 12383) איז געשטאָרבן, און נישט איבערגעלאָזט קיין געזעצלעכן טראָן-פאַרטרעטער, זיינען געווען צוויי פּרעטענדענטן אויף דער קרוין: זיין אומגעזעצלעכער זון יאַהאַן דע-אַװויע און זיין איידעם, דער קאַסטילישער קעניג כואַן דער ערשטער, וועלכער האָט געהאָט די טאָכטער פון קעניג פערדינאנד פאַר אַ פרוי. די שוויגער, קעניגין לעאָנאָראַ, איז צוערשט געשטאַנען אויף דער זייט פון איר איידעם, דעם קאָס- די מאראנען און זייער עפּאָכע 28 טילישן קעניב. נאָר אין דער צייט האָט זיך געטראָפן, אַז עס אין פריײ געװאָרן די שטעל פון פּאַרטוגאַלישן הויפּט-רב און אויך דאָ זיינען געווען צוויי פּרעטענדענטן: דאַךדיהודה און דוד נעגראָ, װאָס האָבן פאַרנומען וויכטיקע פּאָסטנס אין הויף פון פאַרשטאַרבענעם קעניג. די קעניגין לעאָר גאָראַ האָט געװאָלט דעם ערשטן קאַנדידאָט און געבעטן איר איידעם, ער זאָל באַשטימען װי הויפּט-רב דאָךיהודה; דער קעניג האָט שוין אָבער, לויט דער בקשה פון זיין פרוי, געהאַט צוגעזאָגט די דאָזיקע שטעלע דעם צװוייטן קאַנדידאָט. דעמאָלט איו די קעניגין לעאַנאָראַ זייער אויפגע" בראַכט געװאָרן און דערקלערט איר איידעם, אז אוב ער קאָן איר אַנט- זאָגן אין אזא קלייניקייט, האָט ער מער נישט צו רעכענען אויף איר שטי" צע, נאָך פיל אינטריגעס האָט דער קעניג געמווט זיך אָפּואֶגְן פון זיין טראָן צוליב זיין קאַנקורענט, אָכער אויך נאָכדעם איז די יידישע לאַגע אין פּאַרטוגאָל געבליבן גוט, אין דער צייט פון דער סעוויליער שחיטה אין 1 האָבן יידן דאָרט געפונען א בית-מקלט און אֲפילו די אנוסים האָבן דאָ געקאַנט פריי היטן די יידישע אמונה, דער קעניג האָט אויף אַזױ ווייט געשטיצט די יידן, דאָס ווען דער באַרימטער פערער האָט אַהין געװאָלט קומען און פירן זיין געפערלעכע אגיטאַציע, האָט דער קעניג אים געענט- פערט, אַז ער קאַן קומען אָבֶער נישט אַנדערש, װי מיט אַן אָנגעגליטעף אייזערנער קרוין אויפן קאָפֿ, די אומרואיקע צייט אין לעבן פון די שפּאַנישע יידן האָט זיך אויך אָפּגערופן אויף דער יידישער ליטעראַטור פון יענער צייט. װי שטענדיק אין שווערש צייטן, װען פון אַלע זייטן האָט מען דערקלערט אַ מלחמה דעם יידנטום, האַבן די בעסטע יידן געווכט מיטלען עס צו פאַרשטאַרקן, און עס איז באַשאַפן געװאָרן א שטרעונג, פון איין זייט אָפּצוגרעניצן זיך פון דער ארומיקער װעלט און װאָס מער צו באַפעסטיקן דאָס יידנטום װי אַ רשליגיע, און פון דער צווייטער זייט צו אַנטוויקלען דאָס יידנטום וי אַ וושלט-אנשויאונג און באַװוייזן, אַז די יידישע אמונה שטייט העכער פון אַלע אַנדערע. די בעסטע פאַרשטייער פון דער דאָזיקער קאַנסערװאַטיװױנאַציאָ- נאַליסטישער ריכטונג זיינען געווען די יידישע פילאָזאָפּן פון דער דאָזײ קער צייט ר' חסדאי קרשקש און ר' יוסף אלבו. דער ערשטער (1240 -- 0 וװאָס האָט פויער געלעבט אין באַרצעלאַנאַ און דערנאָך אין סאַ- 4 גרעץ - די יירישע נעשיכטע ראַגאָסאַ, האָט אין דער רבנישער װעלט געשמט וי אַ גרויסע אױטאָ- ריטעט, און האָט זיך אויך באַטײליקט אין געזעלשאַפטלעכן לעבן. אין 1, בעת דער שחיטה אין באַרצעלאָנאַ, האָט ער פאַרלוירן זיין איינציקן זון, זייער אַ שיינעם און פעאיקן בחור, וועלכער האָט זיך געלאָזט בעסער הרגענען, איידער אָנצונעמען די קריסטלעכע אמונה. דער באַטריבטער פאָ- טער האָט אין זיינס א בדיוו צום פאָלק וועגן דעם געשריבן מיט הכנעה: ,איך האָב אָפּגעגעכן מיין זון װי אַ קרבן פאַר גאָט. איך נעם אָן גאָטס גערעכטן משפּט און טרייסט זיך דערמיט, װאָס אויפן חלק פון מֵיין זון איז אױסגעפאַלן אַזאַ שיינער טאַט", זיין פּערזענלעך גרויסער אומגליק האָט אים דאָך נישט געשטערט, צו פאַרטיפן זיך אין פילאָזאָפישער אַר- בעט. וי אַן אויסגעצייכנטער קענער פון דער אַראַביש:העברעאישער לי- טעראַטור האָט ר' חסדאי קרעסקאַס זיך פֿאַרגענומען, אין גאַנצן חרוב צו מאַכן די דאָזיקע פעסטונג. דאָס האָט ער געטון נישט דערפאַר, ווייל ער איז בכלל געווען אַ קעגנער פון פילאָזאָפיע, נאָר דערפאַר, װאָס ער האָט געהאַלטן, אַז אין דער יידישער ליטעראַטור זיינען אַרײנגעטראָגן געװאָרן פיל אָנשויאונגען, וועלכע זיינען פרעמד דעם יידנטום און דעריבער דארפן זי אָפּגעװאָרפן ווערן. אין זיין טיפן ווערק ,אור אדני" צעשטערט רב' חסדאי יענע פילאָזאָפישע סיסטעמען, װאָס האָבן געפּרואווט צונויפבינדן דאָס יידנטום מיט דער גריכישער פילאָזאָפּיע. שריט ביי שריט באַמיט זיף ר' חסדאי, צו צעשטערן דעם סיסטעם פון רמב"ם, וועלכער האָט צואַ" מענגעפּאָרט דאָס יידנטום מיט אַריסטאָ און מיט דער וועלט-פילאָזאָפיע, און ער באַװייזט, װוי ווייט עס זיינען אַריסטאָס אָנשויאונגען וועגן גאָט, וועלט-אַנטשטײאונג און אומשטערבלעכקייט פון די יידישע אַנשויאונגען. ר' חסדאי האָט בכלל נישט געהאַלטן מיט יענע יידישע חוקרים, וועלכש האָבן געװאָלט פאַראייניקן די רעליגיע מיט דער פילאָזאָפיע, און ער באַ- הױפּטעט, אַז עס קענען זיין צווייערליי אמתן אַ פילאָזאָפישער און א רעליגיעזער. די אָנהענגער פון דער איבערצייגונג האָט ר' חסדאי אויפ- געװאָרפן, אַז זיי זיינען פאַלש און צװיי-פּנימדיק, ווייל עס קענען דאָך נישט זיין קיין צוויי אַנטקעגנגעועצטע אמתן וועגן איין זאַך. אַ מענטש, װאָס איז מודה, אַז די יידישע רעליגיע איז אַ געטלעכע דערשיינונג, --- אַזאַ מענטש האָט שוין גאָרנישט צו טון מיט דער וועלט-פילאָזאָפּיע! ווייל אין יידנטום אַלײן געפינט זיך שוין אַ גאַנץ אָריגינעלע װעלט-אָנשויאונג, די מאראנען און זייער עפּאָכע יי : 08 קוים ווידער איז מען נישט מודה אין דער געטלעכקייט פון דער יידישער תורה, קאָן מען שוין קיין גאַנצער ייד נישט זיין אַזױ, אַז אַ פּשרה צװישן יידנטום און דער אַלגעמײנער פילאָזאָפּיע קען געמאָלט זיין נאָר אויף אַ קינסטלעכן אופן, אין װאָס באַשטײט דער תמצית פון יידנטום? אין קעגג- טייל צו דער פילאָזאָפיע פון רמב"ם, באַהױפּטעט ר' חסדאי, אַז דאָס יידג- טום פאָדערט פון מענטשן נישט קיין קענטענישן אָדער געדאַנקען, נאָר מעשים, אַ רעאַלע ליבע צו גאָט; נישט די גייסטיקע פאַרפולקאָמונג פון מענטשן איז דער אידעאַל, נאָר די מאָראַלישע. פון די צוויי געבאָטן ;אַנערקען דיין גאָט? און ,זאָלסט ליבן גאָט מיטן גאַנצן האַרצן" קלייבט ר' חסדאי אויס דאָס לעצטע. ער גייט אַרױס פון דעם שטאַנדפּונקט, אַז גאָטס השגחה איז נוגע נישט בלויז גאַנצע פעלקער און דורות, נאָר אויך איינצלנע מענטשן, אין די מעשים איז דער מענטש נישט זעלבסטשטענ"- דיק, פריי איז ער נאָר אין געדאַנק --- באַקומט ער שכר פאַרן גוטן ווילן, פאַרן צופּאַסן זיינע מעשים צו גאָטס געזעצן, צו דער השגחה. ר' חסדאי קרעסקאס נעמט אָן דאָס יידנטום אין גאַנצן און פאַרטײידיקט אפילו אַזעל- כע אמונות, װאָס שטאַמען נישט פון דער תורה, נאָר פון תלמוד און דער אגדה, װוי, למשל, דאָס גלויבן אין שדים, אין דעם וועג פון ר' חסדאי איז אויך געגאַנגען זיין תלמיד יוסף אַלבאָ פון מאָנרעאַל אין אַראַגאָניע (1380 --- 1444), אין זיין ;עקרים? באַמיט זיך אַלבאָ צו באַװײיזן, אַז דאָס יידנטום איז העכער נישט בלויז פון דער נאַציאַנאַליסטישער פילאָזאָפיע, נאָר אויך פון אַלע אַנדערע רע- ליגיעס. ביי זיין גאַנצן קאָנסערװאַטיזם האָט אַלבאָ אָבער דאָך אַרױסגע- זאָגט דעם דרײיסטן געדאַנק, אַז די אמונה אין משיח איז נאָר אַ היסטאַ- ריש-נאַציאָנאַלע מסורה, אָבער נישט קיין עיקר פון יידנטום, --- בכלל האָט זיך אין יענער צייט פיל פאַרשפּרײט די אַפּאָלאָגעטישע ליטעראַטור, אין וועלכער עס זיינען אַװעקגעשטעלט געװאָרן איינע קעגן דער צווייטער די יידישע אמונה מיט דער קריסטלעכער און עס זיינען געבראַכט געװאָרן ראיות, אַז די יידישע רעליגיע שטייט העכער. פיל אױטאָרן פון אַזעלכע ווערק האָבן אױיסבאַהאַלטן זייערע נעמען, כדי נישט פאַרפאָלגט צו וערן פון די קאַטאָליקן, אין איינעם פון די דאָזיקע אַנאָנימע װערק, אין דער פאָרעם פון אַ וכוח צווישן צוויי מענטשן, געפינט זיך אַזאַ אַפאָריזם: ;אין דריי פאָלן װוערט אומזיסט פאַרנוצט װאַסער;: שמדװאָסער ביי אַ יידן 6 - = גרעץ - די יידישע געשיכטע װאַסער, װאָס פאַלט אַרײן אין ים, און װאַסער, װאָס שווימט אַרױיף אי" בערן וויין". דער דאָזיקער אַפאָריזם איז אין יענער עפּאָכע פון געצוואון- גענעם שמד געווען שטאַרק פּאָפּולער, די רבנישע ליטעראַטור פון יענער צייט האָט פאַרמאָגט וויכטיקע כוחות, צװישן וועלכע עס האָט פאַרנומען דעם הויפּט-פּלאַץ ר' יצחק בן ששת (ריב"ש, געשטאָרבן אין 1408), װאָס איז געווען רב אין סאַראַגאָסאַ און אין װאַלענסיאַ. נאָך דער קאַטאַסטראָפע פון 1491 האָט ער פאַרלאָזט שפּאַניע און זיך באַזעצט אין אַלזשיר, וואוהין עס זיינען זיך דעמאָלט אָנ- געלאָפן פיל יידן פון שפּאַניע. דער דאָרטיקער סולטאַן האָט דעם ריב"ש באַשטימט פאַר הױיפּט-רב פון אַלע יידישע קהלות. װי אי שפּאַניע, אַזױ איז דער ריב"ש אויך אין אַפּריקע געווען די גרעסטע יידישע אױטאָר- טעט בנוגע צו רעליגיעזע פראָגן און ער פלעגט אַליין מיט זיין אייגענער מיינונג לייזן די האַרבסטע שאלות. נאָך זיין טוט איז אין אַלזשיר געװאָרן הױיפּט-רב ר' שמעון דוראַן און דערנאָך זיין זון ר' שלמה, אין שפּאַניע האָט דעמאָלט געשמט װי גאון ר' יצחק קאָנפּאַנטען. פון זיין שול זיינען אַרױס עטלעכע אָנגעזעענע למדנים; אין דער ליטעראַטור איז אָבעֶר פון אים גע בליבן נאָר אַ קליינער ספר -- ;דרכי התלמוד", : ענריקע דער פערטער (1454 -- 1474) איז געווען דער לעצטעף קאַסטילישער קעניג, װאָס האָט זיך נאָך באַצױגן צו יידן מענטשלעך, ער האָט נישט געקוקט אויף די אַלע ;בולעס" פון פּױפּסט און צוגעלאָזט יידן צו געזעלשאַפטלעכע און רעגירונגס-שטעלעס, זיך געהיילט ביי יידישע דאָקטוירים. זיין ביישפּיל האָט נאָכגעטון די העכערע אַריסטאָקראַטיע. וועלכע האָט זיך נישט גערעכנט מיט דער בולאַ, װאָס האָט געדראָט מיט אַ שטרענגער שטראָף און דאָך אָפּגעגעבן יידן אין אַרענדע זייערע גיטער און זיך קורירט ביי יידישע דאָקטוירים. אין 1462 האָבן די ;קאָרטעס" (שררות-ראַט אין טאָלעדאָ) אפילו פאָרגעלעגט דעם קעניג אַ בקשה ועגן פאַרלייכטערן אייניקע יידישע באַגרענעצונגען, ווייל דאָס שאַדט די איג- טערעסן פון די ערד-באַזיצער און אונטערנעמער, און דאַן האָט מען יידן ווידער דערלויבט צו װאוינען אין פיל שטעט, פון וועלכע מען האָט זי פריער אַרױסגעטריבן, די קלעריקאַלן האָנן אָבער אויך נישט גערוט; זי האָבן געהיים געפירט זייער ענערגישע אַגיטאַציע און דער נצחון איז ענד" די מאראנען און זייער עפּאָכע : יי 97 לעך געקומען אויף זייער זייט, דאָס מאָל האָט זיך דאָס פייער געטראָגן שוין נישם אויף די יידן, נאָר אויף די קעפּ פון די אנוסים, די פראַגע װעגן די אנוסים אין פון שטענדיק אַן געווען א ברענעג" דיקע סיי פאַר יידן, סיי פֿאַר קריסטן, די לאַגע איז געװען שטאַרק טרא" גיש: פון די אנוסים האָבן זיך געקענט ראַטעװען נאָר די, װאָס זיינען דערנאָך אין גאַנצן איבערגעגאַנגען אויף דער זייט פון די קריסטן און גע" װאָרן אפילו יידישע שונאים, אָדער די, װאָס האָבן אויף שטענדיק פאָר. לאָזט שפּאַניע און עמיגרירט אין אַנדערע לענדער. װאָס האָבן אָבער גע קאָנט טון יענע פיל טויזנטער אנוסים, װאָס זיינען אָפיציעל געווען קריסטן און איגערלעך געבליבן טריי דעם יידנטום? קוים זיינען זיי קיין שונאים פון יידן נישט געװאָרן, האָבן זיי געמווט בלייבן שונאים פון קריסטנטום, דען װי האָבן זיי געקענט זיך באַציען טאָלעראַנט צו אַ רעליגיע, אין נאָ- מען פון וועלכער מען פאַרגיסט אַזױ פיל בלוט, אין נאָמען פון וועלכער מען האָט זיי אַלײן אָנגעטון אַזפיל צרות? די קריסטן האָבן געמוזט שפּירן, אַז די אנוסים זיינען זיי נאָך געפערלעכערע שונאים איידער די אָפענע יידן און נישט אומזיסט האָבן זי אָנגערופן די אנוסים ,,מאראנטן" ד"ה פאַרשטױסענע אָדער קחזרים". דער קעגנזייטיקער האָס צװישן די קריסטן און די אַנוסים האָט געמוזט װאָס ווייטער אַלץ מער פאַרשטאַרקט און פאַרשאַרפט װערן, נאָר פאַר די קריסטן איז קיין סוד נישט געווען, אַז די אנוסים זיינען טריי זייער יידישער אמונח, אַז וי נאָר זיי רייסן זיך אַרױס פון דער קירכע און גייען צו זיך אַהים, ווערן זיי פולקאָמע יידן, היטן שבת, יום-טוב, גיבן געלט פאַר יידישע שולן אאז"וו. אין דער זעל- בער צייט האָבן די אנוסים, צווישן װעלכע עס זיינען געווען פיל רייכע און געבילדעטע לייט, דאָך זיך באַפרײנדעט מיט דער העכערער געזעל. שאַפט, און באַקומען שטעלעס אין מיליטער, אין דער רעגירונג, אפילו אין דער קירכרהיעראַרכיע. עס זייגען געווען אַ סך געשמדטע יידן מיניסטאָרן, געגעראַלן, בישאָפן און דער גרעסטער טייל פון זיי האָט זיך אַזױ קונציק פאַרמאַסקירט, אַז זיי האָבן געקאַנט געהיים בלייבן ביי זייער יידנטום, דערפאַר האָט די קלעריקאלע פּאַרטײ פאַרשטאַנען, אַז די מאראנען זיינען פאַר זיי פיל מער געפערלעך, איידער די יידן, און דעריבער דעם גרעסטן פייער אָנגעװענדט קעגן זיי, די ערשטע פאָלקט-באַװעגונג קעגן די מאראנען איז פאָרגעקומען 28 0 גרעץ - די יידישע געשיכטע אין 1449 אין טאָלעדאָ, אונטער דעם איינפלוס פון אַ גלחישער דרשה איז דער אונטערגעהעצטער חמון באַפאַלן דאָס חויז פון אַ רייכן יידן, צערא- בירט זיין פאַרמעגן און דערנאָך זיך געלאָוט אויף דעם קװאַרטאַל פון די אנוסים. די לעצטע האָבן געפּרואװט אַרױיסװײזן א באַװאָפּנטן ווידער- שטאַנד, נאָר זיינען באַזיגט געװאָרן און דערנאָך האָט מען פיל פון זי געהאַנגען, נאָך אַ גרעסערער אָנפאַל איז שפּעטער פאָרגעקומען אין קאָר- דאָבאַ: דאָרט האָבן די קלעריקאַלן געגרינדעט אַ געזעלשאַפט מיטן נאָמען עקריסטלעכע ליבע", וואוהין מען האָט נישט אַרײנגענומען קיינעם פון די מאַראַנען, אפילו די הויכגעשטעלטע פּערזאָנען, עס איז דעריבער פאָף- געקומען, אַז די געזעלשאַפט האָט אַמאָל איינגעאַרדנט אַ פּראָצעסיע אי" בער די גאָסן, האָבן די מאַראַנען פאַרמאַכט זייערע הייזער און נישט אַרױסגעשטעלט קיין צירונג לכבוד די הייליקע בילדער. דאָס האָט זייער אויפגעבראַכט דעם המון און צום אומגליק האָט גראָד דאַן אַ קינד פון אַ מאַראַנישן הויז אין דער גאַס, איבער וועלכער עס איז געגאַנגען די פּראָ- צעסיע, אוױיסגעגאָסן דורכן פענצטער אַביסל װאַסער. עס האָט באַלד זיך פאַרשפּרײט אַ קלאַנג, אַז דאָס האָבן יידן אױיסגעגאָסן עפּעס אַ שטינקעג- דיקע פליטיקייט, װאָס איז פּונקט געפאַלן אויף דעם בּילד פון דער געט" לעכער מוטער. מיט אָנגעצונדענע פאַקעלן האָט דער צעבושעװועטער חמון זיך אַ לאָז געטון אויף די הייזער פון די מאַראַנען און עס האָט זיך אָנגע- הויבן אַ שחיטה, װאָס האָט געדויערט דריי טעג. די אַדמיניסטראַציע איז נישט אימשטאַנד געווען עפּעס צו טון און דער המון האָט אָן שטערונג געראבעוועט, געהרגעט, און געשענדט פרויען. באַלד האָט זיך דאָס פייער פון די פּאָגראַמען פאַרשפּרײט איבער אַנדערע שטעט און אין גיכן האָט די עפּידעמיע פון מאַראַנעןדשחיטות אַרומגעכאַפּט גאַנץ קאַסטיליע. פיל טויזנטער מאַראַנען זיינען דאַן געהרגעט געװאָרן, און אין פיל שטעט זיי- נען די גאַסן געווען איבערפולט מיט הויפנס פון טויטע קערפּערט, נאָך פיל ערגער איז די לאַגע געװאָרן פון דעם מאָמענט, װאָס פער" דינאַנד דער קאַטאָליק, קעניג פון אַראַגאָניע, און איזאַבעלאַ, קרוין"פּריג" צעסן פון קאַסטיליע, האָבן חתונה געהאָט א ביידע מלוכות האָבן זיך פאַראייניקט,. פון יענעם מאָמענט הייבּט זיך אָן א נייע עפּאַכע אין דער שפּאַנישער געשיכטע. די פאַראייניקונג פון אַראַגאַנישן דעספּאָט מיט דער פרומער און פאַנאָטישער קאַסטילישער קעניגן --- דאָס איז געווען אַ די מאראנען און זייער עפּאָכע 99 פולקאָמער נצחון פון פיגצטערן קלעריקאַליום. מען דערציילט, אַז נאָך מיידלווייז האָט איזאַבעלאַ צוגעזאָגט איר גייסטלעכן דערציער טאָרקװע- מאַדאָ, אַז ווען זי װעט ארויפטרעטן אויפן טראָן, װעט זי איר גאַנץ לעבן אָפּגעבן, כדי אויסצורוימען די אפּיקורסים און אומגלויביקע פון שפּאַניע און זי האָט איר הבטחה ערלעך דערטילט. כדי צו קעמפן מיט די מאַראַ- נען האָבן די קלעריקאַלן שוין זיך נישט באַנוגנט מיט די אַלטע מיטלען אָנרייצן די פינצטערע מאַסן. זיי האָכן איצט געװאָלט פירן קעגן די מאַ- ראַנען און אומגלויביקע א סיסטעמאַטישן קאַמף, כלומרשט אויפן גרונט פון געזעץ מיט דעם הסכם פון דער קעניגלעכער מאַכט, די קעניגלעכש מאַכט אין שפּאַניע איז ביז איצט געשטאַנען אויף דער זייט פון די קלערי- קאַלן און זיי איז נאָר געבליבן אויסצופועלן אַן הסכמה אויך אין רוים, ביים פּױפ9סט, אַ דאַנק דער ענערגישער אגיטאציע פון די פרומע דאָמינײ קאַנער אין רוים האָט דער פּױפּסט סיקסט דער פערטער אין יאָר 1478 גע" געבן זיין איינשטימונג, צו גרינדן אין שפּאַניע אַ ספּעציעלן מין געריכט, װאָס זאָל משפּטן די אַלע, וועלכע פאַרראַטן די קאַטױלישע רעליגיע, אי- בערהויפּט די מאַראַנען. די קעניגן האָט צוערשט זיך געקװוענקלט און נישט געװאָלט איינפירן דאָס דאָזיקע שרעקלעכע געריכט, װאָס האָט געדאַרפט אָפּשיקן אויף יענער װועלט טויזנטער מענטשן, נאָר עס האָט זיך געמאַכט אַ מעשה, אַז איינער פון די מאַראַנען האָט אַרױסגעלאָזט אַ בוך קעגן קריט" טנטום און דאַן האָט געפּלאַצט דאָס געדולד פון די קלעריקאַלן און דער פרומער קעניגן און עס איז געװאָרן געגרינדעט (1480) דאָס שרעקלעכע געריכט אונטערן נאָמען ,נאַציאַנאַלע אינקוויזיציע", דאָס ערשטע אינקוויזיציע"געריכט איז איינגעפירט געװאָרן אין סע- װילאַ, ס'האָבן זיך אָנגעהױבן אַרעסטן צװישן די מאַראַנען, וועלכע מ'האָט חושד געווען, אַז זיי היטן אָפּ די יידישע רעליגיע. אַלע קריסטן האָבן באַ- קומען אַ באַפעל, צו מעלדן דער אינקוויזיציע וועגן יעדן אומגלױביקן, װאָס איז זיי באַקאַנט, דען אַנדעדש װעט מען ווערן שטרענג באַשטראָפט, דער נאָך איז אַרױסגעגעבן געװאָרן אַן איגסטרוקציע פון 57 פּונקטן, װוי אַזױ צו שפּיאָנירן די אפּיקורסים און מאַראַנען. יעדער פרומער קריסט איז גע װאָרן פאַרפליכטעט, מודיע צו זיין דער אינקוויזיציט וועגן יעדן מאַראַן, װאָס היט אָפּ נישט בלויז די װויכטיקע יידישע מצוות, נאָר װוערט געכאַפּט אין אַזעלכע שרעקלעכע חטאים, װי װאַשן זיך פאַרן עסן, זאַלצן פלייש, 30 גרעץ - די יידישע געשיכטע אָנטון שבת ריינע וועש, שטיין מיטן פּנים צו מזרח בשעתן גאָטס-דינסט אאז"וו. אַזעלכע מסירות האָט די אינקוויזיציע אָנוענומען פון יעדן אייג- ציקן אָן אַ שום חקירה ודרישה און געהאַלטן זיי בסוד. דער שפּיאָנאַזש איז דעריבער אויסגעוואקסן ביז אַ שרעקלעכער מאָס, די מאַראַנען האָבן זיך פאַראייניקט מיט זייערע קרובים פון דער העכערער שפּאַנישער אַריסטאַָ- קראַטיע און באַשלאָסן, צו שטעלן אַ באַװאָפנטן װידערשטאַנד דער אינק" וויזיציע. נאָר די דאָזיקע אין געװאָרן אַנטדעקט און די מאַראַנען איז נאָר געבליבן צו אַנטליפן פון סעוויליאַ. פיל מאַראַנען פון פאַרשידענע שטעט זיינען אַנטלאָפן קיין קאַדי1 מיט דער האַפנונג, אַז דאָרט וועלן זי כלייבן אומבאַשטראָפּט, נאָר די דאָרטיקע מאַכּט האָט באַקומען אַ באַפעל, צו פֿאַרהאַלטן די אַנטלאָפענע, וועלכע מען האָט אַרעסטירט געבראַכט קיין סעוויליאַ און אָפּגעגעבן אין רשות פון דער אינקוויזיציע. באַלד זיינען אַלע תפיסות אין סעוויליאַ איבערפולט געװאָרן מיט אַזעלכע אַרעסטאַנטן, די אומגליקלעכע מאַראַנען האָט מען שרעקלעך גע" פּײיניקט און געצוואונגען, זיי זאָלן זיך מודה זיין סיי אין זייערע אייגענע חטאים, סיי אין די חטאים פון זייערע קרובים און באַקאַנטע. דעם זעקסטן פעברואַר 1481 איז ביי אַ פייערלעכער צערעמאַניע פאָרגעקומען דער ערשטער אױטאָ-דע-פע (אַקט פון גלויבן) אין סעוויליאַ: זעקס מאַראַנען האָט מען לעבעדיקערהייט פאַרברענט אויפן פייער. אין עטלעכע טעג אַרום איז געװאָרן דערמאָרדעט די צווייטע גרופּע מאַראַנען און דערנאָך זיינען די טױט-שטראָפן געװאָרן אַלץ אָפטער. אין משך פון צען מאָ- נאַטן זיינען אין סעוויליאַ אליין פאַרברענט געװאָרן דריי הונדערט מאַראַ- נען, נישט גערעכנט די, װאָס זיינען פאַרמשפּט געװאָרן צו אײביקער תפיסה. פיל פון זיי זיינען געשטאָרבן העלדיש און ביז צום סוף נישט געלייקנט, אַז זיי זיינען געווען יידן, דאָס פאַרמעגן פון די דערמאַרדעטע איז געװאָרן קאָנפיסקירט לטובת דער רעגירונג און אויף אַזאַ אופן איז די רעגירונג געווען פאַראינטערעסירט, אַז עס זאָלן פאַרמשפּט וערן צום טוט װאָס מער מאַראַנען. אין 1482 האָט די אינקוויזיציע אין סעוויליאַ פארעפנטלעכט אן ,אַקט פון גנאָד", אין וועלכן עס איז דערקלערט גע" װאָרן ;אַז אַלע מאַראַנען, װאָס װעלן קומען צו אַ באַשטימטן טערמין און זיך מתודה זיין אין זייערע חטאים, װעלן באַגנאדיקט ווערן. פיל פון די מאַראַנען האָבן נאַאיוו געגלויבט אין דער הבטחה און זיינען געקומען די מאראנען און זייער עפּאַכע ' 31 און זיך מודח געווען, אַז זיי זייגען ווירקלעך ביז איצט געשטאַנען אין באַציאונגען מיט יידן, אָכער דאָ האָט די אינקוויזיציע-מאַכט פון זיי גע" פאָדערט, אַז זיי זאָלן אַרױסגעבן זייעדע קרומים און באַקאַנטע, װאָס היטן די יידישע רעליגיע. די, װאָס האָבן דאָס נישט געװאָלט טאָן, זיינען אייג- געזעצט געװאָרן אין תפיסטה און אוממענטשלעך געפּײניקט געװאָרן די אכּזריות פון דער אינקוויזיציע איז געווען אַזױ גרויס, אַז אפילו דער פּױפּסט איז ארייגגעפֿאַלן אין אַ שרעק, וען ער האָט זיך דערוואוסט ועגן די מוראדיקע עגוים פון די אינקװיזיטאָרן. ער האָט דאַן זיך גע" ווענדעט צום שפּאַנישן קעניג מיט אַן אָנװײזונג, אַז מען דאַרף זיך גיט אַזױי מערדערלעך באַגיין מיט די מאַראַנען און דערביי האָט דער פּױפּטט מרמז געווען, אַז די אינקוויזיציע אַרבעט נישט אַזױ פיל פון יראת שמיט וועגן, װוי צוליב דעם פאַרמעגן, װאָס װוערט קאָנפיסקירט נאָכן טוט פון די מאַראַנען, אין דער זעלבער צייט האָט דער פּױיפּסט אָבער באַשטעטיקט נייע זיבן אינקװיזיטאָרן פאַר שפּאַניע, צווישן זיי אויך דעם באַרימטן טאָרקװעמאַדאָ, אין אָקטאָבער 1482 איז דער , אומשטערבלעכער" טאָרקװעמאַדאָ באַשטימט געװאָרן וי ,, גענעראל - אינקװיזיטאָר?" אין שפּאַניע און פון דעמאָלט אָן איז די אינקויזיציע אין שפּאַניע געװאָרן נאָך פיל שרעק- לעכער. טאַרקװעמאַדאָ האָט אין זיך פאַראײיניקט דעם טאַלאַגט פון אַ / געניאַלן שפּיאָן צוזאַמען מיט אַן אומגעוויינלעך דעספּאָטישן כאַראַקטער, ער האָט אױיסגעאַרבצט אינסטרוקציעס פֿאַר די אינקװיזיטאָרן, אנטוויקלט אָרום זיך אַ גאַנצע אַרמײ פון שפּיאַנען און איינגעאָרדנט א קונציקע נעץ, צו פאַרכאַפּן די אומגליקלעכע מאַראַנען. װוער עס איז נאָר ארײנגעטאַלן אין דער נעץ, איז שוין אַ לעבעדיקער נישט אַרױס, דאָרט, וואו עס זייגען נישט געווען גענוג ראיות צו באַװײון די שולדיקייט פון די מאַראַנען האָט מען די שולד ,,באַװויזן? דורך שרעקלעכע ענוים. אונטער די שרעק" לעכע ענוים האָבן די אומגליקלעכע געמווט מודה זיין זיך אין זייערע חטאים און אויך אַרױסגעבן זייערע אייגענע עלטערן און קינדער, אַזױ אַז יעדער פּראָצעס האָט באַשאַפן נאָך פיל אַנדערע פּראָצעסן, און יעדער אַרעסט האָט געבראַכט צו פיל נייע אַרעסטן טאָרקװעמאַדאָ האָט פֿאַף- קלענערט די שטראָף נאָר פאַר יענע מאַראַנען, וועלכע זיינען מיטן גוטן ווילן אליין געקומען און זיך מתודה געוען אין זייער פאַרברעכן, די, 2 גרעץ - די יידישע געשיכטע ווידער, װאָס זיינען אַרעסטירט געװאָרן דורך די אַגענטן פון דער אינק" וויזיציע, זיינען פאַרשמאַכט געװאָרן אין די טורמעס, װאָס זיינען באַ" שטאַנען פון פינסטערע היילן און זיי זיינען געװאָרן שרעקלעך געפּײיניקט, אַז דער טוט איז פאַר זיי שוין געווען פיל ליבער. די טויט-שטראָף איז באַשטאַנען נאָר אין פאַרברענען אויפן פיער (אָן בלוט-פאַרגיסונג", װי עס האָט באַפּױלן דער שרעקלעכער אינקװיזיטאָר טאָרקװעמאַדאָ), די מאַראַנען, װאָס האָבן אויך פאַרן טוט נישט געװאָלט תשובה טאָן, האָט מען צוגעבונדן צו אַ סטױפּ אין מיטן שייטערהויפן און לעבעדיקערהייט פאַרברענט, מיט די, ווידער, װאָס האָבן פאַָרן טױט יאָ תשובה געטאָן האָט מען געטאָן אַ חסד: זיי האָט מען פריער דערשטיקט און דערנאָך פאַרברענט, אויסער סעוװויליאַ זיינען געגרינדעט געװאָרן אינקוויזיציעס נאָך אין אַנדערע שטעט און פון די נייע אינקװיזיטאָרן האָט זיך אױיסגעצייכנט פּעדראָ דע-אַרבועס, הױפּט אינקװויזיטאָר פון אַראַגאָניע. ער האָט באַנוצט קעגן די מאַראַנען אַזעלכע שרעקלעכע מיטלען, אַז ער האָט אַרױסגערופן קעגן זיך אַן אַלגעמײנע אויפרעגונג אפילו צװישן די קריסטן, די אויפ- געבראַכטע מאַראַנען האָבן קעגן אים געמאַכט אַ פאַרשווערונג און איין מאָל, ווען דע-אַרבועס איז געגאנגען איינער אליין אין קירכע אריין מתפּלל זיין, זיינען אַהין אריינגעדרונגען דריי מאַראַנען און אים דערשטאָכן אויף טויט אין דעם מאָמענט, ווען ער האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אויף די קני פאַרן אַלטאַר. די דאָזיקע פאַרשװערונג האָט אָבער געבראַכט נאָר דערצו, אַז די אינקוויזיציע איז נאָך מער פאַרשטאַרקט געװאָרן, און די אַרעסטירטע פאַר- שווערער זיינען געשטאָרבן מיט אַ שרעקלעכן טױט, די צאָל פון די אַרעסטן אין גאַנץ אַראַגאָניע האָט זיך פאַרגרעסערט. איינער פון די דאַמאָלטדיקע יידישע מגידים יצחק עראמה, דער ,בעל עקדה", שרייבט: ;אין גאַנץ שפּאַניע מיט אירע אינדזלען גייט ביז צום הימל דער רויך פון די הויפנס פייער, אויף וועלכע מען פאַרברענט די מאַראַנען. אַ דריטל פון זיי איז שוין אומגעקומען אין פייער, אַ דריטל איז זיך צעלאָפן און באַהאַלטן זיך אין פאַרשידענע ערטער, בשעת די איבעריקע לעבן אין שטענדיקן פּחד, ווען זי זעען צו דאָס, װאָס קומט-פאָר פאַר זייערע אויגן". טאָרקװעמאַדאָ האָט אָבער גוט פאַרשטאַנען, אַז ער קאָן נאָר ברענען אויפן פייער און פּײניקן, נאָר נישט אײנפּלאַנצן קיין ,,ליבע? צו דער די מאראנען און זייער עפּאָכע ' 58 קריסטלעכער דעליגיע, אין נאָמען פון וועלכער מען האָט אָפּגעטון אַזעלכע שרעקלעכע מעשים, און ער האָט זיך גענומען צום תוך, אונטערגעגראָבן דעם װאָרצל, פון וועלכן די מאַראַנען האָבן געצויגן זייער קראַפט און מוט, דאָס הייסט די יידישע רעליגיע אליין. כדי אונטערצוברענגען די יידישע רעליגיע ;האָט מען אָבער פריער געמוזט פאַרניכטן די יידן, דען טאָרקװע- מאַדאָ האָט גוט געוואוסט, אַז װאָס גרעסער עס איז דער דרוק, אַלץ שטאָר" קער ווערט דער װידערשטאַנד, און אוב פיל פון די מאַראַנען קאָנען ניט ביישטיין דעם גרויסן נסיון און שרעקנדיק זיך פאַר דעם אכזריותדיקן טויט מוזן זיי זיך אונטערגעבן, דערפאר װוערט אָבער, וי שטאָל און אייזן, שטאַרק דער כאַראַקטער פון יענע געציילטע מוטיקע מאַראַנען, װאָס האָבן באַשלאָסן בייצוקומען אַלע יסורים ,און פאַר זיי וועלן שוין קיין שום אינק- וויזיציעס ניט העלפן, די דאָזיקע מוטיקע מאַראַנען זיינען ווירקלעך פיל געשטיצט געװאָרן דורך די יידן, װאָס האָבן אין דער שטיל אונטערגע- האלטן די באַציאונגען מיט זיי, באַזאָרגט זיי מיט כשר עסן, מיט מצה אויף פּסח און געהיים געלערנט זייערע קינדער יידישקייט. כדי אונטער" צוברענגען דעם װאָרצל גופא, איז דעם גרויסן אינקװיזיטאָר איינגעפאַלן אַ טײיװולאָנישער פּלאַן : מאַכן די רבנים פאַר שפּיאָנען, ד"ה פאַרפליכטן זיי, אָז זיי זאָלן מודיע זיין דער אינקוויזיציע וועגן יעדן איינציקן מאַראַן. דאָס איז ווירקלעך געווען אַ שרעקלעכער פּלאַן, פון וועלכן עס איז אומ- מעגלעך געווען זיך אויסצודרייען, און די רבנים האָבן זיך געקעגט העלפן נאָר מיט איין זאַך: אַנטלױפן פון שפּאַניע. עס האָט זיך אָנגעהױבן אַן אַנטלױפן פון די רבנים און די איבעריקע יידן האָבן געציטערט, ווען זײ האָבן געפילט, אַז די שלאַנג פון דער. אינקוויזיציע װעט באַלד אויך זי דערגרייבן, צו יענער צייט האָט אין שפּאַניע געלעבט אַ מענטש, אויף וועלכן יידן האָבן געקוקט, װוי אויף זייער מלאך הגואל, װוי אױף זײיער איינצי קער שטיצע קעגן דעם שרעקלעכן טאָרקװעמאַדאָ, דאָס איז געווען דער באַוואוסטער געלערטער און שטאַטסמאַן דון יצחק אַבאַרבאַנעל (אָדער אַבראַבאַנעל, 1508-1427), ער איז געווען אַ זון פון אַ יידישער אַריס- טאָקראַטישער פּאַמיליע, װאָס האָט גערעכנט איר יחוס פון דוד המלך. אין דער יוגנט האָט ער זיך דערצויגן אין ליסאַבאָן, די הױפּטשטאָט פון פּאָרטוגאַל, וואו יידן האָט זיך פון שטענדיק אָן געלעבט פיל רואיקער, 24 גרעץ - די יידישע געשיכטע וי אין שפּאַניע, חַ דאַנק זיין גרויסער בילדונג אין יידישקייט און אין וועלטלעכע זאַכן האָט ער געשפּילט אַ ויכטיקע ראָל סיי ביי יידן, סי ביי קריסטן, ער איז געווען אַ פילזייטיקער געלערטער, פילאָזאָף, רע" ליגיעזער דענקער און צוזאַמען דערמיט אַן אַריסטאָקראַט לויט זיינע פֿיי- נונגען און זיין דערציאונג. דער פּאַרטוגאַלישער קעניג אַלפאָנס דער פינפטער האָט אים צוגענומען אין הויף אריין און געגעבן אַ שטעלע אין דער רעגירונג. אברבנאלס הויז איז פון דאַן אָן געװאָרן אַ פּונקט, וואוהין עס פלעגן זיך צונויפקומען די פאָרשטײיער פון דער בעסטער געזעלשאַפט, נאָר פּלוצלינג, בעת דער טראָןדענדערונג, האָט אים געטראָפן אַן אומגליק; זיין פריינד, דער הערצאָג דע-בראַגאַסאַ, זייער אַן אָנגעזעענע פּערזאָן אין הויף, איז באַשולדיקט געװאָרן אין אַ פאַרשװוערונג קעגן נייעם קעניג יאָהאַן דעם צווייטן און דערפאַר אָפּגעגעבן זיין קאָפּ אויף דער תליה, אַזא גורל האָט אויך דערװאַרט אברבנאלן און ער איז אַנטלאָפן קיין קאַסטײ ליען, און איבערגעלאָזט אין ליסאַבאָן זיין גאַנץ פאַרמעגן, װאָס איז קאָנ- פיסקירט געװאָרן דורכן קעניג. ווען ער האָט זיך באַזעצט אין טאָלעדאָ (1483), האָט אברבנאל זיך גענומען פלייסיק צו זיין ליטעראַרישער אַרבעט און ער האָט אָנגע- הויבן שרייבן אַ ווערק, װאָס איז שוין לאַנג געווען ביי אים אין קאָפּ: אַ פילאָזאָפיש בוך וועגן יידנטום. נאָר באַלד האָט מען זיך אין הויף דער וואוסט וועגן די גרויסע פינאַנציעלע פעאיקייטן פון געוועזענעם פארט" גאַלישן שטאַטסמאַן, און אַזױ װוי די פינאַנצן אין שפּאַניע זיינען דעמאָלט געווען זייער פאַרפּלאָנטערט, האָט מען זיך ניט גערעכנט מיט זיין יידישן שטאָם און אים באַשטימט וי פאַרװאַלטער פון די מלוכה-הכנסות. אבר" בנאל האָט פיל אויפגעהויבן דעם צושטאַנד פון די שפּאַנישע פינאַנצן אין די אַכט יאָר, װאָס ער איז געווען אויף זיין שטעל, איז די שפּאַנישע פינאַנציעלע לאַגע געווען גוט. אַ דאַנק דעם האָט שפּאַניע זיך איינגעגעבן צו ענדיקן מיט נצחון די לאַנגע מלחמה, װאָס זי האָט געפירט קעגן דער לעצטער פעסטונג פון דער אַראַבישער הערשאַפּט אױף דער פּירענעאישער האַלב-אינדזל, גראַנאַדאַ און אברבנאלן, איז גאָרנישט אײינגעפאַלן, אַז דער סוף פון דער מלחמה און דער נצחון פון שפּאַניע װעלן האָבן אַזאַ גרויסן באַדײט פאַרן שיקזאַל פון זיינע ברידער. ווען גראנאדאַ האָט זיך אין 1492 ענדלעך אונטערגעגעבן, נאָך א די מאראנען און זייער עפּאַכע ' 58 קאַמף פון כמעט אַכט הונדערט יאָר, האָט גאַנץ שפּאַניע דערשפּירט אַן אומגעוויינלעכע התלהבות. די גאַציאָנאַלע שטימונג אין לאַנד האָט זיך שטארק געהויבן, אַלע האָבן זיך געפרייט פון דעם פאַקט װאָס זיי זיינען פּטור געװאָרן פון דער לעצטער אראַבישער שליטה אױיף זײיער ערד, און מיט דער דאָזיקער פאָלקס-התלהכות האָט זיך באַנוצט טאָרקװעמאַדאָ, כדי איינצופירן אייןראיינציקע רעליגיע אין דער גאַנצער מלוכה און אויס- צוװואָרצלען פון שפּאַניע אַלע פרעמדע רעליגיעס. ער האָט זיך באַמיט צו באַװײזן דעם קעניג מיט דער קעניגן, אַז די קאַטױלישע קירכע װעט נאָר דאַן קאָנען אָפּהאַלטן אַ פולקאָמען נצחון, ווען אין לאַנד װעט נישט זיין קיין איינציקע יידישע שול, אַז יידן זיינען שטאַרק געפערלעך, באַזונדערס דערמיט, װאָס זיי ציען אָפּ פון דער קאַטולישער קירך די מאַדאַנען, און ער האָט דעריבער געבעטן דעם קעניג, איין מאָל פאַר אַלע מאָל פּטור צו ווערן פון יידן און אַרױסטרײבן זי פון לאַנד, דאָס זאָל אויך זיין אַן אויסדרוק פון דאַנקבאַרקײט צו גאָט פאַר דעם גרױסן שפּאַנישן נצחון איבער די אַראַבער,. דער קעניג האָט ענדלעך געפאָלגט און אַרױסגעגעבן אַ באַפעל, אַז אַלע יידן, װאָס וועלן זיך ניט שמדן, דאַרפן פאַרלאָזן שפּאַניע אין פאַרלױף פון פיר מאָנאָטן. די אַרױסגעטריבענע װערט דערלויבט מיט- צונעמען מיט זיך זייער פאַרמעגן, אויטער גאָלד, זילבער און טײיערע חפצים, װאָס דאַרפן אָפּגעגעבן װערן אין אוצר פון דער מלוכה. יעדן קריסט װערט שטרענג פאַרבאָטן אַרױסצוװוײיזן שטיצע יידן, אָדער אויס- באַהאַלטן זיי נאָך דעם באַשטימטן טערמין, די איינציקעט האָפענונג פון יידן איז געבליבן אברבנאל, וועלכער איז צוזאַמען מיט דעם אָפּיציעלן יידישן הויפּט-ראַבינער אברהם סעניאָר אַװעק אין הויף און דאָרט מיט טרערן אין די אויגן געבעטן דעם קעניג מיט דער קעניגן, זיי זאָלן מבטל מאַכן די שרעקלעכע גזירה. אַזױ וי זיי האָבן גע" וואוסט, אַז א גרויסע ראָל האָט דאָ געשפּילט די תאוה פון קעניג צום גאָלד און זילבער, װאָס װעט בלייבן נאָך די אַרױסגעטריבענע יידן, האָבן די יידי- שע דעפּוטאַטן פארגעלייגט דעם קעניג אַ גרויסע סומע געלט און יענער האָט שוין געהאָט מסכים געווען אָפּצושאַפן דעם ערשטן באַפעל, אָבער דאָ האָט זיך צום קעניג פלוצלינג אַרײנגעריסן טאָרקװעמאַדאָ מיט אַ קרייץ אין די הענט און זיך געװוענדט צום קעניג מיט דער קעניגן, און אויסגעשריגן: ;יודאַס האָט פאַרקויפט קריטטוסן פאַר 230 זילבער-שטיק, און איר װוילט 6 : / גרעץ - די יידישע געשיכטע אים פאַרקויפן פאַר 30 טויזנט! נאַט זשע אייך, דאָ האָט איר אים --- און פאַרקויפט!* מיט די װערטער האָט דער גרויסער אינקװיזיטאָר אַװעקגע- װאָרפן דעם קרייץ און אַרױסגעלאָפן. די דאָזיקע סצענע האָט געמאַכט אַ שרעקלעכן איינדרוק אויף דער פרומער קעניגן. די יידישע שתדלנים האָבן באַקומען אַ קאַטעגאָרישן אָפּזאָג און סוף אַפּריל האָבן די העראָלדן און טראָמפּעטער מודיע געווען איבערן גאַנצן לאַנד, אַז יידן ווערט געגעבן אַ טערמין ביז דעם 31-טן יולי 1492 (זי אָב) צו פאַרלאָזן שפּאַניע. װער עס װעט בלייבן נאָך דעם טערמין דאַרף אָדער געטויפט, אָדער געטויט ווערן, שרעקלעך טראַגיש איז געווען די לאַגע פון יידן. הונדערטער טוי" זנטער משפּחות האָבן געדאַרפט זיך צעשיידן מיט דעם לאַנד, וואו זייערע אורעלטערן האָבן אָפּגעלעבט אַכט הונדערט יאָר, מיט דער ערד, װאָס זי האָבן, נישט געקוקט אויף אַלע צרות, דאָך הייס געליבט, וי אַן אמת פאָ- טערלאַנד. דאָ האָבן יידן אין משך פון אַכט דורות געלעבט און געאַרבעט, געשאַפן און זיך באַטײליקט אין אַלגעמײנעם מלוכה- לעבן; דאָ האָבן זי אויך געהאַט אַ גײסטיקינאַציאָנאַלן צענטער; דאָ איז באַשאַפן געװאָרן די יידישע פּאָעזיע, פילאָזאָפּיע און דער יידישער אַריסטאָקראַטיזם, און מיט דעם אַלעמען האָבן זיי זיך איצט געדאַרפט שיידן אויף אײביק, זיך לאָזן אין דער וועלט אַריין און דערצו נאָך מאַטעריעל ווערן רואינירט, דער טער- מין איז געווען אַזױ קורץ, אַז עס איז אוממעגלעך געווען צו טראַכטן וועגן אײנאָרדענען די מאַטעריעלע אינטערעסן; דאָס גאַנצע יידישע פאַרמעגן האָט געמוזט בלייבן הפקר. דער גרעסטער טייל יידישע הייזער איז געבליבן אומפאַרקויפט, אין בעסטן פאֵל האָט מען אַװעקגעגעבן אַ שיין הויז פאַר אַן אייזל, אָדער אַ שיינעם גאָרטן פאַר אַ שטיק טוך. נישט געקוקט דע- רויף, זיינען יידן געבליבן פעסט און נישט פאַרלאָרן דעם מוט. נאָר גע ציילטע, צווישן זיי דער אױבנדערמאָנטער ראַבינער אברהם סעניאָר, האָבן זיך אָפּגעשמדט און אַרױסגערופן גרויס פרייד אין הויף. אָבער דער גרעס- טער טייל יידן האָט זיך נישט באַשלאָסן אויף קיין פאַרראַט און בעסער גענומען דעם װאַנדער-ישטעקן אין האַנט און זיך געלאָזט איבער דער גרוי- סער וועלט, זוכן אַ נייע היים, סוף יולי איז געווען דער לעצטער טאָג פון באַשטימטן טערמין, נאָר מיט יידן האָט מען געטון אַ חסד און פאַרלענגערט דעם טערמין אויף 2 טעג, ביז דעם 2-טן אױגוסט 1492, אין יענעם טאָג, פּונקט תשעה באָב, די מאראנען און זייער עפּאָכע יה 97 האָבן קרוב 200,000 יידן, מענער און פרויען, אַלט און יונג, זקנים און קינדער, פאַרלאָזט זייער פאָטערלאַנד, אויסער דעם האָבן נאָך פיל יידן פאַרלאָזט שפּאַניע פאַרן טערמין און דער ,מנורת המאור", רב ר' יצחק אַבוהב איז אַװעק אין דער שפּיץ פון פופציק פאָרשטייער פון יידישע קהלות זוכן אַן אָרט פאַר זיי אין פּאָרטוגאַל. עס האָט זיך אָנגעהױבן די שרעקלעכע אױיסװאַנדערונג; פאַרן פאַרלאָזן שפּאַניע זיינען די פאַרטרי" בענע געגאַנגען זיך געזעגענען מיט זייערע עלטערן אויף די בית-עלמינס, גראַנדיעז און שרעקלעך איז געווען די דאָזיקע סצענע. אין משך פון דריי טעג און דריי נעכט זיינען צענדליקער טויזנטער יידן מיט זייערע פרויען און קינדער געלעגן אויף די קברים פון זייערע עלטערן און באַגאָסן זיי מיט הייטע טרערן, פיל האָבן אויסגעריסן שטיקער פון די מצבות און מיטגע" נומען מיט זיך וי אַ זכר, אָדער געשאָנקען דאָס די איבערגעבליבענע מאַ- ראַנען. די סצענעס זיינען געװען אַזױ האַרצרײסנדיק, אַז אַפּילו פיל קריסטן האָבן זיך נישט געקאָנט איינהאַלטן און געװויינט צוקוקנדיק. די פאַרטריבענע האָבן זיך געלאָזט וואוהין די אויגן האָבן געטראָגן, אַ גרוי" סער טייל האָט זיך אַװעקגעלאָזט קיין נאַװאַראַ און איבערהויפּט קיין פּאָר" טוגאַָל; אייניקע זיינען מיטן ים אַװעק קיין איטאַליע, אָדער טערקיי און אָפּריקע;: אברבנאל מיט אַ גרופּע עמיגראַנטן האָבן זיך באַזעצט אין נעאַ- פּאָל, טאָרקװעמאַדאָ האָט אין פאַרלױף פון זיין פערצן-יעריקער טעטיקייט פאַרברענט אויפן פייער העכער 8,000 מאַראַנען און פיל טויזנטער אַנ" דערע האָט ער פאַרפײניקט אין די טורמעס. פון יידן איז מען פּטור גע" װאָרן דורכּן גירוש און שפּעטער האָט מען זיך אויך גענומען צו די מ סולמאַנער און אויך זיי האָט מען געגעבן די ברירה: אָדער זיך טויפן, אָדער פאַרלאָזן דאָס לאַנד, אין גיכן האָבן אָבער אַלע איינגעזען, װאָס פאַר אֵן אומגליק די אינקוויזיציע איז געווען נישט בלויז פאַר די ;אומגלויביי קע", נאָר אויך פאַר די שפּאַניער אַלײן, אַ פאָלק, װאָס איז דערצויגן גע" װאָרן אויף אינקוויזיציעס און אַכזריות, האָט געמוזט פאַרלירן זיין פעאי- קייט צו שאַפן און צו לעבן קולטורעל. שפּאַניע האָט פאַרלוירן אַזאַ נוצ" לעכן האַנדלס-קלאָס, װי יידן, װאָס האָבן פיל אויפגעהויבן די שפּאַנישע אינדוסטריע, און אין גיכן, נישט געקוקט אויף די אויסערלעכע נצחונות און אויף דער דעראָבערונג פון די רייכסטע קאָלאָניעס אין אַמעריקע נאָך 38 7 : גרעץ - די יידישע געשיכטע קאָלומבוסעס אַנטדעקונג --- איז שפּאַניע געװאָרן פאַרלאָזט און פאַראָרימט און האָט אָנגעהויבן פאַלן אַלץ נידעריקער און נידעריקער, אין נאַװאַראַ און פּאָרטוגאַל, וואוהין עס האָבן זיך אַ לאָז געטון די יידישע עמיגראַנטן, האָבן יידן אַ קליינע צייט געפונען מנוחה. דער אויבנ- דערמאָנטער ר' יצחק אבוהב, װאָס האָט זיך פאָרגעשטעלט פאַרן פּאָרטר געזישן קעניג און געבעטן אַן אָרט פאַר זיינע ברידער, האָט אױסגעפּועלט ביים קעניג אַ דערלויבעניש צו באַזעצן זיך אין פּאָרטוגאַל, פאַר אַן אומ- געהויער גרויסער סומע געלט און דאָס נאָר פאָרלויפיק, נישט מער, וי אויף אַכט חדשים. מער פון דעם טערמין האָבן געקענט דאָרט בלייבן נאָר די יידישע גרויטע קאַפּיטאַליסטן און אייניקע האַנטװערקער, אין פּאָרטן- גאַל האָבן זיך דאַן באַזעצט אַן ערך 120,000 יידישע מגורשים; פיל האָבן זיך באַזעצט אין נאַװאַראַ, אָבער אויך דאָרט האָבן זיי נישט געפונען קיין רו. דער שפּאַנישער קעניג האָט זיי אויך דאָ פאַרפאָלגט און געבעטן דעם נאָװאַרער קעניג, אַז ער זאָל ביי זיך נישט דערלאָזן קיין יידן. דאַן האָט מען יידן ווידער פאָרגעלייגט: אָדער שמדן זיך, אָדער פאַרלאָזן דאָס לאַנד, די מאָס פון יסורים איז שוין געווען איבערפולט און פיל האָבן נישט אויס- געהאַלטן און זיך געשמדט, די איבעריקע האָבן גענומען דעם װאַנדער- שטעקן און זיך געלאָזט ווייטער. דער פּאָרטוגעזישער קעניג האָט זיך באַצױגן צו יידן נישט בעסער פון דעם שפּאַנישן. ער האָט זיך מיט יידן באַנוצט, ווען ער האָט זיי גע דאַרפּט, אָבער אין אַלגעמײן האָט ער זיך באַצױגן צו זי מיט שנאה. לויט דער פאָדערונג פון פּױפּסט האָט ער געגריגדעט אין פּאָרטוגאַל אַן אינקווי" זיציע"קאָמיסיע, אויסצוזוכן די מאַראַנען, װאָס זיינען אַנטלאָפן פון שפּאַ- ניע, און אין גיכן האָט זיך אים געמאַכט אַ גוטע געלעגנהייט פּטור צו ווערן פון אַלע יידן מיט אַמאָל, צווישן די פאַרמאַטערטע, אויסגעהונגערטע יידי- שע מגורשים האָט זיך אָנגעהובן אַן עפּידעמיע, װאָס האָט צוגענומען יצענדליקער טויזונטער מענטשן (ענדע 1492 איז געשטאָרבן ר' יצחק אַבוהב) און די פּאָרטוגעזער האָבן אָנגעהױיבן זיך באַקלאָגן אויפן קעניג, פאַרװאָס ער האָט אַרײנגעלאָזט אין לאַנד די ,דורך גאָט פאַרשאָלטענט" יידן. דאַן האָט מען די יידן אָנגעהױיבן אונטעראיילן, אַז זיי זאָלן װאָס גי- כער פאַרלאָזן דאָס לאַנד. מען האָט זיי געגעבן שיפן און די אומגליקלעכע האָבן זיך ווייטער געלאָזט אין וועג אַריין. נאָר דאָ האָבן זיך פאַר זיי אָנ- די מאדאנען און זייער עפּאַכע יי 39 געחויבן נייע צרות. כדי זיי זאָלן ניט פאַױרשלעפּן מיט זיך די עפּידעמיע, האָט מען אומעטום זיי מורא געהאָט אַרײנצולאָזן און זיי האָבן געמוזט עטלעכט מאָנאָטן װאַנדערן איבערן ים, פֿאָרן פון איין אָרט צום צװייטן, זיין אין גאַנצן אין רשות פון די שיפס'קאפּיטאנען און מאַטראָסן, װאָס האָבן זיי באַהאַנדלט, װוי שקלאַפּן, זיי געמוטשעט מיט הונגער און אָפט אויך צוגענומען ביי זיי די פרויען און טעכטער, איינע אַזאַ שיף האָט פאַר" בלאַנדזשעט צום ברעג פון מאַלאַנא, נאָר אַחין האָט מען זי נישט געװאָלט אַרייגלאָזן, דאַן האָט די שיף זיך אָפּנעשטעלט אויפן ים און לויטן באַפעל פון דאָרטיקן בישאָף פלעגן יעדן טאָג קומען אויפן שיף גייסטלעכע און אַגיטירן צװוישן די אומגליקלעכע װאַנדערער, אַז זיי זאָלן זיך שמדן. עט- לעכע טעג האָט געדויערט די אַגיסאַציע; און ווען דער בישאָף האָט געזען, אז עס העלפט נישט, האָט ער באַפױילן, נישט אַרױסצוגעבן די עמיגראַנטן קיין עסן, אפילו ברויט און װאַטסער. פינף טעג האָט מען זיי אַזױ געפּײ- ניקט מיט הונגער. פיל האָבן נישט אױסגעהאַלטן און הונדערט מענטשן האָבן ענדלעך זיך געשמדט, נאָר פופציק האָבן זיך געהאַלטן פעסט ביז צום סוף און זיינען איינציקוויין אױסגעשטאָרבן פון הונגער. נאָך ערגער איז געווען דער גורל פון די יידן, װאָס זיינען צוליב מאַנגל אין געלט אָדער אַנדערע סיבות געבליבן אין פּאָרטוגאַל אויך נאָך דעם באַשטימטן טערמין פון אָכַּט מאָנאַטן, זיי זיינען דערקלערט געװאָרן וי לייכ-אייגענע פון קעניג און צעסיילט געװאָרן צווישן די הויף-לייט, די קליינע קינדער פון די יידן האָט מען אַװעקגעשיקט אויף די ווילדע אינדז- לען סאַן-טאָמאַס, כדי דאָרט זיי צו דערציען אין קריסטלעכן גייסט, נאָר די קינדער זיינען דאָרט אומגעקומען פון דעם בייזן קלימאָט און פון שלאָג" גען און עקדישן. ווען עס איז געשטאָרבן דער קעניג יאַהאַן און די מאַכט אין אי" בערגעגאַנגען צו עמנואל (1495), האָבן יידן אָנגעהויבן האָפן אויף אַ ישועה. עמנואל האָט ווירקלעך נישט שלעכט זיך באַצױיגן צו יידן און צו" ריקגעשענקט די פרייהייט יענע עמיגראַנטן, װאָס זיינען דערקלערט גע- װאָרן פאַר שקלאַפן; אָבער דאַָ איז אונטערגעקומען א פּאַליטישע אינטױי- גע, צוליב וועלכער דער קעניג האָט שאַרף געביטן זיין באַציאונג צו יידן. עמנואל האָט שטארק געװאָלט חתונה האָבן מיט דער עלטסטער טאָכטער פון שפּאַנישן קעניג, ווייל ער האָט געהאָפט, אַז ער װועט אַמאָל זיין דער 40 2 גרעץ - די יירישע געשיכטע יורש פון שפּאַנישן טראָן. פערדינאַנד האָט דערויף מסכים געווען, נאָר געשטעלט אַ באַדינג, אַז עמנואל זאָל אַרױסטרײבן פון זיין לאַנד אַלע יידן, די כלה אַלײן האָט אויך אַנדערש נישט געװאָלט מסכים זיין צום שידוך. עמנואל האָט דערויף איינגעשטימט און דעם 25-טן דעצעמבער 1496 איז אַרױס אַ באַפעל, אַז אין פאַרלוף פון צען מאָנאַטן דאַרפן אַלצ יידן, סיי די איינגעבוירענע, סיי די אָנגעקומענע פון שפּאַניע, פאַרלאָון דאָס לאַנד, אָדער זיך שמדן, דער קעניג האָט זיך פאַקטיש זייער נישט געװאָלט שיידן מיט די יידן, װאָס זיינען געווען זייער נוצלעך פאַרן לאַנד, און ער האָט געהאָפט, אַז אין משך פון די צען מאָנאַטן װעט זיך אים איינגעבן איבער- צוריידן די יידן, זיי זאָלן זיך שמדן. ווען ער האָט אָבער געזען, אַז דאָס גייט נישט, האָט ער זיך באַשלאָסן אויף אַ טיײיװולאָנישן פּלאַן, כדי מיט געװאַלד אָפּצושמדן אַלע יידן. ווען זיי האָבן זיך דערוואוסט וועגן דעם, האָבן יידן זיך אונטערגעאיילט און נאָך פאַר דעם טערמין זיך געלאָזט אין וועג אַרײן. דאָס האָט זייער אויפגעבראַכט דעם קעניג און ער האָט באַ- פוילן, צו מאַכן אַן אָנפאַל אויף די יידן אין ליסאַבאָן, װאָס זיינען שוין געווען גרייט אין וועג אַרײן, צוצונעמען ביי זיי זייערע קינדער יינגער פון 4 יאָר, מיט געװואַלד זיי אָפּשמדן און אָפּגעבן אויף דערציאונג צו קריסט- לעכע פאַמיליעס. דאָ זיינען פאָרגעקומען שרעקלעכע סצענעס: פיל קינדער האָט מען געשלעפּט ביי די האָר אין קירכע אַרײן און אָפּנעשמדט: די על- טערן זיינען, װוי משוגעים, מיט יללות נאָכגעלאָפן זייערע קינדער; אייני- קע האָבן באַלד אויפן אָרט דערשטאָכן פריער די קינדער און דערנאָך זיך אַלײין; אַנדערע האָבן נישט אױיסגעהאַלטן און זיך געשמדט, אַבי נישט צו שיידן זיך מיט די קינדער. אין האַרבסט 1497 איז געקומען דער לעצטער טערמין. אין פּאָרט פון ליסאַבאָן האָבן זיך פאַרזאַמלט אַן ערך 20 טויזנט יידן, װאָס זיינען געווען פאַרטיק צו פאַרלאָזן דאָס גיהנם-לאַנד, נאָר דאַ האָט מען די שרעק- לעכע ענוים געפירט נאָך װיײיטער: מען האָט זיי פאַרהאַלטן אַזױ לאַנג, ביז עס איז פאָריבער דער לעצטער טערמין, און דאַן האָט מען זיי דערקלערט, אַז אַזױ ווי זיי האָבן דורכגעלאָזט דעם טערמין, זיינען זיי שוין איצט שקלאַפן פון קעניג און ער קען איצט טון מיט זיי, װאָס ער וויל. מען האָט זיי פאָרגעלייגט זיך צו שמדן און די, װאָס האָבן נישט געװאָלט, האָט מען געפּײניקט מיט הונגער. נאָר ווען דאָס האָט אויך נישט געהאָלפן, האָט די מאראנען און זייער עפּאָכע הי 4 מען װידער זיי געשלעפּט פאַר די האָר אין דער קירכע אַריין. פיל האָבן זיך אויפן וועג אויסגעריסן און זיך געװאָרפן אין װאַסער, אָדער אַראָפּ- געשפּרונגען פון דאַך, נאָר דאָס רוב האָבן לפּנים זיך געשמדט, כדי בי דער ערשטער געלעגנהייט צו אַנטלױפן פון לאַנד. די אַנטלאָפענע זיינען אַװועק קיין טערקיי און קיין צפו-אַפריקע, אָבער נאָר אַ קליינער טייל פון זי האָט דערגרייכט דעם ציל. פיל זיינען אויפן װעג אױיסגעשטאָרבן פון הונגער און מאַטערניש, אַנדערע זיינען אַרײנגעפאַלן אין די הענט פון גזלנים און פאַרקויפט געװאָרן פאַר שקלאַפן, אָט אַזױ איז אונטערגעגאַנגען דער יידישער קולטורעלער צענטער אויף דעם פּירענעאישן האַלב-אינדזל, און די יללות פון די פאַרטריבענע און געפּײניקטע, צוזאַמען מיט די קלאָג"לידער און קרעכצן פון חורבן, װעלן נאָך לאַנג, לאַנג אָפּקלינגען אין דער יידישער ליטעראַטור און איבערלאָזן אַ טיפן שפּור אין דער פּסיכאָלאָגיע פונעם גלות-יידן. אָבער דאָס יידנטום איז ווידער פֿאַרבליבן: דער יידישער גייסטיקער צענטער װערט אַריבער- געטראָגן אויף אַן אַנדער אָרט, און דאָרט ווערט ווייטער געשמידט די איי- ביקע קייט פון דער נאַציאָנאַלער יידישער קולטור, קאַפּיטל צַוויי דער נייער טענטער אין טערקי דאָס אַרױסטרײבן יידן פון שפּאַניע און פּאָרטוגאַל איז געװען אַ געשעעניש פון דער גרעסטער װוינטיקייט אין דער געשיכטע פון יידן אין אַלע לענדער. דער קולטורעלער יידישער צענטער, װאָס האָט זיך פינף הונ- דרט יאָר געהאַלטן אין שפּאַניע, אין איצט געפאַלן און די שפּאַנישע יידן אַלײין האָבן געמוזט ווידער נעמען דעם װאַנדער-שטעקן אין האַנט און זיך לאָזן אין גלות. דאָס האָט געמוזט ברענגען צו וויכטיקע רעזולטאַטן פאַר דער אַלגעמײנער יידישער געשיכטע, און אומעטום, ואו יידן האָבן זיך דערוואוסט וועגן דעם גרויסן אומגליק פון די שפּאַנישע יידן, איז געװאָרן אַ יללה און אַ טרויער. זיי האָבן פאַרשטאַנען וי געהעריק אָפּצושאַצן די רעזולטאַטן פון דעם דאָזיקן שרעקלעכן נאַציאָנאַלן אומגליק; אין די אויגן פון אַלע יידן אין דער װעלט זיינען די שפּאַנישע ברידער באַטראַכט גע" װאָרן, װוי די איידלסטע, די שענסטע, --- די יידישע אַריסטאַקראַטן. לויט דער אַלטער לעגענדע, שטאמען די שפּאַנישע יידן פון דוד המלך און די ספרדים האָבן דעריבער שטענדיק געקוקט אויף די איבעריקע יידן מיט אַ געוויסן שטאָלץ, פון אויבן אַראָפּ, איצט האָבן די דאָזיקע יידישע מיוחסים געמוזט פאַרװאָגלט ווערן און זוכן שוץ ביי זייערע איבעריקע ברידער. פון די הונדערטער טויזנטער יידן אין שפּאַניע און אין פּאָרטוגאַל איז גע" בליבן גאָר אַ קליינער טייל; זייער געלט, װאָס זיי האָבן נאָך געהאָט בשעת דעם גירוש, איז אויטן וועג צערונען געװאָרן, און זיי אַלײן, דערשלאָגענע און אויסגעמאַטערטע דורך פיל צרות און ענוים, האָבן געמוזט אָנקלאַפּן אין אַלע טירן און פאַר זיך זוכן אַן אָרט, : אין פופציק יאָר אַרום נאָכן גירוש כאַגעגענען מיר נאָך, צעזייט און צעשפּרײיט איבער דער װעלט, װאַנדערנדיקע מאַָסן און גרופּן פון זי אַרױסגעטריבענע יידן; אָבער סוף כל סוף האָט דער מעכטיקער לעבנס. ווילן פון יידישן פאָלק גובר געווען אַלע שטערונגען און אוממענטשלעכע פּלאָגן. יידן האָבן זיך װי עס איז איינגעאָרדנט אין אַנדערע לענדער, און 4 א גרעץ - די יידישע געשיכטע דער יידישער קולטור-צענטער, װאָס איז חרוב געװאָרן מיטן גירוש פון די שפּאַנישע יידן, האָט זיך אַריבערגעטראָגן אויף אַן אַנדער אָרט. די רעשטן פון די פאַרטריבענע יידן האָבן זיך איינגעאַרדנט אויף די אַפּענינישע און באַלקאַנישע האַלב-אינדזלען, אין יעדן לאַנד צו ביסלעך: אָבער דער גרעס- טער טייל יידן האָט זיך באַזעצט אין טערקיי און אין די אַזיאַטישע מדי- נות, װאָס האָבן דאַן געהערט צו איר, װוי לויט דער באַשטימונג פון דער געטלעכער השגחה, האָט זיך פּונקט געמאַכט, אַז גראָד נישט לאַנג פאַר דעם גרויסן יידישן גירוש אויף . דעם פּירענעאישן האַלב-אינדול האָט זיך פאַר יידן געעפנט אַ בית-"מקלט אין דער נייער מוסולמאַנישער מלוכה, װאָס האָט זיך געגרינדעט אויף דעם באַלקאַנישן האַלב-אינדזל, אויף די חורבות פון ביזאַנטיע האָט זיך צוֹ יש נער צייט אויסגעבויט די מלוכה פון די אָסמאַנען, און ווען די מוסולמאַ- נישע פאָן האָט אין 1453 צום ערשטן מאָל געפלאַטערט אויף די טויערן פון קאָנסטאַנטינאָפּאָל, האָט זיך אָנגעהױבן אַ נייע עפּאָכע אויך פאַרן יידנטום, ווייל עס איז געוען באַשערט דער מוסולמאַנישער מלוכה דער ערשטער אויפצוברעכן די מויערן פון געטאָ און צו געבן יידן דאָס, װאָס עס האָט ביי זיי צוגענומען די קריסטלעכע וועלט, תיכף װי קאָנסטאַנטינאָפּאָל אין איינגענומען געװאָרן דורך די טערקן, האָט דער סולטאַן מאַכמעד דער צוייטער אַרױסגעפירט די יידן פון ביזאַנטיע פון זייער רעכטלאָזער לאָגע, ער האָט זיי געגעבן פולקאָמע רעליגיעזע פרייהייט, דאָס רעכט צו וואוינען פריי אין אַלט שטעט, אייג- אָרדענען זייערע קהלות, בויען שולן און טעמפּלען, פירן אומעטום האַנדל אאז"וו. איינער פון די דאָרטיקע יידן, ר' יצחק צרפתי, האָט זיך באַנוצט מיט דער גוטער געלעגנהייט און זיך געװוענדט מיט אַן אויפרוף צו זיינע ברידער אין דײיטשלאַנד און אין עסטרייך, וועלכע ער האָט פאָרגעלײגט זיך צו באַזעצן אין טערקיי. ער האָט אין זיין אויפרוף פאַרגליכן די גע" דריקטע יידישע לאַגע אין דײיטשלאַנד מיט דער לאַגע אין טערקיי; געגעבן אָנצוהערן, אַז אין דער צוקונפט איז פאַר יידן מעגלעך אַ נאַציאָנאַלע אויפ- לעבונג אונטער דער שוץ פון די מוסולמענער. דער אויפרוף האָט געמאַכט אַ רושם: אייניקע גרופּעס יידן האָבן געפאָלגט דעם אויפרוף, זיינען גע- קומען קיין טערקיי און אין קאָנסטאַנטינאָפּאָל האָט זיך צום ערשטן מאָל, צוזאַמען מיט דער געמיינדע פון די דאָרטיקע , גריכישע" יידן, געגרינדעט דער נייער צענטער אין טערקיי יי 48 אַ נייע קהלה פון ,, אשכנזים", אָנגעקומענע פון דײיטשלאַנד, עסטרייך און בעהמען. די אמתע עמיגראַציע פון יידן קיין טערקיי האָט זיך אָבער אָנגע" הויבן נאָך די שרעקלעפע יאָרן פון 1492 --- 1498, קאָנטטאַנטינאָפּאָל און אַנדערע שטעט זיינען איבערפולט געװאָרן פון טויזנטער יידישע מגורשים פון שפּאַניע און פּאָרטונאַל,. די טערקישע רעגירונג האָט זייער גערן אָנ" גענומען די דאַזיקע יידישע עמיגראַנטן און מען דערציילט, אַז דער דָי מאָלדיקער סולטאן באיאַזעט דער צווייטער, ווען ער האָט זיך דערוואוסט אַז מען האָט יידן אַרױסגעטויבן פון שפּאַניע, האָט אויסגעשריג ;הי קענט איר זאָגן, אַז דער שפּאַנישער קעניג פערדינאַנד איז אַ קלוגער הער- שער, ווען ער האָט א תל געמאַכט פון זיין לאַנד און רייך געמאַכט אוג" דזערס!* ווירקלעך, האָבן די געבילדעטע שפּאַנישע ייױן אַרײנגעבראַכט מיט זיך קיין טערקיי פיל קולטור, פיל מיטגעהאָלפן, אַז טערקיי זאָל ווערן שטאַרק און רייך און אויף אַזא אופן האָט דאָס גערודפטע יידישע פאָלק זיך נוקם געווען אָן זיינע אונטערדריקער, װוייל פיל האָט מען יידן גע האָט צו פאַרדאַנקען דערמיט, װאָס די מוסולמאַנישע מלוכה איז אַזױי מן" ראדיק שטאַרק געװאָרן און אַ לאַנגע צייט געהאַט אַ שליטה איבער דער קריטטלעכער וועלט. די יידן אין טערקיי האָבן זיך ענערגיש גענומען צו אַלערלײ מסחרים, מלאכות, קונסטווערק און מיליטערישע אַרבעט. די ספּעציאַליסטן-טעכניקער פון די מאַראַנען האָבן אויסגעלערנט די טערקן די גייע אויפטוען אין דער קונסט, צו באַנוצן זיך מיט געווער, און דאָרט געעפנט פֿאַבריקן אויף אױיסצואַרבעטן פולווער און האַרמאַטן, -- די זצל- בּע, מיט וועלכע די טערקן האָבן דערנאָך געשלאָגן די קריסטן אָדער זײ געהאַלטן אין דער מורא. אין האַנדל און אין אינדוסטריע האָבן יידן גע" האָט פאַר זיך שטאַרקע קאַנקורענטן, די גריכן און אַרמענער, נאָר די טערקישע מלוכה, װאָס האָט יידן געהאַלטן פאַר אַ מער כשון עלע- מענט אין פּאָליטישער הינזיכט, האָט בעסער געשטיצט די יידישע איג" דוסטריע. די יידן האָבן נאָר געדאַרפט צאָלן אַ געמיינדע-שטייער און אַ צינדז פון יעדן נפש באַזונדער. ווייטער האָבן זיי געהאָט אַלע רעכטן און פרייהייטן, אויף וויפיל דאָס איז נאָר מעגלעך געווען אין דער מורח"דעס- פּאָטישער מלוכה. די מעדיצינישע פּראַקטיק, מיט װועלכער עס האָבן זיך דאַן פֿאַרנומען די יידן, האָט זיי געעפנט דעם װעג אין הויף אַריין, אַזױ 46 בי גרעץ - די יירישע געשיבטע האָט אינעם הויף פון סולטאַן סעלים דעם ערשטן (1512 --- 1520) געהאַט אַן איינפלוס דער לייב-דאָקטער יוסף המון און דערנאָך זיין זון משה המון, זייער אַ געבילדעטער דאָקטער און קעגער פון יידישער ליטעראַטור, ביים סולטאַן סוליימאן, די קלאַנגען וועגן דעם נייעם יידישן פרייען צענטער אין טערקיי האָבן אַהין צוגעצויגן אַלץ מער עמיגראַנטן. נישט בלוין פון שפּאַניע, נאָר אויך פון אַנדערע לענדער, וואו יידן זיינען גערודפט געװאָרן. די ערשטע צייט האָבן די עמיגראַנטן זיך איינגעטיילט אויף באַזונדערע גרופּעס און יעדע גרופּע האָט זיך געהיט די שפּראַך פונעם לאַנד, פון װאַנען זי איז געקומען וי אויך אירע ספּעציעלע אייגנשאַפטן און מנהגים. די ספרדים האָבן נאָך אַ לאַנגע צייט גערעדט אױיף די שפּאַנישע און פּאָרטוגעזישע שפּראַכן און װי ס'ווייזט אויס, האָט שוין דעמאָלט עקויסטירט אַ דיאַ" לעקט, װאָס איז ענלעך צו דעם איצטיקן שפּאַניאָלישן, אין קאָנסטאַנטײ נאָפּאָל, וואו עס האָבן אין 16-טן יאָרהונדערט געוואױנט ביז 30,000 יידן, האָבן דאַן עקזיסטירט פיר און פערציק שילן, לויט דער צאָל פון די באַזונדערע גרופעס. אַ חוץ די דריי הויפּטגרופּעס: דאָרטיקע גריכישױ יידן, ספרדים און אַשכנזים, האָנן נאָך עקזיסטירט פיל קליינע גרופּעס, אָדער קהלות. אויסער קאָנסטאַנטינאָפּאָל, האָט די אימיגראַציע פיל פאַר- גרעסערט די צאָל יידן אויך אין אַנדערע שטעט פון דער באַלקאַנישער האַלב-אינדזל װי סאַלאָניקי, אַדײאַנאַפּאָל, ניקאָפּאָל און אַנדערע. פאַר איר עקאָנאָמישער אויפבליאונג האָט סאַלאָניקי פיל צו פאַרדאַנקען דער אימיגראַציע פון די שפּאַנישע יידן דער ערשטער אָפיציעלער פאַרטרעטער פון דער אױטאַנאָמישער יידישער געמיינדע אין טערקיי איז געווען דער קאָנסטאַנטינאָפּאָלער רב ר' משה קאַפּטאַלי, אַ געבוירענער אין גריכנלאַנד האָט ר' משה קאַפּ- סאַלי שוין פאַרנומען די שטעל פון רב אין קאָנסטאַנטינאָפּאָל נאָך אין יאָר 1450, און נאָכדעם וי די הױפּטשטאָט פון ביזאַנציע, קאָנסטאַנטײ נאָפּאָל, איז איינגענומען געװאָרן דורך די מוֹסולמאַנער, האָט דער סול- טאַן מאַכמעד דער צוייטער אים באַשטימט וי הױפּט רב פון אַלע טערקישע יידן. דאָס איז געווען דער ערשטער חכם-באַשי אין טערקיי און לוט זיין טיטל איז ער געװען גלייך צו דעם מוסולמענישן מופטי און דער נייער צענטער אין טערקיי 4 קריסטלעכן פּאַטריאַרך. זיין טעטיקייט אין באַשטאַנען אין דער העכערער השגחה אויף דער זאַמלונג פון די מלוכח- און געמיינדע-שטיערן, און דאָס רעכט צוֹ באשטימען רבנים, פ9סקנען די װויכטיקסטע דיני-תורה און אַרױפֿלײגן שטראָפן, װי אַ גייסטיקער אָנפירער פון יידן האָט ר' משה קאַספּאַלי זיך געהאַלטן ביי די קאָנסערװאַטיווע מיטלען און זיך געסטאַ- רעט דורך פאַרשידענע גזירות אָפּצוהיטן דאָס יידנטום, אָבער דאָך האָבן זיך געפונען פיל, װאָס האָבן באַשולדיקט ר' משה קאַפּסאַלי, אַז ער איז גישט גענוג פרום, נישט גענוג אױטאָריטעט וי אַ למדן און זיין גאַנץ לעבן האָט ער געליטן פון פּאַרטײ-אינטריגעס. ער האָט נאָך דערלעבט צו דער ציים, ווען קיין טערקיי האָבן אָנגעהויבן אָנקומען נייע יידישע אימינ" ראַנטן פון שפּאַניע און ער האָט גענומען אַ הייסן אָנטײל אין דער איין- אַרדענונג פון די דאָזיקע אומגליקלעכע יידן (ער איז געשטאָרבן אַרום יאָר 5),, זיין שטעלפאַרטרעטער איז געווען ר' אליהו מזרחי (1495 - 1525), אַ תלמודיטט, מאַטעמאַטיקעך און אַסטראָנאָם, װאָס האָט באַקומען זיין ביל- דונג אין איטאַליע, אין דער צייט װאָס ער איז געווען הויפּט-רב, האָט דער אַרײנפלוס פון די אַרױסגעטריבענע יידן קיין טערקיי דערגרייכט די העכס- טע שטופע און מזרחי האָט נישט װינציק אויפגעטון פאַר דער אײגאַרדע" גונג פון די דאָזיקע יידן, ער האָט זיך אָבער נישט באַגניגנט מיט דער מא" טעריעלער שטיצע פון די געליטענע, נאָר זיך אויך באַמיט זיי אויפצוהייבן גייסטיק. דורך עפנטלעכע לעקציעס און ספרים האָט ער זיך באַמיט צו פֿאַרשפּרײטן צווישן פאָלק תלמודישע, ביבלישע און מאַטעמאַטישע ידיעות און ער האָט אויך פּערזענלעך אָנגעפירט מיט דער װיסנשאַפטלעכער אר" בעט אין דער קאָנטטאַנטינאָפּאָלער ישיבה, פון זיינע ספרים איז אַממערסטן פּאָפּולער געװאָרן דער פירוש אויף רש"י, כאָטש ער איז געווען אין רעלי- גיעזע ענינים שטרענג-קאַנסערװאַטײיו, האָט ער זיך דאָך באַצױגן זייער טאָלעראַנט צו אַנדערע און ער האָט אָפּגעשאַפט דעם חרם פון איניקע רּבנים אויף די ספרדים, װאָס האָבן זיך געחברט מיט די קאַראַאימען ער האָט געפונען זייער געוואונטשן, אַז די יידן מיט די קאַראַאימען זאָלן זיך דערנענטערן איינע צו די אַנדערע. דער עמיגראַציע-שטראָם קיין טערקיי האָט אויפגעלעבט אויף אַ צייט אויך דאָס באַטריבטע לאַנד פּאַלעסטינע, װאָס האָט אױסגעשטאַנען אין 48 נרעץ - די יידישע געשיכטע : משך פון אַ סך דורות פיל צרות. אין דער עפּאָכע פון די קרייצצוגן איז פּאַ- לעסטינע געווען דער קאַמפס-פּלאַץ צװישן די מוסולמענער און קרייץ-" טרעגער, און דערנאָך --- צוישן די פאַרשידענע שבטים און דינאַסטיעס פון די מוסולמענער גופא. אין 14-טן און 15-טן יאָרהונדערט האָט זיך פּאַ- לעסטינע געפונען אונטער דער הערשאַפט פון די עגיפּטישע סולטאַנען אָבער פון צייט צו צייט זיינען אויף איר אָנגעלאָפן ווילדע שבטים און זי וויסט געמאכט. קיין ירושלים פלעגן פון צייט צו צייט אָנקומען פון אייראָ- פּע קליינע גרופּעס יידן, װאָס האָבן זיך באַמיט אײינצואָרדענען דאָס לעבן פון דער דאָרטיקער יידישער קהלה: אָבער אַזױ וי די יידן זיינען דאָרט גע" ווען זייער װוינציק און שװאַך, האָבן די אַלע פּרואוון נישט געהאַט קיין דערפאָלג, אין 15-טן יאָרהונדערט פאַרגרעסערט זיך דער יידישער עלעמענט אין ירושלים. דער רב און דאָקטאָר אליהו פון פּעראַראַ, װאָס איז געקומען קיין ירושלים אין יאָר 1434 און געװאָרן דאָרט דיין און ראש ישיבה, דער" ציילט, אַז די דאָרטיקע יידן לעבן מיט די מוסולמענער בשלום און דער" נערן זיך פון אייניקע מלאכות, איבערהויפּט פון זייד-אויסאַרבעטונגען. די פאַרגרעסערונג פון דער יידישער באַפעלקערונג אין ירושלים האָט אין יע" נער צייט באַשאַפן אַ לעגענדע, אַז יידן האָבן אָפּגעקױפט דעם באַרג ציון און דאָרט אויסגעבויט אַ שיל אויפן אָרט פון די קריסטלעכע הייליקע מקו" מות. שפּעטער האָט מען אויך צוגעגעבן, אַז יידן האָבן כלומרשט אָפּגע- קויפט אויך דעם קבר פון קריסטוס, די מאָנאַכן האָבן דאַן געפּועלט ביים פּױפּסט, אַז ער זאָל אַרױסגעבן אַ באַפעל פאַר די קריסטלעכע שיפס-באַזי" צער, זיי זאָלן נישט אַריבערפירן קיין יידן פון אײיראָפּע קיין פּאַלעסטינע און אַ לאַנגע צייט האָבן די יידישע עולה-רגל געמוזט פאָרן קיין פּאַלעסטינע נאָר דורך אַ געדרייטן וועג. נאָך דער שפּאַנישער קאַטאַסטראָפע הויבט זיך אָן פאַר פּאַלעסטינע אַ נייע עפּאָכע. מיט פיר יאָר פאַר דער קאַטאַסטראָפע האָט דער באוואוס" טער רב ר' עובדיה מברטנורה, װאָס איז געקומען פון איטאַליע קיין ירוש" לים, געטראָפן דאָרט נאָר זיבעציק יידישע פאַמיליעס, איבערהויפּט אַשכג- זים (1488). אין דריי יאָר אַרום האָט די צאָל יידישע פאַמיליעס זיך דאָרט פאַרגרעסערט ביז 200, און מיט פינף און צװאַנציק יאָר שפּעטער -- ביז 0, דער דאָזיקער שנעלער וואוקס פון דער יידישער באַפעלקערונג איז אַרױסגערופן געװאָרן דורך דער אימיגראַציע פון די שפּאַנישע מגורשים, דער נייער צענטער אין טערקיי הי 49 די ערשטע צייט איז אין דער שפּיץ פון דער ירושלימער געמיינדע געשטאַ- נען ר' צעובדיה מברטנורה. אַזױ װוי ער איז געווען הויך געשעצט סיי פון די יידן, סיי פון די מוסולמענער, --- האָט ר' עובדיה געבראַכט אין אָרדענונג די פּאַרלאָזטע זעלבסט-פאַרװאַלטונג און געפירט די למודים אין די יידישע שולן. אין 1517 איז אין פּאָליטישן גורל פון סיריע און פּאַלעסטינע פאָר- געקומען אַן איבערקערעניש. דער טערקישער סולטאַן סעלים דער ערשטער האָט איינגענומען די דאָזיקע פּראָװינצן צוזאַמען מיט עגיפּטן אַליין ביי די עגיפּטישע סולטאַנעןדמאַמעלוקן, און פּאַלעסטינע האָט דערפון נאָר גע" קאָנט האָכן אַ נוצן, צוליב די נאַציאָנאַלע און רעליגיעזע געפילן האָבן די יידן איבערגעוואנדערט פון דער אייראָפּעאישער טערקיי קיין ארץ ישראל און די יידישע באַפעלקערונג אין פּאַלעסטינע האָט זיך אַלץ מער פאַר" גרעסערט. די יידישע קהלה אין ירושלים איז דאַן באַשטאַנען פון פאַרשידג- אַרטיקע עלעמענטן; אין דער שפּיץ פון דער קהלה איז פון 1525 געשטאַנען דער באַוואוסטער רב ר' לוי בן חביב, איינער פון די ספרדישע מגורשים, וועלכער איז אין דער יוגנט מיט געװאַלט אָפּגעטופט געװאָרן אין פּאָרטו- גאָל און דערנאָך אַנטלאָפן קיין טערקיי, אַ באַדײטנדיקע יידישע קהלה האָט זיך אויך געגרינדעט אין דער שטאָט צפת, אין גליל. אין יאָר 1521 זיינען דאָרט געווען 300 יידישע פאַ- מיליעס מיט דריי שילן, די יידישע קהלה אין צפת האָט פאַרמאָגט עטלעכע אָנגעזעענע תלמודיסיטן און בראש פון זיי איז געשטאַנען דער ענערגישער רב יעקב בירב (1474 - 1541), וועלכער האָט נאָך דער שפּאַנישער קאַ" טאַסטראָפע אַ לאַנגע צייט געוואוינט אין צפוך אַפריקע און דערנאָך זיך באַזעצט אין פּאַלעסטינע. דער דאָזיקער ר' יעקם בירב האָט זיך פאַרנומען אויפצוטאָן אַ גרויסע זאַך: גרינדן אין פּאַלעסטינע אַ העכערן רבנים-קאָלעגיום. אויפן שטייגער פון אַמאָליקן סנהדרין, װאָס זאָל האָבן דאָס רעכט צו לייזן אַלע שווערע רעליגיעזע פראָגן און אַרױיסגעבן טמיכות אויף רבנות אין ארץ ישראל און אין חוץ לארץ. דורך אַזעלכע מיטלען האָבן ר' יעקב בירב און זיינע אָנהענ- גער געװאָלט גרינדן איין אלגעמייךיידישן גיײיסטיקן צענטער אין יידישן פאַטערלאַנד, די צפתער תלמודיסטן האָבן דעם פּלאַן באַשטעטיקט, געגריג- דעט א דערװוײיליקן רבנים-קאַלעגיום און אויסגעקליבן פון זיך וי הויפּט- רב ר' יעקב בירב (1538), נאָכדעם האָבן די צפתער רבנים געשיקט אַ בריוו 50 הי גרעץ - די יירישע געשיכטע 1 צו די רבנים אין ירושלים, זיי מודיע געווען וועגן דער זאַך און דערקלערט, אַז זיי זיינען נאָר אויסן אויפצוהויבן ,,די געפאַלענע פאָן פון דער תורה" און באַשאַפן אַזאַ אױיטאָריטעטן רבנים-קאָלעגיום, װאָס זאָל האָבן ברייטע פולמאַכטן אין רעליגיעזע און אין גייסטיקע ענינים. אָבער דעם ירושלימער דב, ר' לוי בן חביב, און זיינע אָנהענגער האָט שטאַרק פאַרדראָסן, װאָס ר' יעקב בירב האָט זיך דערלויבט אָן זייער וויסן און אָן דער הסכמה פון אַנדערע רבנים אויפצוטאָן אַזאַ זאַך, װאָס האָט אַן אַלגעמײן-ײידישע באַ- דייטונג, און ר' לוי איז ענערגיש אַרױסגעטראָטן קעגן דעם פּלאַן. צווישן ר' יעקב און ר' לוי האָט זיך אָנגעהויבן אַ הייסע פּאָלעמיק, װאָס איז דער- גאַנגען ביז פּערזענלעכע זלזולים און באַלײידיקונגען, און פון דעם פּלאַן צו גרינדן אין פּאַלעסטינע אַ צענטראַלע גייסטיקע קערפּערשאַפט --- איז גאָר" נישט געװאָרן. עס האָט זיך געענדיקט נאָר דערמיט, װאָס ר' יעקב האָט דערווייל זיך באַנוצט מיט זיינע פולמאַכטן און געגעבן סמיכות אויף רבנות אייניקע מענטשן, צווישן זיי אויך דעם שפּעטערדיקן מחבר פון שולחן-ערוך, ר' יוסף קאַרו, מען מוז אָבער זאָגן, אַז דער גראַנדיעזער פּלאַן האָט זיך נישט איינגעגעבן נישט אַזױ צוליב דעם פּראָטעסט פון אייניקע רבנים, װי צוליב וויכטיקערע סיבות. קיין פּאַלעסטינע האָבן דעמאָלט זיך געצויגן יידן, װאָס זיינען נישט געווען פעאיק נישט צו קיין מלאכה, נישט צו קיין מסחר, נאָר װאָס האָבן בלויז געװאָלט לעבן אָדער שטאַרבן אויף דער היליקער ערד. דאָס לאַנד איז דעריבער איבערפולט געװאָרן פון זקנים און שװאַכע לייט, װאָס קענען נישט דערנערן זיך פון זייער אייגענער אַרבעט. יידן האָבן געהאַלטן פאַר אַ חוב צו שטיצן זייערע ברידער אין פּאַלעסטינע און אין אַלע גרעסערע שטעט פון מערב פלעגט מען זאַמלען נדבות פאַר די יידן אין ארץ ישראל. דאָס איז אָבער פאָרט געווען װינציק פאַר די טויזנטער אָרעמע יידן אין פּאַלעסטינע און דאָס לאַנד איז דעריבער געװאָרן אַ נעסט פון אָרעמ- קייט, שנאָרעריי און בטלנות, ביי אַזעלכע באַדינגונגען האָט דאָרט זיך נישט געקאָנט אַנטװיקלען נישט קיין זעלבסטשטענדיקע יידישע קולטור, נישט קיין וועלטלעכע געזעלשאַפטלעכע אַרבעט און אויף אַזאַ אופן האָט פּאַלעס- טינע נישט געקאָנט נעמען אויף זיך די ראָליע פון אַ נאַציאָנאַלן קולטור- צענטער און דער סנהדרין האָט דאָרט נישט געהאַט קיין פּלאַץ, מיט פּאַלעסטינע זיינען דאַן געווען ענג צוזאַמענגעבונדן די יידישע קאָלאָניעס אין עגיפּטן און אין צפוך-אַפריקע. פיל פון די אַנטלאָפענע יידן דער נייער צענטער אין טערקיי 51 האָבן אין עגיפּטן געפונען אַ שוץ-אָרט פאַר זיך. אין קאַאיראָ, אַלעקטאַג- דריע און אַנזדערע שטעט האָבן צוזאַמען מיט די קהלות פון די דאָרטיקע יידן עקזיסטירט אויך ספרדישע קהלות. אין דער שפּיץ פון די קהלות זיינען געשטאַנען די ,,נגידים", אָפיציעלע יידישע פאַרטרעטער. וען עגיפּטן איז איבערגעגאַנגען צו טערקיי, האָט די טערקישע רעגירונג אָפּגעשאַפט דעם טיטל; פאַקטיש אָבער האָבן די הויפּט-רבגנים אין קאַאיראָ אויך ווייטער דער" פילט די פליכטן פון די ,,נגידים", פון אַן ערך 1520 האָט די דאָזיקע שטעל פאַרנומען דער באַרימטער ראש ישיבה אין קאַאיראָ ר' דוד אבו זמרה (רדב"ז), דער מחבר פון פיל ,,תשובות" און אייניקע קבליסטישע ספרים, אין משך פון 40 יאָר האָט רדב"ז פאַרװאַלטעט מיט די גייסטיקע און גע" זעלשאַפּטלעכע ענינים פון דער יידישער געמיינדע אין קאַאיראָ און פיל מיטגעהאָלפן אינערלעך אײינצואַרדענען די יידישע געמיינדע. אין טיפן עלטער האָט ער פאַרלאָוט עגיפּטן און זיך באַזעצט אין צפת און געװאָרן אַ טעטיקער מיטגליד פון צפתער רבנים-קאָלעגיום, אין דער שפּיץ פון וועלכן עס איז געשטאַנען (נאָך ר' יעקב בירב) ר' יוסף קאַראָ, די עגיפּטישע יידן זיינען שטענדיק טריי געבליבן דעם טערקישן סול- טאַן, װאָס איז געווען דער הויפּט:הערשער פון עגיפּטן, און זייער טרייהייט האָבן זי באַװיזן, ווען דער דאָרטיקער פּאַשאַ אַכמעד שייטאַן האָט איין מאָל געװאָלט מאַכן אַן אויפשטאַנד און זיך אָפּטײלן פון טערקישן סולטאַן. וועגן דעם האָט זיך דערוואוסט דער אָנגעזעענער ייד אברהם דע קאַסטראָ, וועל" כער איז אַװעק קיין קאָנסטטאַנטינאָפּאָל און וועגן דעם מודיע געווען דעט סולטאַן. װי אַ נקמה פאַר דעם פאַרראַט, האָט דער פּאַשאַ אַרױפגעלײגט אויף די יידן אַן אומגעהייער גרויסע קאָנטריבוציע, און ווען די יידן האָבן אַזאַ גרויסע סומע געלט נישט געקאָנט צושטעלן, האָט דער פּאַשאַ גע" הייסן שמידן אין קייטן די פאָרשטייער פון דער יידישער געמיינדע און געדראָט אויסצוהרגנען אַלע קאַאירער יידן. די יידן זיינען דעמאָלט געשטאַ- נען אין אַ גרויטער סכנה, נאָר צום גליק איז אין דעם מאָמענט אַרײנגעטראַטן דאָס חיל פון סולטאַן, וועלכעס האָט געכאַפּט דעם פּאַשאַ און דערנאָך אים דערמאַרדעט. דעם טאָג פון דער באַפרײיאונג (כ"ז אדר 1524) האָבן די דאָרטיקע יידן אַ לאַנגע צייט געפייערט, װי אַ יום טוב, אונטערן נאָמען , פּורים של מצרים", אויך די לאַגע פון די יידן אין צפוך-אַפריקע האָט זיך פאַרבעסערט 89 : גרעץ - די יירישע געשיכטע נאָך דעם, װי די מדינה איז איבערגעגאַנגען אונטער דער הערשאַפט פון טערקיי. באַלד נאָך דער קאַטאַסטראָפע פון 1492 זיינען אַהין אַנטלאָפן פיל יידן פון שפּאַניע, װאָס האָבן דאָרט געמיינט צו געפינען אַ שוץ. אָבער די בלוטיקע האַנט פון פערדינאַנד האָט דערגרייכט אויף אַהין, און ווען די שפּאַניער האָבן פאַרכאַפּט אַ טייל פון די טעריטאָריעס פון טוניס און טרי- פּאָלי, האָבן זיך אויך דאָרט אָנגעהױיבן רדיפות אויף יידן. די יידישע לאָגע האָט זיך געבעסערט ערשט אין דער צווייטער העלפט פון זעכצנטן יאָרהונ- דערט, ווען דאָס לאַנד איז אין גאַנצן איבערגעגאַנגען צו טערקיי. --- דער פּאַטריאַרך פון די אַפּריקאַנישע יידישע געמיינדעס איז דאַן געווען דער אֵל- זשירער רב ר' שמעון דוראַן דער צווייטער, וועלכער האָט זיך זייער געזאָרגט פאַרן גורל פון די פאַרטריבענע, און אויסגעקויפט פיל געפאַנגענע יידן ביי די פּיראַטן און שקלאַפן-הענדלער. צו יענער צייט האָט אין טוניס געוואוינט דער אַסטראָנאָם און היסטאָריקער ר' אברהם זכותא, װאָס איז פריער געווען אַסטראָלאָג ביים פּאָרטוגאַלישן קעניג. דאָ האָט ער אָנגעשריבן זיין היסטאָ- רישע כראָניק ,,ספר היוחסין", װאָס אַנטהאַלט אַ רשימה פון די וים- טיקסטע, איבערהויפּט רעליגיעזע, געשעענישן אין דער יידישער געשיכטע פון אָנהױב-אָן ביז דער עפּאָכע פון מחבר. זיין װאַנדער-לעבן האָט זכותא פאַרענדיקט אין טערקיי (אַרום 1515). פיל פאַרבעסערט האָט זיך די יידישע געזעלשאַפטלעכע און עקאָנאָ- מישע לאַגע אין טערקיי בעת דער הערשאַפט פון סולטאַן סוליימאַן , דער פּראַכטפולער? (1520 - 1560) ווען טערקיי איז געװאָרן זייער אַ שטאַרקע מלוכה. איינער פון די פראַנצויזישע רייזנדע אין 1551 שרייבט וועגן דעם דעמאָלטיקן צושטאַנד פון יידן: ,,די צאָל יידן אין טערקיי און אויף די גרי- כישע אינדזלען איז זייער גרויס, אין דער הױפּטשטאָט פון דער מלוכה, קאָנסטאַנטינאָפּאָל, ווערן זי אַלץ מער באַפּעסטיקט און אײיגגעאָרדנט, אין זייערע הענט געפינען זיך דער גאַנצער האַנדל און אינדוסטריע, באַנק- געשעפטן און אַלע צווייגן פון האַנטװערק און מאַנופאַקטור,. זיי טראַנס- פּאָרטירן מיטן ים און מיט דער יבשה פיל סחורות פון מזרח קיין מערב און פאַרקערט. צו זיי געהערן די גרויסע מאַגאַזינען אין דער הױפּטשטאָט, װואָס זיינען איבערפולט מיט די טייערסטע זאַכן. די יידן, און איבערהויפּט די מאַראַנען, װאָס זיינען אַרױסגעטריבן געװאָרן פון שפּאַניע און פּאָרטן- גאַל, ווייזן אויך אַרױס גרויסע פעאיקייטן אין דער טעכניק. צום אומגליק דער נייער צענטער אין טערקיי יה 55 פון די קריסטן, לערנען זיי אויס די טערקן, װוי אַזױ אױיסצואַרבעטן פּל- ווער, קוילן און אַנדערע מיליטערישע געווער. זיי גרינדן אויך דרוקערייען פאַר גריכישע, רוימישע און איטאַליענישע ביכער און דינען װי איבער" זעצער פאַר די אײראָפּעער, װאָס קומען קיין טערקיי", אין יאָר 1559 האָט אַ גרופּע סאַלאָניקער יידן זיך געווענדט מיט אַן אויפרוף צו זייערע גערן" דפטע ברידער אין דרום-פראַנקרייך, אין וועלכן זי האָבן זיי איינגעלאַדן צו קומען קיין טערקיי, וואו יידן ,,קאָנען לעבן אין עושר און אין כבוד און נישט ליידן דעם יאָך פון גלות". די יידישע אינטערעסן, נישט בלויז אין טערקיי, נאָר אָפּט אויך אין אַנדערע לענדער, האָבן ענערגיש פאַרטײידיקט די יידישע שטאַטסלײט ביים טערקישן הויף. דער אױיבנדערמאָנטער לייב-דאָקטאָר פון סולטאַן סוליימאַן, משה המון, האָט באַגלײט דעם סולטאַן אין אַלע זיינע רייזעס און געהאַט די מעגלעכקייט זיך צו באַקענען מיט דער נויט פון יידן אין פאַרשידענע ערטער. ער האָט ענערגיש פאַרטײידיקט די יידישע אינטערעסן ביים הויף און אַ דאַנק זיין השתדלות איז קיין טערקיי געקומען פון איטאַליע איינע אַ באַרימטע מאַראַנעןיפאַמיליע, וועלכע האָט געהאַט אַ שטאַרקיאינטערע" סאַנטע פאַרגאַנגענהייט, אין פּאַָרטוגאַל האָט געוואוינט אַן אַריסטאָקראַטישע מאַראַנעױפאַ מיליע מענדעס, װאָס האָט געהאַט אַ באַנקיהױז אין ליסאַבאָן און אַן אָפּי טיילונג אין אַנטװערפּן,. דער דייטשער קייסער און דער שפּאַנישער קעניג קאַרל דער פינפטער, דער פראַנצויזישער קעניג פראַנציסקאָ דער ערשטער און אַנדערע מלכים פון אײיראָפּע פלעגן באָרגן געלט ביי דער דאָזיקער באַנק, צוליב דער אינקוויזיציע און אויך צוליב דעם טויט פונעם אָנפירער פון דער פאַמיליע האָט די אַלמנה גראַציאַ מענדעס אין 1536 פאַרלאָזט ליסאַבאָן און זיך באַזעצט אין אַנטװערפּן; צוזאַמען מיט איר זיינען אַהין אַריבערגע- פאָרן איר יונגע טאָכטער רינאַ און איר פּלימעניק יאָהאַן מיגעז. װי אַ יונגער שיינער און הויך-געבילדעטער מענטש האָט מיגעז באַלד געשלאָסן קאַנטשאַפט מיט די גרעסטע אַריסטאָקראַטישע הייזער און אויך דערװאָרבן די סימפּאַטיע פון דער האָלענדישער קעניגין מאַריאַ, די שוועסטער פון קע" ניג קאַרל דעם 5-טן; די פאַרבינדונגען מיט דער העכערער געזעלשאַפט האָבן אָבער נאָך שווערער געמאַכט די לאַגע פון דער פאַמיליע, װאָס האָט בסוד געהיט די יידישע רעליגיע. גראַציאָ מענדעס האָט זיך נישט געקענט 54 שי ר גרעץ - די יידישע געשיכטע פילן זיכער אין אַ לאַנד, וואו אויף יעדן טריט פון אַ מאַראַן האָבן געלאַקערט צענדליקער שפּיאָנען פון דער אינקוויזיציע, און זי האָט באַשלאָסן צוזאַ" מעוע מיט אירע אייגענע אַריבערצופאָרן קיין ווענעציע און פון דאָרטן װיי" טער קיין טערקיי. דאָס איז אָנגעקומען נישט אַזױ לייכט, ווייל דער קעניג קאַרל דער 5-טער האָט געװאָלט קאָנפיסקירן אירע קאַפּיטאַלן אויף דעם טמך, װאָס זי האָט, לויט די געהיימע ידיעות פון די שפּיאָנען, געהיט די יידישע רעליגיע. ענדלעך האָט זיך זיי מיט גרויס מי איינגעגעבן אַרױסצן- פאָרן פון אַנטװערפּן; אָבער אין ווענעציע האָט זיי געטראָפן אַ נייע צרח, צוליב אינטריגעס און מסירות האָט מען זיך דערוואוסט, אַז די רייכע מאַראַנישע פאַמיליע האָט בדעה צו פאָרן פון דאָרטן ווייטער קיין טערקיי, און די װענעציאַנישע רעגירונג האָט דעריבער פאַרהאַלטן זיי, כלומרשט אויף דעם סמך, װאָס די רעגירונג האָט נישט געװאָלט דערלויבן אַז אַ גאַנצע פאַמיליע זאָל אָפּפאַלן פון קריסטנטום. מיט דעם צופאַל האָט זיך אויך באַנוצט דער פראַנצויזישער קעניג הענריך דער צווייטער, וועלכער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו באַצאָלן זיין גרויסן חוב דעם באַנק-הויז פון מענ דעס, דאַן האָט יאָהאַן מיגעז זיך געװענדט מיט אַ בריוו צום טערקישן סולטאַן סוליימאן, וועלכן ער האָט מודיע געווען, אַז אַ רייכע מאַראַנען- פאַמיליע וויל אַריבערפירן אירע קאַפּיטאַלן קיין טערקיי, נאָר מען שטערט איר, לוט דער בקשה פון לייב-דאָקטער משה המון האָט דער סולטאַן אַרױסגעשיקט קיין ווענעציע אַ שליח מיט אַ שטרענגער פאָדערונג, תיכף דורכצולאָזן די מאַראַנען-פאַמיליע, ווען זי איז אָנגעקומען פון ווענעציש קיין פּעראַראַ, איז די אַלמנה גראַציאַ תיכף אָפן איבערגעגאַנגען צו דער יידישער רעליגיע. פון דאָרטן איז זי מיט דער פאַמיליע און אַ גרויסער סוויטע מאַראַנען אַריבערגעפאָרן קיין קאָנסטאַנטינאָפּאָל און דאָ האָט אויך מיגעז (1552) פאָרמעל אָנגענומען די יידישע רעליגיע און אומגעביטן זיין נאָמען יאָהאַן אויף יוסף מיט דעם בינאָמען נשיאַ (פירשט). ער האָט חתונה געהאַט מיט זיין שוועסטערקינד ריינא, וועלכע האָט געשמט מיט איר שיינקייט און קלוגשאַפט, ווען זי האָט זיך באַזעצט אין קאָנסטאַנטינאָפּאָל האָט גראַציאַ מענ- דעס זיך אָפּגעגעבן מיט ברייטער צדקה-אַרבעט, און געשטיצט איבער. הױיפּט די אַרױסגעטריבענע מאַראַנען. אַ גלענצנדיקע קאַריערע האָט גע- מאַכט אויך איר איידים יוסף נשיא; זיין גרויסע בילדונג, זיינע באַציאונ- דער נייער צענטער אין טערקיי ט 7 58 גען מיט די שטאַטסמענער אין אײיראָפּע און זיינע אומגעוויינלעכע דיפּלאָ- מאַטישע פעאיקייטן האָבן אויף זיך אַרױפגעצױיגן די אויפמערקזאַמקײט פון סולטאַן סוליימאַן, יוסף נשיא איז געװאָרן אַ נאָענטער ראַטגעבער פון סולטאַן און צוזאַמען מיט דעם גרויס-וויזיר האָט עֶר גענומען אַ וויכטיקן אָנטײל אין דער אויסערלעכער פּאָליטיק פון טערקיי. ווען די קריסטלעכע דיפּלאָמאָטן האָבן זיך איבערצייגט, וי גרויס עס איז דער איינפלוס פון יוסף נשיא אויפן סולטאַן, האָבן זיי געפּרואווט דורך פאַרשידענע אינטרי" געס צו פאַרמינדערן זיין חן ביים סולטאַן. נאָר ווען דאָס אַלץ האָט נישט געהאָלפן, האָבן זיי געביטן די טאַקטיק און אָנגעהויבן זיך אונטערחנפנען צו אים. דער דייטשער קייסער מאַקסימיליאַן דער צווייטער האָט געשיקט צו יוסף נשיא אַ בריוו, מיט זיין אייגענער האַנט געשריבן, מיט אַ ביטע, אַז ער זאָל זען מיטהעלפן, אַז טערקיי זאָל פרידלעך דורכקומען מיט דײיטשלאַנד. דער פּוילישער קעניג זיגמונט-אויגוסט האָט געבעטן די יידי- שע ,עקסעלענץ", ער זאָל שטיצן זיין פּאָליטיק און דערפאַר װעט ער, דער קעניג, געבן די פּוילישע יידן פאַרשידענע פּריווילעגיעס, אָבער יוסף נשיא האָט דאָך נישט אָנגענומען קיין שום פאָרשלאָגן דאָרט, וואו עס האָט זיך געהאַנדלט קעגן די איגטערעסן פון טערקיי, דער סולטאַן האָט חויך געשעצט די פעאיקע אַרבעט פון יוסף נשיא און דערפאַר אים געשאַנקען די אַלטע שטאָט טבריה מיט אַלע אַרומיקע דערפער און אים דערלויבט צו באַזעצן די דאָזיקע געגנט דורכאויס מיט יידן, יוסף נשיא האָט שוין לאַנג זיך אַרומגעטראָגן מיט אַ פּלאַן צו גרינדן אַן אױטאַנאָמישע געגנט פאַר יידן אין ארץיישראל און איצט האָט ער זיך באַנוצט מיט דער געלעגנהייט און פאַרן געלט פון זיין רייכער שויגער און זיין אייגענעם קאַפּיטאַל האָט ער אָנגעהויבן בויען הייזער אין טבריה, ‏ װאָס איז געווען האַלב-צעשטערט. די שטאָט איז אַרומגעמױערט געװאָרן מיט אַ װאַנט און אין דער אומגעגנט זיינען פאַרפּלאַנצט געװאָרן בי- מער. נאָכדעם האָט יוסף נשיא צעשיקט אויפרופן צוֹ די געפּלאָגטע יידן אין אײיראָפּע און פאָרגעלייגט יידישע אַרבעטער, צו קומען קיין ארץ ישי ראָל און זיך באַזעצן אין דער פּראָװוינץ פון טבריה. פון איטאַליע זיינען אָנגעקומען קיין ארץ ישראל אייניקע יידישע גרופעס בעלי-מלאכות און אין טבריה האָבן זיך באַזעצט עטלעכע יידישע קאַלאָניסטן; עס איז אָבעה נישט באַשערט געװוען, אַז דער שיינער פּלאַן פון יוסף נשיא זאָל הערן 56 ר א עי גרעץ - די יירישע געשיכטע פאַרווירקלעכט. ערשטנס, האָבן די יידישע קאַלאָניסטן אין טבריה פיל גע" ליטן פון די אָנפאַלן פון די אַראַבער, צווישן וועלכע עס האָט זיך דאַן פאַרשפּרײט אַ לעגענדע, אַז אויב די צעשטערטע טבריה װעט ווידער ווערן אויפגעבויט, װעט די מוסולמאַנישע רעליגיע אונטערגיין. צווייטנס, האָט די דיפּלאָמאַטישע טעטיקייט פון יידישן פירשט אין קאָנסטאַנטינאָפּאָל אָפּגענומען ביי אים די גאַנצע צייט און אויפמערקזאַמקײט, אַזױ אַז פון דער שיינער אידייע וועגן אַ יידישן אױטאָנאָמען צענטער אין ארץ יש- ראל האָט זיך גאָרנישט אױסגעלאָזט, יוסף נשיא האָט פאָרגעזעצט זיין דיפּלאָמאַטישע טעטיקייט אױך ביים זון פון סוליימאַן, סעלים דעם צווייטן (1566 --- 1574), װאָס האָט פון די קינדער-יאָרן אָן זיך געחברט מיט דעם יידישן פירשט, די אויסער- לעכע פּאָליטיק פון טערקיי האָבן אין יענער צייט געפירט צוויי מענטשן דער גרויס-וויזיר מאַכמעד סאָקאָלי, אַ קריסט, װאָס האָט אָנגענומען דאָס מוסולמאַנישע גלויבן, אוֹן יוסף נשיא. צװישן די ביידע שטאַטסמענער פלעגן אַמאָל פאָרקומען סכסוכים און אין דער אויסערלעכער פּאָליטיק, האָט אַמאָל גובר געווען דער ערשטער, אַמאָל דער צווייטער. פאַר זיינע גרויסע פאַרדינסטן איז יוסף נשיא באַשאָנקען געװאָרן מיט דעם טיטל הערצאָג פון נאקסאָס און די איבעריקע ציקלאַדן-אינדזלען. נאָכן טויט פון סעלים דעם צווייטן האָט יוסף נשיא זיך דערווייטערט פון פּאָליטישער אַר- בעט און זיך אין גאַנצן איבערגעגעבן צדקהזאַכן. ער האָט געשטיצט די רבנים"שולן אין קאָנסטאַנטינאָפּאָל און אין אַנדערע שטעט, מיטגעהאָלפן דרוקן ספרים און אים אַליין רעכנט מען אויך פאַר דעם מחבר פון ,בן פּורת יוסף". יוסף נשיא איז געשטאָרבן אין יאָר 1579, און זיין אלמנה רײנאַ האָט געעפנט אין קאָנסטאַנטינאָפּאָל אַ דרוקעריי פון יידישע ספרים. נאָר דער געלט-פרעסערישער סולטאַן מוראַד דער דריטער, האָט ביי איר צוגע- נומען דעם גרעסטן טייל פון איר פאַרמעגן, כלומרשט מיט דעם אויסרייד, אַז איר פאַרשטאָרבענער מאַן איז דאָס אים שולדיק געבליבן, און איר נאָר איבערגעלאָזט 90,000 דוקאַטן און איר פּאַלאַץ בעלוועדער אין קאָנסטאַן- טינאָפּאָל, נאָך ביים לעבן פון יוסף נשיא האָט אָנגעהױיבן זיין פּאָליטישע קאַר- יערע אַ צווייטער ייד, שלמה אַשכנזי, אַ תלמודיסט און דאָקטער, אַ גע- בוירענער אין איטאַליע איז אַשכנזי אַרומגעפאָרן פיל לענדער און אַ גע- דער נייער צענטער אין טערקיי הי 0 : 57 וויסע צייט געווען לייב-דאַקטער פיים פּולישן קעניג זיגמונט-אויגוסט. ווען ער איז געקומען קיין קאָנסטאַנטינאָפּאָל, האָט אַשכנזי, װי אַן אונ- טערטאַן פון דער ווענעציאנישער רעפּובליק, זיך באַפריינדעט מיט די מיטגלידער פון דער װענעציאַנישער געזאַנדשאַפט אין טערקיי, און דורך זיי --- מיטן גרויס-וויזיר סאָקאָלי, סאָקאָלי האָט באַלד דערקענט אין אשכנזין אַן אויסגעצייכנטן, פעאיקן דיפּלאָמאַט, און אשכנזי האָט גלייך באַקומען די געלעגנהייט, אויסצונוצן די דאָזיקע פעאיקייט, אין יאָר 1574 איז אויף אים אַרױפֿגעלייגט געװאָרן די מיסיע, צו פירן אונטערהאַנדלונ- גען וועגן שלום צוישן טערקיי און ווענעציע, און ווען אשכנזי איז געקן" מען קיין ווענעציע װוי אַ דיפּלאָמאַטישעױ פאַרמיטלער, איז ער דאָרט אוים- גענומען געװואָרן פייערלעך. פּונקט וי יוסף נשיא האָט אויך אשכנזי, װאָס האָט געדיגט די אינטערעסן פון טערקיי, דאָך נישט פאַרגעסן אָן די אינ- טערעסן פון זיינע ברידער, און אומעטום, וואו ער האָט נאָר געקענט, האָט | ער ענערגיש פאַרטײידיקט זייערע אינטערעסן, אַ דאַנק זיין השתדלות האָט דער װענעציאַנישער סענאַט אָפּגעשאַפט זיין באַפּעל וועגן אַרױסטרײבן יידן פון ווענעציע. שלמה אשכנזי און דערנאָך זיין זון, נתן, האָבן געהאַט צוטרוי אויך ביים סולטאַן מאַכמעד דעם פערטן (1595 -- 1603), בעתן קעניגן פון דעם דאָזיקן סולטאַן האָט ביים הויף געהאַט אַ גרויסן איינפלוס אויך די עגערגישע און קלוגע יידישע פרוי אסתר קיעראַ. צו איר פּראָטעקציע פלעגן מוזן אָנקומען אפילו די טערקישע הויכגעשטעל- טע לייט און די פאָרשטייער פון די אויסלענדישע מלוכות, ווען זיי האָבן געדאַרפט עפּעס פּועלן ביים סולטאַן, נאָר ענדלעך איז זי אַרײנגעפאַלן אין אַ נעץ פון הויף-אינטריגעס און איז באַזיגט געװאָרן. איינמאָל, ווען אסתר איז געגאַנגען צום גרויס-וויזיר, זיינען אויף איר אָנגעפאַלן אונטערגע- שטעלטע מערדער און זי אכזריותדיק געטויט אויף די טרעפּ פון הויז פון גרויס-וויזיר. צוזאַמען מיט איר זיינען אויך דערהרגעט געװאָרן אירע דריי זין, אסתר איז געווען זייער רייך. צווישן יידן האָט זי געשמט וי אַ פרומע פרוי און זי פלעגט געבן פיל צדקה און שטיצן יידישע מחברים, כדי צו איכערגיין פונעם מאַטעריעלן צום גײסטיקן לעבן פון יידן אין טערקיי, מוז מען קודם כֹּל אָנװײיזן, אַז אויף דער גאַנצער גייסטיקער יידישער שאַפונג אין טערקיי אין 16טן און אין 17טן יאָרהונדערט ליגט דער שטעמפּל פון שטרענגן קאַנטערװאַטיזם און שאַרפער רעאַקציע קעגן 58 1 0 נרעץ - די יידישע געשיכטע יענער פרייער קולטור, װאָס האָט געהערשט צװישן די יידן אין מערב, די ספרדים, װאָס האָבן דאָ אין טערקיי געפונען נאָך יאָרנלאַנגע רדיפות און צרות אַ שוץ פאַר זיך, האָבן איצט אויף שטענדיק זיך אָפּגעזאָגט פון יענע שטרעבונגען צו פריידענקערישקייט און השׂכלה, װאָס האָבן צוגעציגן זייערע עלטערן אין שפּאַניע. די שפּאַנישע עמיגראַנטן אין טערקיי זיינען געווען זיכער, אַז נאָר די פרייזיניקייט און די שטרעבונג צו וועלטלעכקייט האָבן געבראַכט צום מאַראַנענטום און צו די אַלע צרות, װאָס זיינען דערפון אַרױיסגעקומען, און זי זיינען איצט געװאָרן בעלי-תשובות און האָבן חרטה געהאַט אויף דעם גאַנצן פריערדיקן וועג. אָנשטאָט דעם יידנטום, װאָס איז געווען פאַראײניקט מיטן אויסערלעכן גלאַנץ און וועלטלעכער בילדונג, איז איצט געבוירן געװאָרן א שטרעבונג צו אַ שטרענג-קאָנטערװאַטיון יידישן װעג; אָנשטאָט דער שפּאַנישער רבניש-פילאָזאָפישער ליטעראַטור -- אַ שטרעמונג צו מיסטישע חקירות. די קבלה האָט דאָ אױיסגעשטרעקט איר האַנט דעם תלמוד און ביידע צוזאַמען זיינען געווען פון איצט אָן די הער" שנדיקע קראַפט אין יידנטום, דער גרעסטער פאָרּשטייער פון רבנישן יידנטום אין 16טן יאֲרהת- דערט איז געווען ר' יוסף קאַרו (1488 --- 1575), ער איז געבוירן געװאָרן אין שפּאַניע פיר יאָר פאָרן גירוש, און נאָך אין די קינדער-ײאָרן האָט ער אָנגעהויבן זיין װאַנדער-לעבן, נאָך לאַנגע װאַנדערונגען האָט ער צוזאַמען מיט זיינע עלטערן זיך באַזעצט אין טערקיי, וואו ער האָט געוואוינט אין גיקאָפּאָל און אין אַדריאַנאָפאָל, דאָ האָט ער זיך אָפּגעגעבן צום לערנען און האָט אַרױסגעװיזן וואונדערבאַרע פעאיקייטן, אין 1522 האָט ער פאָר- גענומען אַ ריזן-ארבעט: דורכצוקוקן דעם גאַנצן געזעצגעבערישן מאַטע- װיאַל, אַלע הלכות און דינים צוזאַמען מיט די פּירושים און פאַרשידענע מיינונגען, װאָס האָבן זיך אָנגעקליבן פון דער עפּאָכע פון תלמוד ביז דער צייט פון מחבר, קאַנטראָלירן דאָס אַלץ לויט די ערשטע קװאַלן און דער- נאָך דאָס סיסטעמאַטיזירן, עס האָט זיך געפאָדערט אַן אומגעוויינלעכער שאַרפער געדאַנק און געניאַלער זכרון, כּדי אױיסצופאָרשן, פון װאַנען עס שטאַמט יעדער באַזונדער דין און הלכה, דורכצוקוקן און קאַנטראַלירן אַלע פאַרשידענע פירושׂים. אָפּטמאָל איו דעם מחבר אויסגעקומען צו טרעפן זיך מיט אַזעלכע פראַגן, וועגן וועלכע עס זיינען געווען פאַרשידענע מיינונגען פון פאַרשידענע יידישע גרויסע געלערנטע, װאָס זיינען סותר דער נייער צענטער אין טערקיי הי 59 איינער דעם צווייטן, און כדי צו באַשטימען ווער פון זיי ס'איז גערעכט, האָט ר' יוסף קאַרו וי געמאַכט אַ מין בוררים-געריפט פון די דריי גרעסטש | פאָרשטייער פון דער יידישער הלכה: אַלפּטי, רמב"ם און רא"ש -- אויב צוויי פון די גרויסע אױטאָריטעטן האָבן זיך אַרױיסגעזאָגט פאַר איין מלל" נונג, איז די דאָזיקש מיינונג געבליבן די ריכטיקע און לויט דעם האָט דער מחבר באַשטימט דעם דין אין דער פּראַקטיק, צװאַנציק יאָר האָט ר' יוסף קאַרו געאַרבעט אויף דעם ריזרווערק, און דאָס פֿאַרענדיקט אין צפת (1525), וואו ער האָט גלייך פאַרנומען דאָס אָנגעזעענסטע אָרט צווישן די דאָרטיקע תלמודיסטן, דער צפתער רב, ר' יעקם בירב האָט פייערלעך גע" געבן ר' יוסף קאַרו סמיכה אויף רבנות. קאָרו האָט געאַרבעט אויף זיין ווערק נאָך עטלעכע יאָר און ענדלעך דאָס אָפּגעדרוקט אונטערן נאָמען ,בית-יוסף", אין דער פאָרעם פון אַ פּירוש צו די פיר גרויסע ;טורים", שפּעטער האָט רי יוסף קָאֲרו זיך אַרומגעזען, אַז די פאָרעם פון זיין ווערק איז צוגעפּאַסט נאָר פאַר געלערנטע, אָבער נישט פאַרן פאָלק, װאָס דאַרף נישט די אויספירלעכע דערקלערונגען און חקירות וועגן יעדן דין נאָר אַ פּראַקטישן וועגווייזער אין דער פאָרעם פון קורצע און קלאָרע די" נים. דאַן האָט ר' יוסף קאָרו פאַרקירצט זיין װערק, אַרױסגענומען פון אים נאָר דעם פּראַקטישן טייל, װאָט איז צוגענגלעך פֿאַר אַלע, און אין אַזאַ פאָרעם, אונטער דעם נאָמען ,שלחן ערוך", צום ערשטן מאָל דאָס אָפּגע" דרוקט אין ווענעציע. דער /שלחן ערוך", פּונקט וי די ;טורים", איז איינ" געטיילט אין פיר טיילן: ארח חיים (דיגים וועגן תפלה און וועגן שבת און יום"טוב); יורה דעה (ועגן שחיטה, טרפה אדג"?); אבן העזר (ועגן פאַ- מיליעןילעבן): חשן משפּט (וועגן געלט-ענינים), דער גשולחן ערוך" איז געווען דאָס לעצטע װאָרט פון דעם רבנישן יידנטום: מיט אים איז וי געשלאָסן געװאָרן די רבנישע ליטעראַטור, ווייל ער האָט אין זיך אַנטהאַלטן אַלע דינים, הלכות און פּירושים. ,לעבן לױיטן שלחן ערוך" -- דאָס איז דאָס פּראָגראם פון יעדן ערלעכן יידן, װאָס דער" שרעקט זיך נישט פאַר די אַלע טויזנטער דינים, װאָס זיינען דאָרט צונוים" גענומען. עס איז קיין וואונדער נישט, װאָט דער ;שלחן ערוך" האָט געהאַט אַזאַ גרויסן דערפאָלג: פון 1564 בִיז 1600 האָט ער אױסגעהאַלטן אין פארשידענע שרטער אָכט אוױיפלאַגעס אין זיין פולשטענדיקער פֿאָרעם, אויסער די איינצלנע חלקים זיינע, װאָס זיינען פיל מאָל אָפּגעדרוקט גע" 60 גרעץ - די יידישע געשיכטע װאָרן. אין צוויי אָדער דריי יאָר אַרום נאָך דעם, וי דער ;שלחן ערוף" איז דערשינען, האָט ר' משה איסערליש, דער קאָפּ פוֹן די פּוילישע רבנים, איינגעפירט דעם גשלחן ערוך" אין לעבן מיט פיל אייגענע הוספות, לױט די דאָרטיקע מנהגים, : די יידן פון יענער צייט האָבן מיט מורא און מיט גרויס דרן:ארץ געקוקט אויף דעם דאָזיקן ווערק, וואו עס איז אַרײנגעלײגט געװאָרן אַזױ פיל גייסט און געדאַנק, פיל האָבן געהאַלטן ר' יוסף קאַרו פאַר אַ געט- לעכן מענטשן, און די לעגענדע האָט דערציילט, אַז ווען ר' יוסף קאַרו האָט געהאַט עפּעס אַ האַרבע שאלה, האָט מען אים פון הימל אָנגעוויזן, וי אַזױ זי צו לייזן. ר' יוסף קאַרו אַלײין האָט נוטה געווען צו קוקן אויף זיך װוי אויף אַ געטלעכן מאַן, און אין ספר ,מגיד משרים", װאָס דער מחבר דערפון איז, וי מען זאָגט, ר' יוסף קאַרו, שילדערט ער זיך אַלײן וי אַן אויבערמענטשן. אין דעם ספר ווערט דערציילט אַז יעדע נאַכט פלעגט צו אים קומען אַ געהיימער שליח (דער ;מגיד"), און אים אַנטפּלעקן אַלע האַרבע ערטער אין תלמוד, ענטפערן אויף אַלע שאַרפע שאלות, לערנען אים, וי אַזױ צו ווערן דער ;ראש הגולה" און װוי אַזױ צו פאַרפולקאָמען זיך אין מצוות, כדי צו ווערן אַ קדוש. אַזױ וי ער איז געווען פון דער נאַ- טור גענייגט צום מיסטיציזם, איז דער מחבר פון ;שלחן ערוך" די לעצטע יאָרן אַרונטערגעפאַלן אין גאַנצן אונטער דער השפּעה פון די מקובלים, פון וועלכע עס איז אַרױסגעקומען דער באַרימטער אר"י, ר' יצחק לוריאָ (אר"י) איז געבוירן געװאָרן אין ירושלים אין יאָר 4 ביי אַ פאַמיליע פון אַשכנזים. אין די קינדערײיאָרן האָט ער פאַרלוירן זיין פאָטער און זיך דערצויגן אין הויז פון זיין רייכן פעטער אין קאַאיראָ. דאָרט האָט ער געלערנט ביים קאַאירער רב, ר' דוד אֵבו זמרה. אָבער די טרוקענע הלכה האָט נישט באַפרידיקט די צעפלאַמטע פאַנטאַזיע פון דעם יונגן לוריאָ און ער האָט זיך פאַרטיפט אין ,זהר" און אין אַנדערע קבלה- ספרים. צו פופצן יאָר האָט ער חתונה געהאָט מיט זיין קוזינע און זיין ריי- כער פעטער האָט אים וייטער אויסגעהאַלטן, אַזױ אַז ער האָט געהאָט די מעגלעכקייט אָפּצוגעבן זיין גאַנצע צייט פאַר ספרים. אין אַ משך פון זיבן יאָר האָט ער פאַרבראַכט אַלע זיינע טעג אין התבודדות, אין אַ הייזל ביים ברעג פון נילוס, און נאָר אין די שבתדיקע טעג האָט ער פאַרבראַכט מיט זיין פאַמיליע, דאָס אָפּגעזונדערטע איינזאַמע לעבן, די תעניתים און דער נייער צענטער אין טערקיי 61 נאַכט-:װאַכן האָבן אים דערפירט ביז האַלוצינאַציעס, צייטנווייז פלעגט ער אַרײנפאַלן אין עקסטאַז און דאַן פלעגט זיך אים אויסווייזן, אַז ער הערט עפּעס געטלעכע שטימען און זעט וואונדערבאַרע דערשיינונגען. אין 1569 איז דער אר"י געפאָרן קיין פּאַלעסטינע און נאָך אַ קורצן אויפהאַלטן זיך אין ירושלים איז ער געקומען קיין צפת, וואו ער איז זיך באַלד צונויפגף" גאַנגען מיט דער אָרטיקער גרופּע מיסטיקער. די לעצטע זיינען געװאָרן פאַרשיכורט פון זיין רעליגיעזן עקסטאַז און זי האָבן אים געקרוינט וי אַ לערער, פון דאַן אָן פלעגט דער אר"י צוזאַמען מיט זיינע תלמידים מאַכן שפּאַצירן איבער די װויסטע פעלדער הינטער דער שטאָט אָדער איבער די בית-עלמינס און דאָרט אַנטדעקן פאַר זיי די סודות פון דער אמונה. אין באַשטימטע טעג, באַזונדערס פרייטיק, פלעגן זיי אַװעק אין נאָענטן דאָרף מירון, וואו עס געפינט זיך, לויט דער לעגענדע, דאָס קבר פון ר' שמעון בן יוחאי, דער כלומרשטער מחבר פון ,זהר", דאָ פלעגן פאָרקומען מיסטישע צערעמאָניעס: מ'האָט געזונגען התלהבותדיקע לידער און גערעדט ועגן משיחן און וועגן נאָענטן ,קץ". איינמאָל, דערציילט די לעגענדע, פרייטיק פאַרנאַכט איז דער אר"י צוזאַמען מיט זיינע תלמידים װווי געװײַנלעך, גע גאַנגען אין שטאָט אַרין, אָנגעטון אין ווייסע קיטלען, צו באַגעגענען די ;שבת מלכתא"; אין מיטן דער תפלה האָט דער אר"י געפרעגט זיינעץ תלמידים: , איר ווילט באַלד גיין קיין ירושלים און דאָרט שבת האַלטן?" די תלמידים האָבן זיך זייער געוואונדערט, ווייל דעם מהלך פון צפת קיין ירושלים האָט מען נישט געקענט איבערגיין אין איין שעה, און זיי האָבן געענטפערט, אַז זיי מוזן פריער מודיע זיין װעגן דעם זייערע ווייבער. דאַן האָט דער אר"י אין פאַרצוייפלונג פאַרבראָכן די הענט און אויסגעשריגן: קוויי איז צו אונדז, װאָט מיר האָבן נישט זוכה געווען! איך האָב געזען, אַז אין יענער שעה איז משיח גרייט געווען צו קומען קיין ירושלים, און ווען איר זאָלט געווען מסכים זיין, װאָלטן מיר באַלד אויסגעלייזט געװאָרן פון ;גלות", געשטאָרבן איז דער אר"י פלוצלינג: ער איז געפאַלן אַלס קרבן פון דער דזשומאַ אין אױיגוסט 1572, 38 יאָר אַלט. דער דאָזיקער פּלוצימדיקער טויט האָט געמאַכט אַן אומגעחייערן איינדרור אויף זיינע תלמידים און נאָך מער פאַרהײיליקט זיין נאָמען. מען האָט אָנגעהױבן שמועסן אַז {' יצחק לוריא איז געווען דער משיח בן יוסף, װאָס דאַרף, לוט אַ לעגענדע, 62 נרעץ - די יידישע געשיכטע קומען אַ קליינע צייט פאַר דעם אויסלייזער --- משיח בן דודן, און דעם ארי"ס תלמידים זיינען געווען זיכער, אַז מן השמים האָט מען נישט דער- לאָזט, ער זאָל אויספירן זיין שליחות. דער פאָרזעצער פון אר"י איז געווען זיין נאָענטסטער תלמיד ר' חיים װיטאַל (1542 -- 1620), אַ זון פון אַ סופר, װאָס איז איבערגעפאָרן פון איטאַליע קיין ארץ ישראל. װיטאַל האָט שריפטלעך איבערגעגעבן דאָס, װאָס זיין רבי האָט געלערנט בעל מפֿה, אין אַן ענגן קרייז פון תלמידים און דערביי האָט דער תלמיד אַרײנגעלײגט פיל פון זיינע אייגענע געדאַנקען אין מויל פון רבין. די קבליסטישע שיטה פון אר"י און װיטאַל איז אין טעאָרעטישן טייל געווען כמעט די זעלבע, װאָס די קבלה פון 13טן יאָרהונדערט; זי איז געגרינדעט אויף דער לערע וועגן ;אין סוף" און /ספירות". די אָריגי נאַליטעט פון דער נייער קבלה באַשטײט נאָר אין דער פּראַקטישער זייט. די מיסטישע לערע האָט געפאָדערט באַשטימטע פאָרמען און צערעמאָ- ניעס. דער מענטש האָט זיך דערווייטערט -- װי די לערע פון דער קבלה זאָגט --- פון זיין געטלעכן מקור, פון דער װעלט פון די ריינע גייסטער אָדער ,ספירות", און איז פאַרזונקען געװאָרן אין דער טומאה, אין דער וועלט פון אומריינע ,כחות" אָדער קליפּה, --- דעריבער דאַרף יעדער אמתער מאמין זיך אָפּרײניקן פון די שלעכטע קליפּהשע עלעמענטן, װאָס האָבן זיך באַהעפט אין זיין נשמה, און דורך געוויסע מיסטישע פאָרמען זיך ווידער באַהעפטן מיטן געטלעכן מקור. אָפּרײניקן די נשמה קאָן מען אי" בערהויפּט דורך ,, בלאָנדזשען" אָדער דורכן גלגול. די נשמה פון זינדיקן באַזעצט זיך נאָך זיין טוט אין אַן אַנדער מענטשן, און אוב זי װערט נישט אויסגעבעסערט אין דעם דאָזיקן נייעם קערפּער, ווערט זי מגולגל אין אַ צווייטן מענטשן, דערנאָך אין אַ דריטן און אַזױ ווייטער, ביז זי ווערט ריין, עס טרעפט אפילו אַמאָל, אַז די נשמה פון אַ מענטשן ווערט מגולגל אין אַ חיה און מוז אויסשטיין די גרעסטע ליידן, ביז זי גייט אַרױס ריין פון זינד. די נשמה פון צדיקים ווערט מגולגל אין מענטשן, װאָס גאָט האָט זיי אָנגעצײכנט אַ גרויסע צוקונפט אין לעבן. לוט געוויסע סמנים קאָן מען אפילו דערקענען, װאָס פאַר אַ גרויסע נשמה עס לעבט אין יעדן גרויסן מענטשן. ווען אַלע נשמות װעלן אָפּגערײניקט וערן, דאַן װעט קו מען משיח. דעם דאָזיקן ליכטיקן מאָמענט קענען מיר אָבער דערנענטערן, ווען מיר זאָלן זיך פאַרטיפן און אָנשטרענגען אונזער רעליגיעזן רצון, ווייל דער נייער צענטער אין טערקיי יה 68 צווישן דער און יענער ועלס עקזיסטירט אַ שטענדיקע, אומאויפהערלעכע טאַרבינדונג: יעדעס װאָרט, יעדע טאט אויף דער װעלט מאַכט אַ געװיסן רושם אויף יענער ווטלט, פון א תפלה אָדער פון אַ געװויסן רעליגיעזן מנהג הענגען אָפּ גאַנצע װעלטן, װייל יעדע מינדסטט דעליגיעזע תנועה אוף דער װעלט קאָן מאַכן אַן איבערקערעניש אין די אויבערשטע װעלטן. עס זיינען פאַראַן געוויסע רעליגיעזע שפּרוכן, װאָט וען זיי ווערן געזאָגט אין דעם ריכטיקן מאָמענט, אין דער געהעריקער גוטער שעה, קענען זיי ענדערן דעם גאַנצן גורל פון מענטשן. דורך באַשװערן קען מען אַרױסטרייבן אַ דבוק און אויסהיילן פארשידענע קראַנקײיטן, די בעסטע ייט אויף זיך צן בא" העפטן מיט די העכערש װעלטן איז שבת. בעת די שבתדיקע סעודות זיצן צווישן אונדז אומבאמערקט ,דער הייליקער זקן? (גאָט) און גאַנצע פּמליות פון מלאכים, ישדער יופ"טוב האָט זיין סימבאָלישע באדייטונג. אַזוי, צום ביײישפּיל, דער זיבעטער טאָג פון סוכות, הושענה רבה, האָט ביי די צפתער מקובלים באַקומען א באַזייטונג פון צווייטן ,יום כפור", ווען אויפן הימל ווערט ענדגילטיק באַשלאָסן דער גורל פון מענטשן אויף דעם קומענדיקן יאָר, שרב הושענה רבה דארף מען זיין אַ גאַנצע נאַכט װאַך און פֿאַר" בורענגען אין לייענען שטיקלעך פון ,זהר". וי אַן הוספה צום ,שלחן ערוך" פון ר' יוסף קארו איז אפילו אַרויסגעגעבן געװאָרן אַן אַפּאַקריפישער ,שולחן ערוך אַר"י", וואו עס זיינען אויסגערעכנט אַלע סימבאַלישע צש" רעמאַניעס פון די מקובלים, : אויף אַזאַ אופן איז אין ארץ ישראל אין דער צווייטער העלפט פון 6טן יאָרהונדערט אַנטשטאַנען די פּראַקטישע קבלה, ועלכע אונטעף- שיידט זיך פון דער קבלה פון דער שפּאַנישער שול דערמיט, װאָס די לעצ" טע איז נאָר געווען א גייע רעליגיעזע מעטאַפיזיק און האָט מיט דער פּראַקטיק גאָרנישט געהאָט צו טון, בשעת די קבלה פון אר"י איז געווען דורכאויס פּראַקטיש, האָט געװאָלט ווירקן אויף דעם געפיל און אוֹיף די מעשיט פון לעבעדיקן יידן. די גרויסע ליידן, װאָס יידן האָבן איבערגעלעבט אין ענדע פון מיטלאַלטער, האָבן אַרױפגעלײגט אַ חותם פון טיפן טרויער אויף דער יידישער נשמה. דערצו איז נאָך צוגעקומען דער איינדרוק פון זי חורבות אין ארץ ישראל און די דערמאָנונג וועגן דער אַמאָליקער יידישער גרויסקייט, --- דאָס אַלץ צוואַמען האָט אויפגעװעקט אין דער יידישער נשמה אַן אומקלאָרע בענקשאַפט נאָך משיח דעם אויסלייזער, פיל האָט זיך 04 הי גרעץ - די יירישע געשיכטע אויסגעוויזן, אַז דער מאָמענט איז שוין נאָענט, אַז די יידישע צרות האָבן שוין איבערגעפולט דעם ברעג און אַז איצט מוז שוין קומען יענע צייט, וועגן וועלכער עס האָבן גערעדט די נביאים. מ'דאַרף זיך נאָר מכין זיין צום ;קץ"*, מ'דאַרף זיך נאָר פאַרטיפן אין תפלה און אין קדושה, אָפּרײניקן די נשמות דורך תשובה און דאַן װועט קומען משיח. דער ,זהר", װאָס איז פריער געווען פאַרשפּרײט נאָר אין געציילטע עקזעמפּליאַרן, איז גראָד צו יענער צייט אָפּגעדרוקט געװאָרן צום ערשטן מאָל אין איטאַליע אין צוויי אויפלאַגעס, אַזױי אַז ער איז געװאָרן פאַרשפּרײט צווישן אַ גרויסן קרייז פון יידישן פאָלק. באַזונדערס התלהבותדיקע אָנהענגער האָט די מיסטישע לערע געפונען אין צפת, וואו נאָך אין די צייטן פון די איסיים פלעגן זיך הערן רייד וועגן ;/תשובה" און וועגן דער גאָענטקײיט פון דער ,מלכות השמים", אין דער דאָזיקער שטאָט, װאָס איז געווען באַזעצט כמעט דורכ- אויס פון יידן, האָט זיך אָרגאַניזירט אַ גרופּע פון מקובלים און פאַרחלומ" טע מיסטיקער, װי שלמה אַלקאַביץ, משה קאָרדאַָװעראָ, אליהו דע װידאַס און אלישע עליקה. די מיטגלידער פון דער גרופּע פלעגן זיך פאַרזאַמלען יעדן פרייטיק און זיך מתודה זיין איינער פאַרן צווייטן אין די זינד, װאָס זי זיינען באַגאַנגען במשך פון דער װאָך. די גרופע האָט זיך גערופן ?סכת שלום" (דאָס געצעלט פון פרידן); און ווען דער אר"י איז צו זיי אַרײנגע- טראָטן וי אַ מיטגליד (אין 1570), האָט די גרופּע באַלד באַקומען פליגל און דערװאָרבן אַ גרויסן איינפלוס אויף ברייטע יידישע קרייזן. די פּראַק" טישע קבלה האָט באַשאַפן אין פאָלק אַ פאָרשטעלונג וועגן לעבן, װוי וועגן אַ ,טאָל פון טרויער", ווייל דער מענטש איז שטענדיק אַרומגערינגלט פון שלעכטע גײיסטער, װאָס שטרעבן אים אומצונרענגען. דער ייד איז געװאָרן פּעסימיסטיש געשטימט, פאַרחושכט, פאַרטריערט און פאַרזונקען אין שטענדיקע מחשבות וועגן די שרעקלעכע יסורים פון גיהנם, וועגן גלגולים און זינד, אין אַלגעמײן איז די פּראַקטישע קבלה געוען א שריט צוריק, ווייל דער אינטערעס צו גייסטיקער געזונטער אַרבעט איז געװאָרן אָפּגע- שװאַכט. צו די תרי"ג מצוות און טויזנטער דינים פון תלמוד זיינען איצט צוגעקומען נייע דינים און מנהגים; די פאָראורטיילן צװישן פאָלק האָבן זיך פאַרמערט און צוגעגרייט אַ באָדן פאַר די פאַלשע משיחים, פאַר פאַר" שידענע שאַרלאַטאַנעס-פאַרשװערער און ,, אויסלייזער". איין מעלה האָט די קבלה געהאַט, װאָס זי האָט אַ ביסל אויפגע- דער נייער צענטער אין טערקיי 68 מונטערט דאָס געפיל און אַנשטאָט דעם טרוקענעם דין איז געשאַפן גע" װאָרן אַן אינטערעס צו דער אגדה און פּאָעזיע. צו יענער צייט האָט דער סאַלאָניקער געלערנטער ר' יעקב בן חביב אַרױסגענומען אַלע אגדות פון תלמוד און אַרױסגעגעבן זיי אין אַ באַזונדער ווערק אוגטערן נאָמען ;עין יעקם?, זיין זון ר' לוי בן חביב האָט דאָס װוערק דערנאָך אויסגעבעסערט און דער ,עין יעקב" איז געװאָרן אַ פּאָפּולער ספר צװישן יידן. אָנשטאָט די למדנים זיינען איצט געקומען די מגידים, װאָס האָבן געלערנט דאָס פאָלק אין אַ פּאָפּולערער פאָרעם, און אנשטאָט די טרוקענע חקירות איז אָנגענומען און באַליכט געװאָרן די אגדה, די פּאָעטישע דערציילונג. די דאָזיקע ווירקונג פון דער אגדה איז זייער באַמערקבאַר אין די דרושים פון ר' משה אַלשיך, א תלמיד פון ר' יוסף קאַרו. איינער פון דער מיסיטייקער"גרופע, ר' שלמה אַלקאביץ, איז דער מחבר פון דעם שיינעם הימן ,לכה דודי", מיט וועלכן מען באַגריסט איצט דעם שבת אין אַלע יידישע שולן. אין דעם הימן זעט זיך אַרױס דער מיטטישער קולט פון דער ;שבת-מלכתא" אָדער ,כלה", װאָס פאַרבינדט דעם יידן מיט גאָט, און דאָ הערט זיך אויך די טרויעריקע בענקשאַפט נאָך דער מן" טער ציון, װאָס דריקט זיך אויס אין די ליײידנשאַפטלעכע ווערטער: מקדש מלך, עיר מלוכה, קומי צאי מתוך ההפכה! רב לך שבת בעמק הבכא! אלקבץ האָט אויך פאַרפּאַסט אַנדערע מיסטישע תפלות און געשריבן פּירושים צו פאַרשידענע ספרים פון דעם תנ"ך. ער איז געקומען קיין ארץ ישראל פון דער אײראָפּעאישער טערקיי און דאָרט געלערנט קבלה בי דעם סאַלאַניקער פּרוש ר' יוסף טייטיצאק, וועגן וועלכן ס'האָט זיך דער" ציילט, אַז ער איז פערציק יאָר געשלאָפן אויף אַ קוױצער באַנק, די פיס אַראָפּגעהאַנגען, כדי נישט צו האָבן קיין הנאה פון שלאָף. אין צפת איו אַלקאַביץ געװאָרן אַן אינטימער פריינט פון ר' יוסף קאַרו און איינער פון די גרינדער פון דער קבליסטישער גרופּע, צו וועלכער עס איז דערנאָך צו" געשטאַנען דער אר"י. אין 1571 האָט אלקאביץ און זיינע חברים אין אַ באַזונדער עקול קורא" מודיע געווען דער ועלט, אַז אין דער אָנװעונהײט פון אַ גרויסן פּובליקום האָט מען אַרױסגעטויבן אַ דבוק פון איינער אַ קראַנקער פרוי, אין צפת. דער דבוק זאָל האָבן זיך מתודה געווען פאַר די קבליסטן, אַז ער איז אַ גלגול פון איינעם אַ גרויסן בעל עבירה און האָט 00 גרעץ - די יידישע געשיכטע זיך באַזעצט. אין קערפּער פון אַ משוגענער פרוי, כדי אויסצוקויפן זיך פון די פריערדיקע זינד. מיט גרויס מי האָט מען דעם דבוק אַרױסגשטריבן פון קערפּער פון דער אומגליקלעכער פרוי, וועלכע די מוסולמענער האָבן געװאָלט פאַרברענען, װי אַ מכשפה, דער קרוב פון אַלקאַביץ, ר' משה קורדואירה (70-1522), איז גע" ווען אַן אָנגעזעענער טעאָרעטיקער פון דער נייער פּראַקטישער קבלה. ער האָט געפּרואװוט באַשאַפן אַ סיסטעמאַטישע קבליסטישע טעאָריע און די אידייע וועגן צען ספירות איז אין זיין לערע שוין איינער פון די דאָגמעס, װאָס ווער עס גלויבט נישט אין זיי, װערט גערעכנט פאַר אַן אפּיקורוס, פון די דריי הייליקע ספרים: תנ"ך, תלמוד און ,זהר", איז דער לעצ- טער, לוט דער מיינונג פון ר' משה קורדואיראָ, דאָס סאַמע װיכטיקסטע, אויב ר' משה איז געווען אַ גרויסע טעאָרעטישע קראַפט פון דער קבלה, איז זיין תלמיד ר' אַליהו דע-ווידאש געווען זייער פּאָפּולער צווישן יידן דורך זיין ספר ,ראשית חכמה", װאָס איז געװאָרן אַ נייטיקע זאַך אין יעדער פרומער יידישער שטוב. דער ספר איז געגרינדעט אויף דעם זאַץ ;.ראשית חכמה יראת ד'", און דער מחבר באַמיט זיך טאַקע אָנצואװאַרפן אַזאַ יראה אויף זיינע לייענער. מיט שרעקלעכע פאַרבן שילדערט ער די יסורים פון גיהנם און פאָדערט פון אַלעמען עפנטלעכע תשובה און יסורים, אַזױ, צום ביישפּיל, איינער, װאָס איז באַגאַנגען דעם חטא פון זנות, דאַרף ווינטער יעדן טאָג זיצן אַ שעה נאַקעטערהייט אין שניי אָדער אין קאַלט װאַסער, און זומער --- צוישן פליגן און בינען, װאָס זאָלן בייסן זיין לייב, אַ רכילותניק אָדער פּראָצענטניק, װאָס יל תשובה טאָן, דאַרף מחילה בעטן ביי די, װאָס ער האָט באַלײידיקט, דערנאָך פאַסטן פערציק טעג, אָפן זיך מתודה זיין אין שול און דערנאָך באַקומען אַ געוויסע צאָל מלקות. --- דער אראשית חכמה" איז שפּעטער אָפּגעדרוקט געװאָרן עטלעכע מאָל און איז געװאָרן זייער פאַרשפּרײט צוישן פאָלק, אויסער די ספרים, װאָס זיינען דערשינען מיטן נאָמען פון מחבר, זיינען אין יענער צייט אַרױס אויך פיל קבלה-ספרים אָן אַ נאָמען פון אוי" טאָר און שפּעטער האָט מען די אַלע ספרים צוגעשריבן דעם אר"י אליין, עס זיינען אויך געווען פאַרשפּרײט פאַר יחידי סגולה נישט געדרוקטע כתכים און די אַמאַטאָרן פלעגן דערפאַר צאָלן גרויסע געלטער, פון דער דאָזיקער אַפּאָקריפישער (אָן נאָמען פון מחבר) ליטעראַטור זיינען צואַ- דער נייער צענטער אין טערקיי עי א - מענגעשטעלט געװאָרן שפּעטער די באַװואוסטע קבלהיספרים: ,,עץ חיים", ,, ספר פונות?, ,,גלגולים? און אנדערע, װוי אויך ,;שבחי אר"י* און ,,חזי" נות חיים װיטאָל?. : די דעליגיעזע פּאָעזיע האָט דעמאָלט געהאט אַ טאַלאַנטפלן פאַף" טרעטער אין דער פּערזאָן פון ר' ישראל נגארה רב אין דמשק און עזה. זיינע שול-פּזמונים אויף העברעאיש און תרגום-לשון, װאָס זיינען צונוים- געזאמלט אין ספר ,,זמירות ישראל", זיינען דורכגעדרונגען מיט אַ טיף רעליגיעז-נאַציאָנאַלן געפיל,. פיל פון זיי זיינען אריינגענומען געװאָרן אין די סידורים און באַזונדער פּאָפּולער איז זיין פּזמון ,יה רבון", װאָס איז אריין אין דער זאַמלונג פון די שבתדיקע זמירות, אין 16-טן יאָרהונדערט זיינען אין טערקיי פאַרעפנטלעכט געװאָרן אייניקע היסטאָרישע דערמאָנונגען, װאָס האָבן נישט װינציק מיטגעהאָלפן צו פאַרשטאַרקן דאָס נאַציאָנאַלע געפיל, אין 1550 איז אין טערקיי דער" שינען אַ מערקווירדיקע היסטאָרישע כראָניק פון די יידישע צרות אין מיטל-אַלטער, מיטן נאָמען ,,שבט יהודה". דאָס דאָזיקע בוך איז אַ ווערק, אויף וועלכן עס האָבן געאַרבעט דריי דורות, אָנגעהױיבן האָט עס שרייבן דער געלערטער ר' יהודה אבךווערנא, װאָס האָט געלעבט אין סעוויליע אין דער צווייטער העלפט פון. 15-טן יאָרהונדערט; דעם גרעסטן טייל פון בוך האָט דערשריבן זיין זון אָדער אייניקל שלמה אבךווערנא, װאָס איז אַגנטלאָפּן פון פּאָרטוגאַל קיין טערקיי און אַרויסגעגעבן האָט דעם ספר, מיט אייגענע הוספות, דער זון פון ר' שלמח, ר' יוסף אבך-ווערנא, א רב אין אַדריאַנאַפּאָל, אין ,שבט יהודה" װערן אויספירלעך געשילדערט די עפּיזאָדן פון דער געשיכטע פון די רדיפות אויף יידן אין שפּאַניע און אין פּראַנקרייך; באַזונדעדס אויספירלעך וװוערן אַרומגערעדט די דיספּוטן צווישן די יידישע געלערטע און די קאַטױליקן, די שילדערונגען אין דעם ספר זיי- נען געשריבן אָן אַ שום כּראָנאָלאָגישער אָרדנונג, דערפאַר איז אָבער דאָס גאַנצע בוך געשריבן אין אַן איײנפאַכן שיינעם סטיל און דער איינדרוק איז זייער אַ שטאַרקער. דער ,,שבּט יהודה" אין נאָך איצט אויך איינער פון די הױפּטיקװאַלן פאַר דער געשיכטע פון יידן אין מיטל-אַלטער, יעדער פרישער אומּגליק, יעדער נייער שייטערהויפן און גירוש אין שפּאַניע און אין פּאַרטוגאַל האָט פאַרשטאַרקט די יידישע איסואנדע" 08 גרעץ - די יידישע געשיכטע רונג, װאָס האָט גרופּן אָדער מאַסנװײז זיך אַ לאָז געטון קיין טערקיי זוכן אַ חיים און אַ בית-ימקלט פון די שרעקלעכע יסורים, און אויף דעם וועג פון די פאַרטריבענע און פאַרװאָגלטע איז דער ערשטער עטאַפּ געווען איטאַליע, צו די איטאַליענישע פּאָרטן האָבן זיך די שפּאַנישע און פּאָרטוגעזישע מגורשים אַ לאָזיגעטאָן מאַסנװײז און ערשט פון דאָרטן האָבן זי זיך געלאָזט קיין טערקיי. פיל יידן זיינען אָבער אויך פאַרבליבן אין איטאַליע און פון די פּאָרטן זיך פאַרשפּרײט איבער די אינערלעכע פּראָװינצן פון לאַנד. דאָס האָט געבראַכט דערצו, אַז דער יידישער צענטער אין איטאַליע זאָל ווערן באַדײטנדיק פאַרגרעסערט. אָבער צוזאַמען דערמיט זיינען יידן געװאָרן פיל מער באַמערקבאַר און אָנגעזעענער אין די אוגן פון דער אַרומיקער באַפּעלקערונג, און די ,,יידנפראגע", װאָס האָט פריער, ווען זי יידישע באַפּעלקערונג אין איטאַליע איז נאָך געווען גאָר קליין, נישט עק- זיסטירט, איז איצט, אין 16-טן יאָרהונדערט אַרויפגעשװימען אויף דער טאָג-אָרדענונג און פאַר די איטאַליענישע יידן האָט זיך אָנגעהויבן אַ נייע עפּאָכע פון צרות און רדיפות, אין אייניקע ערטער האָבן די ספרדישע עמיגראנטן פון די יידן און מאַראַנען, צוישן וועלכע עס זיינען געווען נישט װינציק באַנקירן, סוחרים און נוצלעכע אונטערנעמער, געפונען אַ גוטן אויפנעם און די מאַכט האָט אפילן געקוקט צװישן די פינגער אױיף די אַנטלאָפענע מאַראַנען, װאָס זיינען אין איטאַליע בפרהסיא ווידער געװאָרן יידן. אָבער אין דעם רוב טייל איטאַליענישע שטעט האָבן די יידישע האַנדלס-פעאיקייטן אַרױסגע- רופן ביי דער קריסטלעכער באַפעלקערונג אַ פּחד פאַר קאָנקורענץ. צו די עקאָנאָמישע סבות איז נאָך צוגעקומען דער רעליגיעזער האַס און פאַר די עמיגראַנטן, װי פאַר די איינגעבוירענע איטאַליענישע יידן, האָבן זיך אין אָנהױב פון 16-טן יאָרהונדערט אָנגעהויבן די מיטלאַלטערישע פאַר- פאָלגונגען מיט אַלע זייערע אכזריותן, די ערשטע איז ארויפגעטרעטן אויף דעם וועג די װענעציאַנישע רע- פּובליק. דאָ איז דער אריינפלוס פון די רייכע און געבילדעטע ספרדים און זייער אנטייל אין דער גרויס-אינדוסטריע געווען פון איין זייט נוצלעך פאַר דער רעפּובליק; פון דער צווייטער זייט האָבן אָבער די ספרדים, וי פעאיקע קאָנקורענטן, אַרױסגערופן אַ פּחד ביי די קריסטלעכע סוחרים, און די אינטערעסן פון דעם האַנדלסיקלאַס האָבן ענדלעך גובר דער נייער צענטער אין סטערקיי 09 געווען די אינטערעסן פון דער מלוכה. אין 1516 זייגען די װענעציאַנישע יידן געצוואונגען געװאָרן, זיך איבערצוטראָגן פון די צענטראַלע טיילן פון שטאָט אין אַ באַזונדער קװאַרטאַל אָדער , געטאָ?. שפּעטער איז דער דאָזיקער ספּעציעל-איטאַליענישער טערמין ,,געטאָ? איבערגעגאנגען אויך פאַר די יידן פון אַנדערע לענדער און פֿאַרבליבן נאָך בִּיז היינט. דערמיט איז צום ערשטן מאָל אַרײנגעפירט געװאָרן פאַר יידן אַ באַזונדער תחום המושב און זיי זיינען באַגרענעצט געװאָרן אין זייער האַנדלס-ספערע. א צווייטש פּאָרט-שטאָט, גענואַ, האָט אָנגענומען קעגן יידן אַנדערע באַגרש- געצונגט-מיטלען: יידן האָבן געמוזט טראָגן ספּעציעלע צייכנס אויף די מלבושים און וואוינען דאָרט האָבן געמעגט נאָר חורטאָװונע סוחרים און דאַקטוירים, װאָס האָבן געהאַט א דערלױבעניש פון פּױפּסט צו פּואַק- טיצירן, גאָר אין אַ באַזונדער לאַגע האָבן זיך געפונען די יידן פון דרום" איטאַליע. בשעת יידן זיינען פאַרטריבן געװאָרן פון שפּאַניע, איז קעגיג פון נעאָפּאָל געווען דער לעצטער פארשטייער פון דער אַראַגאָנער די" נאַסטיע אין איטאַליע, פערינאַנד דער ערשטער. אַזױ װי דאָס געאפּאָלער קעניגרייך איז נישט געשטאַנען אונטער דער העכערער שליטה פון שפּאַ- ניע, האָט דער באַפעל פון 1492 וועגן אַרױסטרײבן יידן פון אַלע שפּאַ- נישע פּראַװינצן נישט באַצויגן זיך זיך אויף נעאַפּאָל, דאָרט האָט טאַקע זיך באַזעצט איינע פון די ערשטע גרופעס שפּאַנישע מגורשים מיט ף' יצחק אברבנאל אין דער שפּיץ, וועלכע זיינען דורכן קעניג אויפגענומען געװאָרן פריינדלעך. ווען צווישן די פאַרמאַטערטע אימיגראַנטן האָט זיך שפעטער פאַרשפּוײט די פּעסט, און די קריסטלעכע באַפעלקערונג האָט אָנגעהױיבן פאָדעון, אַז מען זאָל די יידן אַרױסטרײבן פון געאַפּאָל, מדי די עפּידעמיע זאָל זיך נישט פאַרשפּרײטן ווייטער, האָט פערדינאַנד זיך אַרויסגעוויזן אויף אַזױ פיל ערלעך און הומאַניש, אַז ער האָט דעם פֿאַר" לאַנג נישט דערפילט און אנשטאט דעם האָט ער געהייסן אויסבויען פאַר די אומגליקלעכע קראַנקע שפּיטאָלן און זיי באַזאָרגן מיט דאָקטוירים און עסן. ווען ער האָט זיך דערוואוסט וועגן די פינאַנציעלע פעאיקייטן פון געלערנטן און געוועזענעם קאַסטילישן פּינאַנציסט, ר' יצחק אברבנאל, האָט דער קעניג פערדינאַנד אים אריינגענומען אין הויף און אים געגעבן אַ שטעל אין פיואַנץ-מיניסטעריום. די שטעל האָט אברבנאל פאַרנומען 10 נרעץ - די יידישע געשיכטע אויך שפּעטער ביים קעניג אַלפאָנס. שפּעטער האָט ער געמוזט ליידן צו- זאַמען מיטן קעניג און צוזאַמען מיט אים גיין אין גלות. אין 1495 האָט דער פראַנצויזישער קעניג קאַרל דער אַכטער, וועלכער איז שוין פון לאַנג געווען דער פּרעטענדענט אויף דער געאַפּאָלער קרוין, איינגענומען נעאַפּאָל, און אברבנאל צוזאַמען מיט זיין באַשיצער אַלפאַנס האָבן געמוזט אַנט- לויפן פון שטאָט. אברבנאל האָט דערביי פאַרלוירן זיין גאַנץ פאַרמעגן, זיינע ספרים און האַנטשריפטן, װאָס זיינען געווען ביי אים טייערער פון אַלץ. פריער האָט ער באַגלײט דעם אַראָפּגעװאָרפענעם קעניג אַלפאָנס קיין סיציליע, וואוהין יענער איז אַנטלאָפן, דערנאָך איז ער אַריבערגע- - פאָרן אויף דער אינדזל קאָרפא און ענדלעך זיך באַזעצט אין שטעטל מאָנאָפּאָל. דאָ האָט אברבנאל זיך געקאָנט װידער נעמען צו זיין ליטע- ראַרישער טעטיקייט, װאָס ער האָט אַזױ ליב געהאַט: ער האָט דאָ פאַר- ענדיקט זיין פּירוש צו תנ"ך, װאָס ער האָט אָנגעהויבן שרייבן נאָך אין שפּאניע, און אָנגעשריבן אַ ריי אַנדערע ספרים, אין 1503 איז ער ארי בערגעפאָרן קיין װענעדיק און דאָרט פאַרבראַכט זיינע לעצטע יאָרן; גע- שטאָרבן איז ער אין װענעדיק און מקבר געווען האָט מען אים אין פּאַדואַ, וואוהין מען האָט אַריבערגעפירט זיין קערפּער, נאָך אַ צעדיעריקער מלחמה צוישן פראַנקרייך און שפּאַניע מיט דייטשלאַנד איז דאָס נעאַפּאָלער קעניגרייך אַרײנגעפאַלן אין די הענט פון באַרימטן צורר היהודים, דעם שפּאַנישן קעניג פערדינאַנד דער קאַטאָליק, וועלכער האָט באַשטימט װי אַ הערשער אין נעאַפּאָל וויצע-קעניגן. דער ערשטער וויצע-קעניג גאָנזאַלװאָ דע קאָרדאָװאַ האָט פאַרטיידיקט יידן און נישט געלאָזט זיי אַרױסטרײבן פון לאַנד. ווען פערדינאַנד האָט געפאָדערט, אַז נעאַפּאָל זאָל אָפּגערײניקט ווערן פון די , אומגלויביקע", האָט גאָנזאַל- װאָ אים אָפּגעענטפערט, אַז יידן אין נעאַפּאָל זיינען דאָ זייער װוינציק און אויב מען װעט זיי פון דאָרטן אַרױסטרײבן, װעלן זיי מיטנעמען מיט זיך זייערע קאַפּיטאַלן און איבערפירן זיי קיין װענעדיק, װאָס קאַנקורירט אין האַנדל מיט נעאַפּאָל, פערדינאַנד האָט ענדלעך מסכים געווען, פאָרלויפיק צו לאָזן יידן ווייטער וואוינען אין נעאַפּאָל, אָבער דערפאַר האָט מען אָנ- געהויבן רודפן די מאַראַנען, װאָס זיינען אַהין אַנטלאָפן פון שפּאַניע און פּאָרטוגאַל. עס איז געגרינדעט געװאָרן אַן אינקוויזיציע, װאָס האָט נאָכגע- דער נייער צענטער אין טערקיי 1 שפּיאָנייט די מאַראַנען און פאַרפאָלגט די, װאָס מען האָט געכאָפּט אין ,אומגלויבן", אין יענער צייט האָט ביים ליבעראַלן גאָנזאַלװאָ געדינט וי אַ הוין" דאָקטער דער זון פון ר' יצחק אברבנאל, יהודה-לעאָן אברבנאל, דער מחבר פון די באַוואוסטע ;דיאַלאָגן וועגן ליכע", װאָס ער האָט אָנגעשריבן אויף איטאַליעניש, נאָך דעם װי גאַנזאַלװאָ איז געפאַלן (אין 1507) האָט לעאָן אברבנאל א געוויסע צייט געװואוינט ביי זיין פאָטער אין וװוענעדיק און דערגאָך אין גענוא (ער איז געשטאָױבן אין יאָר 1535), ביי דעם שפּעטער" דיקן וויצע-קעניג פון נעאַפּאָל, דאָן פּעדראַ, האָט געדינט װי אַ פינאַנץ" אַגענט דער צווייטער זון פון ר' יצחק אברבנאל, שמואל, אַ טאַלאַנטפולער פּאָליטיקער, אַ מענטש מיט אַ ברייטער נאַטור און זייער איידעלן כאַראַק- טער. זיין פרוי, בענווענידא, האָט געשמט וי אַ קלוגש און גוטהאַרציקע, און איז געווען אַ נאָענטע חברטאָרין פון דעם וויצע-קעניגס טאַכטער לעאָ- נאַראַ, װאָס האָט חתונה געהאָט מיט דעם הערצאָג קאָזמאַ מעדיטשי, דאָס אַלץ האָט אָבער נישט געקאָגט אָפּראַטעװען די יידן פון אומגליק, װאָס איז אויף זיי געקומען אומגעריכט: ווען דער דייטשער אימטעראַטאָר און שפּאַנישער קעניג, קאַרל דער פינפטער, האָט אין יאָר 1530 געמאַכט זיין טריאומף-רייזע איבער איטאַליע, האָבן די קלעריקאַלן ביי אים געפּועלט אַרױסצוטרײיבן די יידן פון געאַפּאָל, ווייל זיי ציען אָפּ די מאַראַנען פון קריסטנטום, עס האָבן נישט געהאָלפן די אַלע בקשות פון אברבנאל און פון דער טאָכטער פון וויצע-קעניג, לעאָנאָרא, --- זיי האָבן נאָר געקאַנט פּועלן ביים קעניג קאַרל, אַז די גזירה זאָל אָפּגעלײגט װערן אויף א קלינעף צייט, אין 1532 האָט ער אַרויסגעגעבן אַ באַפעל, אַז אַלע יידן פון געאַפּאָל און דער אומגעגנט זאָלן פאַרלאָזן דאָס לאַנד; דער וויצע-קעניג דאָן"פּעדראָ, װאָס איז געווען קעגן דער דאָזיקער אַכזריותדיקער גזירה, און ר' שמואל אברבנאל האָנן ווידער געפּועלט ביים קעניג, אָפּצולײגן דעם גירוש אויף 0 יאָר, אָבער קאַרל האָט נישט אױיסגעהאַלטן דעם טערמין, און אין 1540 האָט ער ווידער באַפױלן, אַז יידן זאָלן פאַרלאָזן דאָס לאַנד. דאָ האָבן שוין נישט געקעגט העלפן קיין תחנונים, און טויזנטער יידן האָנן געמוזט פֿאַר- לאָזן געאַפּאָל, װאָס איז א לאַנגע צייט געווען אַ בית-מקלט פֿאַר די פֿאַף- טריבענש פון שפּאַניע און פּאַרטונאַל, אייניקע האָבן זיך געלאָזט קיין טער- 72 גרעץ - די יידישע געשיכטע קיי, אַנדערע --- אין די צענטראַלע פּראָװינצן פון איטאַליע, וואו יידן האָבן געמעגט וואוינען. צוזאַמען מיט די פאַרטריבענע איז געגאנגען אויך ר' שמואל אברבנאל, הגם אים, וי אַן אויסנאַם, האָט מען דערלויבט ווייטער צו בלייבן אין נעאַפּאָל --- ער האָט נישט געװאָלט אָננעמען דעם חסד און בלייבן אין אַ לאַנד, װאָס האָט פאַרטריבן זיינע ברידער. די רוימישע פּױפּסטן האָבן אין דער ערשטער העלפט פון 16-טן יאָרהונדערט מיט קיין זאַך נישט געשטערט דער יידישער באַפעלקערונג און אפילו זיך װינציק געזאָרגט וועגן דעם, װאָס די מאַראַנען טרעטן אָפּ פון קריסטנטום. אַזעלכע פּױפּסטן, וי אַלעקסאַנדער דער זעקסטער, יוליוס דער צווייטער, זיינען געווען פיל מער ענלעך צו וועלטלעכע לעב-יונגן, װוי צו גאָטדינער. זיי האָבן זיך װינציק אינטערעסירט מיט דער קירכע און מיט די קאַנאָנישע געזעצן און זיך נאָר באַמיט צו לעבן אַ גוטן טאָג. דע ריבער האָבן זיי רואיק צוגעזען דעם וואוקס פון דער יידישער באַפעלקע- רונג אין רוים און אין אַנדערע שטעט, װאָס האָבן געהערט צו די פּױפּסטן, און אַלײין זיך באַנוצט מיט דער טעטיקייט פון די יידישע דאָקטױירים און פּאָליטישע טוער. ערשט אין דער צווייטער העלפט פון 16טן יאָרהונדערט האָט זיך אָנגעהױבן אַ שרעקלעכע קאַטױלישע רעאַקציע, װאָס האָט פאַר- שאַפט אומגעוויינלעכע ליידן די יידן פון די פּויפּסט-לענדער. די רוימישע קירכע, װאָס איז צו יענער צייט געװען רואינירט און דערשלאָגן דורך די קלעפּ פון דער רעפאָרמאַציע, האָט זיך גענומען פאַר- טײידיקן מיט געווער אין די הענט, און אָנגעשטרענגט די לעצטע כוחות צו ראַטעװען כאָטש דאָס, װאָס איז מעגלעך. אַ גרויסן טייל פון אײיראָפּע האָבן די פּױפּסטן שוין געהאַט פאַרשפּילט, זייער גייסטיקע אױטאָריטעט איז שטאַרק געפאַלן דורך דער רעפאָרמאַציע-באַװעגונג; די קירכע האָט דערי- בער געמוזט דורך יעזואיטישע מיטלען, אינקוויזיציעס, טורמעס און ענוים אָפּהיטן און באַפּעסטיקן די לעצטע קליינע סטאַדע, איבער וועלכער זי האָט נאָך געהאַט אַ שליטה. קעגן דעם גרעסטן פאַקטאָר פון דער אַנטװיקלונג פון מענטשלעכן געדאַנק --- ביכער-דרוקעריי --- וערט אויפגעשטעלט די פּױפּסטלעכע צענזור, װאָס דריקט יעדן פרייען געדאַנק און לאָזט נישט צו קיין פרייע שאַפונג. קעגן דעם שטאַרקסטן קולטור"פאַקטאָר --- די פריי- הייט פון געוויסן און געדאַנק --- ווערט אַרױסגעשטעלט דער אָרדען פון די יעזואיטן, װאָס פאַרכאַפּן אין זייערע הענט די דערציאונג פון די קינדער דער נייער צענטער אין טערקיי 18 און ווערן די אינקװיזיטאָרן פון דער מענטשלעכער נשמה. האַס, רעליגיע- זער פאַנאַטיזם און אינקוויזיציע-מיטלען ווערן די הערשער פון געדאַנק און געוויסן, און די ערשטע קרבנות פון דער פּופּסטלעכער אינקויזיציע זיי- נען, נאַטירלעך, די יידן, די רוימישע יעזואיטן און אינקװיזיטאָרן האָבן צום ערשטן זיך גע" נומען צום תלמוד, אַ דאַנק דער דערפינדונג פון דרוק האָט דער תלמוד צו יענער צייט אָנגעהױבן זיך צו פאַרשפּרײטן איבער איטאַליע אין אַן אומ- געהייערער צאָל. פון ענדע 15טן יאָרהונדערט האָבן אין פאַרשידענע דר" קערייען אין איטאַליע זיך אָנגעהױבן דרוקן איינצלנע מסכתות פון תלמוד און אין יאָר 1520 האָט דער באַװאוסטער דרוקער דניאל באָמבערג אין װוענעדיק אַרױסגעגעבן גאַנץ תלמוד בבלי מיט פּירושים. די שנעלע פאַר- שפּרײיטונג פון תלמוד צווישן יידן האָט, נאַטירלעך, נישט געקאָנט רואיק לאָזן די יעזואיטן, און די רוימישע צענזור האָט זיך גענומען צו רעפּרעס- יעס. מ'האָט נאָר פריער געדאַרפט געפינען פאָרמעל עפּעס אַ פּתחו"פּה דערצו, און דאָס איז לייכט דערגרייכט געװאָרן דורך עטלעכע יידישע משומדים, װאָס האָבן באַשטעטיקט די אַלטע מסירה, אַז אין תלמוד געפי- נען זיך פיינטלעכע שטעלן קעגן קריסטנטום, דאַן האָט דער פּויפּסט יוליוס דער דריטער (אין יאר 1553) אַרױסגעגענבן א דעקרעט ועגן פאַרניכטן דעם ,שעדלעכן" תלמוד, די שפּיאָנען פון דער אינקוויזיציע האָבן באַלד זיך גענומען צו מאַכן רעוויזיעס אין די יידישע הייזער, צוגענומען אַלע עקזעמפּליאָרן פוּן תלמוד און אין ראש-השנה זיינען אויף איינעם פון די רוימישע פּלעצער עפנטלעך פֿאַרברענט געװאָרן טױיזנטער קאַנפיסקירטע עקזעמפּליאָרן פון תלמוד, אַזעלכע קאַנפיסקאַציעס און אױטאָידאַ-פעס זיי- נען פאָרגעקומען אויך אין װוענעדיק, פּעראַראַ, מאַנטואַ און אַנדערע איטאַ- ליענישע שטעט. די אַלע בקשות פון די יידן ביים פּױפּסט, אַז מען זאָל אָפּשאַפן דעם דעקרעט, האָבן נישט געהאָלפן, און דער פּױפּסט האָט נאָר געטון דעם חסד, װאָס ער האָט דערקלערט, אַז קאָנפיסקירן און פאַרברענען דאַרף מען נאָר דעם תלמוד און נישט אַנדערע יידישע ספרים. ווען אַלס פּױ9סט, אונטערן נאָמען פּאַאול דער פערטער (1555 -- 9 איז אויסגעקליבן געװאָרן דער קאַרדינאַל קאַראַפאַ, דער קאָפּ פון די שטאַרקסטע רטאַקציאָנערן, האָט מען אָנגעהױבן איבערגיין פון אינק" וויזיציע אויף די יידישע ספרים צו אנקוויזיציע אויף די יידן אַלײן. פּאָאול 4 יי גרעץ - די יידישע געשיכטע דער פערטער האָט מיט זיין בלינדן פאַנאַטיזם און אַכזריות געבראַכט די קאַטױלישע רעאַקציע צו אַזאַ שרעקלעכן טעראָר, װאָס האָט אויפגערעגט אפילו די גלוױביקע קאַטאָליקן אַלײן. װוי נאָר ער האָט איבערגענומען די ממשלה אין זיינע הענט, האָט ער אַרױסגעגעבן קעגן יידן צוויי , בולעס", אין איינער פון זיי האָט ער באַפױילן אַרױפצולײגן אויף יעדער יידישער שול אַן אָפּצאָל פון 10 דוקאַטן לטובת די ,קאַטעכומאָנען", ד"ה די יידן, װאָס גרייטן זיך איבערצוגיין אין קריסטלעכן גלויבן. מיט דעם באַפעל אין דער פּױפּסט נאָר אויסן געווען צו באַלײידיקן דאָס רעליגיעזע געפיל פון דער פאַרהאַסטער יידישער נאַציע. אין דער צווייטער בולאַ האָט דער פאַ- נאַטישער פּױיפּסט באַשטעטיקט די אַלטע באַגרענעצונגען קעגן יידן פון דעם קירכן-קאַנגרעס. יידן אין יעדער שטאָט מעגן וואוינען נאָר אין אַ באַ- זונדער קװאַרטאַל, װאָס דאַרף בײנאַכט אָפּגעשלאָסן ווערן דורך באַזונ" דערע טױערן: און דאָרט מעגן זיי האָבן נאָר איין שול. זיי דאַרפן אויך טראָגן ספּעציעלע צייכנס. מענער: געלע היטלען, און פרויען --- געלע טי- כער. קריסטן ווערט פאַרבאָטן צו דינען ביי יידן וי הויז-דינער, דערציע- רינס אָדער אַמען; קורירן זיך ביי יידישע דאָקטוירים און באַטײליקן זיך אין יידישע שמחות. די געטאָ-אײנוואוינער ווערט דערלויבט צו פירן קליי- נעם האַנדל, איבערהויפּט מיט אַלטװאַרג, אָדער געבן געלט אויף פּראָצענט (נישט מער װי 12); אומבאַוועגלעכע פאַרמעגנס טאָרן זיי נישט האָבן, און די הייזער און נחלאות, װאָס זיי האָבן שוין דערװואָרבן ביז דעם באַפעל, מוזן זיי אין משך פון זעקס חדשים פאַרקויפן. די דאָזיקע שרעקלעכע גע זעצן האָבן געבראַכט יידן אי אַן אומגעוויינלעכן מאַטעריעלן חורבן, אי אַ שרעקלעכע באַלײידיקונג. אין רוים האָבן פיל יידן פאַרקויפט זייערע הייזער און פאַרלאָזט דאָס לאַנד, נאָר די שנאה פון פּױיפּסט צו יידן האָט דערמיט זיך נאָך נישט איינגעשטילט. איין מאָל אין אַן אויפגערעגטן מאָמענט האָט ער אָפּגעגעבן אַ געהיימען באַפעל אונטערצוצינדן אַלע יידישע הייזער אין רוים. צום גליק, האָט דער קאַרדינאַל פאַרנעזע איינגעהאַלטן דעם דאָזיקן משוגענעם באַפעל און אויפן צווייטן טאָג האָט דער פּױפּסט אַלײין חרטה געהאַט און צוריקגעצויגן די גזירה, מיט אַ באַזונדערן צאָרן און האַס האָט דער פאַנאַטישער פּוֹיפּסט זיך גענומען צו די מאַראַנען. די שטאָט אַנקאָנאַ איז אין דער ערשטער העלפט פון זעכצנטן יאָרהונדערט געווען דער הױפּט-צענטער, וואוהין עס האָבן דער נייער צענטער אין טערקיי 15 צמיגרירט די אַנטלאָפּענע מאַראַנען. די פריערדיקע פּױפּסטן האָבן די מאַ" ראַנען געלאָזט צורו, און נאָר פּאַאול דער פערטער האָט זיך אַרומגעזען, אַז צו גוט לעבן זיך ביי אים די ערעטיקער און אומגלויביקע, און ער האָט אַרױסגעגעבן אַ באַפעל צו אַרעסטירן אַלע מאַראַנען און זיי איבערגעבן אין די הענט פון דער אינקוויזיציש. פיל מאַראַנען, װאָס האָבן זיך דערוואוסט וועגן דעם געהיימען באַפעל, האָבן באַװיזן צו אַנטלױפן, די איבעריקע, אַן ערך הונדערט מענטשן, זיינען אַרעסטירט געװאָרן און פֿאַרװאָרפן געװאָרן אין די טורמעס פון דער אינקוויזיציע. צװוישן די אַהעסטירטע האָבן זיך געפונען עטלעכע מאַראַנען טערקישע אונטערטאַנען, װאָס זיינען געקומען קיין אַנקאָנאַ צוליב געשעפטלעכע ענינים. ווען אין קאָנסטאַנטינאָפּאָל האָט מען זיך דערוואוסט וועגן זייער אַרעסט, האָט דער מיגיסטער יוסף בשיא געבעטן דעם סולטאן סוליימאן, ער זאָל זיך אָננעמען פאַר זיי. דער סולטאַן ‏ האָט באַלד געשיקט אַ פּראָטעסט צום פּויפּסט קעגן דעם אומגעזעצלעכן אַרעסט פון זיינע אונטערטאַנען און געפאָדערט, אַז מען זאָל די אַרעסטיף- טע תיכף באַפרייען. ער האָט געדראָט, אַז אויב מען װעט זיי ניט באַפרייען װעט מען אָננעמען רעפּרעסיפס קעגן די קאַטאָליקן, װאָס וואוינען אין טער" קיי,. דער פּױפּסט האָט, נאַטירלעך, געמוזט נאָכגעבן די פאָדערונג פון מאַ- גאַרך, פֿאַר וועלכן עס האָט דעמאָלט געציטערט גאַנץ אײראָפּע, נאָר דער" פאַר האָט ער אױסגעגאָסן זיין צאָרן אויף יענע ארעסטירטע מאַראַנען פאַר וועלכע עס איז נישט געווען, װער ס'זאָל זיך אָנגנעמען: זי זיינען דורכן אינקוויזיציע-געריכט פאַרמשפּט געװאָרן צום פֿאַרברענען. די פאַר- משפּטע האָט מען פאָרגעלייגט אָדער תשובה טון אויף זייערע זינד און צו" זאָגן, אַז זיי וװועלן שוין מער פון קריסטנטום ניט אָפּטרעטן, אָדער זיך לאָזן פֿאַרברענען לעבעדיקערהייט, 60 פון זיי (לויט אַן אַנדער נוסח 28) האָבן באַשלאָסן, װוידער אָנצוטון אויף זיך די מאַסקע פון קריסטנטום. זיי זיינען, וי פֿאַרברעכער, פאַרשיקט געװאָרן אויף שיפן צו דער אינדול מאַלטא, וואו מען האָט זיי געדאַרפט האַלטן אונטער אַ שטרענגער השגחה, נאָר אויפן וועג איז זיי געלונגען זיך אַרױסצודײיסן און צו אַנטלויפן קיין טער- קיי, די איבעריקע מאַראַנען האָבן כאַשלאָסן בעסער צו שטארבן פאַר זייער אמונה, און מיט אויסרופן: ;שמע ישראל, ד' אלהינו, ד' אחד!" זיינען זי פאַרברענט געװאָרן אויף אַ שייטערהויפן (סיון 1556), די ידיעה וועגן די מאַרטירער אין אַנקאָנאַ האָט דערװועקט צווישן 70 גרעץ - די יידישע געשיכטע אַלע יידן אין איטאַליע געפילן פון װייטיק און פאַרביטערונג. אַ גרופּע מאַ- ראנען, װאָס זיינען אַנטלאָפן פון אַנקאָנאַ און פּעזאַראָ, האָבן אָנגענומען אַ דרייסטן שריט. די צוויי שטעט אַנקאָנאַ און פּעזאַראָ, צוויי נאַענטע פּאָרטן פון אַדריאַטישן ים, האָבן שוין פון לאַנג געפירט צװישן זיך אַ שטאַרקע קאָנקורענץ פאַר דער אױיבערהאַנט אין דעם האַנדל מיט די טער- קיש-לעװאָנטאָנישע האַפנס. אין דער ערשטער העלפט פון 16טן יאָרהע- דערט פלעגן די לעװאַנטישע שיפן אַממערסטנטײל אַרײנגײן קיין אַנקאָגאַ, ווייל די דאָרטיקע יידן און מאַראַנען האָבן געהאָט גרויסע האַנדלס-באַצלײ אונגען מיט זייערע ברידער אין טערקיי. ווען דער הערשער פון פּעזאַרא, הערצאָג פּעזאַראָ, האָט אַרײנגעלאָזט צו זיך די אַנטלאָפענע מאַראַנען פון אַנקאָנאַ, האָט ער דאָס געטון נישט אַזױ צוליב מענטשךליבע, װי צוליב אַ פּראַקטישן חשבון: ער האָט גערעכנט, אַז צוליב דעם װעלן די האַנדלס- שיפן פון טערקיי איצט אָנהייבן זיך אָפּצושטעלן אין פּעזאַראָ, און נישט אין אַנקאָנאַ. די דאָזיקע האָפּענונג זיינע איז טאַקע די ערשטע צייט מקוים געװאָרן. די אַנטלאָפּענע מאַראַנען האָבן באַשלאָסן צו דערקלערן דעם פּױפּסט אַ האַנדלס-מלחמה און באַָיקאָטירן אַנקאָנאַ. זיי האָבן אַװעקגש" שיקט צו זייערע טערקישע ברידער אַ ספּעציעלן שליח מיט אַ בריוו, וואו זײי האָבן באַשריבן דעם מאַרטירער-טױט פון די מאַראַנען אין אַנקאָנאַ און געבעטן אין נאָמען פון נאַציאָנאַלער אַחדות צו באַיקאָטירן דאָס דאָזיקע נעסט פון דער אינקוויזיציע און מער נישט שיקן קיין שיפן מיט סחורות קיין אַנקאָנאַ. די טערקישע יידן האָבן הייס זיך אָפּגערופן אויף דער בקשה און זיי האָבן אין די שולן דערקלערט אַ חרם אויף יעדן יידן, װאָס װעט שיקן סחורות נישט דורכן פּאָרט פּעזאַראַ, נאָר דורך אַנקאָנאַ. די רעזול- טאַטן פון דעם באָיקאָט האָט מען באַלד אָנגעהויבן שפּירן. צוישן סאַלאָ- ניקי און אַנקאָנאַ זיינען איבערגעריסן געװאָרן די האַנדלס-באַציאונגען און דער סענאָט מיט דעם שטאָט-ראַט פון אָנקאָנאַ האָבן געמוזט זיך ווענדן צום פּױיפּסט מיט אַ ביטש ועגן באַלדיקער הילף, ווייל אַנדערש װעט אבי קאָנאַ צוליב דעם יידישן באָיקאָט אין גאַנצן מוזן חרוב װערן, דער פּויפּסט האָט דערשפּיױט, אַז אויך יידן זיינען פעאיק נקמה צו נעמען פאַר זייערע באַלײדיקונגען, און ער װאָלט אפשר געמוזט ויכער װערן, װען ייף זאָלן זיך געווען האַלטן אײיניק און פעסט, צום אומגליק, האָט אָבער צווישן די יידן אַלײן אױסגעבראָכן אַ שפּאַלטונג. די איבערגעבליבענע יידן אין דער נייער צענטער אין טערקיי זִד אוקאנאַ האָכז זיך דערשראָקן פאָרן באִיקאָט און מורא גשהאט, אַז דער צערייצטשר פּויפּסט זאָל איצט אין גאַנצן נישט ארויסטרייבן דאָס רעשט ביסל יידן פון זיין מדינה. זיי האָבן זיך דעריבער געװענדט מיט אַ בקשה צו די טשפרקישע יידן, אַז זיי זאָלן רחמנות האָבּן אויף זייערע ברידער און מנמטל מאכְּן דעם באַיקאָט, פון דער צווייטער זייט האָבן יוסף נשיא און די העכערע יידישע געזעלשאַפט אין טערקיי געשטיצט די דרייסטטע ידן פון פּעזאַראָ, צוליבם דער דאָזיקער שפּאַלטונג האָט דער באַָיקאָט נישט גֹשָי קאָנט לאַנג זיך האַלטן; קיין פּעזאַראָ פלעגן אַלץ אָנקומען ווי4ציק האַנדלט- שיפן, און דער סוף איז געווען, אַז דער הערצאָג אורבינאַ האָט זיך אי- בערצייגט, אַז עס איז נישט כדאי איינצורייסן מיטן פּױפּטט צוליב יידן, ווען זיי האבן נישט געבראַפט די נוצן, אויף וועלכע ער האָט געהאַפט, און נאָך צוויי יאָר רואיק לעבן אין פּעזאָראָ, האָט דער הערצאָג פאַרטריבן פון זיין גאַנצן הערצאַנטום אַלע יידן, װאָס זייגען אַהין אַנטלאָפן, דער טויט פון פאַגאַטישן פּױפּסט פּאַאול האָט דערפרייט נישט בלוין יידן, נאָר אויך פיל קאַטאָליקן. מען דערציילט, אַז די רוימער האָבן עפנט" לעך צעבראָכּן די סטאַטוע פון פאַרשטאָרבענעם פּױפּסט און איינער אַ ייך האָט אָנגעטון אויפן קאָפּ פון דער סטאַטוע אַ געל היטל. זיין שטעלי פאַרטרעטער, פּיוס דער פערטער (1559 --- 1565), האָט אָפּגעשאַפּט אל גיקע באַגרענעצונגען קעגן יידן און דערלויבט צו דרוקן דעם תלמוד, אָבערף נאָר בתנאי, אַז עס זאָלן דורכגעלאָזט ווערן זי שטעלן, וואו עס רעדט זיך שלעפטס וועגן קריסטנטום. דער תלמוד, אָדער ש"ס (ששה סדרים), האָט פון איצט אָן געמעגט געדרוקט װערן (װי אויך אַנדערע יידישע ספרים) נישט אנדערש, װי אונטער אַ שטרענגער צענזור פון יידישע משומדים, נאָך פּיוס דעם פערטן איז געװאָרן פּױיפּסט פּיוס דער פינפטער (1566 == 1572), געוועזענער גרויס-אינקװיזיטאָר, וועלכער האָט ווידער דורכגעפירט, און נאָך מיט מער אַכזריות, דאָס פּראָגראַם פון פּאַאול דעם פערטן, ער האָט צוריק איינגעפירט די אַלע , בולעס" פון פּאַאול און דערצו נאַך מוסיף געווען, אַז די יידישע באַגרענעצונגען זאָלן איינגעפירט ווערי נישט בלויז אין די פּראַװינצן, װאָס געהערן צום פּױפּסט, נאָר אין אַלע קאַטולישע לענדער. שר האָט געװאָלט אַרױסטרײבן אַלע יידן פון זיין ממשלה, נאָר צוליב השתדלות פון אייניקע קריסטלעכע סוחרים און גייסט- לעכע אין ער איינגעגאנגען אויף א פּשרה: דעם גיינטן מערץ 1569 אין 78 7 גרעץ - די יידישע געשיכטע אַרױיסגעגעבן געװאָרן אַ באַפעל, אַז אַלע יידן פון די פּויפּסט-לענדער, אוי- סער די יידן פון רוים און אַנקאָנאַ, זיינען מחויב אין אַ משך פון דרי חדשים צו פאַרלאָזן דאָס לאַנד, דער דאָזיקער באַפעל האָט זיך באַצױגן אויך אויף אַװיניאָן און ווענעסען --- פראַנצויזישע פּראָװינצן, װאָס זיינען געשטאַנען אונטער דער הערשאַפט פון טויטםט,. די פאַרטױיבענע האָבן עמיגרירט קיין טערקיי אָדער אין יענע איטאַליענישע פּראָװינצן, װאָס האָבן נישט געהערט צום פּױפּסט. די יידישע קהלות אין רוים און אין אַנ- קאָנאַ זיינען געבליבן, דאָס איז אָבער געווען אַ חושכדיקע עקזיסטענץ פון מענטשן, װאָס זיינען רעכטלאָז אין אַלע הינזיכטן און מוזן שטענדיק צי- טערן פאַר דער שװוערד פון דער אינקוויזיציע. די פּאָליטיק פון רדיפות האָט אויך פאָרגעזעצט דער פּוױפּסט גרע- גאָר דער דרייצנטער (1572 --- 1585), דאָס איז געווען אַ טיראַן, װי אַלע אַנדערע טיראַנישע פּױפּסטן, מיט דעם אונטערשייד, װאָס ער האָט זיך אַרומגעטראָגן אויך מיט מיסיאָנערישע פאַנטאַזיעס. ער האָט באַפולן, אַז אין די יידישע שולן זאָלן קאַטױלישע מיסיאָנערן דרשהנען פאַר יידן וועגן דער קריסטלעכער רעליגיע, און אויף יידן איז אַרױפגעלײגט געװאָרן אַ חוב, נישט בלויז צו הערן די דרשות, נאָר אויך צו צאָלן געהאַלט די פּרע- דיקער. די דאָזיקע חוצפּהדיקע גזירה האָט געבראַכט צו פיל קאָמישע סצע- נעס, מען דערציילט, אַז דער פּױפּסט, װאָס האָט זיך איבערצייגט, אַז די מיסיאָנערישע דרשות האָבן נישט קיין דערפאָלג און נאָך אַ לאַנגער צייט האָט דאָך קיין איין ייד זיך נישט געשמדט, האָט באַפױלן צו מאַכן אַן אױיספאָרשונג וועגן די סיבות דערפון, דאַן האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז די יידן האָבן געפונען אַ געשיקטן מיטל, וי אַזױ זיך אַרױסצודרײען פון די מיסיאָנערישע דרשות: זיי פלעגן זיך פאַרשטאָפּן די אויערן, אַזױ אַז די פּרעדיקער האָבן גערעדט און קיינער האָט נישט געהערט. דער פּױפּסט האָט דאַן באַפױלן אַכטיק צו געבן, אַז בעת די דרשות זאָלן יידן האָבן אָפע- נע אויערן. עס פאַרשטײט זיך, אַז אויך דאָס האָט װינציק געהאָלפן און אויך נאָך דעם האָבן די מיסיאָנערישע אַגיטאַציעס נישט געהאַט קיין דער- פאָלג, פאַרבעסערט האָט זיך עטװאָס די יידישע לאַגע ביים פּױפּסט סיקסט דער פינפטער. זיין מעלה איז געווען דאָס, װאָס ער האָט זייער ליב גע- האָט געלט און פאַר געלט האָט מען געקענט ביי אים פּועלן אַלץ,. אונטער דער נייער צענטער אין טערקיי 9 זיין הערשאַפט איז יידן דערלויבט געװאָרן ווידער זיך צו באַזעצן אין די פּױפּסט-פּראַװינצן און עס זיינען אָפּגעשאַפט געװאָרן אייניקע באַגרענע- צונגען. עס זיינען אויך בטל געװאָרן די רעפּרעסיעס קעגן תלמוד. דער פאַרטרעטער פון סיקסט דעם פינפטן, דער פּױפּסט קלימענט דער אַכטער, האָט זיך אָבער אומגעקערט צום אַלטן סיסטעם און בעת זיין הערשאַפט זיינען יידן ווידער פאַרטריבן געװאָרן פון די פּויפּסטלעכע פּראָװוינצן, אוי" סער רוים, אַנקאָנאַ און אװיניאָן, וואו די יידן זיינען פאַרבליבן וואוינען ווייטער אויך, נישט פיל בעסער איז געווען די לאַגע פון די יידן אויך אין יענע איטאַליענישע פּראָװינצן, װאָס זיינען געווען אומאָפּהענגיק פון פּױפּסט, די פרומע הערצאָגן און דאָזשען פון די וועלטלעכע איטאַליענישע פּראָװינצן פלעגן פַּשוט פון פרומקייט װעגן מקיים זיין אַלע באַפעלן פון פּױפּסט, אָבער אויך יענע װינציקע הערצאָגן, װאָס זיינען געווען אין גאַנצן אומ- אָפּהענגיק פון פּױפּסט, פלעגן עקספּלאָאַטירן יידן אויף אַלערלײ אופנים, און אויסער דער שטענדיקער יידישער רעכטלאָזיקייט פלעגן נאָך צוק" מען פון צייט צו צייט אומגערעכטע אומגליקן, פּאָגראָמען, גירושים, זי רעכטלאַזיקײיט פון געטאָ איז אומעטום געווען די זעלבע, דער וילקיר פון דער מאַכט איז אומעטום געווען דער זעלבער און די יידישע לאַגע האָט שטענדיק זיך געהאַלטן אויף נטים: אַמאָל האָט מען זיך גענײיטיקט אין יידן, האָט מען זיי געלאָזט צו רו; אַמאָל זיינען זיי געווען איבעריק, . האָט מען זיי געטריבן און געיאָגט, פאַרהעלטנישמעסיק גוט איז געווען די לאַגע פון די יידן אין דער װוענעציאַנישער רעפּובליק, אויך דאָרט האָט מען יידן נישט ליב געהאַט, מ'האָט זיך אָבער גענייטיקט אין זיי, ווייל װוענעציע האָט זיך געהאַלטן נאָר אויפן האַנדל מיט טערקיי און די הױפּט-פאַרמיטלער אין דעם האַנדל זיינען געווען יידן, פיל האָט דאָ אויך געווירקט די גרויסע ראָל, װאָס די יידישע דיפּלאָמאַטן האָבן געשפּילט אין טערקיי, ווייל װענעציע האָט דאַן געמוזט זיך שטאַרוק רעכנען מיט דעם טערקישן סולטאַן, וועלכער האָס געהאָט אַ גרויסע דעה אין גאַנץ איײיראָפּע. דערפאַר זיינען יידן גשָי שטאַנען אין גרויס געפאַר דאן, ווען ווענעציע האָט זיך נישט גערעכנט מיט דער השפּעה פון די יידישע דיפּלאָמאַטן אין טערקיי. דאָס איז געווען בעת דער מלחמה צװישן דער װענעציאַנישער רעפּובליק און טערקיי צו" 80 גרעץ - די יירישע געשיכטע ליב דעם אינדזל ציפּערן. וענעציע האָט דאַן זיך פאַראײיניקט מיטן פּױפּסט און מיט דעם שפּאַנישן קעניג פיליפ דעם צווייטן, וועלכע האָבן צוזאַמען געשאַפן אַ ,הייליקע ליגע" קעגן די טערקן (1570 -- 1571), אַזױ וי אין דער שפּיץ פון דער פּאַױטײ, װאָס איו אין קאָנסטאַנטינאָפּאָל געווען פאַר מלחמה, איז געשטאַנען דער יידישער מיניסטער דון יוסף נשיא, האָט די װענעציאַנישע רעפּובליק פריער פון אַלץ אױיסגעגאָסן דעם צאָרן אויף אירע יידן: צוערשט האָט מען אַרעסטירט די יידישע סוחרים פון טערקיי, װאָס האָבן זיך דאַן געפונען אין ווענעציע, און מען האָט קאָנפיסקירט זייערע סחורות. דערנאָך האָט דער סענאַט אָנגענומען אַ באַשלוס, אַרױסצוטרײבן אַלע יידן פון דער רעפּובליק. און די יידן האָבן שוין אָנגעהױיבן דעם באַפעל אויסצופירן, נאָר פּלוצים האָבן זיך אָנגע- הויבן פירן אונטערהאַנדלונגען וועגן שלום צװוישן טערקיי און ווענעציע און אין דער שפּיץ פון די אונטערהאַנדלונגען איז געשטאַנען דער דיפּלאָ- מאַטישער שליח פון טערקיי שלמה אַשכנזי, אַ געװעזענער װענעציאַנײ שער אונטערטאַן,. שלמה אַשכנזי האָט אַזױ אַרום געווירקט אויף די ווע" נעציאַנישע קאָנסולן אין קאָנסטאַנטינאָפּאָל און ווען איינער פון זיי, סאָ- ראַנצאָ, האָט, ביים אומקערן זיך אַהײם, באַגעגנט אויפן ברעג אַ גרופּע יידן מיט קליינע קינדער, װאָס זיינען שוין געשטאַנען גרייט צו פאַרלאָזן דאָס לאַנד, האָט ער הייס פאַרטײידיקט די פאַרטריבענע און געטענהט צִו די מיטגלידער פון דער באַראַטונג, װאָס איז װועגן דעם צונויפגערופֿן גע- װאָרן: /װאָס טוט איר? איר װוילט ברענגען צרות אויפן לאַנד. ווער האָט מיטגעהאָלפן צו פאַרפעסטיקן טערקיי, ווער האָט איר געגעבן טעכניקער אויף צו פאַבריצירן אַלערלײ מין כלי-זין, מיט וועלכע זיי קעמפן קעגן אַלע מלוכות, אויב נישט די יידן, װאָס זיינען פאַרטריבן געװאָרן פון שפּאַניע?? די דאָזיקע טענות האָבן געווירקט, און דער סענאַט האָט צױ ריקגענומען זיין באַשלוס וועגן אַרױסטרײיבן די יידן. װען שלמה אַשכנזי איז דערנאָך אַלײן אָנגעקומען קיין ווענעציע, כדי צו פירן די אונטער- האַנדלונגען װועגן שלום, איז ער אויפגענומען געװאָרן מיט גרויס כבוד און די געפאַר איז אין גאַנצן פאַרשוואונדן געװאָרן. נישט שטענדיק אָבער האָט געהאָלפן די יידישע השפּעה אין טער- קיי. גענואַ האָט פאַרטריבן דאָס רעשט ביסל יידן, װאָס זיינען דאָרט גע" בליבן נאָך די ערשטע גירושים (1567). אין הערצאָגטום פּעראַראַ, וואו דער נייער צענטער אין טערקיי 81 די יידן און מאַראַנען האָבן פריער געהאַט אַ בית מקלט, איז די לאַגע פאַרערגערט געװאָרן צו ענדע פון 16טן יאָרהונדערט. די ליבעראַלע די" נאַסטיע פון די הערצאָגן ד'עסטע, װאָס האָט שטעגדיק געשיצט זי יידן, אין אונטערגעגאנגען, און אין יאָר 1597 איז פּעראַראַ איבערגעגאַנגען אונ" טער דער הערשאפט פון פּױיפּסט. די יידן און די מאַראַנען האָבן געוואוסט, װאָס פאַר אַ װאָלקן עס רוקט זיך אָן אויף זייערע קעפּ, און האָבן אַלײן אָנגעהױבן מאַכן הכנות צו פאַרלאָזן דאָס לאַנד, נאָר דער קאַרדיגאַל אַל- דאָבראַדיני, װאָס איז געווען דער פאַרטרעטער פון פּױפּסט אין דער דאָ" זיקער גײי-דערװאָרבענער פּראָװינץ, האָט פאַרשטאַנען, װאָס פאַראַ שאָדן עס װעט זיין פאַרן לאַנד דאָס אַרױסטרײבן יידן, און ער האָט אָפּגעלײגט דעם גירוש אויף פינף יאָר. דערווייל האָט מען ביסלעכווייז אָנגעהױבן אייג- פירן די אַלע גזירות פון פּױפּסט אויף יידן אין אַנדערע ערטער, וי אַרויפ- לייגן אַן אָפּצאָלונג אויף יעדער יידישער שול, צווינגען יידן צו הערן די מיסיאָנערישע דרשות, טראָגן אַ באַזונדערן צייכן אויף די מלבושים און שפּעטער (1624 --- 1627) זיינען די גאַסן, װאָס זיינען געווען באַזעצט פון יידן, פאַרשלאָסן געװאָרן דורך באַזונדערע טויערן און פאַרװאַנדלט גע" װאָרן אין אַ געטאָ. אפילו פּלאָרענץ, וואו די געבילדעטע הערשער פון הויז מעדיטשי האָבן אַ לאַנגע צייט נישט געװאָלט מקיים זיין די באַפעלן פון פּױפּסט און איינפירן ביי זיך די יידישע באַגרענעצונגען. האָט ענדלעך איינגעפירט פאַר יידן אַ געטאָ אין עק שטאָט און נאָר די רייכע יידן איז דערלויבט געװאָרן צו וואוינען אויסער דעם געטאָ, פיל יסורים האָבן איבערגעלעבט די יידן פון מילאַנער הערצאָגטום, אין דער צווייטער העלפט פון 16-טן יאָרהונדערט האָט דאָס הערצאָגטוט זיך געפונען אונטער דער הערשאַפט פון טיראַנישן שפּאַנישן קעגיג פיליפ דעם צווייטן, וועלכער האָט נישט איינמאָל געפאָדערט פון זיין מילאַנער וויצע-קעניג, אַז ער זאָל אַרױסטרײבן די יידן פון הערצאָגטום, נאָר דער וויצע-קעניג האָט געטענהט, אַז דאָס װעט ברענגען פיל שאָדן פאַרן לאַנד, און האָט דעריבער אָפּגעלײגט דעם גירוש. ער האָט דערביי פּינקטלעך אויסגעפילט אַלע באַפעלן פון פּױפּסט וועגן רודפן דעם תלמוד, וועגן באַ" זונדערע מלבושים פּאַר יידן אאז"וו. די קלעריקאַלן אין מילאַן האָבן זיך אָבער דערמיט נישט באַוואיקט און געשיקט דעפּוטאַציעס צום שפּאַנישן קעניג מיט בקשות אַרױסצוטרײבן די יידן. די יידישע באַפעלקערונג האָט 82 / : גרעץ - די יירישע געשיכטע אויך געשיקט אַ דעפּוטאַט, שלמה כהן, צום קעניג, אָבער ער האָט נישט געהאַט דערפאָלג. יידן האָט מען געגעבן אַ טערמין פון צוויי חדשים זיך צוצוגרייטן אין וועג אַריין, און אין פרילינג 1597 האָבן אַן ערךף טױזנט יידן געמוזט פאַרלאָזן דאָס לאַנד און גיין זוכן זיך אַ היים ערגעץ אנ דערש. די אַרױסגעטריבענע האָבן זיך באַזעצט אין די געטאָס פון מאַנטואַ, פּאַדואַ, מאָרענאָ און װעראָנאַ, װאָס זיינען שוין אַזױ אויך געווען איבער" פולט, אָבער אויך אין די לעצטע אױבנדערמאָנטע שטעט האָט מען יידן נישט געלאָזט צרו, און אין איינער פון זיי, מאַנטואַ, װאָס איז געוען איינע פון די בעסטע יידישע קולטורעלע קהלות, האָבן יידן געמוזט אי- בערלעבן אַלע שרעקן פון דעם אכזריותדיקן מיטלאַלטער, אין 1602 האָבן יידן איבערגעלעבט אַ גרויסע קאַטאַסטראָפע. אין יענער צייט איז קיין מאַנטואַ געקומען דער פאַנאַטישער פראַנציסקאַנער באַרטאָלאָמעאָ דע סאַלוטיװאָ, וועלכן מען האָט געהאַלטן פאַר אַ עקדוש", און ער האָט מיט זיינע פאַנאַטישע דרשות אױיפגערײיצט קעגן יידן די קריסטלעכע באַפעלקערונג, איין מאָל האָט אַ קריסט דערזען עטלעכע יידי- שע קינדער שפּילן זיך אין אַ. הויף שבת און אים האָט זיך אויסגעוויזן, אַז דאָס לאַכן אָפּ די קינדער פון פאַנאַטישן פראַנציסקאַנער און זיינע דרשות. ער האָט וועגן דעם געגעבן צו וויסן די איבעריקע קריסטן און באַלד האָט דער צערייצטער המון געכאַפּט עטלעכע אומשולדיקע יידן, זיי אַריינגע- װאָרפן אין תפיסה, וואו מען האָט זיי שרעקלעך געפּײניקט און דערנאָך דערשטיקט. זייערע טױיטע קערפּערס האָט מען צוגעבונדן צו די וויידלען פון פערד און געשלעפּט איבער די גאַסן, דערנאָך האָט מען זײי אויפגע- האָנגען אויף סלופּעס פאַר די פיס. דער ווילדער המון איז געווען גרייט אָג- צופאַלן אויף די יידישע הייזער און מאַכן אַ חורבן, נאָר די הערצאָגן האָבן דערצו נישט דערלאָזט. שפּעטער מיט אַכט יאָר איז פאַר די יידן אין מאַנ- טואַ איינגעפירט געװאָרן אַ געטאָ. די יידן זיינען דאָך געבליבן גוטע ביר- גער און שפּעטער, בעת דאָס עסטרייכישע מיליטער פון קייסער פערדי- נאַנד דעם צווייטן האָט באַלאַגערט מאַנטואַ (16236), האָבן יידן מוטיק גע- קעמפט צווישן די רייען פון די קריסטן. זיבן חדשים נאָכאַנאַנד האָבן אַלע יידישע מענער אױסגעהאַלטן די באַלאַגערונג;: מיט געווער אין דער האַנט פאַרטיידיקט די שטאָט פון שונא, אָדער געהאָלפן באַפעסטיקן די מויערן דער נייער צענטער אין טערקיי 88 פון שטאָט און דערביי אפילו מחלל שבת געווען. דערפאַר, ווען דער שונא האָט איינגענומען די באַלאַגערטע שטאָט, האָט זיין מיליטער צעראַבירט די קװאַרטאַלן פון געטאָ און אַרױסגעטריבן אַלע יידן פון שטאָט, דער" לויבט זיי נאָר מיטצונעמען מיט זיך די נייטיקע מלבושים און דריי דו" קאַטן געלט. די יידן האָבן אַװעקגעשיקט אַ דעפּוטאַציע צום קייסער פער" דיגאַנד און געבעטן ביי אים מיטלייד, פערדינאַנד האָט דערלויבט די פאַר" טריבענע אומצוקערן זיך און באַפױלן, מען זאָל זיי אָפּגעבן זייער פאַףי מעגן. אָבער דערווייל איז שוין אַ העלפט פון זי פאַרטריבענע אָדער אויס" געשטאָרבן פון הונגער און נויט, אָדער צעזייט און צעשפּרײיט געװאָרן אי" בער אנדערע לענדער און נאָר איין העלפט האָט זיך צוריקגעקערט צו די אַלְטע חורבות פון צעשטערטן געטאָ. אין יענער עפּאָכע, ווען די יידישע צרות האָבן דערגרייכט די העכט" טע שטופע, ווען יידן, אױיסגעמאַטערט און דערשלאָגן פון פיל ליידן און װואַנדערן, האָבן פאַרלוירן דעם גלויבן אין די אייגענע כוחות, --- אין יע" נער עפּאַכע האָט געמווזט באַשאַפן װערן אַ רעאַקציע קעגן דער פאַר צווייפלונג און דערשלאָגנקייט און די רעאַקציע האָט זיך אויסגעדריקט אין אַן אייגנטימלעכער משיח-באַװעגונג, װאָס האָט אַרױסגערופן פיל דראַמאָטישע מאָמענטן, באַשאַפן פיל טראַגעדיעס און אויפגערודערט דאָס גאַנצע יידנטום, די אַלטע יידישע אמונה, אַז עס װעט קומען אַ צייט, ווען יידן וועלן ווידער אויסגעלייזט ווערן און צוריק ווערן אַ פריי פאָלק, האָט זיך אין יענער צייט פון אוממענטשלעכע יסורים און באַלײידיקונגען שטאַרק פוגאַנדערגעפלאַקערט און די ברענענדיקע בענקשאַפט פון פאָלק צו אויס" לייזונג האָט געמווט אָננעמען אַ פאָרעם פון אָן איבערנאַטירלעכן גלויבן, פון אַ גלויבן אין דער נאָענטער אויסלייזונג אויף אַן אומגעווייגלעכן אופן, מיל פרומע און געבילדעטע יידן האָבן דאַן כבאמת געגלויבט, אַז די מאָס איז שוין איבערפולט, אַז ווייטער אַזױ דויערן קען שוין גנישט: עס האָבן זיך שוין אָנגעהױבן די חבלי משיח און די גאולה איז שוין נאָענט. די דאָ- זיקע אַלגעמײנע אויפרעגונג האָבן פאַרשידענע אַװאַנטוריסטן און טרוימער אויסגטנוצט צו זייערע פערזענלעכש צוועקן: דערביי מוו מען אָבער מודה זיין, אַז די משיח-באַװעגונג פון יענער צייט האָט אויך געהאַט פיל שיינע, 84 גרעץ - די יידישע געשיכטע דערהויבענע מאָמענטן און האָט אַרױסגעפירט אויף דער סצענע עטלעכע אינטערעסאַנטע טראַגישע פּערזענלעכקייטן, ר' יצחק אברבנאל נאָך, װאָס איז געווען אַ ניכטערער קאָפּ און האָט זיך געהאַלטן ווייט פון די קבליסטישע חלומות, האָט אין די לעצטע יאָרן פון זיין לעבן געפּרואװט באַפעסטיקן די אידייע וועגן משיח און מאַכן זי פאַרן צענטער פון דער יידישער אמונה. ער איז מיט צאָרן אַרױסגעטראָטן קעגן דער מיינונג פון אייניקע יידישע געלערנטע, (װי ר' יוסף אלבו און אַנדערע), אַז די אמונה אין משיח איז נישט איינער פון די יידישע עיקרים, אברבנאל האָט וועגן דעם ספּעציעל אָנגעשריבן דריי ספרים און אויפן גױונט פון פאַרשידענע גימטריאות און רמזים אין תלמוד און אין מדרש האָט ער אפילו געפּרואװט באַשטימען די צייט, ווען משיח וועט קומען. לויט זיין חשבון איז אויסגעקומען, אַז משיח דאַרף קומען צווישן יאָר 1522 און 1533, אונטער דער ווירקונג פון אברבנאלס משיח-טעאָריע, האָבן זיך גלייך באַװויזן אַנדערע, מיסטיקער לויט זייער נאַטור, װאָס האָבן פאַר- ברייטערט די דאָזיקע אמונה, און זי פאַרװאַנדלט אין אַ לעבעדיקער באַ- וועגונג. אין 1502 האָט זיך אין איסטריען, אויף דער גרענעץ פון איטאַליע און עסטרייך, באַװיזן אַן אומבאַקאַנטער ייד פון דייטשלאַנד, מיטן נאָמען אֲשר לעמלין, וועלכער האָט זיך דערקלערט וי נביא פון דער נאָענטער גאולה. ער האָט געהאַט אַלע פעאיקייטן פון אַ פאַנאַטישן פּרעדיקער און ס'איז שווער צו באַשטימען, צי דאָס איז געווען אַ פּשוטער אַװאַנטוריסט, אָדער אַ נאַאיווער מיסטיקער. יעדנפאַלס האָט ער מיט זיינע דרשות צוגע- צויגן פיל מענטשן. ער האָט געפּרעדיקט, אַז אויב נאָר יידן װעלן פאַסטן און תשובה טון, װעט אין זעקס חדשים אַרום קומען די גאולה: עס ועלן פאָרקומען נסים, די קריסטלעכע קירכן װעלן אײינטאַלן און איינגעזונקען ווערן, די יידישע שונאים װועלן האָבן אַ מפּלה און דאָס פאַרפאָלגטע יידי- שע פאָלק װעט זיך באַפרײיען פון זיין יאָך און קומען אין זיין לאַנד אַרײן, די דאָזיקע דרשות האָבן צוגעצויגן פיל מאַמינים אין איטאַליע און אין עסטרייך: יידן האָבן אָנגעהױבן פאַסטן און מתפּלל זיין גאַנצע טעג, פיל האָבן צעטיילט זייער געלט פאַר אָרימע לײיט; און די אמונה איז געווען אַזױ גרויס, אַז איין רב אין װעסטפאַליע האָט אפילו געהייסן אײינװאַרפן דעם אויוון, װאָס איז געווען געבויט ספּעציעל אויף באַקן מצות, ווייל ער דער נייער צענטער אין טערקיי : 2 איז געווען זיכער, אַז דעם פ9ּסח װעלן יידן שוין זיין אין אויץ ישׂראל, אויך פיל קריסטן, צװוישן וועלכע די קבלה אין דעמאַלט געווען זייער פֿאַר שפּרײט, האָבן געגלויבט, אַז עס שטייען פאָר גרויסע וועלט-געשעעגישן, און דאָס האָט נאָך צוגעגעבן מוט די גלױביקע יידן. ווען די אָנגעוויזעגע צייט איז אַרינער און משיח איז אַלץ נישט געקומען, האָבן אייניקע דאָך נישט פֿאַרלוירן די אמונה, אַז די זינד האָבן פאַרהאַלטן משיחן, וועלכער װועט דאָך אין גיכן קומען: אנדערע זיינען אַרײנגעפאַלן אין אַ פאַרצוויים" לונג און זיך גאָר אָפּגעזאָגט פון יידנטום, אין 22 יאָר אָרוט האָט זיך די משיח-באַוועגונג אָנגעהױבן אויפסניי און דאָס מאָל שוין מיט אַ גרעסערער קראַפט און ביי פיל מער טראַגישע אומשטענדן, אין פעברואר 1524 האָט זיך אין פּאָרט פון ווענעציע אַרױסגעזעצט א געהיימנישפולער װאַנדערער. ער האָט זיך אָנגערופן דוד ראוכני, אן אייניקל פון שבט ראובן, און האָט דערציילט, אַז ער איז אַ געבוירענער פון דער פּראָווינץ חבר אין אַראַביע, וואו עס עקזיסטירט אַ יידישע מלוכה, װאָס איז באַזעצט דורך די אייניקלעך פון די אַלטע יידישע שבטים: ראובן, גד און מנשה: אַז דער קייסער פון די דאָזיקע יידן איז זיין ברודער און ער, דוֹד, איז געשיקט געװאָרן דורך זיין ברודער קיין אײיראָפּע מיט אַ וויפטי- קער פּאָליטישער שליחות. אין װאָס ס'באַשטײט די דאָזיקע שליחות איז שווער געווען צו דערגיין, ווייל דער דאָזיקער אומבאַוואוסטער וואנדערער האָט זיך געהאַלטן זייער געהיימנישפול, װוינציק גערעדט, ווינציק געענט" פערט אויף פרעמדע פראַגעס; נאָר פון די פֿאַרשידענע רמזים, װאָס ער האָט געגעבן, האָט מען געקאַנט זיך אָנשטױסן, אַז ער איז געשיקט געװאָרן צו די אייראָפּעאישע מלכים און פריער פון אַלץ צום רוימישן פּױפּסט מיט אַ פאָרשלאָג ,צוצושטעלן דער יידישער מלוכה אין אַראַביע געווער און פּראַװויאַנט, כדי צו מאַכן אַ באַװאָפנטן אויפּשטאַנד קעגן די טערקן און אָפּנעמען ביי זיי פּאַלעסטינע. עס איז לייכט זיך פאַרצושטעלן, װאָס פאַר א רושם דער דאָזיקער געהיימנישפולער מענטש האָט געמאַכט אױיף אַלע אַרומיקע יידן. ער איז אָנגעקומען קיין וװוענעציע אינקאָגניטאָן די ערשטע צייט פאַרבליבן אין צימער פון קאַפּיטאַן פון דער שיף, מִיט וועל" כער ער איז געקומען, און ערשט דערנאָך איז ער אועק אין יידישן געטאַ און דערציילט די פאָרשטייער פון דער יידישער קהלה ועגן זיין גרויסער 80 גרעץ - די יירישע געשיכטע שליחות. דערביי האָט ער גערעדט אױיף אַזאַ אומקלאָרער העברעאישער שפּראַך און זיך באַנוצט מיט אַזעלכע אומקלאָרע אויסדריקן, אַז דער אייג- דרוק איז נאָך געווען גרעסער און עס איז שוין קיין ספק נישט געבליבן, אַז דאָ האָט מען פאַר זיך אַ וויכטיקע פּערזאָן;װאָס פון אים שטייען פאָר גרוי- סע ישועות פאַר יידן, מען האָט געפּרואװוט זיך דערוויסן פון אים די פּרטים פון זיין מיסיע; אויף דעם האָט אָבער דוד ראובני געענטפערט, אַז ביז זיין אוידיענץ ביים פּױפּסט קאָן ער מער גאָרנישט דערציילן, אויך וועגן דער פּערזענלעכקייט פון ראובני איז שווער צו זאָגן עפּעס באַשטימטעס: צי איז דאָס געווען אַ געניטער שאַרלאַטאַן, אָדער אַ פאַנטאַסטישער מאַ- ניאַק: מיט זיין סודותדיקן האַלטן-זיך האָט ער אָבער באַװויזן אַלעמען צו פאַראינטערעסירן. און ווען מען דערמאָנט זיך, אַז אין דער פאָלקס-לעגענ- דע האָט שוין ווירקלעך לאַנג עקזיסטירט ערגעץ אַ יידישע מלוכה פון אַמאָ- ליקע ;עשרת השבטים", קאָן מען לייכט פאַרשטיין, װי גרויס עס האָט גע- מוזט זיין די אמונה אין אים. אַ מענטש פון קליינעם וואוקס, אַ שװאַרצער און אַ מאָגערער, וי אַ סקעלעט, שטענדיק פאַרזונקען אין תפלה און אין תעניתים, דערביי נאָך מיט פירשטלעכע מאַניערן -- האָט דוד ראובגי געמאַכט אַ גרויסן איינדרוק נישט בלויז אויף יידן, נאָר אויך אויף קריסטן און אויפגערייצט די פֿאַנטאַזיע פון די מיסטיש-געשטימטע ידן, װאָס האָבן שוין לאַנג אַרױסגעקוקט אויף עפּעס אַ וואונדערבאַרן מלאך-הגואל. אין גיכן איז ראובני אויפגענומען געװאָרן פריער דורך די קאַרדי- נאַלן און דערנאָך דורכן פּױפּסט קלעמענט דעם זיבעטן אַלײן. דער דאָזײ קער פּופּסט האָט דעמאָלט איבערגעלעבט אַ שוערע צייטן ער איז גע שטאַנען צװישן צוויי פייערן: צוישן דער לוטעראַנישער רעפאָרמאַציע פון איין זייט און דער פּאָליטיק פון דייטשן קייסער קאַרל דעם פינפטן פון דער צווייטער זייט, פּאָליטיש איז ער געווען געדריקט פון דייטשן קייסער, גײיסטיק איז ער געווען באַלײדיקט דורך דער רעפאָרמאַציע, וועלכע האָט ביי אים צוגענומען די גאַנצע אױיטאָריטעט, אַזױ אַז ער האָט זיך געכבאַפּט פאַר אַלץ, װאָס האָט געקאַנט כאָטש עטװאָס אָפּראַטעװען זיין פּאָזיציע. דוד ראובני מיט זיין פאַנטאַסטישן פּלאַן, אָפּצונעמען פּאַלעסטינע ביי די טערקן, איז דעריבער געווען פאַרן פּױיפּסט, װי געוואונטשן, דער פּופּסט האָט פריער אָפּגענומען ביי ראובני זיינע דאָקומענטן --- װוי עס זעט אוים, + באַשטעטיקונגען פון די פּאָרטוגעזישע שיפס-קאַפּיטאַנען און פון די קאָנ- דער נייער צענטער אין טערקיי הי 87 טולן אין טערקיי, אַז אין מזרח עקזיסטירט וירקלעך אַ יידישער שבט, דערנאָך האָט דער פּױפּסט אָפּגעשיקט די דאָזיקע דאָקומענטן קיין ליסאַ- באָן אויף צו קאַנטראָלירן זיי, ווען די פּאָרטוגעזישע רעגירונג האָט די דאָזיקע דאַקומעגטן באַשטעטיקט, איז ראובני פייערלעך אויפגענומען גע" װאָרן פונעם פּױפּסט. ער איז אַרײנגעפאָרן קיין רוים, װי אַ שליה פון אַן אויסלענדישער מלוכה, אויף אַ ווייסן פערד, אין באַגלײטונג פון אַן איבערזעצער און באַדינטע. אויפגענומען איז ער געװאָרן מיט גרויס כבוך, און װי ס'ווייזט אויס, איו דעם פּױפּסט געפעלן געװאָרן ראובגס פּלאַן און זיי האָבן זיך פריינטלעך געזעגנט איינער פון צווייטן. די אידיענץ האָט געמאַכט אַ גרױסן איינדרוק אויף די יידן אין רוים, װעלכע האָבן געפרואווט זיך מתקרב זיין צו ראובנען. די פאָרשטייערין פון דער יידישער אַריסטאָקדאַטיע בענװענידאַיאברבנאל האָט אים געשיקט אַ גרויסע סומע געלט און א זיידענע פאָן מיט די אויפשריפטן פון די עשרת הדברות, נאָר ראובני האָט אויסגעמיטן אָפּנהאַרציקע געשפּרעכן מיט יידן און דערמיט נאָך מער אויפגעוועקט די גייגיריקייט, אין האַרבסט 1525 איז ראובני אָנגעקומען קיין פּאַָרטוגאַל און זיך פאָרגעשטעלט פֿארן קייסער יאָהאַן דעם דריטן. דער פּלאַן אָפּצורײסן ארץ ישראל פון טערקיי איז, װי ס'ווייזט אויס, געפעלן געװאָרן אויך דעם פּאַרטוגעזישן קעניג און ער האָט צוגעואָגט שיקן קיין אַראַביע, צו דער געהיימניספולער יידישער מלוכה, די גייטיקע צאָל שיפן מיט מאַ" טראָסן און געװוער. דערווייל איז ראוכני געבליבן וואוינען אין פּאָרטר גאַל װי אַ פאָרשטייער פון אַן אויסלענדישער מלוכה און זיין פאַרבלייבן דאָרט האָט אויף אַ קליינער צייט פאַרלײכטערט דעם גורל פון די פּאָר" טוגעזישע מאַראַנען. גראָד צו יענער צייט אין אויף דער טאָג אָרדענונג געשטאַנען די מאַראַנעױפדאַגע; די פּאַרטונעזישע קלעריקאַלן האָבן זיך נישט באַנוגנט מיטן גירוש פון די יידן, זיי האָבן נאָך געװאָלט אינגאַנצן פאַרטיליקן די איבערגעבליבענע מאַראַנען, װאָס האָבן געהיים ווייטער געהיט די יידישע רעליגיע. די גייסטלעכע האָבן נישט אויפגעהערט צו העצן דאָס פּאָלק קעגן די מאַראַנען; שפּיאַנען האָבן אומעטום געלויערט און זי פאַרפאָלגט; און די מאַראַנען, װאָס מען האָט געכאַפּט ביים דער" פילן די געבאָטן פון דער יידישער רעליגיע, האָט מען געברענט אויף די שייטערהויפוס, די קלטריקאלן װאָבן אָבער געװאָלט, אז דאָס זאָל נישט 88 גרעץ - די יידישע געשיכטע זיין צופעליק, נאָר סיסטעמאַטיש אײנגעאָרדנט, און געפאָדערט פון קש- ניג, ער זאָל איינפירן, װי אין שפּאַניע, אַן אינקוויזיציע קעגן די מאַראַ- נען. דער קעניג איז שוין געווען גרייט צו דערפילן די דאָזיקע פאָדע. רונג, נאָר דאָ איז געקומען ראובני און די אונטערהאַנדלונגען מיט דעם פאָרשטייער פון אַ יידישער מלוכה האָבן געצוואונגען דעם קעניג אָפּ- צולייגן אויף אַ קליינע צייט זיין פּלאַן. דוד ראובני האָט דעריבער אַרױס- גערופן אַ באַזונדער גרויסן רעספּעקט צו זיך צווישן די מאַראַנען. אויס- געמאַטערט פון די לאַנגע רדיפות, האָבן אָט די מאַראַנען דאָך טיף אין האַרצן נישט אויפגעהערט צו גלייבן אין דער גאולה, און אין דעם גע היימניספולן שליח פון מזרח האָבן זיי דעריבער דערזען זייער אויסליי- זער. די אוידיענץ פון ראובני ביים פּױפּסט און ביים קעניג האָט זי אויפגעמונטערט. פיל מאַראַנען אין ליסאַבאָן און אין אַנדערע שטעט פלעגן קומען צו ראובני, אים קושן די האַנט און אָפּגעבן קייסערלעכן כבוד. ער איז אָבער געװוען איינגעהאַלטן, פאָרזיכטיק און דאָס האָט, נאַטירלעך, נאָך פאַרגרעסערט דעם אינטערעס צו אים און צו זיין מיסיע, דערווייל אין די משיח-באַװועגונג געװאַקסן און דוד ראובנין, װועל- כער האָט אַלײן נאָך זיך קיין זכר נישט איבערגעלאָזט אין דער יידישער געשיכטע און איז פאַרשוואונדן געװאָרן אַזױ געהיימניספול, װי ער איז געקומען, איז באַשערט געווען אַרױסצושטעלן אויף דער סצענע אַ באַ- גייסטערט פּאָעטישע פּערזענלעכקייט פון אַ יידישן בחור, װאָס האָט אין זיך פּאַראײיניקט די התלהבות פון אַ מיסטיקער מיט דער קראַפט פון אַ נאַציאָנאַלן קעמפער און האָט איבערגעלאָזט נאָך זיך אַן אָנדענק אין פאָלק וי אַ מאַרטירער און קדוש. דאָס איז געווען דער געבילדעטער מאַראַן דיעגאָ פּירעס (געבוירן אין יאָר 1500), ער האָט פריער פאַרנומען די שטעל פון אַ סעקרעטאַר אין איינער פון די רעגירונגס-אינסטיטוציעס אין ליסאַבאָן און איז געשטאַנען נאָ- ענט צום הויף. ראובני האָט אָבער אַרױסגערופן אין זיין נשמה אַן אי- בערקערעניש. בטבע אַ פייערדיקער מיסטיקער און טרוימער, און װאָס איז געווען נאָך דערצו גענויגט צו מסירת נפש און מאַרטירערטום, --- האָט פירעס פּלוצים דערשפּירט אין זיך עפּעס אַ געטלעך פייער פון אַ נביא, אָנגעהױיבן זען חלומות איף דער װאָר און דערשפּירט אין זיך, אַז ער דאַרף שטיין אין דער שפּיץ פון די גרויסע געשעענישן, װאָס דאַרפן דער נייער צענטער אין טערקי 69 באַלד קומען. ער איז אַװעק צו ראובגי, אים דערציילט וועגן זייגע חל" מות און ;זטאונגען". און נישט קוקנדיק אױיף דעם, װאָס ער האָט גע" פּרואווט אָפּקילן די צעפלאַקערטע פאַנטאזיע פונעם יונגן מיסטיקער, אין דער לעצטער אַלץ. מער עקזאַלטירט געװאָרן. פון גרויס התלהבות האָט ער אַלײן זיך מל געווען, אַװעקגעװאָרפן זיין קריסטלעכן נאָמען און זיך אָנגעהויבן רופן שלמה מולכו. נאָך אויסגעמאַטערט פון דער שהערער אָפּעראַציע,, אין פיבערהאַפטער אויפרעגונג, איז ער װידער אַװעק צו ראובני און אים דערציילט ועגן זיין טאָט. ראונני האָט זיך דערשראָקן, אַז די דאָזיקע מעשה זאָל נישט װאַרפן אַ חשד אויף אים אַלײן, אַז ער ציט אָפּ מאַראַנען פון קריסטנטום, און געראָטן דעם צעהיצטן מיסטיקער, אַז ער זאָל באַלד אַװעק קיין טערקיי. שלמה מולכו האָט דאָס אָנגענומען וי אַ באַפעל ,פון אויבן" און האָט געפאָלגט די עצה, פון 1527 ביז 1528 האָט ער ארומגערייזט איבער דער אײראָפּע- אישער טערקיי, אין סאַלאָניקי איז ער זיך צומױפגעגאַנגען מיט דעם מקובל ר' יוסף טײטיצאַק און איז אַרײנגעפירט געװאָרן אין די סודוז פון דער קכלה, אין אַדריאַנאָפּאָל, וי אייגיקע היסטאָריקער מיינען, איז ער זיך צוגויפגעגאַנגען מיטן קינפטיקן מחבר פון ,שולחן ערוך" ר' יוסף קאַרו. אין גיכן איז ער געקומען אויך קיין צטת, דעם צענטער פון די מקוכלים, און דאָ האָט ער מחבר געװען א ריי דרשות װעגן ביאת המ" שיח, װאָס זיינען דערנאָך אָפּגעדרוקט געװאָרן דורךף זיינע פריינט אין אַ באַזונדער ספר מיטן נאָמען ,ספר המפואר". פיל זיינען געווען אגט" ציקט פון זיינע באַגײסטערטע רעדעס ועגן דער נאָענטער גאולה. מען האָט זיך פאַרטיפט אין זיך און מען האָט געפונען, אַז די דעמאָלטיקע גע" שעענישן טראָגן די אַלע סמנים פון משיחס קומען, אויף וועלכע דער ,,זהף" איז מרמז. אין דעם פאַקט, װאָס רוים, די הױפּטשטאָט פון , אדום", אין דעמאָלט איינגענומען געװאָרן דול" די סאָלדאַטן פון זײיטשישפּאַנישן מי" ליטער פּונקט אין שבועות (1527), האָט מען געוען אַ קלאָרן בּאַװוייז, אֵז דער ,,קל" האָט זיך שוין אָנגעהױיבן, אַז די װעלט שטייט ערב גרויסע גע" שעענישן, סוף 1529 איז מולכו אַװעק קיין אַנקאָנא, וואו די קאַטױלישע גייסט" לעכע האָבן באַזונדערט נאָכגעשפּירט די אַנטלאָפענע מאַראַנען. ער איז שיער נישט אַרעסטירט געװאָרן; האָט ער זיך אָבער אויסגעדרייט און אי! 00 : : גרעץ - די יידישע געשיכטע אָפּגעפאָרן קיין רוים. דאָרט האָט זיין מיסטישער ברען דערגרייכט די העכסטע מדרגה. ער האָט דערציילט, אַז ווען ער האָט דערזען די ,,פאַנ- שאָלטענע שטאָט?*, האָבן זיך ביי אים געעפנט די ,,שערי דמעות", ער האָט אױסגעגאָסן זיין האַרץ אין אַ הייסער תפילה איבער דער באַפרי- אונג פון דעם פיל-געפּלאָגטן יידישן פאָלק און איבער דער גאולה פון ירו- שלים. בשעת דער תפלה האָט ער דערהערט אַ בת-קול, װאָס האָט אָנגע- זאָגט וועגן דער גיכער גאולה, דער פאַנטאַסטישער מיסטיקער האָט אין רוים פאַרבראַכט טאָג און נאַכט אין תפלה און אין תעניתים און דערגרייכט די גרעסטע שטופע פון קראַנקהאַפטע האַלוצינאַציעס. אים האָט זיך אויס- געוויזן, אַז צו אים קומט עפּעס אַ געהיימניספולער זקן, פירט אים איבער די חורבות פון ירושלים, שטעלט אים אַװעק צװישן די בערג און דאָרט דערציילט ער אים וועגן דער צוקונפט פון דער וועלט און פון פאָלק ישראל; רוים װעט צעשטערט וערן דורך אַ פאַרפלייצונג, פּאָרטוגאַל --- דורך אַן ערדציטערניש און דעמאָלט װעט דערשיינען דער הייליקער גייסט און עס װעט קומען משיח. די דאָזיקע אַלע פאַנטאַסטישע וויזיעס און חלומות האָט שלמה מולכו דערציילט פאַר די אַרומיקע אין זיינע דרשות, װאָס צר האָט געהאַלטן עטלעכע שבתים אין דער יידישער שיל אין רױים. נאָר פּלוצלונג האָט ער באַמערקט, אַז אים שפּירט מען נאָך און מען וויל אים אויסגעבן דער אינקוויזיציע. ער האָט געמוזט פאַרלאָזן רוים און איז אויף אַ צייט אָפּגעפאָרן קיין ווענעציע. דאָרט האָט מולכו ווידער זיך באַגעגנט מיט ראובני, צו יענער צייט האָט ראובני שוין געהאַט פאַרלוירן דעם צוטרוי ביים פּאַָרטוגעזישן קעניג, ווייל מען האָט אים חושד געווען, אַז ער האָט געהיימע באַציאונגען מיט די מאַראַנען און אַז דאָס האָט ער אָפּגערעדט שלמה מולכון פון קריסטנ- טום. ראובני איז אַרױסגעשיקט געװאָרן פון פּאָרטוגאל און אויפן וועג איז ער שיער נישט אַרײינגעפאַלן אין די הענט פון דער אינקוויזיציע, נאָר ער האָט זיך אַרױסגעראַטעװעט און איז אַנטלאָפן קיין ווענעציע, וואו ער האָט אָנגעהובן פירן אונטערהאַנדלונגען מיטן סענאַט פון דער רעפּובליק, װול- כע האָט דעמאָלט געפירט אַ מלחמה מיט טערקיי, ועגן זיין פּלאַן. דאָ אָבער גייט פּלוצים איבער די גאַנצע ראָליע פון די פּאָליטישע אונטער" האַנדלונגען צו שלמה מולכו, ענדע 1530 איז אין רוים ווירקלעך פאָרגעקומען אַ שרעקלעכע פֿאַר" דער נייער צענטער אין טערקיי 1 פלייצונג. אַהין איז געהיים געקומען צו פֿאָרן שלמה מולכו און אין אויפ" גענומען געװאָרן דורכן פּױפּטט, װאָס צווישן זיי איז פֿאָרגעקומען, ווייסט מען נישט, צי האָט דער יונגער פּאַעטיש-געשטימטער און הייסער מיסטי- קער פאַרכישופט מיט זייגע ,,זעאונגען" דעם פּױפּסט, וועלכער האָט אַליין דאַן איבערגעלעבט אַ שרעקלעכע צייט, אָדער דער פּופּסט האָט אים גע" װאָלט אויסנוצן וי אַ ווערקצייג פאַר געחיימע צוועקן, --- יעדנפאַלס איז באַוואוסט, אַז דער פּױי9סט האָט זיך באַצויגן צו מולכו זייער גוט און כּאָטש די גייסטלעכש האָבן נישט אויפגעהערט צו פֿאָדערן, אַז מען זאָל מולכון איבערגעבן אין די העגט פון דער אינקוויזיציע, האָט דער פּויפּסט דאָך אים אויף אַזױ פיל מקרב געווען, אַז ער האָט אים אַרױסגעגעבן א פּאַפּיר וי אַ שוץ פון דער אינקוויזיציע, דערווייל האָבן די אַגענטן פון דער אינקוויזיציע נישט אֵופגעהערט פונדעסטוועגן נאָכּצושטּיאָנירן מולכון און דערצו האָט נאָך מיטגעהאָלפן איינער אַ געבילדעטער ייד, דער דאָקטאָר יעקכ מאַנטין. צי ער איז געווען אַ פערזענלעכער שונא פון מולכו, אָדער ער האָט מורא געהאַט, אַז זיין אַגיטאַציע זאָל נישט האָבן קיין שלעכטע רעװלטאָטן פֿאָרן יידנטום, נאָר אַ פאַקט איז, אַז מאַנטין האָט זיך באַשלאָטסן אויף אַ מיאוסער מסירה, ער איז געקומען צו דעם פּאַרטוגעזישן פאָרשטייער אין רוים און געזאָגט: ,,װאָס זשע שווייגט איר, ווען מען כאַלײדיקט דעם כבוד פון אייער קעניג? דער דאָזיקער מענטש, װאָט איז איצט אַן אַרײנגײער אין הויף פון פּױפּסט, איז דאָך א געוועזענגער דינער פון אייער קעניג, װאָס האָט אָנגענומען די יידישע אמונה!". דער פּאָרטוגעזישער פֿאָרשטייער האָט דערױיף געענט.: פערט, אז שפּיאַנאָזש גייט נישט אריין אין זיינע פליכטן, דאַן איז מאַנטין אַװעק צו די ריכטער פון דער אינקוויזיציע און דורך עדות אויפגעוויזן, אַז מולכו איז אָפּגעמאַלן פון דער קאטילישער רעליגיע. די ריכטער האָבן אָבער קיין זאַך נישט געקאָנט טאָן מולפון, ווייל ער האָט באַויזן דאָס שוץ"פּאַפּיר פון פּויפּסט. די ריכטער האָבן זיך געװוענדעט צום פּופּסט מיט אָן אָנקלאָגע, פֿאַרװאָס ער איז אַזוי גנעדיק צום ,,אומגלױביקן" מאַראַן, נאָלר דער פּוי9טט האָט זי איינגעבעסן, זיי זאָלן ביז אַ געוויסער צייט אָפּװאָרטן און לאָזן מולפון צורו,. דער מסור מאַנטין האָט אָבער נישט גע" רוט און ער האָט פֿאָרגעשטעלט די ריכטער פון דער אינקוויזיצישע אַ פֹּאַ- פּיך פון שלמה מולכו, וואו יעגער רעדט פייגנטלעך ועגן דער קאַטױלישער 92 - = גרעץ - די יידישע געשיכטע רעליגיע און זאָגט נביאות אויף דעם גיכן אונטערגאַנג פון ,, אדום", דאָ האָט שוין קיין חסד נישט געקאָנט העלפן: מולכו איז פאַרמשפּט געװאָרן צום פאַרברענען און אין אַ פּאָר טעג ארום איז מולכו דערקלערט געװאָרן אָלס פאַרברענטער פון דער אינקוויזיציע. וי גרויס איז אָבער געווען די פאַרוואונדערונג פון דער לעצטער, ווען מ'האָט זיך דערוואוסט, אַז מולפו לעבט און געפינט זיך אַפילו אין הויף פון פּױפּסט. עס האָט זיך אַרױסגע- וויזן, אַז אַזױ װוי ער האָט געװאָלט אָפּראַטעװען שלמהן, האָט דער פּױפּסט געשיקט אויפן פייער אַן אַנדערע פּערזאָן. ווייטער בלייבן אין רוים האָט מולכו שוין מער דאָך נישט געקענט און ער איז אָפּגעפאָרן קיין דייטש- לאַנד, אין גיכן האָבן ראובני און מולכו זיך באַשלאָסן אויף אַ נייעם דרייסטן שריט. זיי זיינען ביידע אַװעק קיין רעגענסבורג, וואו עס האָט דעמאָלט אָפּגעהאַלטן זיינע זיצונגען דער דייטשער סיים אין אָנועזנהייט פון קייסער. וי עס דערציילט דער באַװאוסטער דעמאַלטדיקער יידישער ,;שתדלן* יאָסעלמאַן ראָזהײם, האָט מולכו געװאָלט איבערצייגן דעם קייסער און דעם סיים, אַז ער וויל רופן אַלע יידן אויף אַ מלחמה קעגן טערקיי. דער פאָרזיכטיקער יאָסעלמאַן האָט געפּרואװוט אָפּריידן מולכו פון זיין משוגענעם פּלאַן, נאָר מולכו האָט נישט געװאָלט אַפילו אים אויס" הערן און דער סוף פון דער דראַמע איז געווען זייער טרויעריק. קאַרל דער פינפטער האָט געהייסן אַרעסטירן ביידע יידישע טרוימער און זיי אָפּפירן קיין איטאַליע, וואוהין ער איז דאַן אַלײן געפאָרן. ראובנין האָט מען אַװעקגעפירט קיין שפּאַניע, איינגעזעצט אין טורמע, וואו ער איז אין עטלעכע יאָר אַרום געשטאָרבן. מולכון האָט מען אין מאַנטואַ פאַרמשפּט צום טויט, וי אַן אָפּגעפאַלענעם פון דער קריסטלעכער רעליגיע. ווען מען האָט אים געפירט צום פייער, האָט מען אים אין נאָמען פון קייסער פאָר- | געלעגט צו באַגנאַדיקן, אויב נאָר ער װעט תשובה טאָן. נאָר מולכו האָט מיט שטאָלץ אָפּגעענטפערט: ,,איך באַדױער, װאָס איך בין אין די יונגע יאָרן געווען א קריסט. איצט טוט מיט מיר, װאָס איר ווילט". דאן האָט מען אים פאַרברענט אין דער אָנוועזנהייט פון אַ גרויסן עולם (אין יאָר 3, אַזױ טראַגיש האָט זיך געענדיקט די משיחיבאַוועגונג פון 16'טן יאָרהונדערט, װאָס האָט אַרױסגערופן אַזאָ גרויסע אויפרעגונג און באַ- דער נייער צענטער אין טערקיו 98 שאַפן אַזױ פיל האָפענונגען. נאָך די נישט-דערפילטע האָפענונגען איז גע" קומען דער לאַנגער יאוש; דאָס צעבראַכענע געמיט און די ליידן פון גלות האָט מען נאָך דעם געשפּירט נאָך טיפער און ברענענדיקער. שלמה מולכו האָט אָבער נאָך לאנג געלעבט אין זכרון פון פאָלק וי אַ העלד און מאַר- טירער און אויך נאָך זיין טוט האָבן אַ סך געגלויבט, אַז ער איז אַרױס גאַנץ פון פייער און לעבכט ערגעץ בטוד, קאַפּיטל דריי די ליטעראַטוף גישט געקוקט אויף די צרות און רדיפות פון אויסן, האָט דאָך דאָס יידנטום צו יענער עפּאָכע אַרױסגעטין אַן אינערלעכע גרויסע ענערגיע און אין דער שפּיץ פון דער קולטורשלער ארבעט צװוישן יידן אין יענער צייט איז געשטאַנען איטאַליע. אין ערגעץ האָט אַזױ האַסטיק נישט גע" קלאַפּט דער פּולס, אין קיין שום יידישן צענטער איז דאָס גייסטיקע יידישע לעבן פון יענער עפּאַכע נישט געווען אַזױ פאַרשידנפארביק און רייך, װי צוישן די איטאַליענישע יידן. די עפּאַכע פון רעגעסאַנס און הומאַניזם, פוּן איין זייט און די גרויסע דערפינדונג פון ביכער"דרוק, פון דער צווייטער זייט, האָבן געמוזט אויך צװוישן יידן אַרױסגערופן אָן אויפלעבונג און צאָ- וועגונג. מיסטישע אידעען און חלומות, טרויערישטימונגען און אַ שטרע" בונג צו רעפֿאָרמען און באַנייאונג אין יידנטום, רבנישער פּלפּול אין הלכה = דאָס אַלץ צוזאַמען, זי אַלע פארשידענע קעגנזעצטע שטרעמונגען האָבן זיך צונויפגעמישט אין איין כאַאָס, אָבער דאָך רייכער געמאַכט דאָס אי" גערלעכע גייסטיקע לעבן און באַשאַפן אַ גרויסע ליטעראַטור, אין דער ערשטער העלפט פון 16-טן יאָרהונדערט האָט דער ,רבגיזם", די טרוקענע הלכה נאָך געהאַט די אױבערהאַנט,. אין פיל איטאַליענישע שענטערן האָבן דאַן עקזיסטירט גרויסע ישיבות, דער רבניזם האָט געהאַט אָנגעזעענע פערזענלעכקייטן אויף זיין זייט און די תלמודיסטישע ליטש" ראַטור האָט געהאַלטן אין איין בליען. אין דער שפּיץ פון די יידישע קהלות זיינען געשטאַנען די רבנים ר' אברהם בן יהודה מינץ און זיין איידעם י' מאיר קאַצענעלבויגען, וועלכער איז געווען באַוואוסט וי אַ גרויסע יידי" שע אױיטאָריטעט אויך אויסער איטאַליע, אין יאָר 1520 האָט אין איטאַ- ליע דאָס ערשטע מאָל זיך באַװיזן אין דרוק גאַנץ ש"ס און איז פאַרשפּרײט געװאַרן אין אַ געװאַלדיקער צאָל עקזעמפּליאָרן. באַלד האָבן זיך אָבער אָנגעהויבן די רדיפות אויפן תלמוד און דער זקן ר' מאיר קאַצענעלנבויגען האָט דערלעבט צו אַזאַ צייט, ווען ער האָט נישט געהאט צו דער האַנט 6 גרעץ - די יידישע געשיכטע קיין איין איינציקן עקועמפּליאַר פון ש"ס, וואוהין אַרײנצוקוקן. די ישיבות זיינען דעמאָלט אינגאַנצן געפאַלן און די יידישע בחורים, װאָס האָבן גע" װאָלט זיך פאַרנעמען מיט תורה, האָבן געמווט לערנען תלמוד געהיים, אָדער ספּעציעל צוליב דעם פאָרן קיין פּױלן. שפּעטער האָט מען אין דייטשלאנד ווידער דערלויבט צו דרוקן דעם תלמוד מיט אַ צענזור, און די ישיבות האָבן ווידער אויפגעלעבט. עס איז שוין אָבער מער נישט געווען דער פריערדיקער ברען און די פריערדיקע ענערגישע טעטיקייט, די טרוקענע הלכה, דער תלמודישער פּלפּול פאַלט, און זיין אָרט פאַרנעמט די אגדה און דער מדרש אין דער פאָרעם פון מאָראַלישע מגי- דות, צוזאַמען מיט דעם רב דעם הלכה-מענטש טרעט אַרױס אויף דער סצענע דער רב װי אַ גייסטיקער פּאַסטעך פון זיין סטאָדע, װי אַ מאָראַלל- שער דערציער פון זיין עדה, וועלכער ער לערנט שוין נישט קיין דינים און חלעות, נאָר מוסר און גאָטס װאָרט, דער באַרימטסטער און באַגאַבט- סטער דרשן פון יענער צייט איז געווען ר' יהודה מושקאַטו, דער רב פון מאַנטואַ (געשטאָרבן אין 1580), דער מהבר פון ,קול יהודה", א פּירוש צו דעם רעליגיעזן סיסטעם פון ר' יהודה הלוי. דער יונגערער דרשן פון זיין צייט, ר' עזריה פיגאָ (1647) אין װענעדיק, האָט איבערגעלאָזט נאָף זיין טוט אַ גרויסע זאַמלונג פון שיל-דרשות מיטן נאָמען ,,בינה לעתים", װאָס האָט לויט זיין סטיל און רייכקייט פון געדאַנקען געדינט װי אַ וועג" ווייזער פאַר די שפּעטערדיקע מגידים, די קבלה מיט אַלע אידע מיסטישע סודות און די משיח-פּראָפּאַגאַנדע פון שלמה מולכו האָבן אין איטאַליע געפונען אַ פאַרטיקן באָדן. פון אויטן האָט די קבלה אין איטאַליע נישט געפונען פאַר זיך קיין שום שטערונגען, ווייל אין יענער צייט זיינען אויך פיל אָנגעזעענע קריסטן געװען פאַר" גלייבט אין די סודות פון דער קבלה און די זעלבע צענזור, װאָס האָט אַזױי גערודפט דעם תלמוד, האָט געלאָזט פריי אָפּדרוקן און פאַרשפּרײטן דעם ,;זהר". אינערלעך איז די קבליסטישע לערע געווען זייער צוגעפּאַסט צו דער דעמאָלטיקער געדריקטער שטימונג פוֹן די איטאליענישע יידן אין 8 - 1559 איז אין מאַנטואַ, מיט דער הסכמה פון דריי רבנים, אָפּגע- דרוקט געװאָרן דער ,,זהר", וועלכער איז באַלד פאַרשפּרײט געװאָרן אין פיל עקזעמפּליאַרן. אין אַ קליינער צייט אַרום איז דערשינען אַן אַנדער אױיסגאַבע פון ,,זהר" מיט אַ הקדמה פון געשמדטן יידן װיקטאָריאָ עליאַ- די ליטעראַטור 97 נאָ. דאָס האָט זייער אויפגעבראַכט אייניקע אָנגעזעענע רבנים, װאָט האָבן אין דער קבלה געזען אַ סכנה פאַרן יידנטום. זיי זיינען אָבער גאָרגישט אימשטאַנד געווען צו טאָן קעגן דעם. ענדע פון 16-טן יאָרהונדערט איז קיין איטאַליע אָנגעקומען פון ארץ ישראל ר' ישראל סרוק, א תלמיד פון אר"י און אַ חבר פון ר' חיים װיטאַל. דעמאָלט האָט די פּראַקטישע קבלה אין איטאַליע אָנגעהויבן אויפבליען און אַנטװיקלען זיך מיט אַ גרויסער שנעלקייט. ר' ישראל סרוק האָט זיך אָנדערצײילט וואונדער פון אר"י און פון ר' חיים װיטאַל, אַלײן זיך אָנגעגעבן פאַר אַ קדוש און אָנגעהױבן פאַרשפּרײטן די לערע פון דער פּראקטישער קבלח. און באַלד זיינען צווישן די איטאַליענישע יידן איינגעפירט געװאָרן די אַלע אַסקעטישע מנהגים פון די קבליטטן אין צפת, װי זיך פּײיניקן, פאַרברענגען גאַנצע שעהן אין תפלה, װאַך זיין די נאַכט אאַז"װ. אין דער זעלביקער צייט האָט אָבער אויך אויפגעבליט די ליטעראַ טור. די דערמאָנונג וועגן די טויזנטיעריקע ליידן פון יידישן פאָלק, צוזאַ" מען מיט די נייע צרות, האָבן אַרױסגערופן אין יענער צייט די היסטאָ רישע כראָניק, מיט וועלכער עס האָבן זיך פאַרנומען פיל געלערגטע יידן צווישן די דאָזיקע היסטאָרישע װערק דאַרף ווערן אָפּגעגעבן אַ באַזונדער אָרט דעם בוך פון ר' שמואל אושקי, אַ געוועזענער מאַראַן אין פּאָרטוגאַל, ,די טרייסט פון ישראל און זיינע ליידן". דאָס דאָזיקע װוערק אין גע" שריבן געװאָרן אויף אַלט-פּאָרטוגעזיש און איז מער אַ פּאָעמע, װי אַ גע- שיכטע, נאָר אין דער פאָרעם פון אַ דיאַלאָג צווישן די יידישע פּאַסטוכער ווערט אָגב אויך דערציילט די געשיכטע פון יידישן פאָלק. דער פּאָסטוך יעקב קלאָגט זיך פאַר די צוויי איבעריקע פּאַסטוכער אויף דער לאַגע פון יידישן פאָלק, וועלכעס איז געגליכן צו אַ סטאַדע שעפּסעלעך, װאָס זיינען אַרײנגעפאָלן צווישן וועלף. נאָך פון די צייטן פון די אַלטע בבלים און רוימער ביז די שפּאַניער און דייטשן פון מיטלאַלטער האָבן אַלע פעלקער נאָר געדריקט און גערודפט דאָס שװאַכע יידישע פאָלק, ,אָ, אײראָפּע, אייראָפּע. איין גיהנום אויף דער וועלט! -- קלאָגט זיך דער פּאַסטעך יעקב. --- װאָס זאָל איך זאָגן וועגן דיר, װאָס האָט באַפּוצט דיינע נצח" נות מיט די טויטע קערפּערס פון מיין פּאָלק? װי זאָל איך דיך לױבן דו קריגערישע אומערלעכע איטאַליע? דו האָסט דאָך, װי אַ הונגעריקער לייב געפרעסן דאָט פלייש פון מיינע שעפעלעך? פאַרדאָרבענע פּאַשע" 98 גרעץ - די .יידישע געשיכטע פעלדער פון פראַנקרייך, מיינע שעפעלעך האָבן זיך געשפּײיזט מיט אייער גיפט! שטאָלץ ווילד דייטשלאַנד, דו האָסט אַראָפּגעשלײדערט מיינע קינ" דער פון די גרויזאַם-הױכע אַלפּ-בערג! צבועדיק, אַכזריותדיק און בלוט" דורשטיק שפּאַניט, די אָרעמע וועלף דיינע האָבן געפרעסן און פרעסן נאָך איצט מיינע פּרעכטיקע סטאַדעס!? איף די דאָזיקע קלאָג-װערטער ענט" פערן אָפּ מיט טרייסט די איבעריקע פּאַסטוכער, וועלכע דערמאָנען אַז פיל צרות זיינען יידן שוין איבערגעשטאַנען און דאָך געבליבן א פאָלק, ווייל פאַרטיליקן יידן אינגאַנצן פון דער װעלט איז אוממעגלעך און די טרייסט פון יידן באַשטײט דערין, װאָס די צרות לײטערן זייער גײיסט און פון דעם גיהנם, װאָס זיי זיינען אױיסגעשטאַנען, זיינען זיי אַרױיס דיי נער, שענער און מאָראַלישער, איידער אַנדערע פעלקער. דער צווייטער היסטאָריקער פון יענער צייט, ר' יוסף הכהן (1496- 5), האָט שוין אָפּגעגעבן פיל מער אָרט פאַקטן אָנשטאָט ליריק און פאַרדינט מער דעם טיטל ,,היסטאָריקער". אַ מיטגליד פון אַ פאַמיליע, װאָס איז אַרױסגעטריבן געװאָרן פון שפּאַניע, האָט ר' יוסף הכהן די ערשטע יאָרן זיינע פאַרבראַכט אין אַװיניאָן, אין דער פּופּסטלעכער פּראָװוינץ פון דרום-פראַנקרייך; פון דאָרטן איז ער אַריבערגעפאָרן קיין איטאַליע און זיך באַזעצט אין גענוא. די צוויי יידישע גירושים פון גענואַ (אין 1516 און אין 1550) האָבן געצוואונגען די פאַמיליע זיך אַריבערצוציען אין דעם נאָענטן שטעטל װאַלמאַדזשיאָ. דאָרט האָט ר' יוסף כהן זיך פאַרנומען מיט דאַקטאָרײ און איז געווען זייער באַליבכט ביי דער גאַנצער באַפעלקערונג, אויך ביי קריסטן, אין 1567 האָט מען אויך פון דאָרטן אַרױסגעטריבן די יידן; פאַר ר' יוסף הכהן האָט מען געװאָלט מאַכן אַן אױיסנאַם און אים דערלויבט ווייטער צו וואוינען אין דער שטאָט, אָבער ער האָט נישט גע" װאָלט זיך באַנוצן מיט דעם חסד און אױיסגעװאַנדערט צוזאַמען מיט זיינע ברידער. ער האָט פאַראײיביקט זיין נאָמען דורך צוויי וויכטיקע היסטאָרי- שע וערק. אין זיין ,,דברי הימים" האָט ער באַשריבן די געשיכטע פון פּראַנקרייך און טערקיי, דעם לאַנגיעריקן קאַמף צװישן קריסטנטום און איסלאַם, צווישן אײיראָפּע און אַזיע, אין צוזאַמענהאַנג מיט דער יידישער געשיכטע. אין צווייטן װוערק ,,עמק הבכא" האָט ער באַשריבן די געשיכטע פון די יידישע רדיפות אין אײיראָפּע, אָנהײבנדיק פון די קרייץ-צוגן ביז 5, אין ביידע װוערק, געשריבן אין אַ שיינעם העברעאישן סטיל, האָט די ליטעראטור 09 דער אױטאָל זיך געהאַלטן ערלעך אין די היסטאָרישע פאַקטן, נישט מגוט געווען, נישט איבערגעדרייט די געשעענישן, ערנסט אַרײנגעטואַכט זיך אין דער פּאַליטיש-עקאָנאָמישער אַנטװיקלונג פון די פעלקער, אָבער צוואַ- מען דערמיט הערט זיך אין די ווערק דער אויפגערעגטער טאָן פון אַ באַ" ליידיקטן און דאָס געפיל פון פאראַכטונג און צאָרן קעגן די באַדריקער. .דער גירוש פון יידן פון פראנקרייך און שפּאַגיע -- זאָגט דער מהבר פון ,עמק הבכא? --- האָבן מיך באַװעגט אָנצושרייבן דאָס װערק. זאָלן ילדן װיסן, װאָט האָבן אונדו געטאָן אונדזערע שונאים אין זייערע מדינוע און פּאַלאַצן. ווייל אָט װעט קומען אַ צייט",, אין דער דאָזיקער אָפּגע" האַקטער פראַזע שפּירט זיך, װי דער מחבר האָט געגלױבט אין דער נשמה פון דער געשיכטע, אַז עס װעט קומען א צייט, ווען די יידישע באַ" דדיקערס וועלן הרטה װאָבן אויף די צרות, װאָס זיי האָבן פאַרשאַפט דעם יידישן פאָלק, גאָל אַן אַנדערן כאראַקטער טראָגט די געשיכטע פון אַ יונגערן היס" טאָריקער, די גדליה אבן יחייא, אונטערן נאָמען ,, שלשלת הקבלה". דער אױיטאָר פון דעם ווערק איז געווען א קבליסט און אָנשטאָט קלאָרע פאַקטן און א ריינעם סטיל, וי ביי רי יוסף הכהן, געפינען מיר דאָ שוין אַ מיש" מאש פון אַלצמען באַקאַנטע היסטאָרישע פאַקטן צוזאמען מיט נישט גע" שטויגענע, נישט געפלויגענע בבא מעשיות, לעגענדעס, אָנהליבנדיק פון זי אַלטע צייטן ביז דער העלמט פון 16"טן יאָרהונדערט. אַ באַזונדער אָרט ווערט אין דעם ווערק אָפּגעגעבן פאַר די שרעקלעכע געשיכטעס וועגן שדיט, מכשפים און לוחות. פון יעדער שורה הערט זיך דאָ די אמונה אין סודות, זי מיסטישט קראַפט פון דער קבלה, די אָנטדעקונגען פון קאָלומבוס האָבן אין יענער צייט אַרױסגערופן אויך ביל יידן אַן אינטערעס צו געאָגראפיע. דער קאָמענטאַטאָר פון תנ"ך די אברהט פֿאַריצאָל, װאָס האָט געלעבט אין פעראַראַ, האָט אין 1524 אָנגעשריבן אַ ווערק ,ארחות עולם", וואו עס געפינט זיך אַ קורצן באַ" שרייבונג פון דער ערד. דער מחבר פון דעם ווערק איז געווען אַ מענטש מיט װיסגשאַפּטלעכע קענטעגישן, נאָר דאָך געפינען זיך אין דעם בוך נישט ווינציק אַבערגלויבנס, װי למשל װעגן טײַך סמבטיון, װעגן די עשרת השבּטים און כדומה, די יידישע פּאָעזיע, װאָס איז פון דער צייט פון עמנואל הרומי אַפַּי 100 נרעץ - די יידישע געשיכטע געשטאָרבן, האָט אין אָנהייב פון 17-טן יאָרהונדערט ווידער אויפגעלעבט אין איטאַליע. די פאָרשטייער פון דער יידישער פּאָעזיע זיינען דאַן געווען צוויי פרויען: דבורה אַסקאַרעל, און שרה סולאַם. די ערשטע, אַ פרוי פון א רייכן יידן אין רוים, האָט איבערגעזעצט די יידישע רעליגיעזע פּאָעזיע אין אַ שיינער איטאַליענישער שפּראַך און אויך געשריבן אָריגינעלע לי- דער. די צווייטע, אַ טאָכטער פון אַ װענעדיקער סוחר, איז געווען איינע פון די געבילדעטסטע איטאַליענישע פרויען פון יענער עפּאָכע. דער קאַ- טוילישער גלח אנראלדא טשעבאַ האָט אַ לאַנגע צייט שטאַרק אַגיטירט די יידישע באַגאַבטע פּאָעטעסע, זי זאָל אָננעמען דעם קריסטלעכן גלויבן, נאָר ער האָט גאָרנישט געקאָנט מאַכן. דאַן האָט ער ביי איר געבעטן אַ דערלויבעניש לפּחות מתפּלל צו זיין פאַר איר נשמה און בעטן גאָט, אַז ער זאָל זי אַרויפפירן אויפן ריכטיקן וועג. שרה האָט מסכים געווען, אָבער מיט דעם תנאי, אַז אויך זי זאָל בעטן גאָט, אַז דער גלח זאָל אַרױף אויפן ריכטיקן וועג און אָננעמען די יידישע אמונה. שרה איז געשטאָרבן אין 1, אַ גרויסע השפּעה אויף דער יידישער ליטעראטור פון יענער צייט האָט געהאַט דער איטאַליענישער הומאַניזם, דער אַלגעמײנער אינטערעס צו דער אַלטער קלאַסישער װעלט און צו פּלאַטאָנס פילאָזאָמיע. דער זון פון באַרימטן ר' יצחק אברבנאל, יהודה-לעאָ אברבנאל, האָט צו יענער צייט אָנגעשריבן אויף אַ שיינער איטאַליענישער שפּראַך זיינע ,,דיאַלאָגן װעגן ליבע?, װאָס זיינען עטלעכע מאָל איבערגעזעצט געװאָרן אויף אַנדערע שפּראַכן און געמאַכט אַן איינדרוק. די דאָזיקע ,, דיאַלאָגן" זיינען דורכגע- דרונגען מיט דעם גייסט פון דער לאַטײנישער פילאָזאָפיע וועגן ליבע און שיינהייט און דאָס יידנטום איז דאָרט אַװעקגעשטעלט אויפן צװוייטן פּלאַן, אַזױ אַז עס האָבן זיך געפונען אייניקע, װאָס האָבן דערויף שוין געבויט אַ השערה, אַז אַברבנאל האָט זיך געשמדט: דאָס איז אָבער נישט מער וי א השערה. פיל שטאַרקער איז דעמאָלט געווען דער אינטערעס צו דער העבױע- אישער שפּראַך און העברעאישער גראַמאַטיק. אויף דעם געביט זיינען זיך צונויפגעגאַנגען די יידישע געלערנטע מיט די קריסטלעכע. די ליבע פון די הומאַניסטן צו דער קלאַסישער רוימיש-גריכישער װעלט האָבן אַױױיס- גערופן אויך אַן אינטערעס צו דער אַלטער יידישער ועלט, און אַזױ וי די ליטעראַטור 101 אָן העכרעאיש איז אוממעגלעך צו באַקענען זיך מיט דעם גייסט פון דער אַלטער יידישער קולטור, האָבן פיל הומאַניסטן און געבילדעטע קריטטן זיך געמוזט נעמען לערנען העברעאיש. לערער זיינען, נאַטירלעך, געווען די יידן, און אַזױ אָרום איז באַשאַפן געװאָרן אַ רייכע ליטעראטור װעגן דער העברעאישער שפּראַך און העברעאישער גראַמאַטיק, וי ,, ספר הבחוף" פון רד' אליהו לעוויטאַ, אָדער אליהו בחור, ,,מתורגמן? פון דעם זעלבן און נאָך אנדערע. דער פאָטער פון דער יידישער היסטאָרישער קריטיק איז געוען ר' עזריה מן האדומים, אָדער דע-ראָסי (געבוירן אין מאַנטואַ אַן ערך אין יאָר 1514 און געשטאָרבן אין פערראַראַ אין 1578). ער איז געווען א פילזייטיק געבילדעטער מאַן, װאָס האָט גרינטלעך געקענט נישט בלױו די העברעאישע ליטעראַטור, נאָר אויך אַלע קלאַסישע ווערק, די רעליגיעזע ליטעראַטור און די נייע ווערק פון די איטאַליענישע הומאַניסטן,. צו דער דאָזיקער ברייטער בילדונג האָט ער באַזעסן אויך אַ שטאַרקן טאַלאַנט, און דאָס האָט ער אויסגענוצט אויף קריטיש-היסטאָרישע פאָרשונגען. נאָך דער גרויסער ערד-ציטערניש אין פּערראַראַ אין 1570 האָט ער אָנגעשריבן זיין גרויס ווערק אין דריי חלקים ,,מאור עינים". דער ערשטער טייל פון דעם ווערק איז געװוידמעט דער באַשרייבונג פון דער ערד-ציטערניש, דער צווייטער טייל דערציילט, װי אַזֹױ די ביבל איז איבערגעזעצט געװאָרן אויף גריכיש, דער באדייטנדיקסטער טייל איז אָבער דער דריטער, אין וועלכן עס געפינט זיך אַ ריי גלענצנדע פאָרשונגען וועגן פילון האלכסו" דרוני, וועגן די יידישע פּאַרטײען אין דער צייט פון צווייטן בית המקדש, וועגן יוסף פלאַװויוט און וועגן דער כראָנאָלאָגישט פון דער אַלטער יידישער געשיכטע. דאָס דאָזיקע ווערק האָט אַרױסגערופן אַ גרויסע אומצופרידג" קייט צווישן די רבנים, הגם ר' עזריה מן האדומים איז געווען זייער פאָרי זיכטיק אין זיין װוערק און אין ערגעץ זיך נישט דערלויבט קיין שום פרייש געדאַנקען, נאָר שוין דאָס אַלין, װאָס ער האָט דער ערשטער זיך קריטיש באַצוגן צום תנ"ך, אױסגעפאָרשט די הייליקע טראַדיציעס און פֿאַרגליכן די תלמודישע דערציילונגען מיט די גריכישע און לאַטײנישע קװעלן =-- שוין דאָס אַלײן האָט אַרױסגערופן א גרויסע אויפרעגונג צווישן די אָף" טאָדאָקסישע רבנים. ר' עזריה האָט דאַן אָנגעשריבן אַ צווייט װוערק ,,מצרף לכסף", וואו ער פאַרענטפערט זיך, אָבער אויך דאָס האָט נישט געהאָלפֿן, 109 : גרעץ - די יידישע געשיכטע די רבנים האָבן פאַרבאָטן אַלע יידן יונגער פון 25 יאָר, צו לייענען דעם ,,מאור עינים? און מען דערציילט, אַז דער מחבר פון , שולחן ערוף" ר' יוסף קאַראָ האָט אַפילן געזאָלט אַרײנלײגן דעם מחבר פון , מאור עינים" אין חרם, נאָר דער טויט זיינער האָט אים געשטערט דאָס צו טאָן, דער גייסט פון קריטיציזם האָט אָבער פון דעמאָלט אָן שױן זיך נישט אָפּגעשטעלט, און איינצלנע יידישע געלערנטע, װאָס האָבן זיך קרי- טיש באַצױגן צו דער יידישער מסורה און צו די אַלטע יידישע לעגענדעס, האָבן ווייטער פאָרגעזעצט זייער אַרבעט. כדי נישט איינצורייסן מיט דער אַרומיקער סביבה און אַרױפציען אויף זיך דעם חשד פון אַפּיקורסות, האָבן די דאָזיקע געלערנטע געמוזט טאַן זייער אַױבעט געהייט. דאָס האָט אָבער נאָך מער פאַרשאַרפט די באַציאונג צו זיי פון דער אַרומיקער ייךי- שער וועלט, און די סתירה צווישן דעם ויסנשאפטלעכן קריטישן גייסט און דער טראַדיציאָנעלער בלינדער אמונה איז דורך דעם נאָך בולטער געװאָרן. די דאָזיקע אינערלעכע צעבראָכנקייט האָט זיך ס'רוב אָפּגשי שפּינלט אויף דער טעטיקייט פון באַגאַכטן שריפטשטעלער און אָנגעזעע- נעם יידישן קענער ר' יהודה-לעאָן דע-מאָדענאַ (1571 - 1648), אַ מענטש מיט פילזייטיקער בילדונג, תלמודיסט און צזאַמען דערמיט הומאַניסט, אַ רב און אַ פריידענקער, אַ מגיד אין שיל און אַ וועלטלעכער שריפט" שטעלער, איז דע-מאַדענאַ אין זיין לעבן געווען פול מיט סתירות. אין זיינע יונגע יאָרן האָט ער אָנגעשריבן אַ װוערק קעגן שפּילן אין קאָרטן און אַלײן האָט ער געשפּילט אין קאָרטן מיט אַזאַ אַזאַרט, אַז ער האָט פאַר- געסן, ווער ער איז און װאָס פֿאַר אַ לאַגע ער פארנעמט. אין שיל האָט ער געהאַלטן דרשות און גערופן צו שטרענגן מוסר אין רעליגיעזע דינים, און ביי זיך אין צימער האָט ער געשריבן געהיים אַזעלכע פרייע געדאַנקען, פאַר וועלכע ער װאָלט געקענט פיל ליידן, וען זיי װאָלטן פאַרעפנטי לעכט ווערן. די ליטעראַרישע טעטיקייט פון דע-מאָדענאַ איז געווען זייער רייך און פאַרשידנאַרטיק. ער האָט געשריבן אַמאָל פאַר די יידן, אַמאָל פאַר קריסטן, תלמודישע חקירות, דרשות אויף פאַרשידענע טעמעס, א שטודיום וועגן די יידישע רעליגיעזע מנהגים, אַ זאַמלונג פון רעצעפּטן און עצות, אַ מיטל צו באַפעסטיקן דעם זכרון, שירים, ביבלישע פּירושים אאז"וו. נאָר זיינע טיפסטע איבערצייגונגען האָט ער אָפן אַרױסגעזאָגט אין צוויי אויסגעצייכנטע װערק, וועלכע ער האָט מורא געהאָט צו פאָרי די ליטעראַמור 108 עפנטלעכן בעת זיין לעבן און וועלכע זיינען אָפּנעדרוקט געװאָרן ערשט אין 200 יאָר אַרום נאָך זיין טויט. אין איינעם פון די ווערק ;ארי נוהם", צעשטערט ער דעם גאַנצן בנין פון דער קבלה און באַװײזט, אַז די כלומרש- טע הייליקע ספרים פון דער קבלה, װי דער ,זהר", זיינען פאַלש, נאָכגע- מאַכט און אַז די לערע פון דער קבלה איז סותר די ריינע לערע פון ייד" טום. אין זיין צווייטן װערק ;קול סכל ושאגת ארי" מאַכט דע"מאָדענאַ נאָך אַ טריט ווייטער און טרעט שוין אַרױס ניט בלויז קעגן דער הייליקייט פון דער קבלה, נאָר אויך קעגן דער אױטאָריטעט פון תלמוד. נאָך דעם וי די יידישע מלוכה איז געפאַלן --- זאָגט ער אין דעם ווערק, --- האָבן די פירער פון פאָלק געדאַרפט איינפירן אַ נייע אָרדענונג אויפן גרוגט פון תורת משה, װאָס זאָל זיין צוגעפּאַסט צו די לעכנס-באַדינגונגען פון יידן אין גלות. אָבער װאָס זשע האָבן זיי געטון?! אנשטאָט צו באַזײטיקן די קלייניקייטן פון געזעץ און באַפעסטיקן נאָר זיינע יסודות, האָבן די דאָזיקע לערער פון געזעץ נאָר איבערגענומען ביי די צדוקים חומרות און דיניט אָן אַ שיעור, װאָס מאַכן שווער דאָס לעבן פון יידן אין גלות, און דאָס האָבן זי אָנגערופן ?תורה שבעל פּה"! דאָ איו דע מאָדענאַ דערגאַנגען צו דעט פּונקט, צו וועלכן עס זיינען צוגעקומען אַלע פריידענקגדיקע יידן פון 19טן יאָרהונדערט און עס איז לייכט זיך פאָרצושטעלן, װאָס פאַר אַ רדיפות און צרות דע-מאָדענאַ װאָלט זיך אָנגעליטן, ווען ער װאָלט אַרױסגעזאָגט די דאָזיקע געדאַנקען אָפן. ער האָט דאָס אָבער גוט פאַרשטאַנען, און איז דעריבער געבליבן איינזאַם און אַלײן מיט זיין אפּיקורסות, וועלכן ער האָט געמוזט באַהאַלטן בחדרי חדרים. אַ צווייטער אָנגעזעענער וועלטלעכער קענער און ;פריידענקער" איו געווען יוסף שלמה רופא (יש"ר מקנדיא) דעלמעדיגאָ (1591 --- 1655); ביי אים האָבן אָבער די אפּיקורסישע געדאַנקען און דער װיסנשאַפּטלעי כער עלעמענט זיך אַזױ פאַרפּלאָנטערט און צונויפגעמישט מיט דער קבלה און דעם מיסטיציזם, אַז ער האָט אויף יעדן שריט נאָר סותר געווען זיך אַליין, און איז סוף כל סוף אַרײן אין אַ גרויסן פּלאָנטער, פון וועלכן ער האָט אַלײן ניט געקאָנט אַרויסקריכן און געענדיקט האָט ער דערמיט, װאָס ער איז געװאָרן אַ פאַרברענטער אָנהענגער פון די קבליסטן, אַן אייניקל פון פילאָזאָף ר' אליהו דעלמעדיגאָ, האָט יוסף שלמה באַקומען זיין בילדונג אין איטאַליע. אין דער יוגנט האָט ער באַזוכט דעם אוניוערזיטעס אין 104 גרעץ - די יידישע געשינטע פּאַדואַ, וואו ער האָט געהערט לעקציעס ועגן מאַטעמאַטיק און אַסטראָ- נאָמיע פון דעם גרויסן גאַלילײ אַליין, נאָך דעם האָט דעלמעדיגאָ זיך פאַרטיפט אין אַנדערע װיסנשאַפטן, צו וועלכע ער האָט געהאַט אַ גרויסע נייגונג. אין דער זעלביקער צייט האָט ער אויך געהאַט אַ גרויסע לייךן- שאַפט צו רייזן און אין 1616 האָט ער געמאַכט אַ רייזע קיין עגיפּטן, וואו ער האָט געהאַט אַ גלענצנדיקן מאַטעמאַטישן דיספּוט מיט אַ מוסולמענישן געלערנטן. פון דאָרטן איז ער אָפּגעפאָרן קיין קאָנסטאַנטינאָפּאָל, וואו ער איז זיך צונויפגעגאַנגען מיט די קאַראַאימען, און פון דאָרטן קיין פּוילן און ליטע. דאָרט האָט ער זיך באַזעצט נעבן ווילנע און איז געװאָרן הויזדאָק- טער ביים פירשט ראַדזיוויל. אָבער אויך דאָ האָט ער זיך לאַנג ניט גע האַלטן. אין גיכן באַגעגענען מיר אים שוין אין דײיטשלאַנד, פריער אין האַמבורג, דערנאָך אין אַמסטערדאַם און אין פראַנקפורט, וואו ער האָט אָנגענומען די שטעלע פון אַ דאָקטער אין דער יידישער קהלה, זיין װאַג- דער-לעבן האָט ער פאַרענדיקט אין פּראָג אין 1655, ניט געקוקט אויף זיין גרויסער ענציקלאָפּעדישער בילדונג, האָט זיך אים דאָך ניט איינגעגעבן אױסצואַרבעטן אַ וועלכע עס איז קלאָרע װעלט-אָנשואונג, און מיר זעען, וי דעלמעדיגאָ דרייט זיך צװישן פינצטערניש און ליכטיקייט, צוישן װיסנשאַפּטלעכן גייסט און בלינדער אמונה, צווישן פרייע געדאַנקען און מיסטישע חלומות. דעלמעדיגאָ איז כאַראַקטעריסטיש פאַר דער גאַנצער עפּאָכע: פּונקט וי ער, אַזױ האָט די גאַנצע עפּאָכע זיינע זיך געװאָרפן צוישן פינצטערניש און ליכטיקייט און איז געווען פול מיט סתירות. די גרויסע השפּעה פון דער הומאַניסטישער װעלט-אָנשויאונג, די סימנים פון דער נאָענטער גרויסער רעפאָרמאַציע זעען מיר שוין אויך אין יידנטום, וואו עס שאַפט זיך עפּעס, וואו עס װעקט זיך אַ נייער געדאַנק און עס הויבט זיך אָן אַ קריטישע באַציאונג צום יידישן עבר. אָבער דאָס אַלץ ווערט דערשטיקט אינעװײיניק, געפינט ניט קיין פרייען פּלאַץ פאַר זיך און עס מוזן פריער פאַלן די מויערן פון ענגן געטאָ, עס מוז פריער אַראָפּ דער אויסערלעכער דרוק, כדי די ברויזנדיקע אינערלעכע כוחות אין יידנטום זאָלן געפינען אַ פרייען אַרױסגאַנג און פאַרװאַנדלט ווערן אין אַ ברייטער פרייער באַװועגונג, קאַפּיטל פיר | = וידן אין דער עפּאַכע פון דער רעפאָרמאַציע מיט דער שטורעמדיקער רעפאָרמאַציע-באַװעגונג, װאָס האָט אוימ- גערודערט גאַנץ אייראָפּע און געמאַכט אַן איבערקערעניש אין גאַנצן פֹּאַ- ליטישן און גייסטיקן לעבן פון די אײראָפּעאישע פעלקער, ענדיקט זיך דאָס פינצטערע מיטלאַלטער און עס הייבט זיך אָן די ;נייע צייט" אין דער געשיכטע פון דער מענטשהייט. די דאָזיקע גרויסע באַװעגונג שטאַמט פון דײיטשלאַנד, דוקא אינעם מיושבדיקן דייטשן פאָלק, דוקא אין לאַנד פון די ריטטרס װאָס האָבן פאַרבראַכט די יאָרן אין שטענדיקן קאַמף צװישן זיך איבער גאַרישקײטן, --- דוקא פון דאָרטן האָט געקאָנט אַרױסװאַקסן די גרויסע רעליגיעזע באַוועגונג, װאָס האָט גערופן צוריק צו דעם תנ"ך און צו דעם ריינעם רעליגיעזן תוך פון קריסטנטום, די ראָמאַנישע פעלקער זיינען שוין געווען דעמאַלט אַזױי ווייט פֿאַרדאָרבן, אַזוי ווייט פון יעדער רעליגיעזטר באציאונג צום לעבן, אַז ביי זיי איז שוין אפילו ניט מעגלעך געווען קיין , אפּיקורסות", קיין פּראָטעסט קעגן דעם פאלשן קאַטאָליציזם, אין די פויפסטלעכע ספערן, צווישן די געבילדעטע מעגטשן, אין די פּאַ- לאַצן פון די הויכע גייסטלעכע אין איטאַליע, פראנקרייך און שפּאַניע האָמ מען אין יענער צייט געלעבט אַ גוטן טאָג, זיך אַרײנגעלאָזט אין תענוגים און בסוד אָפּגעלאַכט פון דער גאַנצער קריסטלעכטר רעליגיע, וועלכע אין זיי װינציק װאָס אָנגעגאַנגען, און נאָר אין דייטשלאַנד, וואו דאָס פאלק איז נאָך געווען פּרימיטיוו און נאַאי, וואו מען האָט נאָך באמת געגאַרט צו אַ ריינער אמתער רעליגיע, איז געווען דער ריכטיקער באָזן פאַר דער רעפאָרמאַציע מיט איר גאַנצן צאָרן קעגן דער פאַלשקייט פון די פּױפּסטן און מִיט איר שטורעמדיקן דראַנג צום פיינעם רעליגיעון געפיל. טיף אין דייטשן פֿאָלק זיינען שוין פון לאַנג געלעגן באַהאַלטן גרויסע קרעפטן און עס האָבן נאָר געדאַרפט קומען די נייטיקע סיבות, כדי אויפצואוועקן די דאָזיקע קרעפטן. מיט אַ געוויסן שטאָלץ קאָנען מיר זאָגן, אַז איינע פון די נאָענטסטע סיבות, װאָס האָבן אַרױסגערופן און פאַרבארייטעט די גרויסש 106 גרעץ - די יידישע געשיכטע רעפאָרמאַציע, איז געווען דער דיספּוט צװוישן די הומאַניסטן און די ,פינצ- טערע לייט? וועגן תלמוד, ערב דער לוטעראַנישער רעפאָרמאַציע האָבן די פאַרביסענע קלערי- קאַלן, די פינצטערע כוחות אָנגעהױבן פירן אַ בייזן קאַמף קעגן יידנטום. זיי איז װינציק געווען די געדריקטע יידישע לאַגע, --- זיי האָבן נאָך גע" װאָלט עוקר מן השרש זיין די גאַנצע יידישע רעליגיע. פאַר זייערע אויגן האָט זיך געטראָגן דאָס אידעאַל פון דער פינצטערער שפּאַנישער אינקווי- זיציע מיט אירע שייטער-הויפנס, ענוים און שפּיאָנאַזש. די יידןשנאה איז געווען דער צענטער פון דער פּאָליטיק פון די דייטשע קלעריקאַלן און ניט װילנדיק איז דער קאַמף קעגן יידנטום געװאָרן אויך דער קאַמף קעגן דער גייסטיקער באַנײיאונג בכלל, קעגן אַלע נייע אידייען פון די הומאַניסטן, קעגן דער אפּיקורסות פון די פרייגעזינטע. אין דער לופטן האָט זיך שוין געטראָגן דער גייסט פון דער נאָענטער רעפאָרמאַציע און עס איז באַ- שערט געווען, אַז דאָס יידנטום זאָל ווערן אַװעקגעשטעלט און צונויפגע- בונדן מיט דער גרויסער רעפאָרמאַציע-באַװעגונג אין דעם פאַרביטערטן קאַמף קעגן איר, דער סיגנאַל צו אַ קאַמף קעגן יידנטום איז געװאָרן געגעבן אין קעלן, אין דעם דאָזיקן הױפּט-שטאַב פון די קלעריקאַלן, וואו עס האָבן גע- הערשט די דאָמיניקאַנער, דער אינקװיזיטאָר האָכשטראַטען, דער פינצטע- רער פּראָפּעסאָר פון טעאָלאָגיע אַרנאָלד פון טאָנגערן און אַנדערע באַרימ- טע ,שװאַרצע? לייט. דער סיגנאַל איז געווען פון איין זייט צו אַטאַקירן די יידישע ליטעראַטור, מיט וועלכער די הומאַניסטן האָבן זיך אָנגעהויבן אינטערעסירן, און פון דער צווייטער זייט --- צוצוגרייטן אַ באָדן פאַרן געצוואונגענעם שמד צוישן יידן, װי אין שפּאַניע. וי אַ ווערקצייג פאַר דעם טײיװלאָנישן פּלאַן איז אויסגעקליבן געװאָרן דער משומד פּפעפער- קאָרן. יוסף פּפעפּערקאָרן פון מעהרען איז געווען אַ פּשוטער קצב, כמעט אַן עם-האָרץ און דערצו אַ מענטש מיט אַן אומגעהויערער חוצפּה. איין מאָל האָט מען אים געכאַפּט ביי אַ גנבה ביים אויפברעכן אַ שלאָס און ער איז געװאָרן אַרעסטירט. וי עס ווייזט אויס, איז אים נאָך דער מעשה ניט געווען איבעריק אנגענעם צו פאַרבלייבן צװישן יידן און ער האָט באַשלאָסן אַפּצושמדן זיך און זיין גאנצע פאַמיליע. אָט דעם דאָזיקן מענטשן מיט א יידן אין דער עפּאָכע פון דער רעפאַרמאַציע 107 פינצטערער פֿאַרגאַנגענהייט האָבן די דאַמיניקאַנער אויסגעקליבן פאַר זייער רעכטער האַנט אין קָאָמף מיט די יידן און יידנטום. די פאַרברעכע- רישע טעטיקייט קעגן זיין פאָלק האָט פּפעפערקאָרן אָנגעהויבן מיט דער בראָשור ,שפּיגל דער דערמאַנונג", װאָס איז דערשינען אין 1507 אויף דער רוימישער שפּראַך. אין דער דאָזיקער בראָשור פרואווט נאָך דער יידי" שער משומד זיך אונטערחנפהנען צו יידן, איינרעדן זיי מיט גוטע רייד זיך צו שמדן, ווייל גאר אין קריסטנטום איז דער ריינער אמת און די ישועה פאַר אַלע פעלקער. דאָרט פּורואווט אויך פ9פטפערקאָרן אָפּװענדן אַלע בל" בולים אויף יידן, אַז זיי באַנוצן קריסטלעך פלוט, און װוענדט זיך צו זי קריסטן מיט אן אויפרוף, אַז זיי זאָלן נִיט צו פיל דריקן די יידן, וועלפע ,זיינען אויך מענטשן?* גלייך וי אַלע. אין א יאָר אַרום האָבן די דאָמיגל- קאַנער אַרױסגעגעבן אַ צווייטע בראָשׂור אונטער פּפעמערקאַרנט נאָמען ;יודענבייכטע" און דאָ איז שוין דער טאָן גאר אַן אַנדערער. דאָ וערט אָפּגעלאַכט פון די יידישע מנהגים, די יידן ווערן שוין אָנגערופן ;היגט, װאָס לעקן דאָס קריסטלשכע בַּלום" און פון די קיסרים װערט געפאָדערט, צו פֿאַרבאָטן יידן האַנדלען מיט פּראָצענט און זיי צווינגען צו הערן די מיסיאַנערישש דרשות אין די שולן, און װאָס ווייטער איז געװאָרן אַלץ ער" גער: אין 1509 איז דשרשינען פּפעפערקאָרנס א דריטע בראָשור, װאָס איז בכיון אַרױסגעגעבן גשװאָרן ערב פסח, כדי אויפצורייצן דעם המון קעגן יידן. דאָרט ושרט דוס דייטשע פאלק שוין גערופן ארויסצוטרייבן אַלע יידן פון לאַנד, צונעפען יי זיי זייערש קינדער און זיי דערציען אין קריסט" לעכן גלויבן און הּכּלל צו רודפן זיי בִיז לעצט, ווייל יידן באַראַבעװען די קױיסטן און זויגן פון זיי אויט דאָס כלוט. בייט פאָלק האָט די דאָזיקע השי צע נישט געהאט קיין דשרפאָלג אָבער דערפאַר האָבן זי דאָמיניקאַנער גשי פּרואווט פאַראינטערעטירן אין דער אַגיטאַציט קעגן יידן הױכגעשטעלי טע פּערזאַנען, און דאָס האָט זיך זיי איינגעגעבן. די דאָמיניקאַגער האָט זיך איינגנעגטכן אריבערצוציען אויף זייעף זייט די פרומע קוגיגונדאָ, די שװופסטער פון קייסער מאַקסימיליאַן, ול" כּץ האָט געגעבן פּפעפערקאָרענען אַ בריוו צום קייסער מִיט אַ ביטע צו קאָנפּיסקירן אַלע יידישע ספרים, אויסער דער פיבכל, ועלכע זיינען פול מיט האָס צום קריסטנטום און װאַרפן א שאַנדע אויף דער הייליקעף הש" לִיגִיע. מיט דער דאָזיקער רעקאַמענדאַציע אי פּפעפערקאָרן אַװעקגעפאָרן 108 גרעץ - די יידישע געשיכטע קיין איטאַליע צום קייסער מאַקסימיליאַן, וועלכער האָט דאַן געפירט מל- חמה מיט דער װענעציאַנישער רעפּובליק, און פּפעפערקאָרן איז צוריקגע- קומען מיט אַ נצחון: דער קייסער, וועלכער איז געווען פאַרנומען מיט דער מלחמה און ניט געהאַט קיין צייט אַרײנצוטראַכטן אין אַזעלכע ענינים, האָט ניט לאַנג געקלערט און דערלויבט פּפעפּערקאָרענען צו רעווידירן אַלע יידישע ספרים און פאַרברענען די, אין וועלכע עס געפינען זיך שלעכטע רייד וועגן קריסטנטום, מיט טריאומף האָט פּפעפערקאָרן זיך גענומען צו דער אַרבעט, וועל" כע ער האָט אָנגעהויבן אין פראַנקפורט-אַםימײן, וואו עס האָבן זיך געפו- נען פיל יידן פון תורה און געלט און גאַנצע בערג יידישע ספרים. לויטן פאַרלאַנג פון פּפעפּערקאָרן האָט דער מאַגיסטראַט צונויפגערופן אַלע יידן אין שול אַרײן, וואו מען האָט זיי נאָר איבערגעלייענט דעם באַפעל פון קיי'סער, אַרױסצוגעבן אַלע ספרים פּפעפּערקאָרנען. מען האָט צוערשט צו" נויפגעזאַמלט אַלע סדורים און זיי קאָנפיסקירט. דאָס איז געווען די ערש" טע נאַכט פון סוכות, ער האָט נאָך געװאָלט פאַרבאָטן די יידן צו דאַװנען אין די שולן, ווייל פּונקט אום יום-טוב האָט ער געװאָלט מאַכן די רע" וויזיע אין די יידישע הייזער, אָבער די גייסטלעכע האָבן זיך אַרױסגעװיזן פאַר מער מענטשלעך, וי פּפעפּערקאָרן, און ניט געװאָלט איינשטימען צו פאַרשטערן יידן זייער יום-טוב, די רעוויזיע איז אָפּגעלײגט געװאָרן אויף מוצאי סוכות, אָבער דאָ האָבן יידן פּלוצים געשטעלט אַ װידערשטאַנד און דערקלערט, אַז זיי װעלן ניט אַרױסגעבן די ספרים, כל זמן זיי וועלן זיך ניט פאָרשטעלן פאַרן קייסער, כדי ער זאָל אויסהערן אויך דעם צווייטן צד., אין דער זעלבער צייט האָבן די יידן געשיקט אַ דעפּוטאַציע צום הו" מאַנישן בישאָף אוריאל וועלכער האָט זיך געװוענדט צום קייסער מיט אַן אָנװוייזונג, אַז אַזא וויכטיקע פראַגע קען ניט געלייזט ווערן אין איילעניש מיט איין מאָל און מוז ערנסט וערן באַטראַכט. אויך דער מאַניסטראַט האָט זיך געשטעלט אויף דער זייט פון יידן און פון דעם זעלבן אַרציבישאָף איז אָנגעקומען אַ באַפעל צו די גייסטלעכע, אַז זיי זאָלן ניט שטיצן פּפע- פערקאַרנען. אַזױ װי דער קייסער האָט דערלויבט פּפעפּערקאָרנען רעווי" דירן די יידישע ספרים ניט אַנדערש, װוי אין דער אָנװעזנהייט פון צוויי גייסטלעכע און אַ פאָרשטייער פון מאַגיסטױאַט, האָט ער שוין ממילא יידן אין דער עפּאָכע פון דער רעפּאָרמאַציע ו : : 109 זיין פּלאַן ניט געקאַנט אויספירן און די יידן האָבן אויף אַ וויילע פריי אָפּ" געאטעמט, נאָך דעם האָבן די יידן אַרױסגעשיקט זייערע שתגדלנים צום קייסער און אים באַװיזן זייערע אַלטע קייסערלעכע פּריווילעגיעס. מאַקסימיליאַן איז איינגעגאַנגען דערויף, אַז מען זאָל גרינדן אַ קאָמיסיע פון געלערגטע, וועלכע זאָלן באַטראַכטן די פראַגע. די דאָמיניקאַנער זיינען ניט געווען אי" בעריק צופרידן דערמיט און פּפעפּערקאָרן איז ווידער אַמאָל געפאָרן קיין איטאַליע, באַזאָרגט מיט פיל רעקאָמענדאַציעס צום קייסער און צו די הויכגעשטעלטע לייט. דאָס מאָל האָט פּפעפערקאָרן נאָר געפּועלט, אַז אין דער קאָמיסיע זאָל צווישן אַנדערע אויך באַשטימט ווערן דער באַרימטער געלערנטער יאָהאַן רייכלין, די גרעסטע דייטשע אױטאָריטעט. די כונה דערפון איז געווען קלאָר: אָדער רייכלין װצט האַלטן מיט די דאָמיניקאַנער און דאַן איז אַ סוף צום יידנטום, ווייל ווער װעט האָבן די העזה אַרוסצו- טרעטן קעגן דעם מענטשן, מיט וועלכן עס שטאָלצירט גאַנץ דיײיטשלאַנד; אָדער רייכלין װעט פארטיידיקן די יידישע ספרים, און דאַן װעלן די דאָ- מיניקאַנער שוין אָנהייבן אַן ענערגישן קאַמף קעגן רייכלינען אַלײן און קעגן דער גאַנצער חברה הומאַניסטן, וועלכע זיי װועלן באַשולדיקן אין אַפּי קורטות און פאָדערן זיי צום געריכט פאַר אַפּיקורסות. די האָפענונג פון די דאָמיניקאַנער איז אָבער צעשטערט געװאָרן און מיט דער באַשטימונג פון רײיכּלין װוי מיטגליד פון דער קאָמיסיע האָט זיך אָנגעהױבן זייער גרויסע מפּלה, יאָהאַן רייכלין איז געווען ניט בלויז אַ באַרימטער געלערנטער און דער גרעסטער קענער פון די אַלטע שפּראַכן אין זיין צייט, נאָר אויך א גוטהארציקער מענטש, װאָס האָט שטענדיק ליב געהאַט דעם אמת. וי פיל פון די גרויסע הומאַניסטן, האָט אויך רייכלין געהאַט אַ פאַרלאַנג צו דער" לערנען גרינטלעך די העברעאישע שפּראך. דער ערשטער לערער זיינער, וועזעל אין באַזעל, האָט אַלין געקאָנט װינציק העברעאיש און איז נאָל אימשטאַנד געווען אויסצולערנען רייכלינען די ערשטע כללים פון דער העברעאישער שפּראַך. ווען ער איז געווען אין רוים, האָט רייכלין זיך דער" וואוסט וועגן די וואונדערבאַרע סודות פון דער קבלה, מיט ועלכער עס האָבן זיך דאַן איגנטערעסירט פיל קריסטן, און די ליבע צו העברעאיש אין נאָך ביי אים דאַן שטאַרקער געװאָרן. ווען ער איז צוריקגעקומען קין 100 גרעץ - די יידישע געשיכטע דײיטשלאַנד, האָט רייכלין זיך געװענדט מיט אַ בריוו צום רב פון רעגענס- בורג ר' יעקב מרגליות, וועלכן ער האָט געבעטן צושטעלן אים געוויסע קבלה-ספרים. דער רב האָט אים געענטפערט, אַז אין די קבלה-ספרים איז בכלל ניט כדאי אַרײנצולאָזן זיך און אַז די ספרים, וועלכע ער בעט, קאָן ער, דער רב, ניט באַקומען. ערשט אין אַ צייט אַרום האָט רייכלין זיך באַ- קאָנט מיט דעם דאָקאָטר פון קייסער פרידריך דעם דריטן, ר' יעקב לואַנץ און דער דאָזיקער געלעױנטער ייד איז פון דאַן אָן געװאָרן רייכלינס לע רער אין העברעאיש. מיט גרוֹיס התמדה האָט זיך רייכלין גענומען צו דעם שטודיום און אין אַ צייט אַרום איז ער שוין אימשטאַנד געווען צו לייענען העברעאישע ספרים אָן דער הילף פון אַ לערער. פון דעמאָלט אָן האָט רייכלין ניט אויפגעהערט ווייטער צו דערלערנען די העברעאישע שפּראַך און ליטעראַטור, הגם ער איו נאָך אַלעמען דאָך ווייט געווען פון גרינטלעכער קענטעניש, רייכלין איז דאַן געווען דער איינציקער קריסט אין אײיראָפּע װאָס האָט גוט געקאָנט די העברעאישע שפּראַך, און אַזױ װי דער פאַרלאַנג צו באַקענען זיך מיט דער העברעאישער שפּראַך איז דאַן איבעראַל געוען גרויס, האָבן פיל פון רייכלינס פריינט זיך געװוענדט צו אים מיט אַ בקשה, אַז ער זאָל צוזאַמענשטעלן אַ העברעאישע גראַמאַטיק. און אַ לעריבוך. רייכלין האָט דערפילט די בקשה און פאַרפאַסט אַ העברעאישע גראַמאַטיק, װאָס איז נאָך געווען פול מיט פעלערן, אָבער האָט דאָך געגעבן פאַר פיל קריסטן אַ שליסל צו דערלערנען די העברעאישע שפּראַך און רייכלין האָט דערצויגן פיל תלמידים, װאָס האָבן מיט יראת הכבוד זיך באַצױגן צו העם- רעאיש און איר געװוידמעט צייט, אָבער צוזאַמען מיט דער גרויסער אַכטונג צו העברעאיש, איז ריים- לין דאָך אין יענער צייט געווען ווייט פון יידנפריינטלעכקייט. ער האָט זיך ניט געקאָנט באַפרייען פון די אַלטע אבערגלויבנס וועגן יידן און יידנטום און האָט געהאַלטן די יידן פאַר אַ נידעריקן סאָרט מענטשן, װאָס גאָט האָט זיי שטרענג באַשטראָפּט דערפאַר, װאָס זיי גייען ניט אין ריכטיקן וועג. װי אַנדערע קלעריקאַלן, האָט רייכלין אין יענער צייט געהאַלטן, אַז יידן לעס" טערן די קריסטלעכע הײליקטימער און אַלע קריסטן בכלל, און געבראַכט אַ ראיה פון דער ברכה ;ולמלשינים" אין שמונה עשרה. שפּעטער האָט רייכלין זייער באַדױערט, װאָס ער האָט געשריבן שלעכטס אויף יידן, וועל- יידן אין דער עפּאָכֶע פון דער רעפארמאציע 111 כע ער האָט אין האַרצן קיין מאָל ניט געהאָסט, אָבער אין יענער צייט איז רייכלין נאָך ניט געווען פריי פון די אַלטע אבערגלויבנס און אויסערלעך האָט ער אין זיין באַציאונג צו יידן זיך ניט אונטערשיידט פון די איבעריקע קריסטן,. אין דער צייט, וען רייכלין איז באַשטימט געװאָרן, צוזאַמען מיט האָכשטראַטן און אַנדערע ייד-פיינט, וי אַן עקספּערט אין דער קאָמיסיע וועגן די יידישע ספרים, איז ער שוין געװען זייער פּאָפּולער אין גאנץ דײיטשלאַנד, געשעצט און געערט אומעטום וי אַ גרויסער געלערנטער און אָנגעזעענער פּערזענלעכקייט. די דאָמיניקאַנער האָבן אין אים ניט גע" קאָנט געפינען קיין חטא, אָבער געשפּירט הװאָבן זיי, אַז רייכלין װועט מיט זי ניט גיין, אַז זיין האַרץ איז ניט גענייגט צו קיין פאַלשקײטן און מעב" טשן-האַס, ווען פּפעפּערקאָרן איז געפאָרן קיין איטאַליע צום קייסער, איז ער אויפן וועג אָפּגעטראָטן ביי רייכלינען און געפּרואווט אים איבעף" ריידן, אַז ער זאָל גיין האַנט ביי האַנט מיט די דאַמיניקאַנער קעגן יידן רייכלין האָט מסכים געווען צו די אַלע באַשולדיקונגען קעגן יידן, אָבער פאַראײיניקן זיך מיט די דאָמיניקאַנער האָט ער ניט געװאָלט, ווייל זיין האַרץ איז בכלל ניט געווען גענייגט צו קיין שלעכטס, ער האָט זיך רואיק און עױנסט גענומען צו זיין אַרבעט, אױיסצופאָרשן די יידישע ספרים, און די אַרבעט האָט בּיי אים געדויערט אַן ערך דריי חדשים, דערווייל האָט פּטעפערקאָרן ניט אויפגעהערט פלייסיק פֿאָרצוזעצן זיין טעטיקייט און קאַנפיסקירט אומעטום די יידישע ספרים, צו דער שמ" חה פון די קלעריקאַלן איז אין יענער צייט אונטערגעקומען א ריטואַלער פּראָצעס קעגן יידן. אין בראַנדענבורגער מדינה האָט איינער אַ קריסט אַװעקגעגנבעט פון קירכע דאָס הייליקע ברויט --- די האָסטיע און אייניקע כלים, ווען מען האָט אים געכאפּט, האָט ער דערציילט, אַז ער האָט פאַר" קויפט די געגנבצטע זאַכן יידן. דער בראַנדענבורגער בישאָף צוזאַמען מיט דעם דעספּאָטישן קורפירשט יאָאַכים דער ערשטער הװאָבּן פאַראָרדנט, באַלד אָפּצוזוכן די ;שולדיקע". די ,שולדיקע" האָט מען געפונען,. זי אַרײנגעזעצט אין טורמע, שרעקלעך געפּײניקט און דערנאָך געטויט דורך פֿאַרברענען, זעקס און דרייסיק פון די פאַרמשפּטע זיינען לעבשדיקערהייט פאַרברענט געװאָרן און בי דער לעצטער מינוט ניט אויפגעהערט אָגן שטיקלעך פון תהלים און תפילות, נאָר צוויי פון זיי האָנבן ניט אויסגע" האַלטן די יסורים און פאַרן טויט זיך געשמדט, דערפאַר האָט מען זיי גע" 119 גרעץ - די יירישע געשיכטע טון אַ חסד און אָנשטאָט לעבעדיקערהייט פאַרברענען האָט מען זי אַראָפּ- גענומען די קעפּ,. שפּעטער מיט 25 יאָר האָט זיך אַרױסגעװין, אַז דאָס געריכט, װאָס האָט פאַרמשפּט זי יידן, האָט ;אַ טעות" געהאַט. דער קריסט, װאָס האָט געגנבעט די האָסטיע, האָט זיך מודה געווען בעת אַ ודוי פאַר אַ גלח, אַז ער האָט אומזיסט אומגעבראַכט אַכט און דרייסיק יידן, אויף וועלכע ער האָט אַ בלבול געמאַכט. דער גלח האָט געבעטן ביים בי- שאָף אַ דערלויבעניש דאָס מאָל עובר צו זיין אויף דעם סוד פון וודוי און פאַרעפנטלעכן די מעשה, נאָר דער בישאָף איז דערויף ניט איינגעגאַנגען, כדי ניט צו ;קאָמפּראָמעטירן" דאָס געריכט. ערשט אין אַ צייט אַרום, ווען דער גלח, וועמען דאָס געוויסן האָט ניט געלאָזט רוען, איז איבערגעגאַג- גען אין לוטעראַנישן גלויבן, האָט ער אָפן אַנטדעקט דעם אמת. דערווייל האָט פּפעפּערקאָרן און זיין חברה זיך באַנוצט מיט דער מעשה, און אַרויס- געלאָזט אַ בראָשור ;איינע װאַהרע בעגעבנהייט? (אַן אמתע מעשה), וואו עס איז באַשריבן געװאָרן די מעשה מיט דער אַװעקגעגנבעטער האָסטיע, די בראָשור האָט געמאַכט אַ גרויסן איינדרוק אין גאַנץ דײיטשלאַנד און זי געזעלשאַפטלעכע מיינונג איז אַזױערנאָך פאָרבאַרײטעט געװאָרן קעגן יידן. יידן האָבן געלעבט אין פּחד און אין שרעק, נאָר די האָפענונגען פון די קלעריקאַלן זיינען דאָך ניט דערפילט געװאָרן און פון דער גאַנצער הע- צע קעגן יידן איז נאָר אַרױסגעקומען אַן אומגליק טאַר די פינצטערע קלע- ריקאַלן. מיט רעכט האָט איינער פון די הומאַניסטן דאַן געזאָגט, אַז ,דער דאָזיקער פּאַרישױין" (פּפעפּערקאָרן) האָט געטון דעם קלעריקאַליום פיל מער רעה, איידער עס האָבן אים געקאָנט טון אַלע אפּיקורסים צוזאַמען, אויף דער פראַגע פון קייסער: ;צי װעט זיין ערלעך פאַר גאָט און צִי וועט די קריסטלעכע לערע נוצן האָבן דערפון, װאָס מיר װעלן פאַרברענען די יידישע ספרים?" האָט רייכלין געענטפערט זייער אויספירלעך, אין אַ שװועוין סטיל, מיט דער גרעסטער פּינקטלעכקייט, און דער אַלגעמײנער ענטפער איז געווען לטובת יידן. רייכלין טיילט ערשטנס איין די יידישע ספרים אין זעקס באַזונדערע קאַטעגאָריעס און ווייזט אָן אַז עס איז ניט ריכטיק, ווען מען איז כולל די גאַנצע יידישע ליטעראַטור אונטער אין נאָמען. איין קאַטעגאָריע זיינען די קאָמענטאָרן צו דעם תנ"ך, וי די ספרים פון רש"י, אבן עזרא, רד"ק און אַנדערע, אין די ספרים איז קיין שאָדן פאַרן קריסטנטום ניטאָ, פאַרקערט, זיי זיינען אויך זייער נוצלעך זידן אין דער עפּאָכע פון דער רעפאָרמאַציע 115 פאַר די קריסטן, װאָס ווילן דערלערנען די ביבל. צו דער צווייטער קאַטע" גאָריע געהערן די פּאָעטישע און סאַטירישע ספרים און צוישן זיי געפינען זיך נאָר צוויי סאַטירן אויף דער קריסטלעכער רעליגיע ;ספר הנצחון" פון די ליפּמאַן און ;מעשה הלדה", אָבער װוי די יידן זאָגן, איז זיי פאַרבאָטן צו לייענען די ספרים, וועלכע זיינען מער ניטאָ במציאות. די דריטע קאַטע- גאָריע זיינען די יידישע פילאָזאָפישע און װיסנשאַפטלעכע ביכער, וועלכע אונטערשיידן זיך מיט קיין זאַך ניט פון די קריסטלעכע ספרים פון דעם סאָרט, די פערטע קאַטעגאָריע ספרים זיינען די יידישע שול-תפילות און פּיוטים, אָבער זיי געהערן צום יידישן רעליגיעזן לעבן און לוט די פּריװוי" לעגיעס, װאָס יידן האָבן באַקומען פון די קיסרים, טאָר מען זיך אין זייער רעליגיעזן לעבן ניט אַרײנמישן. זיי פינפטע קאַטעגאָריע זיינען די קבלה- ספרים, אין וועלכע עס ליגן טיפע סודות און וועלכע האָבן פאַראינטערע" סירט אויך פיל קריסטן, װאָס אָנבאלאנגט די ספרים פון דער זעקסטער קאַי טעגאָריע, דער תלמוד, אין וועלכן די יידישע שונאים געפינען אַלדאָס בייז, איז רייכלין זיך אָפּנהאַרציק מודה, אַז ער האָט אַ קנאַפּע ידיעה אין זיי, אָבער נאָך װינציקער קענען דעם תלמוד אַנדערע קריסטן, װאָס קענען קיין העברעאיש ניט און אויב זיי מאַכן בלבולים אויף דעם תלמוד, איז דאָס בלויז שקר און נאַרערײ, ווייל באמת ווייסן זיי ניט, וועגן װאָס דאָרט רעדט זיך אפילו, אין אַלגעמײן זאָגט זיך רייכלין אַרױס קעגן פאַרברענען די יידי" שע ספרים און קעגן רדיפות אויף יידן בכלל. אויב, דערקלערט ער, עס איז אפילו אמת, אַז די יידישע ספרים לייקענען אין קריסטוס און אין זיין לערע, מִיט װאָס זיינען דאַן די ספרים ערגער פון די יידן אַלײן, וועלכע גלייבן נישט אין דער קריסטלעכער לערע? די יידן אַלײן דאַרף מען ווידער לאָזן צו רו, ווייל, ערשטנס, שטייען זיי מחוץ דער קריסטלעכער קירכע און עס איז נאַריש, ווען מען האַלט זיי פאַר ;אומגלויביקע", פאַר קריסטן, װאָס לייקענען אין זייער לערע. זיי האָבן גאָרניט צו טון מיט דער קירכע, מיטן קריסטנטום און דאָס קריסטנטום האָט דעריבער איבער זיי קיין שליטה נישט. צווייטנס, זיינען אויך יידן בירגער צוגלייך מיט אַלע אַנדערע און זיי האָבן דאָס רעכט צו פּאָדערן פון דער מלוכה, אַז זי זאָל באַשיצן זייער לעבן און אייגנטום: דאָ איז צום ערשטן מאָל אַרױסגעזאָגט געװאָרן דער געדאַנק וועגן רעכט, וועגן דעם, אַז יידן זיינען בירגער און ניט קנעכט פון קייסער, און רייכלין איז דעריבער געווען דער ערשטער, װאָס האָט נאָך 114 גרעץ - די יירישע געשיכטע צוריק מיט פיר הונדערט יאָר אַרױסגעזאָגט די אידייע ועגן בירגערלע. כער גלייכהייט, רייכלין האָט אָפּגעשיקט זיין ענטפער דעם קייסער פאַרחתמעט מיט אַ שטעמפּל דורך אַ ספּעציעלן שליח. ער האָט מיט רעכט געמיינט, אַז אַזאַ אָפּיציעלן דאָקומענט װעט נאָר דער קייסער אַלײן קענען אויפעפענען אָבער פּפעפערקאָרן האָט געעפנט דעם פּאַפּיר נאָך איידער עס איז אָנגע- קומען צום קייסער. וי אַזױ דאָס האָט זיך אים איינגעגעבן, װײיסט מען ניט. רייכלין האָט באַשולדיקט די קעלנער מאָנאַכן אַז דאָס איז געוען זייער אַרבעט, דער קייסער, װאָס איז געווען פאַרנומען מיט זיינע אינטע" רעסן, האָט רייכליגס ענטפער צוזאַמען מיט די איבעריקע תשובות פון האָכ- שטראַטן און אַנדערע, איבערגעגעבן אַ ספּעציעלער קאָמיסיע פון דריי גע- לערנטע. דער באַשלוס פון דער קאָמיסיע איז געווען גינסטיק פאַר יידן און דער קייסער האָט דאַן באַפױלן צו רו לאָזן די יידן און אויך אומקערן זי די ספרים, װאָס מען האָט ביי זיי פאַרנומען. דער באַשלוס פון קייסער האָט נאַטירלעך ניט געקאָנט געפעלן די דאָמיניקאַנער, וועלכע האָבן נאָך דעם אַרױסגעלאָזט אַ נייע בראָשור ,דער האַנטשפּיגל?, שוין ניט אויף לאַטײן, פאַר געציילטע מענטשן, נאָר אויף דייטש, פאַרן גאַנצן פאָלק, און פּפעפּערקאָרן מיט זיין פרוי האָבן אַלײן פאַרשפּרײט די בראָשור צװישן חמון. דאָרט װוערט דערציילט די גאַנצע געשיכטע מיטן דיטפּוט וועגן יידן און רייכלין װערט אַרױסגעשטעלט וי אַ געדונגענער פון יידן, וועלכע האָבן אים באַצאָלט פיל געלט פאַר זיין פאַר" טיידיקונג, די דאָזיקע בראָשור, װאָס איז פאַרשפּרײט געװאָרן מאַסנװײז צוישן המון, האָט געמאַכט אַ גרויסן איינדרוק. דער פאַקט, אַז די דאָמיני- קאַנער זאָלן אַרױסטרעטן עפנטלעך קעגן אַזאַ אָנגעזעענעם מענטש, װי רייכלין, און אַרױפלײגן אויף אים אַזאַ שווערע באַשולדיקונג, האָט שרעק- לעך אויפגערעגט רייכלינס פיל פריינט און אויך אין הויף פון קייסער האָט די דאָזיקע מיאוסע העצע פון יידישן משומד שוין באַגעגנט אַ גרויסן פּראָ- טעסט. רייכלין האָט זיך דאַן פאָרגעשטעלט פאַרן קייסער און זיך באַ- קלאָגט פאַר אים אויף די מיאוסע מעשים פון פּפעפּערקאָרן. דער קייסער האָט צוגעזאָגט אױסצופאָרשן די זאַך. ער האָט דאָס אָבער ניט געטון, און דאַן איז רייכלין אַרױס מיט אַ װערק, װאָס האָט געמאַכט אין יענער צייט אַ געװאַלדיקן רושם און צוגעגרייט אַ באָדן פאַר דער שפּעטערדיקער רע- וידן אין דער עפּאַכע פון דער רעפאָרמאַציע ה : 119 פאָרמאַציע, דאָס איז געווען רייכלינס /,אױגנשפּיגל", דאָרט האָט רייכלין אויפגעדעקט זי אַלע מיאוסע מעשים פון דעם מנובל פּפעפערקאָרן, װאָס האָט פּלוצלינג אָנגעהויבן שפּילן אַזאַ ראָל, און אַגב שוין אויך אַנטדעקט די מעשים פון פטעפערקאָרנט גאַנצער קאָמפּאַניע, די דאָמיניקאַנער. די בראָשור איז געווען אין יענער צייט אַ װויכטיקע געשעעניש. צום ערשטן מאָל איז אין דײיטשלאַנד אַרױסגערופן געװאָרן אַ געזעלשאַפטלעכע מי" נונג, װייל ניט װוילנדיק איז פון דער היימישער מחלוקת װעגן יידן, װאָס האָט זיך פריער געפירט אין דער שטיל, צווישן געציילטע געלערנטע, איצט געװאָרן אַן עפנטלעכער זיספוט. ביידע צדדים האָבן זיך געוװוענדט צום פאָלק און צו אים גערעדט אויף זיין שפּראַך, אַזױ אַז די פּאָלעמיק וועגן יידן האָט במילא אַרױסגעוופן אַ פּאָלעמיק וועגן דער קירכע און די קיר" לייט בכלל. רייכלינס פריינט, די הומאַניסטישע געלערנטע און רואיקע מענטשן, װאָס די יידישע צרות זיינען זיי װוינציק אָנגעגאַנגען, זיינען ניט געווען צופריזן דערמיט, װאָס רייכלין האָט געמאַכט אַזאַ רעש צוליב דעם תלמוד און די יידישע ספרים, אָבער ווילנדיק צי נישט װילנדיק האָט דער קאַמף אַלץ מער זיך פונאַנדערגעפלאַקערט און אין דעם קאַמף זיינען אַרײג- געצויגן געװאָרן רייכלין אַלײן און זיינע פריינט, די הומאַניסטן, דער קאמף צווישן די דאָמיניקאַנער און רייכלינען איז געװאָרן אַלץ שטאַרקער, די דאָמיניקאַנער, וועלכע זיינען אין יענער צייט געווען שטאַר- קער אפילו פון קייסער און דעם פּױפּסט, האָבן אַלץ געסטראַשעט רייבלי" נען, אַז אויב ער װעט עפנטלעך ניט תשובה טון און צוריקנעמען זיינע ,אפּיקווסישע? װערטער, װעט ער שטרענג באַשטראָפּט וװערן דורכן קירכ" לעכן געריכט, רייכלין האָט זיך ווירקלעך די ערשטע צייט דערשראָקן און געפּוואווט זיך פאַרענטפערן, נאָר צוריקנעמען זיינע גרונט-מיינונגען וועגן. די יידן און די יידישע ספרים האָט ער, װי אַן ערלעכער און אמתער מאַן, ניט געקענט, און ווען ער האָט איינגעזען, אַז קיין פּשרה צװוישן אים און די דאַמיניקאַנער איז ניט מעגלעך, איז ער געװאָרן פעסט, װוי שטאָל און אייזן, און אָנשטאָט שרעק און ווייכקייט, האָט ער אָנגעהױבן אַרױסטרעטן מיט אַלץ מער מוט און ענערגיע. דער קאַמף איז געװאָרן אַן אָפענער און ביידע צדדים זיינען געווען זייער קריגעריש געשטימט. פּפעפערקאָרן האָט דאַן אַרױסגעלאָזט אַ נייע בראָשור ,דער בראַנדשפּיגל?, וואו ער שיט ווייי טער פּעך און שוועבל אויף רייכלינען און באַזונדערס אויף יידן. רייכלין 116 גרעץ - די יידישע געשיכטע האָט ניט אָפּגעשװיגן און איז אַרױסגעטראָטן מיט נאָך אַ װערָק, וואו ער חזרט איבער זיינע פריערדיקע מיינונגען איבערן יידנטום און יידן, נאָר דאָס מאָל מיט מער מוט און אָפּנהאַרציקײט. ער דערמאָנט די אַלע גייסט- לעכע פון פּפּעפּערקאָרנס קאָמפּאַניע, אַז אונטער דער מאַסקע פון יראת שמים ליגט אין זיי באַהאַלטן אַ דעספּאָטיש האַרץ, ער רופט זי אָן ביי די נעמען, און זאָגט: ,דו מיין האַר, דער קייסער, דערלויב זיי צו נעמען געלט ביי יידן, וויפיל זיי װעט זיך װעלן, און דאַן װעלן זיי מיך תיכף לאָזן צו רו". וועגן יידן חזרט רייכלין נאָך אַמאָל איבער, אַז זיי זיינען בירגער אין לאַנד און אַז מיט שטאָלץ נעמט ער אָן די באַשולדיקונג פון זיינע שונאים, דאָס ער איז געװאָרן דער יידישער פאַרטיידיקער. איך ווייס, אַז מיינע שונאים װעלן אויף מיר אָנפאַלן דערפאַר, װאָס איך זאָג, אַז אויך יידן זיי- נען בירגער אין אונדזער לאַנד, איך על לאָזן די דאָזיקע שונאים מיינץ קריצן מיט די ציין, אַרײנפאַלן אין גרימצאָרן, נאָר איך װעל ווייטער זאָגן; ;די יידן זיינען ניט בלויז בירגער פון לאַנד, זי זיינען אויך אונדזערע ברי- דער". דאָס דאָזיקע מוטיקע װערק רייכלינס האָט געמאַכט אַ גרויסן רעש און פיל גייסטלעכע, װאָס זיינען געווען אין דער שטיל אויפגערעגט קעגן די דעספּאָטישע פינצטערע דאָמיניקאַנער, האָבן זיך זייער דערפרייט, װאָס עס האָט זיך ענדלעך געפונען אַזאַ מוטיקער מענטש, וועלכער זאָגט אַרױס אָפּן דעם אמת וועגן דער באַנדע. פיל פון די אָנגעזעענסטע און רייכסטע הומאַניסטן האָבן צוגעגעבן רייכלינען מוט אין זיין קאַמף און אים פאַר- זיכערט, אַז ער האָט ניט װאָס מורא צו האָבן און קאָן שטענדיק האָפֿן אויף זייער שטיצע. דער קייסער, צו וועלכן ביידע צדדים האָבן זיך געווענדט, איז געווען אין פאַרלעגנהייט און ניט געוואוסט, וועמען רעכט צו געבן, ענדלעך האָט ער אַרױסגעגעבן אַ באַפעל, אַז מען זאָל מאַכן אַ סוף צו דער פּאָלעמיק און ביידע צדדים זאָלן ווערן אַנטשװיגן,. עס איז שוין אָבער פאַר- גאַנגען צו ווייט און דער קאַמף האָט זיך װוייטער געפירט מיט נאָך מער ברען. דעם 15טן סעפּטעמבער 1513 האָט רייכלין באַקומען פון אינקווי- זיטאָר האָכשטראַטן אַ מעלדונג, ער זאָל קומען צום קירכלעכן געריכט, רייכלין אַליין איז ניט געקומען און געשיקט אַ באַפולמעכטיקטן, אָבער דאָס געריכט, וועלכעס האָט איינגעפונען, אַז רייכלינס װערק דאַרפן װוערן יידן אין דער עפּאָכע פון דער רעפאַרמאַציע 17 פאַרניכטעט, האָט ניט געקאָנט געפינען קיין אפּיקורסות קעגן דער קירכע אין רייכליגס ספרים וועגן יידן און ער אַלײן איז אַרױס פריי. רייכלינט באַד פולמעכטיקטער האָט אָנגעגעבן אַן אַפּעלאַציע אויף דעם פּסק דין, לױט וועלכן רייכלינס װוערק האָבן געדאַרפט פאַרברענט װערן, און דער פּױפּסט האָט פאַראָרדנט, אַז אַ געריכט פון בישאָפן זאָל װידער באַטראַכטן דעט גאַנצן ענין. ביידע צדדים האָכן דערווייל אָנגעהױיבן אַן ענערגישע אַגײ טאַציע, נאָר דער סוף איז געווען, אַז דער פּסק דין פון די בישאָפן איז גע" ווע לטובת רייכלינען, דאָ האָט ווידער האָכשטראַטן אַפּעלירט צום פּױפּטט און די זאַך איז איבערגעטראָגן געװאָרן קיין רוים, ביידע פּאַרטײען, די רײיכליניסטן, און די דאָמיניקאַנער, האָבן אר מעטום: אין דײיטשלאַנד, רוים און אפילו פראַנקרייך, אַגיטירט איינע קעגן די צווייטע. האַכשטראַטן און זיינע פריינט האָט זיך איינגעגעבן אַרױס צובאַקומען פון פּאַריזער טעאָלאָגישן פאַקולטעט אַ רעזאָלוציע קעגן רייםי לינס ,אױיגנשפּיגל". זי האָבן זיך אויך דערשלאָגן דערצו, אַז דער פראנ" צויזישער קעניג זאָל אָנשרייבן אַ בריוו צום פּױפּסט קעגן רייכלינען. פון דער צווייטער זייט האָבן אויך די רייכליניסטן ניט געשוויגן און שטאַרק אַניטירט לטובת אים פאָרן פּױפּסט. אַ גרויסע ראָל האָבן אויך דאָ גע" שפּילט פיל אָנגעזעעגע יידן, װאָס האָבן געהאַט אַ גרויסע השפּעה אין פּױיפּסטלעכן הויף און װאָס זיינען נאַטירלעך, געשטאַנען אויף רייכלינס צד. דער פּױפּסט לעאָן דער צענטער, אַ ליבעראַלער מענטש, נאָר אַ קנאַ" פּער למדן, איז געווען אין פאַרלעגנהייט און אַלײן ניט געוואוסט, װאָס צו טון, וועמען צו געבן רעכט. די הכנות צום געריכט האָבן זיך דערווייל פאַרצויגן און דאָ זיינען אונטערגעקומען די /,בריוו פון פינצטערע מענ" טשן", אין דעם דאָזיקן ווערק, װאָס איז אָנגעשריבן געװאָרן דורך איינעם אֵן אומבאַוואוסטן הומאַניסט,. איז מיט אַ זעלטךרבייסנדיקער איראָניע אויסגטלאַכט געװאָרן דער פּלױדערזאַק פּפּעפערקאָרן, זיינע פריינט, די פּאַי ריזער טעאָלאָגן און דער קאַטאָליציזם אין אַלגעמײן. די /בריוו פון פינצ" טערע מענטשן? האָבן אַרױסגערופן אַן אומגעוויינלעכן געלעכטער אין גאַנץ מערב-אייראָפּע. די פריינט פון רייכלינען זיינען װוידער געװאָרן ביי זיך געהויבן. דער פּױפּסט, װאָס איז געשטאַנען צווישן צוויי פייערן און גע" װאָלט זיך אַרױסדרײען פון דער פאַרלעגנהײיט, האָט איבערגעגעבן די פראַ- גע דעם קירכױקאָנגרעס, װאָס האָט זיך גראָד דעמאָלט פאַרזאַמלט אין 118 י: גרעץ - די יידישע געשיכטע רוים. דאָס רוב מיטגלידער פון קאָנגרעס האָבן זיך אַרױסגעזאָגט לטובת רייכלינען און די דאָמיניקאַנער זיינען אָפּגעפאָרן פון רוים אין זייער אַ גע- דריקטער שטימונג, דערמיט האָט זיך נאָך דער קאַמף נישט געענדיקט. רייכלינס פריינט האָבן געמאַכט אַן אָנפאַל אויף האָכשטראַטן, ווען ער האָט זיך אומגעקערט פון רוים און אים געװאָלט הרגענען. נאָר רייכלין האָט זי אָפּנעהאַלטן דערפון. פון דער צווייטער זייט האָבן די דאָמיניקאַנער נישט אויפגעהערט צו פריידיקן אין די קירכן קעגן די רייכליניסטן; באַזונדערס האָבן זי זייער געװאָלט אָפּרױמען פון וועג די ,בריוו פון פינצטערע מענטשן", און זי האָט זיך איינגעגעבן צו באַקומען אַ דערלויבעניש ביים פּױפסט צו קאָנמיסקירן דאָס װערק, אָבער עס איז שוין געווען צו שפּעט, ווייל אין משך פון דער קליינער צייט האָט דאָס ווערק דערווייל זיך שטאַרק פאַר- שפּרײט און איז געװאָרן אַ הויזיבוך כמעט ביי אַלע גייסטלעכע, וועלכע האָבן עס בשתיקה געלייענט מיט דעם גרעסטן פאַרגעניגן און ניט װוינציק געלאַכט, דעם ספּעציעלן וכוח צװישן רייכלינען און די דאָמיגיקאַנער ועגן יידן איז אָבער באַשערט געווען צו בלייבן אומפארענדיקט, ווייל אין אַ יאָר שפּעטער האָבן זיך אָנגערוקט וויכטיקערע געשעענישן --- עס אין גט- קומען דער שטורעם פון דער רעפאָרמאַציע-באַװעגונג און אויף דער סצענע איז אַרױסגעטראָטן דער גרויסער לוטער, האָט די רעפאָרמאַציע פאַרבעסערט די יידישע לאַגע? האָט לר טער, וועלכער האָט גערופן צוריק צו דער ביבל און צו ריינער אמונה, מיטגעפילט די צרות פון יידישן פאָלק ? אין ערשטן מאַמענט פון איר באַװעגונג, ווען די קעמפער פון דער רעפאָרמאַציע זיינען נאָך געוען גערודפט, און האָבן געטראָגן די קרוין פון מאַרטירער אויף די קעפ, האָבן זיי אַרױסגעװיזן צום גערודפטן יידישן פאָלק גענוג מיטגעפיל. אין איינעם פון זיינע ערשטע פּאָלעמישע ווערק האָט לוטער געשריבן ועגן יידן : ,;אונדזערע טפּשים, די פּאַפּיסטן, בישאָפּן, סאָפיסטן און מאָנאַכן פלעגן זיך ביז איצט מיס יידן באַגײן אַזױ, אַז יעדער אמת-ערלעכער קריסט האָט געדאַרפט וערן אַ ייד. ווען איך װאָלט זיין אַ ייד און זען, וי אַזעלכע סעמפּע קעפּ הערשן איבער דער קירך און פּרעדיקן די אמונה, װאָלט איך גיכער איינגעשטימט צו זיין אַ חזיר, איידער אַ קאַטאָליק, יידן אין דער עמאַכע פון דער רעפאָרמאַציע 119 ווייל די לעצטע פלעגן באַהאַנדלען יידן אַזױ, גלייך זיי װאָלטן זיין הינט, ניט קיין מענטשן, און זי האָבן נאָר געקאַנט פאַרשילטן זיי, בשעת יידן זיינען אונדזער פלוט און פלייש און ברידער פון אונדזער גאָט. לויטן בּלוט און פלייש זיינען זיי נענטער צו קריסטוסן, איידער מיף, און איך װאָלט געבעטן אונדזערע ליבע פּאַפּיסטן, אַז ווען זיי װעלן מיד ווערן מיך צו זידלען מיטן נאָמען ;אַפּיקויס?, זאָלן זיי מיך אָנהייבן זידלען מיטן נאָמען אייד".. װען איך װאָלט זיין אַ ייד, װאָלט דער פּױפּסט מיך קײנמאָל ניט איבערגערעדט אָנצונעמען זיין געצגדלי נעריי", לוטער חזרט דאָ איבער דעם אַנעקדאָט פון באָקאַטשיאָ װעגן אַ געוויסן ייד, װאָס האָט אַמאָל געזען דעם פּויפּסט אין רוים, און וען ער איז צוריק געקומען אהיים האָט ער געבעטן דעם גלח, ער זאָל אים אָפּשמדן, װוען מען האָט געפרעגט דעם ייד, פאַרװאָס ער וויל זיך פּלוצים שמדן, האָט ער געענטפערט: ,דער קריסטלעכער גאָט מוז זיין זייער אַ גוטער, וען ער קוקט זיך צו צו די אַלע מיאוסע מעשים, װאָס ערו אָפּגעטאָן אין רוים און שווייגט". ,,מיין עצה איז -- זאָגט לוטער ויי" טער --- צו באגיין זיך מיט יידן קליגער. ווי קענען מיר דערװאַרטן, אַז זיי זאָלן קומען צו אונדז, וען מיר אליין פאַרטרייבן זיי פון זיך, ווען מיר מאַכן אויף זיי בלבולים, באַשולדיקן זיי אין געברויכן קריסטלעך בלוט און אין נאָך אַזעלכע נאַרישקײטן? װי קענען זיי זיך צונוים" גיין מיט אונדז, ווען מיר פֿאַרבאָטן זיי צו אַרבעטן צװישן אונדז, צו פֿאַרנעמען זיך מיט מלאכה, ווען מיר שליסן זיך אויס פון דער אַרומיקער וועלט און טרייבן זיי צו פאַרנעמען זיך מיט פּראָצענט ? אויב מען ויל העלפן יידן, דאַרף מען צו זיי אָנװענדן ניט דעם פּױפּסטלעכן, נאָר דעם קריסטלעכן געזעץ פון ליבע, אויפנעמען זיי פריינדלעך, געבן זיי אַ מעגלעכקייט צו ארבעטן און האַנדלען צוזאַמען מיט אונדז, כדי זיי זאָלן קענען זען, װי עס לעבן און גלייבן די קריסטן", די דאָזיקע מיינונגען װעגן יידן האָט לוטער אין גיכן ראַדיקאַל געביטן. לוט זיינע פערזענלעכע געפילן און נייגונגען איז לוטער קייג" מאָל נישט געווען קיין פריינד פון יידן. אין אים איז געלעגן טיף באַ- האַלטן דער געוועזענער פאַנאַטישער מאָנאַך מיט זיין געבוירענעם יידב" האָס, און אויב ער איז אין אָנהױב פון דער רעפאָרמאַציע אַרױסגעטואָטן װי אַ פאַרטײדיקער פון יידן, האָט ער דאָס געטון נישט צוליב דער 100 הי גרעץ - די יידישע געשיכטע יידישער טובה, נישט צוליב יושר און גערעכטיקייט, נאָר צוליב דעם װאָס ער האָט געהאָפט אַריבערצוציען די יידן אין לאַגער פון די רע פאָרמאַטאָרן. צי איז ער די ערשטע צייט געוען באמת פאַרגלויבט אין זיינע גוסע רייד ועגן יידן, אָדער ער האָט באַװאוסטזיניק אַרױפגענ- מען אויף זיך די מאַסקע --- דאָס איז שווער צו באַשטימען. יעדנפאַלס איז קלאָר, אַז אויך דאַן, ווען לוטער האָט פאַרטײידיקט יידן, איז דאָס נישט געווען קיין טיפע איבערצייגונג און װען עס איז געקומען דער פּאַסיקער מאָמענט דערצו, האָט דאָס געבוירענע אַנטיסעמיטישע געפיל גובר געווען דעם שכל און דעם פּראַקטישן חשבון. אין אָנהייב פון זיין קאַריערע האָט לוטער געהאָפט, אַז אים װעט זיך איינגעבן צו געפינען צווישן יידן פיל הייסע אָנהענגער פאַר זיין לערע, װאָס האָט געזאָלט זיין אַ סינטעז פון אַלטן און נייעם טעסטאַמענט, נאָר ווען די דאָזיקע נאַיווע האָפנונגען זיינע זיינען ניט דערפילט געװאָרן, ווען דאָס אַלטע פאָלק, װאָס האָט געשאַפן די ביבל און אַרױסגעגעבן פון זיך קריסטוסן, איז ווייטער געבליבן אַ באַזונדער פאָלק און נישט געװאָלט אָננעמען קיין נייע תורה --- דעמאָלט האָט לוטער זיך באַלײידיקט און באַשלאָסן, אַז יידן זיינען װערט דעם שטעקן, אַז צוליב זייער אייביקער עקשנות האָבן זיי פאַרדינט די רדיפות און צרות, װאָס זיינען אויף זיי געקומען. איז גיכן איז דער גרויסער רעפאָרמאַטאָר געװאָרן אַ פולקאָמער פיינד פון יידן, און די פּראָטעסטאַנטן האָבן אין זייער שנאה צו יידן אפילו איבערגעשטיגן די פאַנאַטישע קאַטאָליקן. די רעזולטאַטן פון דער דאָזיקער ענדערונג האָבן פאַר יידן זיך באַלד געלאָזן פילן; גראָד צו יע נער צייט האָט זיך געשמועסט, אַז דער זאַקסישער קורפירשט יאָהאַר פרידריך, װאָס איז אינגאַנצן געטאַנען אונטער דער השפּעה פון לוטערן האָט באַשלאָסן אַרױסצוטרײבן יידן פון זיין מלוכה. דער דעמאָלטיקער אָפיציעלער יידישער שתדלן יאָסעלמאַן פון ראָזהיים האָט אָנגעהױבן אָפּשלאָגן די טירן פון אַלע ,,גרויסע" און ווען דאָס האָט נישט געהאָלפן, איז ער אַװעק צו לוטערן, וועלכן מען האָט נאָך דעמאָלט געהאלטן פאַר אַ פריינד פון יידן. נאָר לוטער האָט זיך אפילו אָפּגעזאָגט אויפצונעמען דעם יידישן שתדלן און אים אָפּנעענטפערט מיט אַ בריוו, אין וועלכן ער האָט אױסגעגאָסן זיין גאַנצן גרימצאָרן אויף יידן. יידן, האָט לוטער אין זיין בריוו געשריבן, זיינען אַ פאַרשאָלטן פאָלק. ער איז פריער אַרױסגעטראָטן יידן אין דער עפּאַכע פון דער רעפאָרמאַציע 121 מיט אַ פאַרטיידיקונג פאַר יידן, ווייל ער האָט געהאָפט אַריפצופירן זי אויפן וועג פון אמת: יידן זיינען אָבער פאַרעקשנט, ווילן נישט אַנער- קענען דעם אמת פון דער ענװאַנגעליע, און דעריבער גרייט ער, לוטער, איצט צו אַ טראַקטאַט קעגן יידן און נישט בלויז, װאָס ער װעט זיי מער . נישט פאַרטיידיקן, נאָר ער װעט זיך נאָך באַמיען זיי צו טאָן שלעכטס. לוטער האָט געהאלטן זיין װאָרט. אָרום 1544 האָט ער פאַרעפנט- לעכט צוויי עכט-אַנטיסעמיטישע װערק: ,װעגן יידן און זייער פֿאַלש- קי"ש" און ,,שם המפורש", דאָרט לױיבט לוטער די שפּאַנישע קעניגן. װאָס האָבן פאַרטריבן יידן פון זייער לאַנד אוֹן עצהט ,,צום רום פון אוג- דזער גאָט און קריסטנטום", צו פאַרװאַנדלען אין אֵשׁ און שטױב די יידישע שולן, חרוב צו מאַכן די יידישע הייזער, צוצונעמען ביי יידן די סידורים און די גמרות, צו פאַרבאָטן די רכנים לערנען תורה מיטן פאָלק - און נאָך מער באַגרענעצן יידן אין האַנדל, ,ווען איך װאָלט האָבן א שליטה איבער יידן, האָט לוטער געשריבן, װאָלט איך צונויפגעואמלט אַלע זייערע גרעסטע מענטשן און װאָלט פון זיי געפאָדערט צו באַװייזן די מיינונג זייערע, אַז מיר, קריסטן, דינען כלומרשט נישט אין און איינציקן גאָט, דען אַנדערש דאַרף מען זיי אויסשניידן זי ציננער". נאָך נישט לאַנג פאַר זיין טױט האָט לוטער אויפגעהעצט זיינע אָנהענגער קעגן יידן און זיי געבעטן צו רודפן זיי עד לחרמה און צו צווינגען זי מיט געוואלט, זיי זאָלן זיך שמדן. אויף אַזאַ אופן איז אויך די רעפאָף- מאַציע נישט. געווען קיין ישופה פאַר יידן, וועלכע זיינען געשטאַנען צווישן צוויי פייערן, און גערעכט איז געװוען דש. אַלטער הומאַגיסט עראַזמוס, ווען ער האָט געזאָגט: אויב זיין אַ גוטער קריסט הייסט פיינד האָבן יידן, דאַן זיינען מיר אַלע גוטע קריסטן, עס װאָלט פון דעסטוועגן זיין זייער נישט ריכטיק, וען מען זאָל זאָגן, אַז די רעפאַרמאַציע איז אַריבער פאַר יידן אָן אַ שום שני צום . גוטן. אַ דאנק דער רעפאָרמאַציע האָט אײראָפּע אַנגעהױינן זיך באַקאָנען מיט דער יידישער תורה און זי צו שעצן. דִי מלכים און די פּראָפעסאָרן פון די אוניװוערזיטעטן האָבן אָנגעהױבן לערנען די העברטאישע שפּראך. די גרעסטע אײיראָפּעאישע מענער האָבן גענומען לעקציעס ביי יידישע געלערטע, די התקרבות צווישן די קריסטן און יידן איז דורך דעם פאַר- גרעסערט געװאָרן און אַ דאַנק דעם זיינען אָפּגעשאַפט געװאָרן פיל :+ 12 הי גרעץ - די יידישע געשיכטע פאַראורטיילן און שלעכטע מיינונגען וועגן יידן. און דאָך איז די יידישע לאַגע פאַקטיש געבליבן שלעכט, װי פריער. װאָס איז די סיבה דערפון ? דאָס אומגליק פון די דייטשע יידן איז באַשטאַנען דערין, װאָס זי זיינען געווען אָפּהענגיק נישט פון רצון פון איין מענטשן, נישט פון איין הערשער, נאָר פון פיל, דײיטשלאַנד איז נאָך דעמאָלט געווען אַ צעריסן לאַנד און די מאַכט איז געווען צעטײילט צװישן קייסער, קורפירשטן, פעאָדאַלע פירשטן און אױטאָנאָמישע שטעט. עס פלעגט זיך אָפט מאַכן אַז די מאַכט פון אַ געוויסער שטאָט האָט פּלוצים, צוליב דער אָדער יע גער סיבה, באַשלאָסן אַרױסצוטרײיבן יידן פון שטאָט. די יידן האָבן דאַן נאָר געקענט אַפּעלירן צו זייער העכסטן מושל, דעם קייסער, ביי וועלכן די יידן זיינען פאַררעכנט געווען פאַר , קאַמער-קנעכט", פֿאַר זיין פּער- זענלעך אייגנטום: דער קייסער פלעגט אָפט נישט װעלן איינרייסן זיך צוליב יידן מיט די אױטאָנאָמישע שטעט, און אַמאָל, ביים בעסטן ווילן, איז ער נישט אימשטאַנד געווען עפּעס אויפצוטאָן. דעריבער זעען מיר, אַז פון סוף 15-טן יאָרהונדערט וערן יידן אַרױסגעטריבן פון א ריי שטעט אין דייטשלאַנד און אין עסטרייך, און דער קייסער קען נישט אָדער וויל נישט שטערן אין דעם. פון דער צווייטער זייט לױנט דעם קייסער זייער נישט צו פאַרלירן אַזאַ , שמאַלץיגרוב", וי יידן, און ער גיט דערי- בער די אַרױסגעטריבענע יידן אַ בית-"מקלט אין איינער פון די אַנדערע פּראָװינצן זיינע, אַזױ אַז יידן װאַנדערן פון איין שטאָט אין דער צוויי- טער. דער קייסער מאַקסימיליאַן דער ערשטער (1493 -1519) האָט באַ- קומען, װי עס דערציילט די לעגענדע, אַ צוואה פון זיין פאָטער פריך- ריך דעם דריטן, אַז ער זאָל באַשיצן יידן פון זייערע פיינד, און עס קען זיין, אַז מאַקסימיליאַן איז געווען גרייט צו דערפילן די דאָזיקע צוואה, ער איז אָבער געווען צו שװאַך, כדי צו פירן אַ סיסטעמאַטישן קאַמף מיט די יידישע שונאים און דעריבער זעען מיר, װוי דער קייסער װאַקלט זיך כסדר אין זיין באַציאונג צו יידן; אַמאָל פאַרטײדיקט ער זי ווירקלעך, אָדער פאַרזיכערט זיי, אַז ער װעט זיי פאַרטײידיקן, און אַמאָל לאָזט {ױ די יידישע פיינד אַרױסטרײבן זיי פון שטאָט און זיי אוממענטשלעך באַלײדיקן. אין זיין צייט זיינען יידישע גירושים, ענויים, באַלײדיקונ" גען און מאַרטירער-טױטן -- געווען אַ געוויינלעכע דערשיינונג, אזוי אַז יירן אין דער עפּאַכע פון דער רעפאָרמאַציע 128 יידן האָבן אין יענער צייט אפילן געמאַכט א ספעציעלן נוסח פון וידוי פאַר די קדושים, װאָס װעלן שטאַרבן אויף קדושיהשם. נאָך אין אָנהױב פון זיין קעניגן האָט זיך אין פאַרשידענע שטעט פון דײטשלאַנד אָנ" געהויבן אַ שרעקלעכע העצש קעגן יידן, וי עס ווייזוט אויס, אין צוזאַמעג- האַנג מיט די קלאַנגען, אַז מען האָט יידן אַרױסגעטריבן פון שפּאַניע. אין 1494 האָט דער שטאָט-ראַט פון גירענבערג אָנגעהויבן זיך משתױל זיין פאָרן קייסער ועגן ארויסטרייבן יידן. אין 1498 האָט מאַקטימיליאַן געגעבן זיין הסכמה אויף דער בקשה און די יידן האָבן באַקומען א בא" שטימטן טערמין צו פֿאַרלאָזן די שטאָט: פיר מאָנאַטן, נאָר זיי האָבן אויסגעבעטן אַ פאַרלענגערונג אויף נאָך דריי מאָנאַטן, צום באַשטימטן טערמין האָבן אַלע יידן פון דער אַלטער יידישער קהלה אין נירענבערג פאַרלאָוט די שטאָט און זייער גאַנץ פאָרמעגן -- די הייזער, שולן און בית-עלמין זיינען איבערגעגאנגען אין רשות פון דער שטאָט, װעלכש האָט דערפאַר באַצאָלט דעם קייסער 8,350 גולדן. דערביי האָט די שטאָט נאָך באַקומען פון קייסער א ,פריוילעגיש" אויך אויף וייטער נישט אָנצונעמען ביי זיך קיין יידן, און ווירקלעך זיינען פון דעמאָלט אָן קיין יידן אין גירענבערג נישט אריינגעלאָזט געװאָרן און די דאַרטיקע יידישע קהלה איז ווידער אויפגעבויט געװאָרן ערשט אין דער צווייטער העלפט פון 19-טן יאָרהונדערט, / בעתן הערשן פון קייסער מאַקסימיליאַן זיינען יידן אַרױסגעטריבן געװאָרן אויך פון אַ ריי אנדערע שטפט: נערדלינגען, מאַגדעבורג און קאָלמאַר, נאָר באַזונדערס האָט זיך אָנגעליטן די עלטסטע יידישע קהלה אין רעגענסבורג. דאָ האָבן זיך פאַראײניקט דער רעליגיעזער פֿאַנאַטיזם מיט דער האַנדלס-קאַנקורענץ און די קריסטלעכע סוחרים און האַנד- ווערקער האָבן שוין לאַנג זיך באַמיט, אַז מען זאָל אַרױסטרײבן יידן פון שטאָט, נאָר מאַקסימיליאַן, פּונקט וי זיין פאָטער, האָט זיך נישט געאיילט געבן זיין הסכמה דערויף. דאַן האָבן די גייסטלעכע און דער מאַגיסטראַט געפּרואװט אויסרופן א באִיקאָט קעגן יידן, מזאָל ביי זי קיין זאך נישט קיופן און אויך זיי נישט פארקויפן קיין מעל און אַנדער עסנװאַרג. דאָס האָט אָבער אויך נישט אָנגעהאלטן. די יידן זיינען פאַר- בליבן אין רעגענסבורג, הגם זייער לאַגע איז געווען זייער אַ שלעכטע און ערשט נאָכן טױט פון מאַקסימיליאַן האָט דער ידנפינדלעכער 124 גרעץ - די יידישע געשיכטע פּאַרטײ זיך איינגעגעבן דורכצופירן איר פּלאַן. נאָך ערגער איז געווען די לאַגע פון די יידן אין עסטרייך. די איינוואוינער פון שטיריע און קאָ- רינטיע האָבן געבעטן דעם קייסער מאַקסימיליאַן, ער זאָל דערליבן אַרױסצוטרײבן די יידן און אים מבטיח געווען אומצוקערן די היזקות, װאָס ער װעט ליידן פון דעם גירוש. מאַקסימיליאַן, וועלכער האָט אין אייניקע פאַלן מיט עקשנות פאַרטיײידיקט די יידן, האָט דאָ נאָכגעגעבן דעם וואונש פון די יידנפיינד און אין 1496 זיינען יידן אַרױסגעטויבן געװאָרן פון די אױיבנדערמאָנטע פּראָװינצן, נאָר באַקומען דאָס רעכט צו באַזעצן זיך אין אייניקע אונגאַרישע שטעט. דער דאָזיקער אינצידענט האָט צוגעגעבן מוט די קריסטן פון ווין און אַנדערע עסטרייבישע שטעט, וועלכע האָבן אָנגעהױיבן זיך ווענדן צום קייסער מיט בקשות וועגן אַרױס- טרייבן יידן,. די אַלע בקשות האָט מאַקסימיליאַן דערפילט, נאָר דאָך האָט ער זיך אָפּגעהאלטן אַרױסצוגעבן אַ דעקרעט וועגן אַרױסטרײבן די יידן, ווייל אים זיינען אַ שאָד געווען די גרויסע שטייערן, װאָס ער האָט באַקומען פון יידן. דאַן האָבן די קריסטלעכע פאָרשטיער אָנגעהיבן זיך באַקלאָגן פאָרן קייסער, פאַרװאָס ער פאַרטײידיקט די יידן ,,װאָס ווערן פון אומעטום אַרױסגעטריבן" און פאַרװאָס ער דערלויבט די אַרױס- געטריבענע יידן פון איין שטאָט זיך באַזעצן אין אַ צוייטער. אויף די אָנקלאגן און בקשות האָט מאַקסימיליאַן ענדלעך געמוזט געבן אַן ענט- פער. אין 1518 האָט ער דערקלערט, אַז אַרױסטרײבן יידן מיט אמאָל און לאָזן זיי עמיגרירן אין אַ צווייט לאַנד, קען ער נישט, און דעריבער דערלויבט ער זיי צו וואוינען אין אייניקע עסטרייכישע שטעט ביי דער גרענעץ, נאָר פון ווין און ווינער ראַיאָן דאַרפן אַרױסגעטריבן ווערן אַלע יידן, אויסער איינעם, הירשעל, אַ גרויסן יידישן באַנקיר. דער גירוש פון יידן איז טאַקע פאָרגעקומען נאָך אין דעם זעלבן יאָר. ביי אַזאַ אומזיכערער לאַגע ;ווען די יידן זיינען שטענדיק געווען אָפּהענגיק פון די פּאָליטישע אָדער פינאַנציעלע חשבונות פון קייסער, און יעדער קלענסטער ווינט האָט זיי געקענט אומברענגען, איז אַנטשטאַ נען אַ ספּעציעלער טיפּ פון יידישיע פאַרטרעטער: שתדלנים, וועלכע זי" נען געווען װוי באַפולמעכטיקטע פון כלל ישראל און פלעגן זיך מיט אַלע מיטלען סטאַרען, אָפּצושאַפן די גזירות קעגן יידן. די שתדלנים אין יענער צייט זיינען געווען זייער נוצלעך און האָבן געשפּילט אַ גרויסע ראָלע יידן אין דער עפּאַכע פון דער רעפאָרמאַציע 128 אין לעבן פון די דייטשע יידן. דער אָנגעזעענסטער פון זיי איז געװען יאָזעלמאַן פון ראָזהיים (1554-1478), אַ געבוירענער אין עלואַס, האָט יאָזעלמאַן נאָך אין די קינדעריאָרן זיך אָנגעהערט װעגן פאַרשידענע רדיפות און מאַרטירער-טױטן פון יידן אין יענער פּראָװינץ, וואו דער יידגהאָס איז פון שטענדיק געווען זייער שטאַרק. ער האָט געהאָט סמיכות אויף רבנות און מאַקסימיליאַן האָט אים באַשטימט װי הױפּט רב און מגהיג פון אַלע יידישע געמיינדעס. אין די אָפיציעלע דאָקומענטן האָט יאָזעלמאַן געהייסן ,רעגירער דער יודען?, און אויף אים איז אויך געלעגן דער חוב אױיפצומאַנען פון די יידן אַלע שטייערן פאַרן קייסער. דערפאר האָבן יידן אויף אים געקוקט, װי אויף אַ רעגירונגס באַאַמטן און אים נישט געװאָלט אַנערקענען װי זייער הויפּט-רב. נאָר אין גיכן האָבן יידן זיך איבערצייגט, אַז יאָזעלמאַן איז מיט לייב און לעבן טריי די יידישע אינטערעסן און דער צוטרוי צו אים איז געװאָרן זייער גרויס. מען האָט זיך איבערצייגט, אַז ער אַרבעט פאַר יידן מיט מסירת נפש און האָט נישט קיין פערזענלעכע פּניות און ער איז געװאָרן באַליבט און געאַכט פון אַלע, װאָס האָבן אים געקענט. ער האָט זיין גאַנץ לעבן און פאַרמעגן אָפּגעגעבן לטובת יידן, און וואו ערגעץ אַ צרה, דאָרט איז באַלד געווען יאָזעלמאַן, וועלכער האָט מיט אַלע כוחות, אַמאָל דורך תחנונים און אַמאָל דורך געלט, זיך באַמיט צו העלפן די געפּלאָגטע. נאָך פאַר מאַקסימיליאַ- נען האָט זיך אים איינגעגעבן אָפּצושאַפן אייניקע גזירות קעגן יידן, נאָר באַזונדערס גרויס און נוצלעך איז געווען זיין טעטיקייט ביים קעניגן פון קאַרל דעם פינפטן, אין דער עפּאָכע פון דער רעפאָרמאַציע. , מאַקטימיליאַן איז געשטאָרבן, און נאָך אַ פּוױיזע פון זעקט הדשים, ווען פֿאַרשידענע פרעטענדענטן האָבן געקעמפט פארן טראָן, איז קייסער פון דיײיטשלאַנד געװאָרן קאַױל דשפר פינפטער, דער קעניג פון שפּאַניע. מען האָט געקענט דערװאַרטן יאַז דער דאָזיקער קעניג פון לאַנד פון דער אינקוויזיציע װעט אויך דאָ איינפירן די אַלע אכזריותן, װאָס אין שפּאַניע, נאָר צום גליק האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז די שרעק איז געוען אָן אומזיסטע. אין יאָר, ווען קאַרל איז אַרױפגעטרעטן אויפן טראָן, איז | צו אים געקומען --- נישט מיט ליידיקע הענט -- דער יידישער שתדלן יאָזעלמאַן און אויסגעפּועלט, אַז די אַלטע ,רעכטן און פּריװוילעגיעס" פון די דייטשע יידן זאָלן ווערן באַשטעטיקט. איז אָבער דעם יידישן 190 גועץ - די יידישע געשיכטע שתדלן אויסגעקומען צו פירן אַ שטענדיקן קאַמף קעגן דעם פאַרלאַנג פון די יידישע שונאיט אָפּצונעמען ביי זיי אויך דאָס ביסל רעכט, װאָס זי באַזיצן. נישט איין מאָל האָט זיך אים טאַקע אזנגעגעבן אָפּצוראַטעװוען די יידן פון אַ גרויסער געפאַר. בעת דער פּױערים רעװאָלוציע אין דער צייט פון דער רעפאָרמאַציע, האָבן די יידן פון עלזאַס, דרום-דייטשלאַנד און טירינגען זיך געפונען אין אַן ערנסטער געפאַר. די פאַרקנעכטעטע פּויערים זיינען געווען גרייט אָנצופאַלן אויף יידן, אויף וועלכע זי האָי בן געקוקט, וי אויף שולדיקע אין זייער שקלאַפעריי און דערנידערונג, יאָזעלמאַן אין דאַן אַועק צוֹ די אָנפירער פון די אויפגעשטאַנענע פּויערים און דורך גוטע רייד, דורך תחנונים און געלט האָט ער ביי זיי געפּועלט, אַז מען זאָל די יידן נישט אָנרירן, אים האָט זיך אויך איינגעגעבן אפ צוראַטעװען זיין אייגענע שטאָט ראָזהײים. ווען ער האָט זיך דערוואוסט, אַז אַ באַנדע פּויערים האָבן אַרומגערינגלט ראָזהיים, איז יאָזעלמאַן אַהין אַװעק ביײנאַכט, אויפגעװעקט ביידע דאָרטיקע בירגערמייסטערס און מיט איינעם פון זיי אַװעק אין לאַגער פון די בונטאָווטשיקעס, ביי וועלכן ער | האָט פאַר אַ געוויסער סומע געלט געפּועלט, זי זאָלן אָפּטרעטן פון שטאָט, אויף אַזאַ אופן האָט ער אָפּגעראַטעװעט פון טױט ניט בלױיז יידן, נאָר אויך די קריסטלעכע באַפעלקערונג. אין 1530 האָבן די דייטשע פירשטן, װאָס האָבן זיך פאַרזאַמלט אויף דעם באַרימטן צוזאַמענפאָר אין אויגסבורג, צוגעגרייט אַ רייע גזירות און באַגרענעצונגען פאַר יידן, ווייל די יידגפיינדלעכע פּאַרטײ האָט פאַ- נאַנדערגעלאָזט קלאַנגען, אַז יידן שטיצן מיט געלט און העלפן אין שפּיאָ- גאַזש די טערקישע אַרמײ, װאָס איז דעמאָלט אריינגעדרונגען אין אוו" גאַרן און געדראָט דער דייטשער מלוכה. מען האָט געװאָלט אַרױסטרײבן יידן פון אייניקע פּראָװוינצן און צונעמען ביי זיי דאָס רעכט צו פאַרנעמען זיך מיט פּראָצענט און מיט קרעדיט-אָפּעראַציעס. דעמאָלט איז יאָזעלמאַן אַװעק קיין אויגסבורג, צוגעשטעלט דעם קייסער אַ דערקלערונג און דער" שלאָגן זיך, אַז עס זאָל באַשטעטיקט וערן דאָס אַלטע רעכט, לויט וװעל- כער יידן איז געווען דערלויבט פריי צו וואוינען אומעטום, פאַרנעמען זיך מיט לייען געלט אויף פּראָצענט אויף געוויסע באַדינגונגען און זיין פאַר" זיכערט מיטן לעבן און פאַרמעגן. כדי אויף ווייטער איינצופירן גוטע באַ- ציאונגען צווישן יידן און קריסטן און אַראָפּצואװאַרפן פון יידן די באַ- יידן אין דער עפּאַכע פון דער רעפאַרמאַציע 127 שולדיקונג, אַז זיי עקספּלואַטירן צופיל די קריסטן דורך פּראָצענט, האָט לאָזעלמאַן דעמאַלט צוגויפגערופן אַ פאַרזאַמלונג פון די רבנים און פּרנסים און אױײתעאַרבעט צען תקנות ועגן האנדל און פּראַצענט, עס איו פֿאַר- באָטן געװאָרן צו נעמען מאסקירטע פּראָצענטן, ד"ה, נעמען העכערע פּרייון פאַר די סחורות, װאָס ווערן געגעבן אויף קרעדיטן נעמען גרויטט פּראַצענסן אויף קורצטערמיגיקע חלוואות; נעמען אויף משכנות גערא" בעוועטע אָדער געגנבטע זאַכן: קויפן אָן דער ידיעה פון די עלטערן זאַכן ביי קינדערן אָנגעבן אין געריכט אַ תביעה צו די יורשים פון געשטאָר בענעם לווה קען מען נישט אנדערש, סיידן די יידישע געמיינדע האָט פריער באַטראַכט די רינטיקייט פון דער תביעה; יידן, װאָס באָרגן געלט אָדער סחורה ביי קריסטן און ציען זיך בכיוון איבער אין אַ צווייטער שטאָט, כדי צו באַפרײען זיך פון צאָלן דעם חוב, װערן אריינגעלייגט אין ,,גרױסן חרם". אוב קריסטן מאָנען עפּעס ביי יידן, זייגען די רבנים און די פאָף" שטייער פון די יידישע געמיינדעס מחויב צו באַטראַכטן די תביעות און אַרױסצוגעבן אַ שטרענגען און גערעכטן פסק"דין: אַלע יידן זיינען מחויב צו געבן וויסן די פאָרשטייעף פון די געמיינדעס, אויב זיי ווייסן עפּעס וועגן איינעם, װאָס איז זיך באַגאַנגען נישט ערלעך מיט אַ קריסט, אָט די צען תקנות האָט יאָזעלמאַן ארײנגעטראָגן אין די אָפיציעלע אַקטן אין אויגסכורג בעת דעם צזאַמענפאָר און דערביי צוגעגעבן א דערקלערונג, אַז יידן זיינען זיך מתחייב הייליק צו היטן זי דאָזיקע תקנות, אויב נאָר די דייטשע פירשטן וועלן אויך פון זייער זייט היטן די יידישע רעכטן, זי לאָזן צוירו אין די ערטער, וואו זיי ואוינען, און גנישט אױסטראַכטן אויף זיי קיין אומזיסטע בלבולים, דערמיט זיינען אָבער נאָך כלל נישט איינגעשטעלט געװאָרן קיין גוטע באַציאונגען צווישן יידן און קװיסטן, יידן האָבן נאָך קיין רו נישט באַקומען און מיר זעען נאָך אין די שפעטערדיקע יאָרן, װוי דער יידישער שתדלן יאָזעלמאַן לויפט און װאַנדערט פון איין אִרט אין צװוייטן מיט פאַרשידענע השתדלותן דאָ װעגן אָפּשאַפן נייע באַגרענעצונגען קעגן יידן, דאָרט וועגן באַפרײען יידישע אַרעסטאַנטן, װאָס זיינען באַשולדיקט אין קריסטלעך בלוט, און אין אן אַנדער אָרט וועגן כאַשטעטיקן די אַלטע יידישע פּריווילעגיעס. אין 1541 איז אין בייערן נישט לאַנג פֿאַר פסח פארשוואונדן געװאָרן אַ קריסטלעך אינגל, וועלכן מען האָט דערנאָך געפן" 128 גרעץ - די יידישע געשיכטע נען טויט אין װאַלד. די קריסטן האָבן באַשולדיקט יידן אין דער דערמאָר- דונג פון אינגל און דער אויפשטעטער בישאָף האָט געשטיצט די דאָזיקע באַשולדיקונג, געהייסן אַרעסטירן עטלעכע יידן און געפאָדערט פון דאָר- טיקן הערצאָג, אַז ער זאָל אָננעמען רעפּרעסיעס קעגן יידן בכלל, יאָזעל- מאַנען האָט זיך צום גליק איינגעגעבן צו דערווייזן, אַז די באַשולדיקונג איז אַ פאַלשע, און די אַרעסטירטע זיינען באַפרײט געװאָרן. אין יענער צייט האָט זיך געפונען אַ געלערטער אַ פּראָטעסטאַנט, װאָס האָט געהאט די דרייסטקייט צו פאַרעפנטלעכן אַנאָנים אַ ביכל (,,יודענביכליין") קעגן עלילת דם. אין דעם ביכל באַװײזט דער אױטאָר, אַז פאַרגיסן בלוט איז קעגן דער יידישער רעליגיע און אַז די אַלע בלבולים זיינען נישט מער, װי אַ געמיינער ליגן, װאָס איז אױיסגעטראַכט געװאָרן דורך די מאָנאַכן. דאָס דאָזיקע ביכל האָט נאַטירלעך אַרױסגערופן אַ טומל, און דער באַ- וואוסטער ד"ר עקק, דער קעגנער פון לוטער און פירער פון די קלעריקאַלן, איז אַרױסגעטרעטן מיט אַן ענטפער, אין וועלכן ער חזרט איבער אַלע אַלטע באַשולדיקונגען פון די יידנפיינד און באַקלאָגט זיך, װאָס יידן לעבט זיך אַזױ ,פריי?" אין דיײיטשלאַנד, ביסלעכווייז זיינען יידן פאַרטריבן געװאָרן פון פאַרשידענע שטעט און אין גאַנץ דײיטשלאַנד זיינען נאָר פאַרבליבן צוויי גרויסע יידישע גע- מיינדעס: פראַנקפֿורט אם מיין און װאָרמס, אָבער אויך דאָרט אין די יידישע לאַגע געװאָרן אַלץ ערגער, אין פראַנקפורט האָבן יידן געלעבט אין אַ באַזונדערן קװואַרטאַל (געטאָ) און געמוזט ליידן פאַרשידענע באַגרענע- צונגען װאָס זיינען אויסן געווען צו באַלײידיקן. יידן האָבן נאָך אַלץ גע- מוזט טראָגן אַ באַזונדער צייכן אויף די מלבושים: יידן איז פאַרבאָטן גע" װאָרן צו האַלטן ביי זיך קריסטלעכע באַדינטע; די יידישע הייזער האָבן לויט דער פאַראָרדענונג פון מאַגיסטראַט געמוזט באַצײכנט װערן דורך ספּעציעלע שילדן פון ווייסער, גרינער אָדער רויטער פאָרב (רויטישילד), (דערפון שטאַמט די פּאַמיליע פון די באַוואוסטע גרינדער פון גרויסן באַנק- הויז ראָטשילד), מיט ספּעציעלע, אַמאָל זייער באַלײדיקנדיקע אויפשריפטן, וי ;צום אייזל? אדג"ל. נאָר אויך דאָס ביסל רעכט, װאָס יידן האָבן געהאַט, איז שטענדיק געשטאַנען אין סכנה, ווייל די קריסטלעכע צעכן און גי" דעריקע קלאַסן האָבן נישט אויפגעהערט צו אַגיטירן קעגן יידן, פאָדערן מען זאָל זיי אַרױסטרײבן פון שטאָט און באַשולדיקן די שטאָט-פאַרװאַל- זידן אין דער עפּאַכע פון דער רעפאַרמאציע ' 129 טונג, װאָס איז באַשטאַנען פון אריסטאַקראַטן, אַז פאַר געלט פאַרטײידיקן זיי די יידישע אינסערעסן. קוֹים איז אָנגענומען געװאָרן, אַז דער שטאָטראַט האָט דאָס רעכט אַרױסצוטרײיבן יעדן יידן באזונדער, איז דאָס דאָזיקע רעכט ביסלעכוויין פאַרשפּרײיט געװאָרן אויף אַלע יידן צוזאַמען, אזוי האָבן טאַקע אין גיכן געטאָן די צעכן, וועלכע האָבן צו יענער צייט בכלל געפירט אַ האַרטן קאַמף מיט דער אַריסטאַקראַטיע. די אָנפירער פון שטאָטישן המון האָבן אויסגעקליבן אַ גינסטיקע פּאַזיציע און דעם גאַנצן קאַמף קעגן דעם מאַ- גיסטראָט קאַנצענטרירט אַרום דער יידרפראגע .די דעמאָקראַטישע אָנ" פירער האָבן מיט אַלע כוחות זיך באַמיט, אַז מען זאָל מיט איין מאָל אַרױסטרײבן אַלע יידן פון שטאָט. די פירער פון מאַגיסטראַט זיינען ציי- טגווייז זיך באַגאנגען מיט יידן , רחהמננותדיק" און נישט שטענדיק אָנ" געווענדעט קעגן זיי דעם האַרבן דין אין זיין בונשטעבלעכן זין, זיי האָבן אַלזאָ פאַרטײידיקט די יידן פון די אָנפאַלן פון המון און כליזמן זיי זיינען געשטאַנען אויף דער זייט פון יידן, איז די שרעק פאַרן המון געווען נישט געפערלעך, אָבער אין גיכן האָט אין שפּיץ פון המון זיך געשטעלט אַן ענערגישער יידנפרעסער, וועלכער האָט אָנגעװאָרפן אַ פּחד אפילו אויף דעם מאַגיסטראַט, און דאַן איז די דעמאַקראַטישע באַװעגונג געװאָרן אויסערסט געפערלעך. דער דאָזיקער עגערגישער מאַן איז געווען ווינצענץ פעטמילך ,אַן איינפאַכער בעקער, וועלכער האָט זיך אליין א נאָמען געגעבן עדער נייער המן", און האָט דעם נאָמען כשר פאַרדינט. א דאַנק זיין ענערגיע און געבוירענער פעאיקייט צו זיין אַן אָנפירער פון המון, האָט דאָס פּראָסטע פאלק אים כמעט פֿאַרגעטערט און אין אים שטאַרק גע" גלויבט. ער איז געװואָרן דער אָנפירער פון דער דעמאַקראַטיע און אויפן ערשטן פּלאַן געשטעלט דעם קאַמף קעגן יידן,. ער האָט אָפּגעדרוקט אַ בראָשור, אין װעלכער שס זיינען אויסגערעכנט געװאָרן אַלע געזעצן און דינים וועגן די יידן און זיך באָמיט צו באַװייזן, אַז די אַלע געזעצן וועגן יידן ווערט נישט אָפּגעהיט. די בראָשור איז אין פיל עקזעמפּלאַרן פאַנאַגײ - דערגעטיילט געװאָרן צווישן די קריסטלעכע קרעמער און האַנטװערקער און געהאט אַ-גרויסע ווירקונג. מען האָט עפנטלעך אָנגעהויבן רעדן, אַז מען דאַרף מאַכן אַ פּאָגראָם אויף יידן און זיי אַרױסטרײײבן פון שטאָט, און מען האָט שוין אפילו עטלעכע מאָל באַשטימט דעם טאָג פון דעם פּאָג" 130 גרעץ - די יידישע געשיכטע ראָם. װאָס ווייטער איז די לאַגע געװאָרן אַלץ ערגער. פעטמילך און זיין חבריא האָבן אַלץ העכער אויפגעהויבן דעם קאָפּ און אָנגעהויבן ביסלעכ" ווייז פאַרכאַפּן אין זייערע הענט די ממשלה איבער די שטאָט-אַנגעלעגג- הייטן, קיין פױאַנקפורט זיינען געקומען די קאָמיסאָרן פון קייסער און דעלעגאַטן פון דעם פירשט לודװויק פון העססעךרדאַרמשטאַט, ועלכע האָבן זיך באַמיט צו מאַכּן שלום צװוישן די שטאָט:דאָטן און די בירגער און דערמיט פאַרהיט פון אָנפּאַלן אויף יידן, אָבער עס האָט ניט געהאַלפן, דעם ערשטן טאָג שבועות האָבן פעטמילכס חברים זיך אריינגעריסן אין דעם יידישן געטאָ. די יידן האָבן שוין פריער געוואוסט, אז זיי שטייט פאָר אַ סכנה, און דערווייל אַרױסגעשיקט זייערע פרויען און קינדער, די לאַגע איז נאָך ערגער גשװאָרן דערמיט, װאָס די קאָמיסאַרן, וועלכע האָבן געװאָלט איינשטילן די אומרוען, האָבן געסטראַשעט דעם המון, אז מען וועט אים שטרענג באַשטראָפן, פעטמילך און זיין חבריא זיינען געװאָרן נאָך מער אויפגערעגט און באַשטימט אַ טאָג, װען עס װעט זיך אָנהויבן דער אמתער פּאַגואָם. יידן איז מער ניט געבליבן, װי פאָסטן, תפילה טון און װאַרטן שטיל אויף דעם נאַענטן שטורעם, װאָס דאַרף קומען. דער טאָג פון פאָלקס-צאָרן און נקמה איז ענדלעך געקומען. כ"ז אלול שע"ד ((11'טן סעפטעמבער 1614), ווען די יידן האָבן זיך געפונען אין שול, האָט דער װילדער חמון אָנגעהויבן באַלאַגערן די טויערן פון געטאָ. עס אין געװאָרן אַ שרעקלעכע מהומה. אַ טייל יידן האָבן זיך באַװאָפנט און אַרױסגעטראָטן קעגן המון מיַט געװער אין די הענט. עס האָט זיך אָנגעהױבן אַ שלאַכט און פון ביידע צדדים זיינען געפאַלן עטלעכע פאַרוואונדעטע און הרוגים, אָבער סוף כל סוף האָט פעט- מילכס קאָמפּאַניע גובר געווען און דאַן האָט דער המון אָנגעהױיבן אויסגיסן זיין שרעקלעכן צאָרן: מען האָט געראַבעװעט און געהרגעט, געשענדעט די ספרי"תורות, געבראַכן די יידישע הייזער אאז"וו. דער פּאָגראָם האָט גע" דויערט אַ טאָג מיט אַ נאַכט. א טייל יידן האָבן זיך אױיסבאַהאַלטן אין די הייזער פון זייערע באַקאַנטע קריסטן, אַבֶּער דאָס רוב איז אַנטלאָפן אויפן יידישן בית-הקברות און דאָרט זיך אויסגעלייגט אויף דער ערד, צוגעדריקט איינער צום צװוייטן און געװאַרט אויף זייער סוף. אַ טייל יידן האָבן זיך אָנגעטון תכריכים און געװאַרט אויפן טויט. װי אַ גוטע נשורה האָבן יידן אויפגענומען די ידיעה, אַז מען װעט זי ניט אויסהרגע- יידן אין דער עפּאָכע פון דער רעפאַרמאַציע 131 נען און אַז זיי האָבן דאָס רעכט צו פאַרלאָזן די שטאָט. אַן ערך 14 הוג- דערט יידן, נאַקעט און הויל, האָבן פאַרלאָזט די שטאָט און געגאנגען זוכן אַ היים, דער מאַגיסטראָט איז געווען בייז אויף דעם פּאַגראָם און אויך דער קייסער האָט געשיקט איין באַפּעל נאָכן צווייטן צו באַשטראָפן שטרענג די פּאַגראַמטשיקעס, אָבער דאָס אַלץ איז ניט געווען אַרױסגעזאָגט אין אַ פעסטן טאָן .די דייטשע פירשטן, צו וועלכע דער קייסער האָט געשיקט זיינע פאַראַרדעגונגען, זיינען געווען װינציק עגערגיש אין זייערע מעשים און דעריבער האָט פעטמילך זיך גיט געשראָקן און ווייטער אָפן געטון דאָס זייגיקע. זי פראַנקפורטער יידן זיינען צוריקגעקערױט ערשט דאַן, ווען דערזעלבער פאַגראָם האָט זיך איבערגעחזרט אויך אין װאָרמס און די מעשים פון די יידנטיינד האָבן שוין איבערגעשטיגן יעדע מאָס און גרעניץ, אין װאָרּמט איז די לאַגע געווען אביסל אַנדערש, וי אין פראַנק- פורט. דאָרט זיינען קעגן יידן געווען שוין גיט די האַנדװערקער צעכן, נאַל אויך די מיטגלידער פון מאַגיסטראַט, און די אָנפידער פון די יידג- פיינד איז געווען נישט אַזאַ מגושמדיקער מענטש, וי פעטמילך, נאָר דער געכילדעטער דאָקטאָר כעמגיץ. די סבה פון דער העצע קעגן יידן איז גע" ווען דיזעלבע, װאָס אין פֿראַנקפורט: די האַנדװערקער זיינען צו יענער צייט פֿאַראָרעמט געוארן און געמיינט האָבן זיי, אַז שולדיק זיינען בלוין די יידן און אוים מען װעט זיי ארויסטרייבן פון שטאָט, ועלן זיי, די קריסטלעכע האנדווערקער, מיט אַמאָל רייך ווערן. 17 האַנדווערקער-צעכן האָבן דאַן אויסגעקליבן פון זיך א קאָמיטעט, וואו דער אָנפירער אין גע" ווען דער יוריסט כעמניץ .די ערשטע צייט האָט דער קאָמיטעט געקעמפט מיט יידן בלויז דורך ,, איידעלע" מיטלען: מען האָט יידן ניט געשלאָגן ניט גשטריבן, נאָר אויף יעדן שריט און טױיט זיי באַלײדיקט, אויסגע" קלערט אויף זיי בלבולים און געמיינט, אַז זיי װעלן די יידן אַזױ לאַנג פאַרביטערן דאָס לעבן, ניז זיי אליין װועט נמאס ווערן און זיי װועלן מיטן גוטן ווילן פאַרלאָזן די שטאָט, יידן האָט מען ניט דערלויבט קויפן אויפן מאַרק עסנואַרג, ניט געלאָזט פּאַשען זייערע כהמות אויף די לאַנקעס און אפילו ניט דערלויכט ארייגפירן אין דער יידישער געטאָ מילך פאַר זי קליינט קינדער, ווען יידן האָבן געזען, אז זי זיינען אין סכנה, און גע" 199 : גרעץ - די יידישע געשיכטע װאָלט אַרויספירן זייער גוטס פון שטאָט, האָט מען ביי די טױיערן פון. געטאָ אַװעקגעשטעלט אַ װאַך, וועלכע האָט אַכטיק געגעבן, אַז מען זאָל קיין זאַך פון דאָרט נישט אַרױספירן, יידן האָבן אַרױסגעשיקט אין קלי- סערלעכן הויף זייער שתדלן ו' לייב אָפּענהײם, וועלכער האָט געפירט מיט זיך רעקאָמענדאַציעס פון הויכשע לייט און אויך א גרויסע סומע געלט, אָבער דער קייסער האָט מער נישט געקענט טון, װי שיקן באַפּעלן, אַז מען זאָל יידן קיין שלעכטס נישט טון און זיי ניט רודפן. פון די דאָזיקע בריוו האָט דער המון אָבער אָפן זיך אויסגעלאַכט, אויף דער זייט פון די גערודפטע יידן האָט זיך ענערגיש געשטעלט דער יונגער קורפירשט פרידריך פאָן פּפאַלץ. דער קורפירשט, וועלכער האָט געהאט אין זיינע הענט די ממשלה איבער װאָרמס, האָט פריער געשיקט שלוחים אויטצוגלייכן צװישן כעמניצעס קאָמפּאַניע און די יידן, נאָר ווען דאָס האָט ניט געהאָלפן, האָט ער געהייסן ברענגען קיין היידעל- בערג פעמניצן און אים אַרעסטירט אויף דריי מאָנאַטן. די צייט פון זיין אַרעסט איז אין װאָרמס געווען שטיל, אָבער װי נאָר כעמניץ איז באַפרײיט געװאָרן, האָבן זיך ווידער אָנגעהויבן די אומרוען. כעמניץ האָט צוגע- זאָגט, אַז ער װעט מער נישט פירן קיין אַגיטאַציע קעגן יידן, און אפילו אויף זיך גענומען צו באַצאָלן 1000 גילדן קנס, אויב ער װועט זיין װאָרט נישט האַלטן, נאָר אויף דעם תנאי האָט מען אים אַרױסגעלאָזט פון תפיסה, אָבער ער האָט נאָך שטאַרקער איצט געפירט זיין העצע. לוט זיין עצה האָבן די קריסטלעכע האַנטװערקער זיך פאַרזאַמלט אויפן מאַרק אָן גע" ווער אין די הענט, כדי מען זאָל נישט זאָגן, אַז זיי זיינען מורדים און פּאָנראָם-מאַכער און געשיקט אַ דעלעגאציע צו די יידן מיט אַן אזהרה, אַז אין משך פון איין שעה מוון זיי פאַרלאָזן די שטאָט און מיטנעמען מיט זיך אַלץ, װאָס זיי האָבן, אויף אַזאַ אופן האָבן יידן אין איין טאָג אַלע מיט אַמאָל געמוזט פאַרלאָזן װואָרמס, די עלטטטע יידישע קהלה אין דייטש- לאַנד. כעמניץ האָט באַפױלן זיין קאָמפּאַניע זיך האַלטן ,,איידל? און ניט ראַבירן די יידן, כדי מען זאָל נישט קענען זאָגן אויף זיי, די יידנפיינד, אַז זיי זיינען רויבער און פּאָגראָמטשיקעס, יידן האָבן מיטגענומען מיט זיך אַלץ, װאָס זיי האָבן געקענט, און מען האָט זיי דערין נישט געשטערט, אָבער דער המון האָט דערפאר אוױיסגעגאָסן זיין צאָרן אויף די יידישע הלי- ליקייטן, די אַלטע יידישע שול, װאָס האָט עקזיסטירט כמעט 1000 יאָר, יידן אין דער עפּאַכע טון דער רעפּאַרמאַציע 138 איז חרוב געװאָרן,. אויך האָט מען געשענדעט דעם יידישן כית הקברות און חרוף געמאַכט פיל סייערע מצבות. אייניקע גוטע מענטשן פון די הויכע גייסטלעכע האָבן די פֿאַרטריבענע געלאָזט זיך פאָרלויפיק איין- ארדענען אין די דערפער און אין די שטעטלעך אַרום וואָרמס און דאָרט האָבן די וואנדערער זיך צוזאַמענגעטראָפן מִיט זייערע פֿאַרטריבענע בףי- דער פון פראנקמורט, דאָס מאָל האָט דער נצחון פון די יידן פיינד לאַנג ניט געדיערט. אין 10 טעג ארום נאָכן פּאַגראָם האָט דער קורפירשט פרידריך אֲרליף" געשיקט קיין װאָרמס פאַלדאָטן מיט האַרמאַטן, וועלכע האָבן געמאכט א סוף צו די אומרוען,. כעמניץ און זי איבעריקע אָנפירער זיינען אַרצסטירט געװאָרן. דאָך האָט געדויערט גאַנצע 9 הדשים ביז די יידן האָבן זיך אומ" געקערט קיין װאָרמס (19-טן יאנואר 1616), אין 2 חדשים אַרום (כ' אדר שע"ו) זייגען אומגעקערט געװאָרן אויך די פראנקפורטער יידן, ועלכע זיינען אריינגעפירט געװאָרן אין שטאָט מיט פאַראַדל און מויק. אין פראנקפורט האָט מען די אָנפירער פון די אומרוען באַשטראָפט שטרעג" גער, איידער אין װאָרמס, ווייל דאָ האָבן זיי געראבעוועט און געהרגעט מענטשן, דער ,,;המן? פעטמילך איז צעשניטן געװאָרן אויף שטיקער און דערנאך געהאַנגען געװאָרן. אויף דער שטאָט האָט מֶען אַרױפנטלײגט א שטראָף פון 175,919 פֿלאָרין פאר די שאַדנס, װאָס יידן האָבן געהאט פון די פּאָנראַמען. דער טאָג פון 5' אדר איז אין פראנקפורט געװאָרן אַ יוםיטוף אונטערן נאַמען פּוריםוויצענץ און דער טאָג פון י"ט אדר איז באַשטימט געװואָרן פֿאר אַ תענית וי אן אָנדענק פון די צרות, װאָס די פראַנקפורטער יידן האָבן איבערגעלעבט, איידער עס איז פאר זיי געקומען די ישועה, ' גייען מיר איבער פון דײיטשלאַנד צו דער לאַגע פון יידן אין עסט" רייך צו יענער צייט, זעען מיר גאר אַן אנדער בילד. אין דער געשיכטע פון 16"טן יאָרהונדערט און װוייטער ווערן אַלץ מער אַרױסגערוקט אויםן ערשטן פּלאַן די יידן פון די עסטרייך-כעמישע פּראַװינצן, דאָרט אין די צאָל יידן געווען פיל גרעסער, איידער די צאָל פון דער יידישער באַפעל- קשרונג אין די צענטראלע געננטן פון דײיטשלאַנד, און אויה אין ווין און 104 : גרעץ - די יידישע געשיכטע נידער-עסטרייך איז דער וואוקס פון דער יידישער באַפעלקערונג פאַר- האַלטן געװאָרן צוליב די אָפּטע רדיפות, איז דערפאַר בעמען געווען אי" בערפולט מיט יידן און דאָס לאַנד האָט טמלא געווען דעם חסרון אין אַנדערע ערטער. די אַלטע פּראָגער קהלה איז געווען איינע פון די גרעסטע יידישע קהלות אין דעמאָלטיקן אײיראָפּע, און צוזאַמען דערמיט אויך אלי- נער פון די הויפּט-צענטערן פון דער נאַציאַנאַלער קולטור. די פּראָנער רבֿנים, מגידים, שריפטשטעלער און דרוקער האָכן געהאט אַ שם אין אַלע לענדער פון גלות. בַעת צרה, וען עס זיינען פאָרגעקומען רדיפות אָדער עקאַנאָמישע קריזיטן, האָבן די בעמישע יידן געהאט אַ גוטן בית- מקלט --- דאָס שכנותדיקע פּוילן .פון פּראָג איז אָן אויפהער געגאנגען אַן עמיגראַציע קיין קראָקע, וואו עס האָט אין אָנהויב פון 16-טן יאָרהונדערט אפילו עקזיסטירט אַ ספעציעלע ,בעמישש שול", שפּעטער, װען בעמען איז נאָך אַ חונדערטייעריקער אױטאָנאָמיע פאראייניקט געװאָרן צו עסט- רייך אונטער דער הערשאַפּט פון פערדינאַנד דעם ערשטן (1526), איז דער גורל פון די יידן אין די ביידע לענדער ווידער פאַראייניקט און פאַױ בונדן געװאָרן. פערדינאַנד דער ערשטער, וועלכער איז פריער געושן עסטרײפּ- שער הערצאָג און נאָך דעם, וי זיין ברודער קאַרל דער 5יטער האָט זיף אָפּגעזאָגט פון טראָן, געװאָרן דייטשער קייסער (1556), האָט בנוגע צו יידן נישט געהאט קיין באַשטימטע שיטה. ער האָט זיך געוואקלט צווישן דין און רחמים. די ערשטש יאָרן פון זיין קעניגן האָט ער זיך באַצױגן צו יידן וי אַ באַשיצער פון זייערע אינטערעסן, און ווען די פאָרשטייער פון די פּריצישע שטאַנדן האָבן אין 1525 זיך באַקלאָגט, װאָס מען לאָזט וואוינען יידן אין די פּראָװינצן, וואו זיי איז לויטן געזעץ פאַרבאָטן צו וואוינען, האָט פערדינאַנד קאַטעגאָריש זיי דערקלערט, אַז די יידן מון בלייבן וואוינען דאָרט, וואו זיי האָבן זיך שוין באַזעצט. שפּעטער, אין דער צייט פון דער הייסער רעפאָרמאַציע - באַװענונג, װען פערדינאַנד איז געװאָרן אַ גרויסער פאַרטיידיקער פון קאַטאָליציום, האָט ער איך געביטן זיין באַציאונג צו יידן. ווען די טערקן האָבן זיך אריינגעריסן קיין קיין אונגאָרן און דאָס עסטדייכישע מיליטער האָט געהאט אַ מפּלה בי אָפּען (1541), האָבן זיך צווישן חמון פאַרשפּײט קלאַנגען אַז די יידן האָבן איבערגעגעבן זייערע ,,פריינד? די טערקן מיליטערישע סודות, װאָס יידן אין דער עפּאָכע פון דער רעפאָרמאַציע 199 האָבן מיטגעהאָלפן צום נשחון פון די טערקן יידן האָט מען איך באַ שולדיקט אין די אומגעווייגלעכע שרפות, װאָס האָכן זיך דעמאָלט פאַר" שפרייט איבער בעמען, אָט די הלע הלבולים אױף יידן האָכן געהאָט אַ ווירקונג אויך אויף פערדיגאַנדן און זי יידישע שונאים האָבן זיך באַ- נוצט מיט דער שטימונג און געפוטלט ביי דעם קייטער, אַז ער זאָל אַרױס- טרייבן אלע יידן פון לאַנד. אין פרילינג 1542 האָבן גרויסע מחנות יידן פון פּראָג און אַנדערע שטעט שױן גענומען דעם װאַנדערישטעקן אין דער האַנט און זיך געלאָזט צו די גרענעצן פון פּוילן און טערקיי, נאָר צום גליק האָט מען שפּעטער זיך דערוואוסט, אַז זי אַלע בלבולים אויף יידן האָנן קיין גרונט נישט, דער עגערגישער שתדלן יאָזעלמאַן האָט אויך נישט געשוויגן און איז געקומען װום קייסער מיט א כקשה װעגן ידן און מיט גוטע רעקאָמענדאַציעס פון אײניקע הרכגעשטעלטע קריסטן פערדינאנד האָט דאַן אָפּנעשטעלט די גזירה וועגן אַרױיסטרייבן יידן און די מערהייט פון די עמיגראַנטן האָבן זיך אומגעקע"ט אַהיים, אין ווין און אין זי איבעריקע צענטראַלישטעט פון עסטרייך איו די יידישע לאגע װי פריער געװען זייער נישט טעסט. אין וין האָבן די יידן אייגטלעך נישט געהאַט קיין װאויגרעכט, און מען פלעגט דער" לויבן די יידן וואוינען דאָרט נאָר װי אַ באַזונדער חסד, וען אַ ייד האָט געװאָלט קומען קיין ווין צוליב געשעפט, האָט ער געמוזט מעלױן דער פּאַליצײי, צולים װאָס און אויף װויפל שיט ער אין געקומען, און דאַן באַקומען אַ באַזונדער ,יידנצעטל", וי אַ דערלויבעניש צו ואוינען אין ווין, פאר אזעלכע דערווייליקע געסט זיינען געווען באַשטימט אין שטאָט נאָר צוויי האָטעלן, וואוהין זיי האָבן געמענט פאַרפאָרן, און דערביי האָט יעדער ייד געמוזט טראָגן א באזונדערן צייכן אויף די קליידער, כדי די פּאַליציי זאָל קאָנען בעסער חשגחה געבן אויף אים, די דאָזיקע אַלע דינים וועגן יידישן וואוינרעכט האָבן דוקא עקזיסטירט נאָר אין לעבן און גנישט אויפן פּאַפּיר, ווייל פערדינאנד האָט מורא געהאט, אז דאָס זאָל נישט ווירקן אויף דעם פינצטערן חמון, װעלכער קאָן מיינען, אַז יידן לאָזט מען נישט אריין קיין װוין ,טאר װעלכע עס איז גרויסע פֿאַרברעכנס און חטאים", דעריבער האָט ער באַפוילן, אז מען זאָל די גזירות איף יידן האַלטן בּשתיקה און נאָל זיי. היטן אין לעבן, אָבער נישט אַרױסגעבן קיין עפנטלעכע דעקרשטן וועגן דעם. 196 הי גרעץ - די יירישע געשיכטע די עפּאָכע פון דער קאַטױלישער רעאַקציע האָט אויך דאָ אין בעמען אויפגעטון דאָס איריקע: די ידיעות ועגן די אינקװיזיטאָרישע מעשים פון פּױפּסט פּאַאול דעם פערטן בנוגע צו יידן האָבן געמוזט האָבן אַ גרויסן איינפלוס אויף אַזאַ הייסן קעמפער פאַרן קאַטאָליציזם, וי פער- דינאַנד דער 1-טער. לוט אַ סיגנאַל פון רוים האָט די פּראָגער אַדמ- ניסטראַציע קאָנפיסקירט פיל יידישע ספרים און זי אָפּגעשיקט קין ווין, צום משפּט פון די פרומע גײיסטלעכע:; די פּראָגער יידן זיינען אפילו געבליבן אָן סדורים (1559), יידן איז אָבער פאָרגעשטאַנען נאָך אַ גרע- סערע סכנה, ווייל פערדינאַנדן איז דעמאָלט ווידער איינגעפאַלן אַ היי- ליקע מחשבה -- אָפּרײניקן פּראָג פון יידן, אויפן אָרט פון די יידישע שולן מאַכן קריסטלעכע קירכן און די יידישע הייזער קאָנפיסקירן פאַר דער מלוכה-קאַסע. אין 1561 איז דער באַפעל װעגן אַרױסטרײבן יידן שוין געווען אונטערגעשריבן און אויף די אַלע בקשות פון יידן, אַז דער קייסער זאָל אָפּשאַפן די שרעקלעכע גזירה, האָט ער געענטפערט, אַז ער קאָן דאָס נישט טאָן, ווייל ער האָט שוין געגעבן א נדר, אָפּצורײניקן פּראָג פון די , אומגלויביקע". דעמאָלט איז איינער פון די אָנגעזעענסטע יידישע פאָרשטייער אין פּראָג, ר' מרדכי צמח, אַװועק צום פּױפּסט פּיוס דעם פערטן אין רוים און ביי אים געפּועלט, אַז ער זאָל מתיר נדר זיין פערדינאַנד דעם 1-טן. דער פרומער קייסער האָט דעמאָלט מיט אַ דרואיקן געוויסן געקאָנט מבטל מאַכן זיין גזירה, בכלל איז עסטרייך אין דער צווייטער העלפט פון 16-טן יאָרהונ- דערט געװאָרן אַ צענטר פו דער קאַטױלישער רעאַקציע און ווידער זיך אומגעקערט צו די אַלטע פּאַטריאַרכאַלישע מיטלעלטערישע לעבנס-פאָך- מען. די קיסרים מאַקסימיליאַן דער צווייטער און רודאָלף דער צווייטער ‏ (1564 -"1612) האָבן געקוקט אויף יידן, וי אויף אַ מעלקנדיקער קו, וי אויף אַ גוטן געלט-קװאַל, פון וועלכן מען קען דעקן די לײידיקע רעגי- רונגס-קאַסע. מיט באַזונדערער געלט-פרעסעריי האָט זיך אויסגעצייכנט רודאָלף דער צווייטער. אין דער צייט פון זיין קעניגן האָט געלעבט אין כּראָג אַ גרויסער יידישער פּילאַנטראָפּ און כלל-טוער מרדכי מיזעל, וועלכער האָט אויף זיינע קאָסטן אויסגעביט די גרויסע פּראָגער שיל, װאָס טראָגט נאָך איצט זיין נאָמען, איינגעאָרדגט א ישיבה און אַ הױז פאַר אָרעמעלײט און בככל געגעבן פיל צדקה פֹאָר יידן אין בעמען און יידן אין דער עפּאָכע פון דער רעפאַרמאַציע 197 אין אַנדערע ערטער. מיט דער ברייטער האַנט פון ר' מרדכי מיועל פלעגט זיך אויך באַנוצן רודאָלף דער צווייטער, וועלכער פלעגט ביי אים נעמען אָפטע ,,מתנות? און חלואות, וועלכט ער האָט קײנמאָל נישט אָפּ- געגעבן: דאָס איז אים אָבער געווען װינציק און ער האָט נאָך געװאָלט ווערן מייזעלס יורש. ווען ר' מרדכי מייזעל איז געשטאָרבן (1601) און קיין קינדער נישט איבערגעלאָזט, האָט רודאָלף געשיקט אויף דער ליח זיין פאַרטרעטער, אָבֶער צוזאמען דערמיט האָט ער דערקלערט, אַז די גאַנצע ירושה מייזעלס געהערט דער מלוכה, ווייל דער פֿאַרשטאָרבענער איז געווען נאָר א ,, קאמעריקנעכט"", דאָס הייסט אַ לייב-אייגענער פון דער מלוכה. מייזעל האָט זיין גרויסש ירושה איבערגשלאָזט אין דער צוואה פֿאַר זיינע קרובים און אויך אויף צדקהזאכן, אָבער נאטירלעך האָבן זי יידן נישט געקאַנט פארפירן קיין פּראָצעס קעגן דייטשישן אימפּעראַטאָר און דאָס גרויסש פארמעגן איז פאַרבליבן אין די הענט פון רודאָלף, יידיש געלט איז באַזונדערס געװאָרן הפקר אין דער צייט פוֹן דער 0ייעריקער מלחמה, אין יענער צייט זיינען יידן צוליב זייער געלט גשי װאָרן טייער, און די עסטרייכישע קיסרים האָבן אפילו געמאַכט פאַר מקורבּים אין הויף עטלעכע יידישע פינאַנציסטן, אָבּער צויטיער האָט יידן געקאָסט די מלחמה. זי יידישע קהלות פון בעמען האָבן יערלעך געצאָלט 40 טויזנט גולדן אויף די באַדערפענישן פון דער מלחמה, אַ חוץ די עקסטרע אויסערגעוויינלעכע הוצאות. יידן האַבן דערפון געהאַט נאָף די טובה, װאָט זיי זיינען כאָטש דערפאַר פטור געװאָרן פון רדיפות אין דער צייט פון דער מלחמה. אין ווין האָט זיך געגרינדעט אַ גרופע יידישע קאַפּיטאַליסטן, וועמען דער קייסער פערדינאנד דער צווייטער האָט געגעבן געוויסע פּריווילעגיעס וי אַ דאַנקכאַרקײט פֿאַר זייער נוצלעכער טעטי- קייט, צו יענער צייט האָט זיך שטאַרק אַרױיסגערוקט ביים הויף דער יידי- שער באַנקיר יעקה בת שבע װעמען דער קייסער האָט געשאָנקען דעם טיטל פון אַן אַדטליקן אונטערן נאָמען פאַז'טרויענכורג. די קראפט פון געלט איז דטמאַלט געווען אַזױ שטארק, אַז דער קייזער, אַ קלעריקאל און תלמיד פון די יעזואיטן, האָט נאָכגעגעבן די בקשה פון די יידן, װאָס האָבן געוואוינט אין באַזונדערע טיילן פון ווין, און באַפױלן זיי אָפּצוגעבן אַ באַזונדערן קװאַרטאָל פון שטאָט (שפּעטער ,,לעאָפּאָלדישטאַדט"), וואו יידן האָבן געמעגט פריי וואוינען און נישט געשטאַנען אין רשות פון 138 7 הי גרעץ - די יידישע געשיכטע ווינער מאַגיסטראַט, אין זייער באַזונדערן קװאַרטאַל האָבן יידן געקענט האָבן אייגענע הייזער, פריי וואוינען און זיינען געשטאַנען אונטערן שוץ פון רעגירונגס-באַאַמטע, נאָר אַפילו אין די איבעריקע טײל פון שטאָט האָבן די יידן שוין געקאַנט זיך באַװײזן אָן די ספּעציעלע צייכנס אויף זייערע מלבושים, אגב, אויך דער קלעריקאַליזם האָט געטון דאָס זייניקע און 'לויט אַ באַפעל פון קייסער זיינען די יידן פון פּראָג און ווין געווען מחויב זיך פאַרזאַמלען אַלע שבת אין שול און אויסהערן די דרשות פון די יעזואיטן וועגן קריסטנטום (1630). עס זיינען געווען מחויב צו קומען אין דער באַשטימטער שעה נישט װינציקער פון 200 יידישע מענער און פרויען. דרימלען אָדער ריידן בעת די דרשות איז געווען שטרענג פאָר- באָטן, און פאָר פאַרשפּעטיקן אין מען דאָס ערשטע מאָל באַשטראָפט גע- װאָרן אויף אַ טאַָלער און דערנאָך איז די שטראָף געװאָרן אַלץ גרעסער. אָבער אויך דאָ האָט יידן אַרױסגעראַטעװעט דאָס געלט און אונטער פאַר- שידענע תירוצים האָבן זיי זיך אַרױסגעדרײט פון דער גזירח, בעת דער 20-יעריקער מלחמה איז שיעור נישט געפאַלן װוי אַ קרבן דער באַרימטער יידישער געלערנטער ר' יומ"טוב-ליפּמאַן העלער, רב אין ווין און דערנאָך אין פּראָג, דער מחבר פון באַרימטן פּירוש צו משנה ,תוס- פות יוםיטוב? און אַנדערע ספרים, בשעת ר' יומ-טוב-ליפּמאַן העלער האָט געוואוינט אין פּראָג איז ער געווען דער פאָרזיצנדיקער פון דער קאָמיסיע, וועלכע האָט זיך פאַונומען מיט זאַמלען צווישן דער יידישער קהלה די אָפּ- צאָלונג פון 40 טויזנט גולדן, װאָס יידן זיינען געווען מחויב אַרײנצוטראָגן יערלעך אין דער מלוכה-קאַסע אויף די הוצאות פוֹן דער מלחמה. הגם דער רב האָט זיך געסטאַרעט צו זיין גערעכטיק ביים אַרױפלײגן דעם. שטייער, האָט אים זיך דאָך נישט איינגעגעבן יוצא צו זיין פאַר אַלע און, וי גֹש וויינלעך אין אַזעלכע צופאַלן, זיינען אייניקע געבליבן נישט צופרידן מיט דעם אופן פון איינמאָנען. אייניקע שונאים פון ר' יום-טוב ליפּמאַן האָבן דאַן אַרײנגעשיקט אַ מסירה צו דער רעגירונג, אַז ביים אײנמאַנען דעם שטייער ווערן באַגאַנגען אומגעזעצלעכקייטן, אַזױי אַז די גבירים גיבן ווינ- ציקער און אוֹיף די יידישע אָרימע לייט פאַלט די גאַנצע לאַסט פון דעם שטייער דאָס איז די מוסרים געווען נאָך װינציק און זיי האָכבן דערלאַנגט אַ מסירה דעם קייסער, אַז אין אייניקע פון די חבּורים פון גרויסן רב גע- פינען זיך באַלײידיקנדיקע אויסדריקן קעגן קריסטנטום,. דאָס האָט גע" יידן אין דער עפּאָכע פון דער רעפאָרמאַציע : 1099 ווירקט און לויט א באַפעל פון קייטער האָט מען אַרעסטירט דעם פּראָנער רב און אים געבראָכּט צו פירן קיין װין (1529)., דאַ האָט מען אים גע" האַלטן אין טורמע צוזאַמען מיט קרימינעלע פארברעכער און קעגן אים אַרױסגעשטעלט א באַשולדיקונג, אַז ער האָט באַלײידיקט די קירך, אַזוױ אַז אים האָט געדראָט טויטישטראָף. די װוינער יידישע געמיײנדע האָט אָבער אָנגענומען גרויסע מיטלען און נאָר א דאַנק איר האָט מען אָפּגע (ראַטעװעט דעם רב. ער איז באפרייט געװאָרן פון תפיסה, נאָר פאַרלוירן דאָס רעכט צו פאַרנעמען די שטעל פון אַ רב, און אויך פאַרמשפּט געװאָרן צו 10 טויזנט גולדן שטראָף. ווען ער האָט פּאַרלוירן זיין שטעל און זיין גאַנץ פאַרמעגן, איז ר' יום-טוב-ליפּמאַן העלער אַריבערגעװאַנדערט קיין פֿױלן, פון דער מלחמה האָבן די בעהמישע יידן געהאַט אַביסל אַ נוצן. דער קייסער פערדינאַנד האָט זיי געגטבן אייגיקע רעכטן װי אַ באַלױנונג פאַר דעם אָנטײל פון יידן אין דער פארטיידיקונג פון דער באַלאַגערטער פּראָג אין 1648. אָבֶער אין אַלגעמיין האָט די יידישע לאַגע אין די דייטשע מדי- גות זיך נישט געענדערט. אויך דער שלום אין װועסטפאַלן, װאָס האָט גע" מאַכט אַ סוף צו דער שרעקלעכער מלחמה און כאַשאַפן אַ נייע עפּאָכע אין דער אײיראָפּעאישער פּאָליטיק, האָט די יידן איבערגעלאָזט אין זייער פרל" ערדיקער רעכּטלאָזער לאַנע, עס איז נאָר פאַרגעקומען א געװויטע איבעף- וואנדערונג אין אייגיקע טיילן פֿון די גלותילענדער: די יידן פון עלזאָס זיינען נאָך דעם, וי די דאָזיקע דייטשע פּראַווינץ איז אריבער צו פראַנק- רייך, מיט אַמאָל געװאָרן אונטערטאַנען פון אַ מלוכה, ואו עס זיינען כמעט קיין יידן נישט געווען ביים ענדע פון 14טן יאָרהונדערט, די לאַגע פון יידן אין אונגאָרן צו יענער צייט איז געווען נישט או" מעטום גלייך, אין דעם טייל אונגאַרן, װאָס האָט געהערט צו דייטשלאַנד (דער פּרעסבורגער ראַיאָן), האָט מען יידן געדריקט נאָך ערגער, איידעף אין עסטרייך, און פון אַ סך ערטער ארויסגעטריבן. זיי האָבן געמוזט צאָלן טאָפּלטע שטייערן און געווען זייער באגרענעצט אין זײערע האַנדלס- רעכטן. אָבער אין דעם טייל אונגאַרן, װאָס האָט פון יאר 1541 זיך געפו" נען אונטער דער הערשאפט פון טערקיי (אָפֶען און אַנדערע שטעט)), איז די יידישע לאַנט געווען פיל בעסער. אין דער צווייטער העלפט פון 16טן יאָרהונדערט איז די יידישע געמיינדע אין אָפען געװאָרן רייך און פעסט, 140 : היה גרעץ - די יירישע געשיכטע די טערקישע סולטאַנען האָבן צו די אונגאַרישע יידן זיך באַצױגן פיל טאָ- לעראַנטער, איידער די דייטשע קיסרים, גייען מיר איבער צו דעם אינערלעכן לעבן פון די דייטשע יידן אין יענער עפּאַכע, געפינען מיר אויך נישט קיין שום פּונקט, אויף וועלכן מען זאָל זיך קענען אָפּשטעלן מיט פרייד און טרייסט, מאָנאָטאָן און אָרעם איז געווען דאָס לעבן פון די דייטשע יידן צו יענער צייט, די אַלטע פאָר- מען פון געמיינדע-לעבן האָט מען שטאַרק געהיט און באַפעסטיקט, אָבער קיין נייע כוחות זיינען נישט צוגעקומען, קיין נייע געזעלשאַפטלעכע לעבנס-פאָרמען זיינען נישט געשאַפן געװאָרן. די געמיינדע-אױטאָנאָמיע איז נישט אויסגעברייטערט געװאָרן און זייער זעלטן פלעגן אויך פאָר- קומען די רבנים-צוזאַמענפאָרן אויף צו באַטראַכטן די אינערלעכע פראַ- געס. נאָר בעת דער געפערלעכער אַגיטאַציע פון פּפעפערקאָרן און זיין באַמיאונג צו קאַנפיסקירן די יידישע ספרים, פלעגן די יידן פון פראַנק" פורט און אַנדערע שטעט זיך צונויפקומען, כדי צו באַטראַכטן די מיטלען קעגן דער געפערלעכער אַגיטאַציע. אין יאָר 1520 איז אויך, וי עס איז שוין אויבן דערמאָנט, פאָרגעקומען אַ רבנים-צוזאַמענפאָר, צונויפגערופן דורכן שתדלן יאָזעלמאַן פון ראָזהײים, כדי צו רעגולירן די עקאָנאָמישע באַציאונגען צווישן יידן און קריסטן, אין יענער צייט פלעגן אין די יידישע געמיינדעס נישט זעלטן פאָר- קומען גרויסע מחלוקתן און אינערלעכע רייבונגען. באַזונדערס האָט זיך דערמיט אויסגעצייכנט די פּראָגער קהלה און די װיכטיקסטע סיבה פון די מחלוקתן איז געווען דאָס איינמאָנען די אָפּצאָלן און שטייערן. די בע- מישע יידן האָבן געהאַט צו צאָלן דרייערליי שטייערן: פאַר דער מלובה, | פאַר דער פּראָװוינץ, פאַר דער געמיינדע, און די ספּעציעלע קאָמיסיע פון די יידישע פאָרשטייער פלעגט אַמאָל באַגײן אומגעזעצלעכקייטן ביים באַ- שטימען די שטייערן, די פּראָגער קהלה פלעגט פאַרטיילן די גאַנצע סומע שטייערן צװוישן די יידישע קהלות פון בעהמען, און די קליינע קהלות פלעגן זיך אָפט קלאָגן, אַז אויף זייער חלק שטעלט מען צופיל. דאָס האָט איין מאָל געבראַכט צו אַ לאַנגער מלהמה צװישן דער פּראָגער קהלה און די איבעריקע קליינע קהלות, צווישן וועלכע עס האָבן זיך באַזונדערס אויסגעצייכנט די איינוואוינער פון דעם שטעטל האָראָוויץ, די מחלוקת יידן אין דער עפּאַכע פוֹן דער רעפארמאציע 14 איז איבערגעגאַנגען אין אַ געפערלעכער אינערלעכער שפּאַלטונג און נישט די אָרטיקע רעגירונגט-מאַכט, נישט די רבנים האָבן געקאָנט אויסגלייכן דעם סכסוך. דעמאָלט האָט מען קיין פּראָג אַרױיסגערופן דעם הױפּט שתדלן יאָזעלמאַן; צוזאמען מיט די פּראָגער רבנים האָט אים זיך איינגעגעבן אױסצואַרבעטן געוויסע פללים אויף צו רעגולירן די באַציאונגען צװוישן דער פּראָגער קהלה און די איבעריקע קהלות, בשעת דער דאָזיקער מחלוקת האָבן די ליידגשאַפטן אַזױ זיך צעקאָכט, אַז די איינוואוינער פון שטעטל האָראָװויץ װאָבן באַלאַגערט יאָועלמאַנס הז און געסטראַשעט אים צו הרגענען. די אינערלעכע רייבונגען האָבן געבראַכט אויף יידן נישט וינ" ציק צרות און זיי גורם געווען פיל שאָדנגס. פװישן ייױן זיינען געװאַרן זייער פיל מוסרים, װאָס פלעגן פאַרמטרן געוויסע פּערזאַנען פאַר ווירק" לעך אומגעזעצלעכש אָדער בלוין אױסגעטראַכטע מעשים און אויך אויט" נאָרן ביי דער באַפעלקערונג געלט, און געדראָט מיט מסירות, דער שטעממפל פון אָרעמקיײיט און דלות ליגט אויך אויף דער גיים" טיקער יידישער שאַפונג פון יענער צייט. די פאַרשפּרײטונג פון בוך"דרן" קעריי האָט נאָר פֿאַרגרעטערט די צאָל פון די יידישע ספרים, אָבער שס איז פאַרבליבן וי פריער דער מיטל-אַלטערישער גייסט, דער מאַנאַטאָנער אינהאַלט פון דער יידישער ליטעראַטור. װי פריער האָט אין די ישיבות און תלמוד"תורות געהערשט די תלמודישע טכאַלאַסטיק. אין זעכצנטן יאָף" הונדערט איז אפילו אױיסגעװואַקסן אַ ספּעציעלע שולע פון פּלפּול און דער רבי פון דער ניישר שולע אין געװען ר' יעקב פּאַליאַק, ראשיישיבה אין פּראָג, ער האָט פריער געשאַרפט דעם מוח אין די ישיבות פון דײיטשלאַנד און דערנאָך אַריבערגעטראָגן די שיטה פון פּלפּול אויך קיין בעהמען און קיין פּױלן, זי שיטה פון ר' יעקב פּאַליאַק אין באַשטאַנען אין ,חילוק", וואז די הױפּטראָל האָט געשפּילט בקיאות און חריפות: מען האָט גענו" מען אַ סוגיא אין דער גמרא, אויסגעזוכט דאָרט אינערלעכע סתירות, אִמֹּ" געווענדט דאָס מיט אנדערע ערטער פון תלמוד, געשטעלט איינעם קעגן אַנדערן אַלע פּירושים, װאָס זיינען נוגע דער סוגיא --- און ווען די פראַרט איז שוין געװואָרן אויף אַזױ פיל פֿאַרפּלאַנטערט, אַז עס האָט זיך אויט" געוניזן, אַז עס איז שוין נישטאָ קיין אויסוועג, האָט דער חריפישער קאָמּ אָנגעהויבן צוריק אױספּלאַנטערן דעם גרויסן קנויל, אויסגעגליכן אַלע סתירות, פאַרענטפערט אַלע קשיות און די פראַנע איז ווידער קלאָר גע 149 : גרעץ - די יידישע געשיכטע װאָרן, דאָס איז געווען אַ מין גייסטיקע גימנאַסטיק, אַ מין שפּיל מיט זיך אַלײן. דאָ האָט מען געקענט שפּרינגען פון איין ענין צום צווייטן, אויס- זוכן נישט-געשטויגענע קשיות, ווייל דער עיקר איז דאָ געווען נישט דער ריכטיקער פּשט, נאָר דער פּלפּול, דאָס שאַרפן דעם מוח. די דאָזיקע שיטה האָט פיל מיטגעהאָלפן אױסשפּילן זיך, שאַרפן דעם מוח, אָבער דאָס האָט געשאדט דער געזונטער נאָרמאַלער שיטה, װאָס זוכט אומעטום נישט דעם װאָרט-שפּיל, נאָר דעם רעאַלן אמת, די לאָגיק, די בעסטע יידישע געלערנטע זיינען אַרױסגעטראָטן קעגן דער שיטה פון פּלפּול, צװוישן די קעגנער פון דער שיטה איז אויך געווען דער הויפּט- רב פון פּראָג רי ליוואי בן בצלאל (מהר"ל מפּראָג) (1525 -- 1609). ער איז געווען אַ מענטש מיט אַ קלאָרן אָפּענעם מוח, אַ גוטער דרשן און פרוכטבאַרער מחבר פון פיל טפרים און אויך געהאַט אַ סך ידיעות אין דער וועלטלעכער װיסנשאַפּט. זיינע זאַמלונגען פון דרשות און מוסר, װי .נתיבות עולם", ,נצח ישראל" און אַנדערע, זיינען נאָך עד היום זײיער פּאָפּולער ביי יידן. וי אַ מאָראַליסט האָט דער מהר"ל נישט געקאָנט אייג" שטימען מיט דער שיטה, וועלכע האָט דערלויבט צו קריטיקירן דעם תנ"ך, און איז געווען ‏ אַ שאַרפער קעגנער פון דער קריטישער שיטה פון עזריהת דע-ראָסי. צווישן פאָלק האָט דער מהר"ל געהאַט אַ נאָמען פון אַ בעל- נס,. עס גייט ועגן אים אַ לעגענדע, אַז ער האָט איין מאָל באַשאַפן פון ליים אַ מענטשלעכע פיגור, אַ גולם, וועמען ער האָט אַרײנגעלײגט אין מויל דעם שם-המפורש. דער גולם האָט דאַן באַקומען לעבן אין זיך און געקענט זיך באַװועגן און דערפילן פאַרשידענע שליחותן. אָבער װי נאָר דער רב האָט אַרױסגענומען דאָס שטיקל פּאַפּיר מיטן שם-המפורש, איז דער גולם ווידער געבליבן גולם, אַ פּשוט שטיק ליים. מען דערציילט אויך, אַז דער מהר"ל איז איין מאָל אַרױסגערופן געװאָרן צום דייטשן קייסער רודאָלף, מיט וועלכן ער האָט געהאַט אַ לאַנגן געהיימען געשפּרעך, װאָס איז אויף אײיביק פאַרבליבן אַ סוד, מען רעכנט, אַז דער מהר"ל האָט גע" רעדט מיטן קייסער ועגן אַלכימיע און אַסטראָנאָמיע, מיט וועלכע ער האָט זיך שטאַרק אינטערעסירט, אָבער עס איז אויך מעגלעך, אַז בעת דער אוידיענץ זיינען באַרירט געװאָרן די פראַגן וועגן פּראָגער קהלה-לעבן, ווייל צוזאַמען מיט דעם פּילאַנטראָפּ מייזעל פלעגט דער רב זיך פלייסיק אָפַּי געבן מיט געזעלשאַפּטלעכער אַרבעט, אין 1592 איז דער מהר"ל אַריבער יידן אין דער עפּאַכע פון דער רעפאָרמאַציע 148 קיין פּױלן, וואו ער איז אַ געװיסע צייט געוען רב פון פּױזן און גאַנץ . גרױיס-פּולן, אָבער לאַנג איז ער דאָרט נישט געבליבן און אין גיכן זיךף אומגעקערט קיין פּראָג, דער איינציקער פאָרשטייער פון װעלטלעכער בילדונג צווישן יידן אין יענער צייט איז געווען דוד גאַנו (1541 -- 1612), אַ געבבוירענער פון װעסטפאַלן, וועלכער האָט באַקומען זיין תלמודישע בילדונג אין די ישיבות פון פראַנקפורט און קראָקע, און דעם גרעסטן טייל פון זיין לעבן פאַרבראַכט אין פּראָג, צוזאַמען מיט תלמוד האָט גאַנז גוט געקאָנט געאָ- גראַפיע, היסטאָריע און מאַטעמאַטיק, ער איז פערזענלעך געווען באַקאַנט מיט די באַרימטע אָסטראָנאָמען קעפּלער און דע-בראהע און געאַרבעט אין פּראָגער אָבסערװאַטאָרים. זיינע קענטענישן האָט ער דערנאָך אַרױסגע- וויזן אין זיין װוערק ענחמד ונעים", נאָר פּאָפּולער צווישן יידן איז ער גע" װאָרן דורך זיין היסטאָרישער כראָניק ;צמח דוד". אין ערשטן טייל פון דעם ספר זיינען אין אַ פאָרעם פון קורצע כראָנאָלאָגישע נאָטיצן באַשריבן די הויפּט-געשעענישן און כאַראַקטעריסטיקעס פון די יידישע היסטאָר- שע פּערזאָנען פון דער אַלטער צייט אָן ביו 1592, אין צװוייטן טייל גע פינט זיך אַ רשימה פון די געשעענישן פון דער וועלט-געשיכטע, ערטטף. ווייז אין צוזאַמענהאַנג מיט דער געשיכטע פון יידן. דאָס װערק איז אין אַלגעמײן נישט מער וי אַ קאָמפּילאַציע פון יידישע און קריטטלעכע בי" כּער און אַ װיסנשאַפּטלעכן וערט האָבן נאָר יענע ערטער פון דעם ספר, וואו עס ריידט זיך וועגן די געשעענישן פון יענער צייט. כאַראַקטעריסטיש איז די פאָררעדע צום צווייטן טייל פון זיין װוערק, אין וועלכער דער מחבף פאַרענטפערט זיך פאַר זיינע לייעגער: ;איך זע פאָראויס, אַז פיל װעלן מיך שטאַרק זידלען און פאָרװאַרפן, װאָס איך ברענג נאָטיצן פון נישט- יידישע ספרים וועגן מלחמות און אַנדערט געשעענישן. ביי זיי אין דאָס ;שיחות חולין", און אַזעלכע זאַכן איז פאַרבאָטן צו לייענען אין אַ שבת- טאָג. איך װעל זיך נישט לאַנג פאַרענטפערן, נאָר זאָלן מיין שוץ זיין יע- גע גרויסע יידישע רעליגיעזע פילאָזאָפן, וועלכע האָבן פון אַריסטאַָטעלס פילאָזאָפּיע און פון אַנדערע גענומען ריכטיקע געדאַנקען, אַװעקגעװאָרפן די שאָלעכץ און דעם תוך איבערגעלאָזט?. וייטער פאררופט זיך דער מחבּר אויף ר' אברהם זכותא און ר' יוסף הכהן, וועלכע האָבן אויך באַ- שויבן די געשעעגישן פון דער אַלגעמיינער געשיכטע אין צוזאַמענהאַנג 144 : גרעץ - די יידישע געשיכטע מיט דער יידישער. ער באַװײיזט, װי אַזױ עס איז נייטיק פאַר דעם מי- טעלן מענטש, װאָס אַ גאַנצע װאָך אַרבעט ער שווער, צו האָבן אויף שבת צום לייענען אַ ספר, װאָס קען אים פאַרשאַפן פאַרגעניגן. אויסער דעם זאָנט ער אַרױס זיין איבערצייגונג, אַז עס שאַדט נישט צו זיין באַקאַנט מיט דער געשיכטע פון די פעלקער, ווייל דאָס שטאַרקט נאָר דאָס רעלי- גיעזע געפיל פון יידן, וועלכער זעט איין, אַז אַזױ פיל מלוכות און פעל- קער זיינען אונטערגעגאַנגען און נאָר דאָס יידישע פאָלק לעבט נאָך. מער פון אַלץ זיינען אָבער אין יענער צייט אָנגעגאַנגען די מוסר- ספרים, וועלכע זיינען געווען דורכגעדרונגען מיט די שטרענגע אַסקעטישע אידייען פון דער פּראַקטישער קבלה. א הייטער אָנהענגער פון דער שיטה און אַ גרויסער בעל-מוסר איז געווען ר' ישעיה הורוויץ (1555 -- 1630), וועלכער איז פריער געווען רב אין פּױלן, דערנאָך אין פראַנקפורט אַם- מיין און ענדלעך אין פּראָג, צוליב דער 20ייעריקער מלחמה און אויך צוליב זיין אַלטער גרויסער נייגונג צום נעסט פון דער קבלה איז ר' ישעיה אין 1621 אַריבערגעפאָרן קיין ארץ:ישראל און דאָרט פאַרבראַכט דאָס רעשט ביסל יאָרן אין פרומקייט און אין מעשים-טובים, ער האָט געוואוינט אין ירושלים און אין צפת, דאָרט האָט ער פֿאַרענדיקט זיין גרויט װוערק, װאָס ער האָט נאָך אָנגעהויבן אין אייראָפּע, ,/שני לוחות הברית", אָדער פאַרקירצט. , של"ה". דאָס איז אַ גאַנצש ענציקלאָפּעדיע, וואו עס געפינען זיך צוזאַמען הלכות, דינים, מוסר, כללים פון אַסקעטיזם און קבלה. די הויפּט-אויפגאַבע פון דעם װערק איז געװען :געבן אַלע יידישע געבאָטן און דינים אַ קבלהסטישן פּירוש. אין דעם ספר געפינען זיך פיל געדאַנקען, וועלכע זיינען אָבער אויפגעשריבן אָן שום סדר, איבער דעם גאַנצן װערק שוועבט דער גייסט פון אר"י'ס לערע, לויט וועלכער די וועלט איז נישט מער וי אַ נעסט פון קליפּות און אַ קװאָל פון צרות, דער מענטש -- אַ זינ" דיקע בריאה, און די רעליגיע --- אַ מיטל צו פּײיניקן זיך און צו מתקן זיין די זינדיקע נשמה, אַזאַ װעלט-אָנשויאונג איז געווען גוט צוגעפּאַסט צו דער שטימונג פון די דייטשע יידן, אָנגעשראָקענע, דערשלאָגענע געטאָיקינדער, דער דייטשער ייד איז געוען אַן אַסקעט פון קאָפּ ביזן די פיס, און די פּראַקטישע קבלה האָט נאָר טעאָרעטיש פאָרמולירט דאָס, װאָס האָט שוין עקזיסטירט אין לעבן, אין יענער צייט איז אויך באַשאַפן געװאָרן די פּאָפּולערע צוגענג- לידן אין דער עפּאַכע פון דער רעפארמאציע 149 לעכע ליטעראַטור אויף דייטש-יידיש, װאָס האָט שפּעטער אָנגעהויבן זיך רופן יידיש, די דאָזיקע ליטעראַטור האָט געהאט א גרויסן איינפלוס אויף די פאָלקט-מאסן, באַזונדערס אויף די פרויען. א דאַנק דער דרוק-דערפינ- דונג איז זי אַלץ מער געװאַקסן, די סידורים און דער תנ"ך האָבן אָנגע- הויבן זיך דרוקן אין איבערזעצונגען אויף יידיש פאַר יענע פּראָסטע מעג- טשן און ווייבער, װאָס פאַרשטײען נישט קיין לשו-קודש, זייער פאַר- שפּרײיט אין געװאָרן דער ,צאינה וראינה" (אַרױסגעגעבן אין 1622) -- א פּירוש אין יידיש אויף דער תורה צזאַמען מיט די לעגענדעס און מא" מרים פון מדרש, אגדה און שפּעטערדיקע מפרשים, דאָס דאָזיקע בוך, װאָס איז צוזאַמענגעשטעלט געװאָרן דורך ר' יעקכ בן יצחק פון פּראָג, איז גע- װואָרן א מין ,תורה פאַר ווייבער? און פיל דורות יידישע פרויען האָבן זיך דערצויגן אויף דעם בוך און פון דאָרט געשעפּט זייער גייסטיקע שפּײה זייער פאָרשטעלונג וועגן מוֹסר, רעליגיע און יידישער געשיכטע, נאָך ביז הייגט לייעגען טויזנטער פרומע יידישע פרויען מיט דעם גרעסטן פאַר- געניגן און יראת-הכבוד אַלע שבת דעם , צאינה וראינה" און פון דאַרטן נעמען זי די הױיפּטייסודות פון זייער פאָרשטעלונג װועגן דער װעלט און מענטשן, דאָס דאָזיקע בוך, וואו עס געפינען זיך נישט די שרעקלעכע גרוי- זאַמע מעשות פון דער קבלה און דער מרה-שחורחדיקער גײסט פון דעם ;מוסר", דאָס דאָזיקע בוך, װאָס אָטעמט מיט פּראָסטקײט און געזונטע פאָלקס-געפילן, האָט געשפּילט א באַזונדערע ראָל אין דעם איגערלעכן יידישן לעבן און האָט אויך געהאָט אַ ווירקונג אויף דער נייער יידישעף ליטעראַטור פון דער שפּעטערדיקער עפּאַכע, קאַפּיטל מינף ד"י יידן אין פּוילן דער שטראָם פון דער יידישער אױסװאַנדערונג אין געגאַנגען אין צוויי ריכטונגען. אין דער צייט, ווען די יידישע גולים פון שפּאַניע און פּאָרטוגאָל האָבן אויסגעוואנדערט קיין טערקיי, זיינען פון עסטרייך און דײיטשלאַנד געגאַנגען גרויסע מחנות יידן אין אָן אַנדער פּונקט: צו די סלאָוון אין פּוילן און אין ליטע, וואו עס האָט שוין דעמאָלט עקזיסטירט אַ גרויסער יידישער צענטער. אָבער נישט גלייך איז געווען דער גורל פון די ביידע צענטערן, טערקיי און פּױלן, די ספרדים אין טערקיי זיינען ביס" לעכווייז איינגעשלאָפן, פאַרזונקען געװאָרן אין דער אַלגעמײנער אַזיאַטײ שער אַפּאַטיע און זייער ראָל האָט זיך שוין געענדיקט, אין דער צייט ווען | די אַשכנזים אין דײיטשלאַנד האָבן נאָך געהאָט א גרויסן קװאַל פון פרישע כוחות און זייער ראָל האָט זיך ערשט אָנגעהויבן. נאָך בבל און שפּאַניע, איז אין קיין לאַנד נאָך נישט געווען אַזאַ שטאַרקע קאָנצענטראַציע פון יידישע כוחות אויף איין אָרט און אַזאַ ברייטער פּלאַץ פאַר דער נאַציאָנא- לער אַנטװיקלונג, וי אין פּוילן פון 16טן יאָרהונדערט און ווייטער, די אײינגעװאַנדערטע אַשכנזים האָבן אין פוילן שוין געפונען אַ פאַרטיקן גוטן באָדן,. די גרויסע יידישע באַפעלקערונג אין די שטעט און אין די דערפער פון פּוילן און ליטע איז נישט געווען, אַזױ וי אין דייטש- לאַנד, איין עקאָנאָמישער קלאָס, װאָס האָט פאַר זיך געהאַט נאָר איין און איינציקע פונקציע, גאָר אַ פאַרשידנפאַרביקער קיבוץ, װאָס האָט זיך באַ- טײיליקט אין די פאַרשידענע צווייגן פון עקאָנאָמישן און געזעלשאַפטלעכן לעבן. אין פּוילן זיינען די יידן נישט געווען צוגעבונדן צו צוויי געציילטע פּראָפעסיעס --- געלט אויף פּראַצענט און קליינהאנדל, נאָר זיי האָבן זיך באַטײליקט אין אַלע פאַרשידענע געביטן פון אינדוסטריע און אפילו אויך אין דאָרפס-װירטשאַפּט, אַלס ערדאַרבעטער און אַרענדאַרן. די יידישע גרויסע פינאַנציסטן האָבן זיך באַשעפטיקט מיטן אָפּקױפן די קעניגלעכע אָפּצאָלונגען און שטייערן און נישט זעלטן געשפּילט אַ גרויסע ראָל װי 148 גרעץ - די יירישע געשיכטע פינאַנץ-אַגענטן. שפּעטער, ווען מען האָט יידן שוין נישט דערלאָזט צו דעם אָפּקױף פון די מלוכה-אָפּצאָלונגען, האָבן די יידישע פינאַנציסטן אַלץ נישט אויפגעהערט נעמען אין אַרענדע די גיטער פון קעניג און פון דער פּריצים-שליאַכטע און דערביי געהאַט דאָס רעכט צו האָבן שענקן, עקס" פּלאָאָטירן די זאַלץדגרובן, די וועלדער און אַנדערע ערד-אוצרות, די גרויסע יידישע סוזרים פלעגן זיך פאַרנעמען מיט אַרױספירן די פּױלישע דאָרפס- פּראָדוקטן קיין עסטרייך, וואלאכיע און טערקיי. די יידישע פאָלקס- מאַסן װוידער האָבן זיןך פאַרנומען מיט מסחר, מלאכות, ערדאַרבעט און אַרענדע. אויף אַזאָ אופן זייגען יידן געווען פאַרבונדן דורך טויזנטער פעדים מיט דעם עקאַנאָמישן לעבן פון לאַנד און דעריבער איז אויך זייער רעכט- לעכע לאַגע געווען פאַרשידנאַרטיק און געהאָט פאַרשידענע פאָרמען פּױלן איז געווען אַ טיפּישע קלאָסן-מלוכה, וואו די באַזונדערע קלאַסן האָבן צװישן זיך צעטיילט די מאַכט און שטענדיק געפירט אַ פּאָליטישן קאַמף צװוישן זיך צוליב דער מאַכט און אָט פון דעם שטענדיקן פּאָליטישן קאַמף איז אויך געווען אָפּהענגיק די יידישע לאַגע. די קעניגלעכע מאַכט איז געווען באַגרענעצט דורך דער קאָנסטיטוציע און געהאָט אויסצושטיין אַ קאַמף און צוזאַמענשטױס מיט דער גרויסשליאַכטע; די גרויסשליאַכטע ווידער האָט שטענדיק געקעמפט און געאַמפּערט זיך מיט דער קליג"י שליאַכטע און מיט די שטאָטישע קלאַסן, די סוחרים, בירגער און האַנט" ווערקער, װאָס זיינען געווען שטאַרק דורך זייער זעלבסטפאַרװאַלטונג און צעכךאָרגאַניזאַציע. דער קאַמף איז געפירט געװאָרן צװישן די מאַסן אין די געזעצגעבנדיקע פאַרזאַמלונגען, אין די מאַגיסטראַטן און אין די גע" ריכטן, חוץ די אַלע באַזונדערע קלאָסן האָבן זיך נאָך געפירט זייער באַי זונדערע ליניע די גייסטלעכע פון דער קאַטױלישער קירך, וועלכע איז אַ דאַנק דער רעאַקציע נאָך דער רעפאָרמאַציע און אַ דאַנק דער ענערגישער טעטיקייט פון די יעזואיטן געװאָרן א גרויסע מאַכט. אָט די אַלע פאַרשי- דענע גרופּעס האָבן זיך באַצױגן צו יידן פאַרשידן, יעדע לויט אירע אייגע- נע אינטערעסן. וועגן באַציען זיך צו יידן פּשוט װי צו מענטשן גלייכבאַ- רעכטיקע האָט דעמאָלט קיין רייד נישט געקענט זיין. זיי האָט מען גע" שעצט נאָר לוט דעם נוצן, װאָס זיי האָבן געקאָנט ברענגען דעם אָדער יענעם קלאַס, און אַזױ וי דאָס, װאָס איז געווען נוצלעך פאַר איין קלאַס, די יידן אין פּולן ' הי 9. איז אָפּטמאָל געווען קעגן די אינטערעסן פון א צװײטן קלאַט, זיינען אַרױסגעקומען קאַנפּליקטן און יידן זיינען אָפטמאָל געווען באשיצט פון איין זייט און גערודפט פון א צווייטער זייט, די יידן אין פוילן האָבן געהאָט צוויי פאַרטײדיקער: די מלכים און די גרויס-שליאַכטע, און אויך צוויי שטענדיקע שונאים: די גייסטלעכע און די שטאָטישע איינוואוינער. פאר דער קעויגלטכער מאָכט זיינען יידן געווען א קװאָל פון געוויינלעכע און אויסערגעװיינלעכע שטייערן, װאָס האָבן אָנגעפילט די פּוסטע מלוכה"קאַסע. אָבֶער חוץ דעם זיינען יידן גע" ווען נאָך נוצלעך פאר די קיסרים דורך זייער קאָמערץ. די קיסרים האָבן טייער געהאַלטן די יידישע פינאַנציסטן, װועלכע האָבן אָפּגעקױפט די מלוכה"שטייערן אָדער גענומען אין ארענדע די קעניגלעכע גיטער און פאראויס איינגעצאַלט גרויסע סומעס געלט, ביי אַזעלכע יידישע גבירים האָט מען שטענדיק גשקענט באקומען הלואות אָדער אװאַנסן און דעריבער זיינען זיי געווען מקורבים למלכוח, הויף-אגענטן, װאָס האָבן אָפּט געקאָנט אויסבעטן אַ טובה פאַר יידן. די גרויס-שליאכטע וידער פון איר זייט איז געווען צו פויל און אַריסטאַקראַָטיש, אז זי זאָל קענען אליין פירן וי געחעריק די פאַרװאַלטונג איבער די גיטער, און דעריבער זיינען די יידישע ארענדאָרן און שרדארבעטער געווען נוצלעך פאַר דער שליאַכטע. אין גאַנצן פיינטלעך געשטימט צו יידן זיינען געווען די שטאָטישע סוח" רים און האַנטװערקער, וועלכע האָבן געזען אין יידן זייערע קאָנקורענטן, די מאַגיסטראָטן פלעגן שטארק דריקן די יידן אין האַנדל און אין מלאפה און נישט דערלאָזט זיי קויפן קיין הייזער,. און די האַנטװערקעריצעכן פלעגן פּשוט אָנרייצן אויף יידן דעם המון, וועלכער האָט געמאַכט קלי" + נע פּאָגראָמלעך. נאָך ענערגישער פלעגן אניטירן קעגן יידן די גייסטלעכע וועלכע עס פלענט זיך אַמאָל איינגעבן דורפצופירן אין די סיימען געוויסע יידישע באַגרענעצונגען. אָט פון די אַלע באַזונדערש קעגנגעזעצטע אינטערעסן פון די פּױל- שע קלאַסן איז געווען אָפּהענגיק און פון צייט צן צײט זיך געענדערט די יידישע לאַגע, אין די ערשטע יאָרֹן פון 16טן יאָרחונדערט האָבן יידן ווידער בא" קומען די אַלע רעכטן, וושלכש מען האָט ביי זיי ערטערווייז געפּרואוװוט אִפַּ" נעמען ביים ענדע פון פאָריקן יאָרהונדערט. דער זעלבער ליטווישער גרויס- 190 גרעץ - די יידישע געשיכטע פירשט אַלעקסאַנדער יאַגעללאָ, װאָס האָט אין 1495 באַפױלן אַרױסצ טרייבן יידן פון אַלע זיינע פּראָװינצן, האָט די יידן צוריקגערופן, װוי נאָר ער איז נאָכן טויט פון ברודער געװאָרן קעניג פון פּױלן, אין 1503 האָט דער פּוילישער קעניג, נאָך אַ באַראַטונג מיט די , פּאַנעס", פאַרעפנטלעכט זיין באַשלוס: אָננעמען צוריק די יידן, װאָס זיינען אַרױסגעטריבן געװאָרן פון ליטע, דערלויבן זיי וואוינען אין אַלע ערטער, וואו זיי האָבן פריער געוואוינט, און אומקערן זיי די שולן, הייזער, בית-עלמינס, גיטער, װאָס זי האָבן פריער געהאַט. די סיבות פון דער ענדערונג זיינען געווען גאַנץ קלאָר: יידן זיינען נייטיק געװאָרן צוליב זייער גרויסער עקאָנאָמישער ראָל אין פּױילן, װאָס איז אין 1501 געװאָרן פיל נענטער פאַרבונדן מיט ליטע. איינער פון די אָפּקױפער פון די קעניגלעכע אָפּצאָלונגען, דער ריי- כער ייד יאָסקאַ, האָט געהאַלטן אָפּגעקױפט די טאַמאָזשנעאָפּצאָלונגען אין לובלינער, כעלמער, בעלזער, הרובעשאָװער, פּאָדאָלער, לעמבערגער, סאַנאַקער און פּרזשעמישלער ראיאָנען, ד"ה כמעט אין אַ העלפט פון דער גאַנצער פּוילישער טעריטאָריע. וי אַ לוין פֿאַר זיין נוצלעכער טעטיקייט האָט דער קעניג אַלעקסאַנדער באַפרייט יאָסקאן און אַלע זיינע באַדינטע פון געריכט פון דער אַדמיניסטראַציע און אַרױסגעגעבן א באַפעל, אַן זיי זיינען נאָר אונטערװאָרפן דעם קעניגלעכן געריכט. באמת האָט אַלעק- סאַנדער אויך איצט נישט געהאַט קיין פריינטלעכע געפילן בנוגע די יידן, און דאָס זעט מען אַרױס פון דעם פאַקט, װאָס אין 1505, ווען ער האָט באַפױלן אַרײינשטעלן אין דעם פּוילישן בוך פון געזעצן די אַלטע יידישע ;גרויסע כאַרטיע פון פרייהייט", האָט ער דערביי געהייסן צושטעלן, אַז ער באַשטעטיקט נישט די כאַרטיע און דערלויבט נאָר צו פאַרעפנטלעכן זי, ,צוליב דער פאַרטיידיקונג פון דער באַפעלקערונג קעגן יידן", דער נאָכפאָלגער פון אַלעקסאַנדער, זיגמונד דער ערשטער, קעניג פון פּױילן און גרויספירשט פון ליטע (1506 --- 1548), האָט זיך באַצױגן צו יידן פיל ליבעראַלער. זיין פּרינציפּ איז געווען: ;סיי די רייכע און הער" שנדיקע פּאַנעס, סיי די אָרעמע, דאַרפן אַלצײנס גערעכט װערן באַ- האַנדלט?, דעם פּרינציפּ האָט ער זיך באַמיט אָנצואװוענדן אויך בנוגע די יידן, כאָטש ער איז געווען אַ פרומער קאַטאָליק, אָבער ער האָט דאָס גע" קענט טון נאָר דאָרט, וואו די קעניגלעכע מאַכט האָט נישט באַגעגנט קיין שטערונגען מצד דער שליאַכטע און אַנדערע קלאַסן, אין ליטע, וואו די די יידן אין פּוילן : יי 101 קעניגלעכע מאָכט איז געווען ברייטער, עלטער און גרינטלעכער, האָט זיג- מונט דער ערשטער טאַקע איבערגעגעבן דעם גרעסטן טייל פון זיינע שטייערן און אָפּצאָלונגען אין די הענט פון די יידישע קאַפּיטאַליסטן, דער הױפּט אָפּקױפער פון די קעניגלעכע הכנסות אין ליטע, דער ייד מיכל יאַזעפאָ- וויטש, פלעגט אַמאָל אויך דערפילן די פליכט פון אַ קעניגלעכער מלוכח- קאַסע און ער פלעגט אױסצאָלן די פענסיעס פאַר די באַאַמטע אָדער אִפּ- צאָלן די קעניגלעכע חובות זיגמונד האָט יאַזעפאָװיטשן באַשטימט וי אַן ג;עלטסטן* איכער אַלע ליטווישע יידן און ער האָט געהאָט גרויסע פול- מאַכטן; משפּטן יידן לט די יידישע געזעצן, אױפמאַנען פון זיי אַלע מלוכה-"שטייערן און וועגן אַלע װויכטיקסטע יידישע ענינים פּערזענלעך אי" כערריידן מיטן קעניג. װי א געהילף צו זיך האָט ער געדאַרפט צונעמען איינעם אַ רב. צי יידן האָבן אנערקענט דעם דאָזיקן ,עלטסטן", װאָס איז גישט אויסגעװויילט געװאָרן, גאָר אָן דער דעה פון יידן באַשטימט געװאָרן דורכן קעניג? דאָס איז אַ גרויסער ספק. אָבער, װוי עס װייוט אויס, האָט יאָזעפאָװיטש אַלײן זיך נישט באנוצט מיט זיין מאַכט און נישט אָנגע- װואָרפן זיך אויף יידן װי אן ;שלטסטער". ער האָט נאָר אויסגענוצט זיין פולמאַכט װי אַ פֿאַרמיטלער צווישן יידן און קעניג, און פלעגט ידן מסתמא טון טובות. זיין ברודער, אברהם, האָט זיך געשמדט צוליב אַ קאַרי יערע, און אַלע זייגע קינדער זיינען שוין געווען קריסטן, די ליטווישע יידן זיינען געבליבן ביי דער אַלטער ליבעראַלער כאַרטיע פוֹן גרויספירשט װיטאָװט, לויט וועלכער יידן אין געגעבן גע װאָרן דאָס רעכט צו האַנדלען און פאַרנעמען זיך מיט האַנטװערק, װוי אויך מיט אַ גאַראַנטיע פון אַ גערעכטן משפּט און אַן אינערלעכע אױטאַנאָמיע, עס זיינען, אמת, געווען פרואוון מצד די ,מיעשטשאַנעס? צו באַגרענעצן די יידן אין די רעכטן פון האַנדל, און די װאָיעװאָדעס און באַאַמטע האָבן זיך געפּרואווט אריינמישן אין דער יידישער אינערלעכער אױטאַנאָמיע, אָבער זיגמונד דער ערשטער האָט שנערגיש זיך אַנגענומען פאַר יידן. אין 2 האָט ער אַרױסגעגעבן אַ שטרענגן באַפעל נישט אָנצורירן די אַלטע יידישע רעכטן, װאָס טאָרן נישט אָפּגעשאַפט װערן דוריך די נייע קאָ- דעקסן, אגב, ליטע איז נאָך דעמאַלט געווען אַ פּאַטריאַרכאַליש לאַנד, וואו די הױפּטיבאַשעפטיקונג איז געווען ערדאַרבעט, וואו דער קלאַס-קאַמף איז נאָך געווען זייער שואך, און דעריבער האָט מען נאָר זעלטן געפּרואװוט 159 0 גרעץ - די יידישע געשיכטע אָנרירן די יידישע רעכטן אויף פרייען האַנדל, אַזױ אַז אין אַלגעמיין זיי- נען זיי פאַרבליבן ביי זייער אַלטער כאַרטיע. זיי האָבן געוואוינט אין די שטעט און אין די דערפער און זיינען נישט געווען אַזױ שטאַרק אָפּגע- טיילט פון דער קריסטלעכער באַפעלקערונג, לוט דער שפּראַך און שטי- גער לעבן, וי שפּעטער. די יידישע געמיינדעס פון בריסק, גראַדנאָ, ביעלסק, פּינסק און טראָק האָבן זיך גערעכנט פאַר די הויפּט:געמיינדעס אין ליטע, אין בריסק האָט דער רב ר' מענדל פראַנק באַקומען פון קעניג ברייטע פולמאַכטן צו משפּטן און צו באַשטראָפן יידן, נישט אויסגע- שלאָסן אויך דאָס רעכט פון אַרױפלײגן חרם, גאָר אַנדערש איז געווען די לאַגע פון יידן אין די גרויסע שטעט פון קרוין-פּױילן,. דאָרט איז די שטאָטישע אינדוסטריע שוין געװוען פיל מער אַנטװיקלט, איידער אין ליטע, און דעריבער זיינען יידן געווען אין פיל געביטן קאַנקורענטן פאַר די קריסטן. אַזױ װי זיי האָבן זיך באַנוצט מיט דער ברייטער זעלבסט-פאַרװאַלטונג (מאַגדעבורגער רעכט), -- האָבן זי קריסטלעכע הענדלער און האַנטװערקער דורך די מאַגיסטראַטן און צעכן געשטרעבט צו באַגרענעצן די האַנדלס-רעכטן פון זייערע יידישע קאָנקו" רענטן, באַזונדערס איז די שטרעבונג געווען שטאַרק אין פּזן, קראַקע און לעמבערג, די הויפּט-צענטערן פון די דריי פּראַָװינצן גרױס פּױלן קליין-פּױלן און , טשערװאָנאַ רוס" (גאַליציע), אין פּױזן האָט מען נישט געלאָזט יידן האַנדלען און דינגען מאַגאַזינען מחוץ דעם יידישן קװאַרטאַל, די יידן האָבן זיך באַקלאָגט פאַרן קעניג, וועלכער האָט באַפױלן, אַז מען זאָל זיי נישט שטעלן קֵיין שטערונגען און נישט אָנרירן זייערע פּריװוי- לעגיעס (1517). דערויף האָבן די קריסטלעכע סוחרים געענטפערט, אַז יידן דינגען-אויס די בעסטע מאַגאָזינען אין די צענטראַלע גאָסן פון שטאָט, און אַז אַ גרויסע צאָל יידן אין צענטער פון דער קריסטלעכער באַפעלקף" רונג קען ברענגען צו שלעכטע רעװולטאטן פאר דער קאַטױלישער רש" ליגיע, דאָס האָט געװוירקט אויף דעם פרומען זיגמונד און דורך אַ צויי- טן באַפּעל פון 1520 האָט ער פאַרבאָטן פאַר יידן צוֹ דינגען מאַגאַזינען אין מאַרק, מען האָט די פּױיזנער יידן נישט געלאָזט אפילו איינקויפן אויפן מאַרק עסנװאַרג און אַנדערע סחורות, איידער די קריסטלעכע איינוואוי- נער װועלן נישט איינקויפן פאַר זיך אַלץ, װאָס זיי דאַרפן, שפּעטער, ווען עס האָבן אָנגעהויבן קומען קיין פּויזן פרישע יידן, האָט דער קעניג באַ- די יידן אין פּוילן : 198 פוילן, אַז מען זאָל מער נישט אַרייגלאָזן אין שטאָט קיין פרישע אייג" וואוינער און אַז מען זאָל יידן נישט פארקויפן קיין קריסטלעכע הייזער אָן דער דערלויבעניש פון קהל, יידן האָבן געדאַרפט וואוינען נאָר אין באַ- זונדערע קװאַרטאַלן און נישט בויען קיין חייזער אנטקעגן די קריסטלע" כע (1532), דאָס זעלכע איז אויך פאָרגעקומען אין לעמבערג, וואו דער מאַגיסטראָט האָט זיך באַקלאָגט אויף דער קאַנקורענץ פון די יידישע סוח" רים, און דער קעניג האָט דעריבער אַביסל באגרענעצט די יידישע האנדלס" רעכטן, אויף דעם פּעטריקאַװער סיים פון 1521 איוז יידן דערלויבט גע װאָרן צו האַנדלען נאָר מיט פיר זאַכף װאַקס, פּוטער, טוך און פי. די מאַגיסטראַטן פון פּויזן, קראַקע און לעמכערג האָבן אפילן געװאָלט מאַכן אַ פאַרבאַנד צווישן זיך, כדי צוזאַמען פירן אַן עקאַנאַמישן קאַמף קעגן יידישן האַנדל, אין קראַקע און אין קאַזשימירזש איז דער יידישער האַנדל באַגרענעצט געװאָרן נאָך מער, וי אין די איבעריקע רעזידענצן פון פּױילן, די האַנדלס-קאַנקורענץ פלעגט אַמאָל פירן צו גאַסךאַנפאָלן און פֹּאַ- גראָמען. אין פּויזן און דער סמיכה זיינען טאַקע פאָרגעקומען אָנפאַלן אויף יודן. אַזױ וי מען האָט אויך דערװאַרטעט אַן אָנפאָל אין קראָקע, האָבן די פאָרשטייער פון די קראַקעווער יידן זיך באַקלאָגט פאַרן קעניג, און אין אַ דעקרעט פון 1530 האָט זיגמונד אין שטרענגע ווערטער אויסגעדריקט זיין צאָרן קעגן די אָנפאָלער און מודיע געווען, אַז די פּאַָגראָמשטשיקעס וועלן באַשטראָפּט וושרן מיט טויטישטראָף און מיט קאַנפיסקאַציע פון פארמעגן, כדי צו באַרואיקן די יידן, האָט דער קעניג געהייסן נעמען ביי די איינוואוינער פון קראַקע א קויציע פון 10 טויזנט גריװעניקעס, וי אַ גאַ- ראַנטיע פֿאַר דער רואיקייט און זיכערקייט אין שטאָט, נאָר פון איין צרה האָט זיגמונד נישט געקאַנט באַפרײיען די יידן פון דעם אָפּעטיט פון די באַאַמטע צו נעמען געלט בַּיי יידן, סיי די העכערע באַאַמטע, סיי די אַרטיקע אַדמיניסטראַציע פלעגט נעמען שוחד און באַ- רייסן די באַפעלקערונג. אפילו זיגמונטס צווייטע פרוי, די איטאַליענערן באַנאַ, פלעגט פאַר געלט פֿאַרקויפן די העכערע רעגירונגסישטעלעס, דער קרוירמאַרשאַל און קראַקעווער װאיעװאָדע פעטר קמיטא, אַ פֿאַװאָריט פֿון דער קעניגן, פלעגט נעמען כאַבאַר סיי ביי די קריסטלעכע סוחרים, סיי ביי די יידישע, װאָס פלעגן איינע אויף די אָגדערע זיך באַקלאָגן, און 154 : : גרעץ - די יירישע געשיכטע סיי די קריסטן סיי די יידן פלעגט ער צװאָגן, אַז ער װעט פאַרטײידיקן זייערע אינטערעסן פאַרן קעניג אָדער סיים. אין 1530 איז די שליאַכטע אױיף די פּױלישע סיימען אַרױסגע- טראָטן קעגן יידן, און די יידן-פראַגע איז געװאָרן אַ טעמע פון הייסע דע- באַטן, די פּױלישע שליאַכטע איז געווען זייער אויפגעבראַכט דערויף, װאָס מען פאַרקויפט די יידישע פינאַנציסטן די מלוכה-שטייערן און אָפּצאָלוג- גען, אַזױ אַז יידן פאַרדינען פיל געלט און אויסער דעם וערן זיי דאַדורך מקורבים צום הויף און רייסן זיך אַריין צווישן די מיוחסים-אַדעליקע, די שטאָטישע בירגער, װוידער, האָבן געװאָלט מען זאָל באַגרענעצן די יידן אין האַנדל, און די גייסטלעכע האָבן בכלל מורא געהאַט, אַז יידן זאָלן נישט ווערן קיין קראַפט, אין פּעטריקאָװער סיים פון 1528 האָט די יידך-פיינט- לעכע פּאַרטײ געפירט איר אַגיטאַציע מיט גרויס דערפאָלג, זיי האָבן דורכגעפירט אַ ,קאָנסטיטוציע" מיט אַ ספּעציעלער אָפּטײלונג װועגן יידן, וואו עס ווערט געזאָגט, אַז די אָפּקוױפער פון די מלוכה-שטייערן דאַרפן זיין נאָר אַדעליקע און קריסטן, אַז יידן טאָרן בכלל נישט צוגעלאָזט ווערן צו קיין בכבודיקע שטעלעס צווישן קריסטן, אַז יידן פאַרלירן דאָס רעכט פון האַנדל אומעטום, נאָר אין יעדן אָרט באַזונדער קאָנען זיי האַנדלען מיט אַ דערלויבעניש פון קעניג, אָדער מאַגיסטראַט, און אין די דערפער ווערט זי אין גאַנצן פאַרבאָטן צו האַנדלען, אָבער נאָך שענדלעכער און באַליײ- דיקנדיקער איז געווען דער באַשלוס פון דעם סיים, אַז יידן זאָלן ווידער אָנהײיבן טראָגן באַזונדערע צייכנס אויף די מלבושים, אַזױ אַז מען זאָל זֵיי קאָנען אונטערשיידן פון די קריסטן, אויף אַזאַ אופן האָט דער פּעטריקאָ- וער סיים זיך אומגעקערט צו די מיטלאַלטערלעכע פינצטערע מיינונגען און געוואוינהייטן, אָבער פון אַלע פּונקטן פון דער אקאָנסטיטוציע" פון 1538 האָט פֿאַר יידן געהאָט אַן ערנסטן רעזולטאַט נאָר דער ערשטער: וועגן אָפּנעמען ביי זיי דעם אָפּקױף פון מלוכה-שטייערן. עס זיינען אויך איינגעפירט געװאָרן געוויסע באַגרענעצונגען פאַרן יידישן האַנדל, אָבער דער פּונקט וועגן בא" זונדערע צייכנס אויף די יידישע מלבושים איז געווען נישט מער װי א דעמאָנסטראַציע, ווייל אין דער צייט, ווען יידן האָבן שוין געשפּילט אַזאַ אָנגעזעענע ראָל אין עקאָנאָמישן לעבן פון לאַנד, איז פּשוט געווען אוממעג- לעך דורכצופירן אַזא מיטלאַלטערישע גזירח, די יידן אין פּולן ' : יי סק1 די קלעריקאַלן האָבן בכּלל דעמאָלט אויפגעהויבן דעם קאָפּ און גע" פירט אַ גרויסע אַגיטאַציע קעגן יידן. פּונקט צו יענער צייט האָט אין פּױלן אָנגעהױבן װאַקטן אַן אפּיקו"סישע סעקטע, װאָס האָט אָפּגעלײקנט די קריסטלעכע דאָנמע פון דריי-אייניקייט, און דערינער זיינען די גייסטלע- כע געװאָרן אָפּגעשראָקן און אומעטום האָט זיך זיי אויסגעויזן, אַז יידן פירן אַ פּראָפּאַָגאַנדע קעגן קױיסטנטום און פיל קריסטן ועלן איבערגיין צום יידנטום, אַז עפּעס אמת איז געווען אין דער מורא, באווייזט פאָלננ- דיקער פאַקט: איינע אַן אַלטע קאַטאָליקן אין קראָקע, די פרוי פון אַ ראַט" מאַן, יעקאַטערינע מאַלכעראָװואַ זאַליעשקאָװסקא, איז באַשולדיקט גע- װאָרן, אַז זי לייקנט אין די הויפּט-פּרינציפּן פון קריסטנטום און וויל אי" בערגיין צו דער יידישער רעליגיע. דער קראַקעווער בישאָף האָט זיך באַ- מיט זי אומצוקערן צוריק צו דער קירך, אָבער יעקאַטערינאַ איז געווען פאַרעקשנט אין איר אפּיקורסות און דעריבער האָט מען זי געמשפּט אוך פאַרמשפּט צום טויט, די אומגליקלעכע האָט מען עפנטלעך פֿאַרברעגנט אויפן קראַקעװוער מארק (1539), אָט װי אַ פּױלישער שריפטשטעלער, װאָס האָט מִיט זיינע אויגן צוגעזען דעם משפּט, באַשרײיבט דאָס: ,דער קסיאַנדז גאַמראָט, קראַקעװער בישאָף, האָט צונויפגעזאַמלט אַלע קאַנאָגל- קער און קאַלעגיאָטן אויף אויסצוהערן איר , אני מאמין". ווען מען האָט איר געפרעגט, צל זי גלייבט אין דעם אַלמעפטיקן גאָט, דעם באַשאַפער פון חימל און ערד, האָט זי געשנטפערט: ,איך גלויב אין דעם גאָט, וועלכער האָט באַשאַפן אָלץ, װאָס מיר זעען ,און װאָס מיר זעען נישט, וועלכן דער מענטשלעכער שכל קען נישט משיג זיין, וועלכער גיסט אויס זיינע חסדים אויף אונדז, מענטשן, און אויף אַלץ אין דער וועלט 1*, ווען מען האָט זי ווידער געפרעגט, צי זי גלויבט אין קריסטוסן, האָט זי געענטפערט: ;גאָט האָט נישט געהאָט קיין ווייב און נישט קיין זון און ער האָט דאָס אויך נישט געדאַרפט, ווייל זין דאַרף נאָל דער, װאָס װועט אַמאָל שטאַרבן, און נישט דער, װאָט לעבט אײביק, און אַזױ וי גאָט איז קיין מאָל נישט גע- בוירן געװאָרן, אזוי װעט ער קיין מאָל נישט שטאַרבן. אונדז רעכנט ער פאַר זיינע זין, און גאָטס זין זיינען אָלע, װאָס גייען אין זיינע וועגן", מען האָט געפּרואװוט איינטענהן מיט איר, באַװײזן איר דעם ;טעות", אַרױפװאַרפן אויף איר אַ שרעק, אָבּער װאָס מער מען האָט מיט איף איינגעטענהט, אַלץ פארעקשנטער איז זי געבליבן ביי איר ,זשידאָווס" 156 : 2 גרעץ - די יידישע געשיכטע קער" רעליגיע. דאַן האָט מען זי געמוזט פאַרמשפּטן צום פּאַרברענען, און דער היסטאָריקער פון יענער צייט דערציילט: ;זי איז געגאַנגען צום טויט, פּונקט װי מען גייס אויף א חתונה?. אין דער זעלבער צייט האָבן זיך פאַרשפּרײט קלאַנגען, אַז אין פיל ערטער פון פּױלן האָבן פיל קריסטן אָנגענומען דאָס יידישע גלויבן, זיך מל געווען און אַרױסגעפאָרן קיין ליטע, וואו זיי באַהאַלטן זיך ביי די דאָרטיקע יידן. ווען מען האָט וועגן דעם מודיע געווען דעם קעניג, האָט ער אַרױסגעשיקט קיין ליטע צויי קאָמיסאַרן, וועלכע האָבן געדאַרפט מאַכן אַ שטרענגע אױספאָרשונג (15239), די קאָמיסאַרן האָבן אין ליטע נישט אַנטדעקט קיין פּאָליאַקן"גרים, נאָר דערווייל האָבן יידן פיל גשליטן, ווייל די קאָמיסאַון האָבן אַרעסטיױט פיל יידן, זיך אַרײנגעריסן אין די יידישע הייזער און אָפּגעשטעלט די רייזנדיקע. איידער עס האָט זיך נאָך פאַרענדיקט די אױספאָרשונג, איז קעגן די ליטווישע יידן שוין אַרױסגע" שטעלט געװאָרן אַ נייע באַשולדיקונג, אז פיל פון זיי שטייען כּלומרשט אין פאַרבינדונגען מיט דעם טערקישן סולטאַן און ווילן צוזאַמען מיט די גרים אַרױספאָרן קיין טערקיי. דער אַלטער קעניג זיגמונד האָט, װי עס ווייזט אויס, געגלויבט אין די בבא"מעשות, און אין א בריוו צום קאַנצ" לער האָט ער געשריבן ;דאָס פאָריקע יאָר האָבן צוויי אונדזערע אוג" טערטאַנען דערציילט, אַז פיל קריסטן זיינען געמלט געװאָרן דורך יידן הײי-יאָר איז צו אונדז געקומען איינער אַ ייד, בשעת מיר זיינען געווען אין ווילנע, און דערציילט, אַז ווען ער איז געווען אין װאַלאַכיע האָט ער געזען הונדערטער געמלטע קריסטן, וועלכע מען האָט געפירט פון פּױלן דורך דער גרענעץ קיין טערקיי. די קריסטן, װאָס האָבן נישט געװאָלט פאַרלאָזן זייערע פרויען און קינדער, האָבן די יידן שרעקלעך געשלאָגן אויך האָבן די יידן געשריבן דעם סולטאַן און אים געבעטן, אַז ער זאָל זיך משתדל זיין פאַר אונדז, מיר זאָלן דערלויבן אַרױסצופאָרן די יידן און באַזעצן זיך אין טערקיי. דער סולטאַן האָט זיי געענטפערט דאָס ווייטער- דיקע: עס איז לחלוטין איבעריק אַרײנצוטרעטן אין אונטערהאַנדלונגען מיט דעם פּוילישן קעניג, ווייל איבער אַ יאָר װעל איך מיט מיין אַרמײי קומען קיין פּוילן און זיך אָפּרעכענען מיט די פּאַליאַקן, װוי איך האָב זיך אָפּגערעכנט מיט די אונגאַרן, און װעל באַזעצן אין מיין מלוכה נישט בלויז די יידן, נאָר אויך די קריסטן. נאָך דער דערציילונג און נאָך דער די יידן אין פּולן 137 באַשטעטיקונג פון איינעם אַן אַרמעניער, מיט וועלכן מיר פירן אַ קאָרעס" פּאַנדענץ, אַז אין בענדער האָט ער געזען שטיין פופצן יידישע פורן פול מיט חפצים, װאָס מען האָט איבערגעפירט דורך אונדזער גרעניץ קיין טערקיי, --- קענען מיר שוין מער נישט שװייגן אאז" דער קעניג האָט געהייסן מאַכְן א גייע אױספאָרשונג, וועלכע האָט ווידעל אָנגעװאָרפן אַ פּחד אויף די יידן און זיי געבראַכט פיל מאַטע- ריעלן שאָדן. דאַן האָבּן די יידן דערשפירט אַ סכנה פֿאַר זיך און פון פיל שטעט זיינען אַרױסגעפאָרן דעפּוטאַציעס צום קעניג, וװֹעלכְן זי האָבן פייערלעך פאַרזיטערט, אַז די אַלע באַשולדיקונגען זײנען גישט מער, װי אַ פרעכער בלבול, אַז יידן זיינען ווייטער געטריי דעם קעניג, טראַכטן נישט וועגן אַרױספאָרן קיין טערקיי און האָבן קיין קריסטן נישט געמאַכט פאַר יידן. די דערקלערונג פון דער דעפּוטאַציע אין באַשטע- טיקט גשװאָרן דורך דער אָפיציעלער אױספאָרשונג און זיגמונד האָט דאן דערקלערט יידן פריי פון יעדן חשד און זיי געגעבן דאָס װאָרט, אַז אויף ווייטער װשט מען יידן שוין נישט באַשולדיקן אויפן גרוגט פון קלאַנגען און נישט-קאַנטראָלירטע בלבולים. װעגן דעם האָט דער קעניג אֲרוֹיס. געגעבן די יידן אַ ספעציעלע פריווילעגיע, אין ווילנע, אין 1540, די קאַטױלישע גייסטלעכע הװאָבן אָבער דאָך נישט אויפנעהערט פירן זייער אַגיטאַציע קעגן יידן, און ווען זיי האָבן געזען, אַז מיט די דעדעס פון די קירכע-טריבונעס קענען זיי װינציק אויפטון, האָבן זיי אָנ" געהויבן פירן זייער אגיטאַציע אין דער ליטעראַטור און אַרױסגעלאָזט א ריי אַנטיסעמיטישע װערק אין גײיסט פון מיטלאַלטער,. דער פוילישער סינאָד פון 1542 האָט פאַרעפנטלעכט די וייטערדיקע ,קאַנסטיטוציפ" וועגן יידן; ,חיות מ'נעמט אין אָכּט, אַז די פיל יידן, װאָס זיינען אַרױס- געטריבן געװאָרן פון אַלע דערבייאיקע מלוכות און אַרײנגעלאָזט געװאָרן קיין פּױלן, מישן אויס דאָס הייליקע מיט דעם אומגלױביקן און זיינען זייער געפערלעך פֿאַר די קריסטן און פאַר דער קירך, האָט דער סינאָד באַשלאָסן 1) כדי עס זאָל נישט פאָרקומען נאָך עפּעס ערגערס דאַדורך, װאָס יידן װעלן זיין קאָנצענטרירט אין אַ געוויסן אָרט, דאַרף דער סינאָד זיך משתדל זיין פאַרן קעניג, אַז אין דער גנעזענער פּראַװוינץ און הויפּט- זעכלעך אין קראָקע זאָל פאר יידן איינגעפירט וערן אַ באַשטימטע נאָר- מע, דהיינו אַזױ פיל, וויפיל דער ראַיאָן קען אין זיך אַרײיננעמען! 2) אַז 108 גרעץ - די יידישע געשיבטע אין די איבעריקע ערטער, וואו יידן טאָרן שוין פון אַלטע צייטן נישט וואוינען, זאָל מען זיי ווייטער נישט דערלויבן צו באַזעצן זיך און צו קוי- פן קריסטלעכע הייזער, און די שוין געקויפטע הייזער זאָלן זיי מוזן צו" ריק פאַרקויפן די קריסטן; 3) אַז די נייע שולן, אויך די, װאָס זיינען אין קראָקע געבויט, זאָל מען צעשטערן; 4) אַזױ װי די קירך טאָלערירט יידן נאָר וי אַן אָנדענק ועגן די יסודים פון קריסטוסן, דאַרף אויף קיין פאַל נישט דערלאָזט ווערן, אַז זייער צאָל זאָל זיך פאַרגרעסערן, לויט די באַשלוסן פון די הייליקע געזעצן ווערט זיי דערלוינט נאָר צו פאַרריכטן די אַלטע שולן, אָבער נישט בויען נייע. ווייטער גייען נאָך 7 פּונקטן וועגן פאַרבאָטן יידן צו האַלטן ביי זיך קריסטלעכע דינערשאַפּט, צו פאַר- נעמען שטעלעס װי גוט-פאַרװאַלטער ביי זי פּריצים, האַנדלען אין די קריסטלעכע ימים-טובים אאז"וו. פון דעם גאַנצן אַנטיסעמיטישן פּלאַן איז פאַקטיש גאָרנישט געװאָרן, װייל דער קעניג האָט אים נישט באַ* . שטעטיקט, אָבער דערפאַר איז די דאָזיקע ;קאָנסטיטוציע? געװאָרן דער וועג-ווייזער פון די קלעריקאַלישע גייסטלעכע אויף אַ לאַנגער צייט און איז ביסלעכווייז אַרײנגעדרונגען אין דעם באַוואוסטזיין פון פאָלק וי אַ פּראַקטישער מוסטער אין דער פּאָליטיק בנוגע די יידן צוליב די רדיפות. און אָנפּאָלן, האָבן פיל יידישע הענדלער פאַף- לאָזט די גרויסע שטעט און זיך באַזעצט אין די קליינע שטעט און אין די דערפער, װאָס האָבן געהערט צו די מאַגנאַטן און שליאַכטעס. פון דע- מאָלט אָן זיינען פיל יידן איבערגעגאַנגען אין רשות פון דער שליאַכטע, געלעבט אונטער איר שוץ, אָבער אויך געװאָרן אירע קנעכט. צווישן דעם קעניג און דער שליאַכטע האָט שוין פון לאַנג זיך געפירט אַ קאַמף און איינער פון די הױפּט-פּונקטן אין געװוען די רייסעניש צוליב יידן, די שליאַכטע איז נישט געווען צופרידן מיט דעם געזעץ, לױט ועלכן די יידן קענען וואוינען נאָר אין די קעניגלעכע שטעט, און נישט אין די דערפער. און קליינע שטעטלעך, װאָס געהערן צו די אַדעליקע און שליאַכ- טע. נאָך לאַנגע וכוחים און ריײיסענישן האָט די שליאַכטע מנצח געוען און דער אַלטער קעניג זיגמונד האָט אין 1529 געזאָגט אין סיים: עדי שליאַכטע פון אונדזער קעניגרייך פאַרלאַנגט, אַז זי אַלײן זאָל האָבן די גאַנצע נוצן פון די יידן, װאָס וואוינען אין די שטעטלעך, דערפער און הויפן, און משפּטן די יידן מיט זייער געריכט, דערויף ענטפערן מיר: די יידן אין פּוילן 7 159 אויב די יידן אַליין זיינען מוחל אויף דער פריווילעגיע צו געמשפּט וערן אין זייער אייגן געריכט און אױיף די פריוילעגיעס, וועלכע עס האָבּן זיי געשאַנקען אונדוערע עלטערן די מלכים און װאָס זיינען באַשטעטיקט געװאָרן אויך דורך אונדז, --- זיינען זיי דערמיט אויך מוחל אויף דער באַשיצונג אונדזערע, און מיר װועלן שוין מער פון זיי קיין נוצן נישט האָבן, און דעריבער האָבן מיר נישט קיין גרונט צו טון זיי מִיט גע" װאַלד טובות און מיר האָבן שוין נישט קיין פליכט צו באַשיצן זיי", די יידן זיינען פאָרלויפיק געווען צופרידן מיט דעם געועץ, װייל די יידן װאָס האָבן געוואויגט אין די שליאַכטישע דערפער און שטעטלעך, זייגען דערמיט פּטור געװאָרן פון דעם שטאָטישן געריכט, װאָס האָס זיך צו זי אָפט באַצױגן פיינטלעך, פּטור געװאָרן פון די רדיפות פון די צעפן און מאַגיסטראַט און דערביי אויך געהאָט שיין פרנסה. די שליאַכטישע שטעטלעך און גיטער זיינען געװואָרן איכערפולט מיט יידישע געעלב' לעך, אַכסניות, שענקען, און דער ייד איז דאָרט געװען אין גאַנצן פריי, אויב נאָר ער האָט געוואוסט, וי אַזױ אונטערצולעקן זיך צום ,פּריץ? און ביי אים נגושא"חן זיין, דאַן האָט זיך אָנגעהױיבן די עפּאַכע פון די ליךיל- שע אַרענדאַרן, ישובניקעט און שענקער און צװאַמען דערמיט האָט זיף אַנטװיקלט דער טיפ פון יידישן ,מה-יפיתניק", װאָס האָט קנעכטיש גע" דינט דעם פּריץ, און דאָס האָט געהאָט וויכטיקע רעזולטאַטן אין די שפּע- טערדיקע דורות, אין משך פון 200 יאָר. דער ייד אין געװאָרן באַונ" דערס אונטערטעניק פאַרן פּריץ אין דער צייט פון סיגיזמונד דעם צווייטן, סיגיזמונד אױיגוסט דער צווייטער (1548 --- 1572), דער טראָן" פאַרטרעטער פון סיגיזמונד דעם ערשטן, אַ געבילדעטער און פּראָגרע" סיווער, האָם זיך באַצױיגן צו יידן טאָלעראַנט און ליבעראל. מיט דער זעלבער טאָלעראַנץ האָט ער זיך באַצױגן בכלל צו אַלע רעפאַרמאַטאַרן און פרעמד"גלויכיקע. אין ערשטן יאָר פון זיין קעגיגן האָט עֶר לויט דער ביסע פון יידן באַשטעטיקט אויפן געגעראל-סיים אין פּעטריקאָוו דעם אַלטן ליבעראַלן סטאַטוט פון קאַזשימיר דעם פערטן, סיגיומונד-אויגוסט האָט אָבער אויך באַדײיטנדיק פאַרבּרײיטערט די אױטאָנאָמיע פון די ליךל- שש געמיינדעס. די רבנים און קהל-פירער האָט ער געגעבן ברייטע יוף- דישע און אַדמיניסטראַטיווע רעכּט, אפילו אויפן אַלגעמײנעם געריפט פון די װאַיעװאָדעס, ווען א ייד האָט געהאָט אַ פּראָצעס מיט אַ קריטט, 160 : גרעץ - די יידישע געשיכטע האָבֿן געמוזט זיך געפינען יידישע ,סעניאָרן", ד"ה אױיסגעװיילטע פאָר- שטייער פון קהל, די באַציאונגען צווישן יידן און דעם ,דריטן קלאָס", די שטאָטישע בירגער, האָבן זיך נישט געביטן צום גוטן בעת דעם קעניגן פון סיגיז" מונד-אויגוסט, נאָר דערפאַר זיינען זיי געװאָרן מער קלאָר, מער נאָר- מירט. די באַציאונגען צווישן די צוויי קאַנקורענטן, די יידן און די מאַ- גיסטראַטן, זיינען רעגולירט געװאָרן דורך ספּעציעלע אָפּמאַכן און קאָנ- טראַקטן,. אין די דאָזיקע אָפּמאַכן פלעגט דייטלעך איסגערעדט וערן אין וועלכע ערטער די יידן מעגן וואוינען און זיך פאַרנעמען מיט האַנדל; אין פּוֹיזן איז אפילו פאַרבאָטן געװאָרן צו פאַרגרעסערן די צאָל יידישע הייזער העכער פון אַ באַשטימטער נאָרמע -- 49, און צוליב דעם האָט מען אין געטאָ געמוזט בויען הויכע פילשטאָקיקע הייזער. אין אַנדערע שטעט האָט מען יידן נישט דערלאָזט צו באַזעצן זיך, און פאַר די, װאָס האָבן שוין זיך באַזעצט, אָפּגעטײלט ספּעציעלע קװאַרטאַלן, ווייט פון צענטער, אָדער מען האָט זיי אין גאַנצן נישט אַרײנגעלאָזט און נאָר דער- לויבט די סוחרים צו קומען אויף עטלעכע טעג צוליב געשעפט. דאָך אין פיל שטעט, וואו דער קעניג האָט דאָס געפונען נוצלעך פאַר דעם האַנדל און פאַר דער מלוכה, האָט מען יידן דערלויבט פריי וואוינען און געגעבן גלייכע רעכטן מיט די איבעריקע איינוואוינער. אין אייניקע ערטער האָט דער קעניג אפילו פאַרבאָטן, אַז די וועכנטלעכע ירידים זאָלן פאָרקומען שבת, כדי דערפון זאָלן נישט ליידן די אינטערעסן פון די יידן אין אַלגעמײין האָבן די פּשרות און אָפּמאַכן צוישן די יידן און די | מאַגיסטראַטן זיך שטענדיק געענדיקט לטובת די לעצטע. אַלע שטעט האָבן זיך באַמיט מיט אַלע מיטלען צוֹ באַגרענעצן דעם יידישן האַנדל און עס איז כמעט נישט פאָראיבער קיין יאָר אָן נייע באַגרענעצונגען אוי ! רדיפות. נאָר אויב מיט אַלע קלאַסן האָבן יידן דאָך געקענט וי עס איז דורכצוקומען, אַמאָל דורך גוטן ווילן, אַמאָל דורך , פּשרות" און אָפּמאַכן, זיינען די קאַטולישע גייסטלעכע געבליבן פאַרעקשנטע יידישע שוגאים, די דאָזיקע אַלטע יידישע שונאים האָבן אויפגעהויבן דעם קאָפּ, ווען פון רוים; פון אינקװיזיטאָרישן פּױפּסט פּאַאול דעם פערטן אין געגעבן גע- װאָרן אַ סיגנאַל אָנצוהויבן אַ קאַמף מיט די ,אומגלױביקע". אין 1550 איז קיין קראַקע געקומען דער שליח פון פּױפּסט ליפּאָמאַנאָ, וועלכער די יירן אין פּוילן : 161 האָט געדאַרפט מחזיר למוטם זיין די פאַרפירטע פוילישע אַדעליקע, װאָס זיינען שוין דעמאַלט געווען אָנהעננער פון לוטערס לערע. וען אים האָט זיך אָבער נישט איינגעגעבן ארויטצופירן אויפן גוטן ועג די אַפּיקורס שט אַדעליקע, װאָס האָבן אויפגעהערט בלינד גלייבן אין פּױפּסט, האָט ליפּאָמאַנאָ זיך גענומען צום אַלטן מיטל: מאַכן א בלבול אויף יידן און ארויסרופן אַ פּאַגראָם. אין יענער צייט איז איינע א קאַטױלישע פרױ דאָראָטאַ לאַזשענצקאַ פון סאָכאַטשאָר געװאָרן באַשולדיקט, אַז זי האָט אַװעקגעגנבעט די האָסטיע און דאָס פאַרקיפט זי יידן, ועלכע האָבן אַזױ לאַנג געשטאָכן דאָס הייליקש ברויט, ביז פון אים האָט אָנגעהויבן רינען בלוט. לויט דער פֿאַראַרדענונ?; פון כעלמער בישאָף האָט מען אַרעט" טירט דריי יידן, װאָס זיינען באַשולדיקט געװאָרן אין דעם פאַרברעכן און אין עטלעכע טעג אַרום האָט מען זיי פאַרמשפּט צום טויט. ווען דער קעניג האָט זיך דערוואוסט ועגן דעם, האָט ער תיכף פאַראָרדנט, אַז מען זאָל אַרױסלאָזן פריי די אַרעסטירסט יידן,. אָבער דער בישאָף האָט בכיון זיך אונטערגעאיילט און אויפן גרונט פון אַ געפעלשטן פּאַפּיר אין נֹאַ" מען פוך קעניג האָט מען די אומגליקלעכש לעבעדיקערהייט פאַרברענט נאַך איידער עס איז אָנגעקומען די ווירקלעכע פאַראַרדענונג פון קעניג. ,איך ווער אויפגערעגט ביז גאָר -- האָט דער קעניג געזאָגט, ווען ער גיז גשווער געװאָרן װעגן דעם -- בים געדאַנק װעגן דער מערדערי און איך וויל גישט, מען זאָל מיך האַלטן פאַר אוֹא הסר דעהדיקן װאָס גלייבט, אַז פון א דורלגעשטאַכענער האָסטיט קען רינען בלוט". די דאָזיקע געשיכטע האָט נטמאָכט אַ גרויסן רושם און אַרױסגערופן א גרויסש אוים- רעגונג אין די פּראַטעסטטאַנטישע קרייזן, װייל מען האָט גנישט געקענט גלייבן אין די בבאימעשות װעגן דער האָסטיע, אָבער די יידנפיינטלעכע פאַרטיי האָט דערווייל אויסגענוצט דעם סאָכאַטשאַװער פּראָצעס אױיף אַגיטאַציע קעגן יידן. : צו קיין אַלגשמײנע רדיפות אויף יידן אין פּױלן איז עס נישט גע" קומען, נאָך אַלע באגרשנעצוננען און אינערלעכע רדיפות איז דער מסחר דאָך הויפּטזעכלעך געכליבן אין די יידישע הענט. נאָר די יידנפיינטלעכע אַגיטאַציע האָט דאַך אויפגעטון דאָס איריקע. אין 1564 איז אין ביעלטק אויסגעפלרט גשװאָרן טױיט-שטראָף אויף אַ יידן, װאָס איז אומ- שולדיק פאַרמשפט געוואון פֿאר דערמאָרדן אַ קריסטלעך קינד. און אין 102 גרעץ - די יידישע נעשיכטע ליטװישן סטאַטוט פון 1566 זיינען אַרײנגענומען געװאָרן פיל באַגרע-. נעצונגען קעגן יידן, װי דער פאַרבאָט צו קליידן זיך, װי קריסטן, אי בכלל שיין קליידן זיך, האָבן ביי זיך קריסטלעכע דינערשאַפט, פאַרנע- מען שטעלעס אין קריסטלעכע געזעלשאַפטן און נאָך אַנדערע. די אַלע פאַרבאָטן האָבן געשטאַמט פון דער שליאַכטע, װאָס האָט זיך געפונען אונטער דער ווירקונג פון די קלעריקאַלישע גייסטלעכע, און דער קעניג האָט זיך באַמיט אָפּצושװאַכן די גזירות און וי ווייט מעגלעך באַשיצן די יידן. פון דער קאָרעספּאָנדענץ צוישן פּוילישן קעניג סיגיזמונד-אויגוסט און דאָן יוסף נשיא אין טערקיי, איז צו זען, אַז דאָן יוסף האָט געפירט אונטערהאַנדלונגען מיטן קעניג װעגן די פּוילישע יידן, און דער קעניג האָט אים צוגעזאָגט זיי צו באַשיצן, אויך די יידישע דאַקטױירים אין קע" ניגלעכן הויף האָבן זיך באַמיט אויסצונוצן זייער איינפלוס לטובת יידן אַזעלכע יידן, װי ר' שלמה אַשננזי און שמעון גינצבורג, זיינען געווען גרויסע חשובים אין קעניגלעכן הויף און אָפּטמאָל צו נישט געמאַכט די פּלענער פון די יידנפיינט, צו שװאַך איז געווען די מאַכט פון קעניג, אַז ער זאָל קענען ענערגיש אַרױסטרעטן קעגן דער שליאַכטע און די גייסט- לעכע, נאָר ער האָט געטון װאָס עס איז מעגלעך. כדי צו מאַכן אַ סוף צו דער אַגיטאַציע און בלבולים אויף יידן, האָט דער קעניג אַרױסגעגעבן צוויי באַפעלן, אין וועלכע ער האָט שטרענג פאַרבאָטן דער דאָרטיקער מאַכט צו פאַרפירן פּראָצעסן קעגן יידן, ער האָט דערמאָנט, אַז לוט די אַלטע פּריווילעגיעס קען מען באַשולדיקן אַ יידן אין אַ ריטועלער דער" מאָרדונג נישט אַנדערש, װי אַז עס זיינען דאָ פיר קריסטלעכע און דריי יידישע עדות דערויף, און אַז אַזעלכע פּראָצעסן דאַרפן באַטראַכט װערן נאָר אין קעניגלעכן געריכט, אין גיכן איז ליטע פאַראייניקט געװאָרן מיט קרױירפּוילן אונטערן נאָמען די ,לובלינער אוניע" (1569) און ליטע האָט אויפגעהערט עקזיס- טירן װי אַ באַזונדערע מלוכה. אין דריי יאָר אַרום איז געשטאָרבן סיגיז- מונד-אויגוסט און צוזאַמען מיט אים איז אונטערגעגאַנגען די דינאַסטיע פון די יאַגעלאָנען, פּוילן איז געװאָרן אַ מין מאָנאַרכיסטישע רעפּובליק, וואו די מלכים ווערן אויסגעװויילט פון פאָלק אָדער פון אַנדערע לענדער, און פון דעמאָלט הייבט זיך אָן פאַר פּוילן א נייע עפּאָכע, װאָס האָט גע האַט וויכטיקע רעזולטאַטן אויך פאַר יידן, די יידן אין פּוילן : 168 די ליטווישע יידן האָבן קיין סך נוצן נישט געהאט פון דער איבער" קערעניש. פֿאַר דער אוניע, װען די פּוילישע קיסרים זיינען נאָר געווען גרויספירשטן פון ליטע, זיינען יידן געווען מער נוצלעך און דעריבער מער געשיצט געװאָרן דורך די קעניגן. אין ליטע האָבן נאָך די אַדעליקע געשפּילט אַ קליינע פּאַליטישע ראָל, די מאָכּט פון קעניג אין דאָרט גש" ווען פיל שטארקער, איידער אין פּוילן, וואו דער קעניג האָט געהאַט קעגן זיך די קאַנקורענץ פון די אַדעליקע, און כדי צו פֿאַרפעסטיקן די דאָזיקע מאַכט זיינע, האָט דער קעניג זיך געשטיצט אויף די קלאַסן, װאָס שטייען צווישן דער שליאַכטע און די פּויערים, ד"ת אױיף די ;,מיעשטשאַנעס" און יידן, אויף וועלכע ער האָט געקוקט, וי אויף זיינע טרייע אונטערטאַ- נען און פעסטע שטיצער. נאָך דער אוניע האָט זיך די לאַגע אין גאַנצן געביטן. די ליטווישע פירשטן, װי ראַדזיװויל, טשאַרטאָריזשסקי און אַנ" דערע, האָבן געהאַט א גרויסע מאַכט און געװאָרן כמעט װי מלכים, אנ" דערע מאגנאַטן, מיט ווינציקער יחוס און רייכּטום, האָבן זיך אויך גע" סטאַרעט צו דערגרייכן אזא הויכע מדרגה,. נאָך זיי איז געגאַנגען די שליאַכּטע, װאָס איז געװואָרן פון דאַן אָן אַ ווערקצייג און טרייע דינערן פון די מאַגנאַטן .אויף אַזאַ אופן האָבן די גאַנצע מאַכט אין לאַנד גע" האָט די אַדעליקע, און די קעניגלשכע מאַכט איז געווען נישט מער, וי אַ שאָטן, דער קעניג האָט דעריבער שוין מער נישט געקענט און אױיך נישט געהאַלטן פאַר נייטיק צון באַשיצן די יידן, װאָס זיינען אים מער שוין נישט געווען נוצלעך. פון דער צווייטער זייט האָבן אָבער די יידן פאָרלויפיק אויך עפּעס געוואונען פון דער איבערקערעניש אין לאַנד, מיט דער פאַרגרעסערונג פון די אַדעליקע און זייער מאַכט האָט זיך אויך פאַף- גרעסערט דער יידישער ישוב אין ליטע. יעדער אַדעליקער האַלט פאַר זיין חוב צו גרינדן פאַר זיין טובה ועגן א יידישן ישוב, די ,/שררות" בוי- ען געוועלבער, װערקשטאַטן, שענקען, און פארדינגען דאָס יידן, בכלל האָט זיך פֿאר יידן דאַן גצעפנט אַ קװאָל פון פּרנסה און מסחר, מלאכח און אין אַרענדע. יעדער יידישער ישוף, װאָס איז געבויט געווען דורך די פירשטן און אַדעליקע, איז געשטאַנען אונטער זייער שוץ. די אַדעליקע דערלויבן דאָרט בויען הייזער, שולן, זיך באַזעצן אין די ערטער, וואו יידן האָבן פריער נישט געטאָרט ואוינען, און דאָס אַלץ װערט געטון, נישט אָנפרעגנדיק זיך היים קעניג, ווייל דער אַדעליקער האָט די גאַנצע מאַכט 104 גרעץ - די יידישע געשינכטע און קען טון אַלץ, װאָס ער וויל. אויף אַזאַ אופן האָט די ליטווישע אוניש געהאַט די מעלה פאַר יידן, װאָס זי זיינען געשטאַנען אונטערן שוץ פון די אַדעליקע און געווען זיכער מיט זייער לעבן און גוטט, אָבער דאָס האָט געקענט דויערן נאָר כל זמן די יידן זײינען געװען נוצלעך און גייטיק פאַרן , פּריץ? און דעריבער איו די יידישע לאַגע קיינמאָל נישט געווען קיין פעסטע און איז געווען אָפּהענגיק פון די אַרומיקע אומשטענדן און פון יעדער מינדסטער איבערקערעניש אין פּאָליטישן לעבן פון לאַנד, נאָכן טױט פון סיגיומונד'אױגוסט איז פאַר קעניג פון רע פּובליקאַנישן פּױלן נאָך לאַנגע רייסענישן צװישן דער שליאַכטע אויס" געקליבן געװאָרן הענריק װאַלואַ, דער ברודער פון פראַנצויזישן קעניג קאַרל דעם ניינטן (1577), דער דאָזיקער קעניג, הגם ער אין אויסגע. וויילט געװאָרן מיט דער השתדלות פון ר' שלמה אַשכני, אין געוען פול מיט שנאה צו יידן, און ווען ער איז אָנגעקומען קיין פּוילן איז ער באַלד אַרײנגעטראָטן אין אונטערהאַנדלונגען מיט די גײיסטלעכע אָנ" פירער וועגן נעמען זיך צו יידן און אָנהײיבן קעגן זיי א גאַנצע ריי רדי- פות. צום גליק פון די יידן האָט דער דאָזיקער קעניג לאַנג זיך נישט געהאַלטן אין פּולן, ווייל אין עטלעכע מאָנאַטן אַרום איז זיין ברודער קאַרל געשטאָרבן און הענריך איז געהיים אַנטלאָפן פון פּוילן קיין פראַנק- רייך, כדי צו ירשענען דעם פראַנצויזישן טראָן. װוי פּולישער קעניג איז אויסגעוויילט געװאָרן סטעפאַן באַטאָרי (1576 --- 1586), אַ מוטיקער און געבילדעטער מאַן. זיין קעניגן האָט באַטאָרי אָנגעהױבן מיט עטלעכע אַקטן פון גערעכטיקייט בנוגע צו יידן. ער האָט צוערשטנס אַרױסגעגעבן צוויי באַפעלן, אין וועלכע ער האָט קאַטעגאָריש פאַרבאָטן צו באַשולדיקן יידן אין דערמאָרדן קריסטלעכע קינדער און פאַרשװעכן די קריסטלעכע הייליקטימער, נאָר ער איז נאָך געגאַנגען ווייטער און זיך באַמיט דורכצן- פירן דעם פּרינציפּ פון יידישער גלייכבארעכטיקונג. ביים באַשטעטיקן די אַלטע יידישע פּריווילעגיעס, האָט דער ליבעראַלער קעניג זיי נאָף פאַרברייטערט דורך נייע רעכטן, איבערהויפּט אין פרייהייט פון האַנדל, ער האָט באַפױלן די װאיעװאָדעס צו באַשיצן די אינטערעסן פון די ייױן קעגן די צעכן און מאַגיסטראַטן, װאָס װענדן אָן אַלע מיטלען צו באַגרע- נעצן יידן אין האַנדל און אין האַנטװערק. ער האָט אויך אָפּגעשאַפט די אַלטע גזירה אויף די פּױזנער יידן, וועלכע עס איז פאַרבאָטן געװאָרן צו די יידן אין פּוילן : ' 168 האָבן הייזער העכער פון א באַשטימטער נאָרמע, און האָט זיי דערלויבט צו דינגען גשוועלבער אין אַלע פונקטן פוך שטאָט און אֲפילו האַנדלען אין די קריסטלעכש ימִים טובכים. די מאַגיסטראַטן האָבן באַקומען א שטרענגן באַפעל צו באַשיצן די יידן קעגן די אָנטאַלן פון די קריסטלעכע סוחרים. נאַר אין דער צייט, וען באטארי האָט אָפּגעהיט בנוגע צו יידן די אַלטע טראַדיציעס פון דער ליבעראַלער עפּאַכע, האָבן אין דער פו- לישער געזעלשאַפּט שוין עקזיסטירט די אידייען פון דער קאַטױלישער רעאַקציע, קעגן װשלכער דער קשניג אין נישט אומשטאַנד געװען צו קעמפן, די אַלע פֿאַראַרדענונגען פון קעניג האָבן נישט געקעגט פֿאַר" היטן פון איינצלנע קאַטאַסטראָפּעס, און שוין דריי חדשים נאָך דעם, װי באַטאָרי האָט ארויסגעגעבן זיין באפעל צו די מאַגיסטראַטן ועגן שיצן יידן, אין אין פּויון פֿאַרגעקומען א פּאַגראָם, װאָס האָט זיך געענדיקט מיט עטלעכע דערמאַרדונגען. אָנגעהויבן האָט זיך דער פּאָנױאָם דערפון, װאָס יידן האָבן נישט דערלאָזט איינעם א משומד צו זען זיך מיט זיין ווייב, נאָר באמת איז דאָס מער נישט געווען, װוי אַ צופעליקע סיבה. דער פּאַגראָם איז שוין פריער געווען צוגעגרייט דורך די קריסטלעכע סוחרים, װאָס האָבן ניט געקאַנט רואיק צוקוקן, וי אזוי זייערע קאַנקורענטן, די יידן, פירן א פרייען האנדל. האַטאָרי האָט אַרױפגעלייגט אויפן מאַגיס- סראָט אַ גרויסע שטראָף דערפאר, װאָס ער האָט דערלאָוט צום פּאָגראָט, נאָר דורך אַ שבועה האָט דער מאַגיסטראָט פאַרזיכערט, אז ער האָט נישט געוואוסט ועגן די הכנות צום פאגראם, און די שטראָף איז דערנאָך אַראָפּגענומען גשװאָרן. די יידישע לאַגע האָט זיך װוידער געביטן ביים קעניגן פון סיגין- מונד דעם דריטן (1588 -- 1622) און װלאַדיסלאַװ ‏ דעם פערטן (1632 --- 1648), דאָ האָט זיך בולט אַרױסגנעװיון דער רעזולטאַט פון דער פּאַליטישער איבערקערשניש אין פּוילן נאַך דער אוניש, ווען די קפ- ניגן האָבן אַנגטהויבן וושרן אויסנשװויילט פון פֿאָלק, די קעניגן זיינען גע" װאָרן אפּהענגיק פון דער שליאַכטע, װעלכע האָט פאַקטיש געהאַט די גאַנצע מאַכט אין אירע הענט, אוגעפאסט די געזעצגעכוגג פון סייב צו אירע קלאסןדאינטערעסן און פארנומען אַלע שטעלן אין דער אַדמיניס- טראַציט װי װאַיעואדעס, סטאראָסטעס און אנדערע באאַמטע. די אַפּוט- רופּסות אויף יידן גייט ביסלעכווייז איבער פון דער קעגיגלעכער מאַכט 1066 הי גרעץ - די יירישע געשיכטע צו דער רייכער שליאַכטע. און הגם די שליאַכטע איז דורכגעדרונגען מיט די קלעריקאַלע אידייען און איז דערצויגן אין יעזואיטישן גײסט, דאָך שיצט זי די יידן, מיט וועלכע זי איז עקאָנאָמיש צוזאַמענגעבונדן. דער פּריצישער ייד אין די שטעט און שטעטלעך, װאָס געהערן צו פּריװאַטע מענטשן, דער ייד-אַרענדאַר, װאָס פאַרװאַלטעט מיט דעם פּריצס ווירט- שאַפּט און האַלט אין אַרענדע זיינע מילן, ביר-ברויערייען ,שענקען און אַנדערע אונטערנעמונגען, --- אַלע זיינען זיי נײיטיק דעם פוילן שליאַכ- טשיץ, װאָס פאַרברענגט זיין צייט אין די סיימען, אין אױסלאַנד, לעבט אַ גוטן טאָג און האָט קיין צייט נישט צו פאַרנעמען זיך מיט זיינע גע- שעפטן. די שליאַכטע קאָן דעריבער נישט אַריבערטרעטן געוויסע גרע- נעצן אין די רעפּרעסיעס קעגן יידן. אפילו דער פרומער קעניג סיגיזמונד דער דריטער, װאָס האָט זיך געפונען אין גאַנצן אונטערן איינפלוס פון די יעזואיטן, מוז ציען ווייטער די ליניע און װויײיטער היטן די אַלטע טראַ- דיציעס פון די פריערדיקע מלכים, װאָס האָבן געשיצט די יידישע איג- טערעסן. ער באַשטעטיקט די אַלטע פּריווילעגיעס פון די יידן צו פירן אַ פרייען האַנדל, מיט בלויז אייניקע באַגרענעצונגען, צו וועלכע עס האָט אים געצוואונגען די יידנפיינטלעכע פּאַרטײ, דער עקאָנאָמישע קאַמף צווישן די קריסטן און יידן אין די שטעט ווערט ווייטער געפירט מיט דער זעלבער ענערגיע, װאָס פריער, נאָר אין דער עפּאָכע נעמט דער קאַמף אָן אַ פאָרעם פון רעליגיעזער שנאה. אין פיל שטעט וערן די מאַגיסטראַטן די שופטים פון יידן, הגם לױט דער קאָנסטיטוציע זיינען יידן אין זייערע משפּטים מיט קריסטן נאָר אונטער- געװאָרפן דעם קעניגלעכן געריכט, די יידן באַקלאָגן זיך אָפּט פאַרן קעניג און דאָרט, וואו יידן האָבן מליציייושר, העלפן אַמאָל די אָנקלאָגן און דער קעניג נעמט זיך אָן די יידישע קריוודע. אַזױ, למשל, ווען די בריס- קער יידן האָבן זיך באַקלאָגט פאָרן קעניג אויף דעם דאָרטיקן מאַניס- טראַט, האָט דער קעניג זיך אָנגענומען פאַר יידן אַ דאַנק דעם, װאָס די אָנקלאגע האָט געשטיצט דער פּרנס פון דער בריסקער יידישער געמיינ- דע שאול יודיטש, אַן אָפּקױפער פון פיל קעניגלעכע שטייערן אין ליטע, װאָס האָט געטראָגן דעם טיטל ,קעניגלעכער דינער" (עס אין דאָ אַ גרונט צו רעכענען, אַז דער דאָזיקער שאול איז דער העלד פון דער לע גענדע, װאָס דערציילט, אַז אין פּולן איז איין מאָל אויסגעקליבן געװאָרן די יידן אין פּױלן בי 167 אָלס קעניג דער אָנגעוצענער ייד, שאול װאָל, אַ ליבלינג פון פירשט ראַ- דזיוויל, און דער שאול האָט אָפּגעקיניגט איין נאַכט), אָבער דאָרט, וואו ילדן האָבן נישט געהאַט אַזעלכע אָנגעועענע מליצליושר ביים הויף, האָבן די אָנקלאַגעס װינציק געהאָלפן. אין ווילנע האָבן די קריסטלעכע סוחרים צוליב קאַנקורענץ מיט די יידישע סוחרים אפילו געמאַכט א פּאָג- ראָם, חרוב געמאַכט די שול און צעראַבירט די יידישע װואוינננגען (1592), סיגיזמונד האָט אַרױסגעגעבן די ווילנער יידן אַ פּריוילעגיע אויף פרייען האַנדל און וואויגרעכט, אָבער אויך נאָך דעם האָבן די סכסן" כים צווישן יידן און קריסטן נישט אויפגעהערט און אָפּט געבראַכט צו טרויעריקש צוזאַמענשטױסן. באַזונדערס אָפט פלעגן ליידן פון די קריסט" לעכע שטאַטישע איינוואוינער די יידן פון פּױון, וואו די באַפעלקערונג איז באַשטאַנען הויפטזאכלעך פון דייטשן, דאָ זיינען די אָנפאַלן פון המון אויף דעם יידישן קװאַרטאַל געװאָרן אַ װאָכעדיקע זאַך, נאָר אויסער דעם האָט מען נאָך דאָרט געקעמפט קעגן יידן מיט אלעגאַלע?" מיטלען. מיט אייניקע מלאכות, וי למשל שניידעריי, האָבן יידן געמעגט פאַרנעמען זיך נאָר אויף צו באַפרידיקן זייערע איגענע באַדערפענישן און נישט פאַר קריסטן, אין 1618 האָט אַ מאָלער, וועלכער האָט אױסגעפּוצט מיט בילדער די ווענט פון ראַטהױז צו דער גאָס אַרױס, אויסגעמאָלט עטלעכע זייער באליידיקנדיקע פֿאַר יידן פיגורן און דער המון האָט נישט וינ" ציק זיך געמאַכט לוסטיק פון דעם און פאַרשאַפט יידן פיל בזיונות. אין אַ פּאַר יאָר אָרום האָט מען פונאַנדערגעלאָזט אַ קלאַנג, אַז אין איינעם פון די יידישע הייזער האָט מען כלומרשט געפונען אַ טיש, אויף ועלכן עס זיינען אַמאָל דורכגעשניטן געװאָרן דריי האָסטיעס, דעם הײליקן טיש האָט מען פייערלעך איבערגעפירט אין קירך אַרײן מיט אַ גרויסער פּראָ- צעסיע, ‏ אין וועלכער עס האָבן זיך באַטײליקט אַלע גייסטלעכע פון שטאָט. דערצויגן אויף אַזעלכע ווילדע סצענעס, האָט דער המון פאַר- לאַױן דאָס לעצטע ביסל אַכטונג צו יידן און די שנאה און פאַראַכטונג צו דער מענטשלעכער וירדע פון יידן װוערט נאָר פאַרטיפט און פאַרגרע" סערט, אין יענער עפּאָכע ווערן די בלוט"בלבולים אויף יידן אַן אָפּטע זאַך און באַקומען א כאַראַקטער פון דער גרויזאַמער שפּאַנישער אינקוויזיציע, די פּראַצעסן וועגן די בלבולים ווערן שוין געפירט נישט כלאחרייד, וי 168 : נרעץ - די יידישע געשיכטע פריער, נאָר מיט אַ באזונדערער פייערלעכקייט און אין העכסטן פּױלישן געריכט. אין קרוין-טריבונאָל, אין 1598 האָט דער לובלינער טריבונאל פאַרמשפּט צום טוט דריי יידן, וועלכע זיינען באַשולדיקט געװאָרן אין דער דערמאַרדונג פון אַ קריסטלעך קינד, װאָס מען האָט געפונען טיט אין אַ בלאָטע נעבן אַ דאָרף. כדי צו צווינגען די באַשולדיקטע, אַז זײ זאָלן זיך מודה זיין אין פאַרברעכן, האָט מען זיי פריער שרעקלעך גע- פּײיגיקט און די טױט-שטראָף איז דערנאָך אויסגעפירט געװאָרן מיט אַ באַזונדערער פייערלעכקייט. דעם קערפּער פון דערהרגעטן קינד האָבן די יעזואיטן אַריבערגעפירט אין קירך און די אבערגלויביקע מאַסע איז גע" קומען זיך בוקן אן מתפּלל זיין פאַר דעם קינד, װאָס איז אַ קדוש גע- װאָרן, אַזעלכע פּראָצעסן זיינען אויך פאָרגעקומען אין אַנדערע שטעט פון פּױלן און ליטע. אין דער זעלבער צייט האָט די קלעריקאַלע פּאַרטײ אָנגעהױיבן פירן אַן אַגיטאַציע קעגן יידן אויך אין דער ליטעראַטור. דער גלח מאָיעצקי האָט אין 1598 אַױױסגעלאָזט אין קראָקע זיין גיפטיק בוך ,וועגן די יידישע מערדערייען"; אויף דער זעלביקער טעמע האָט אױך געשריבן אַ געוויסער גוביצקי אין יאָר 1602. דער פּוילישער דאָקטאָר סלעשקאָווסקי האָט באַשולדיקט די יידישט דאַקטױידים, אַז זיי פאַרגיפטן סיסטעמאַטיש די פּאַליאַקן, און האָט פאַרזיכערט, אַז די דזשומאַ, װאָס האָט דעמאָלט אין פּוילן געהערשט, איז אַ שטראָף פון גאָט דערפאַר, װאָס מען באשיצט יידן, מער פון אַלע האָט געשאָטן פּעך און שװעבל אויף יידן דער פּוילישער שריפטשטעלער מיטשינסקי, ועלכער האָט אַרױסגעלאָזט דאָס באַוואוסטע אַנטיסעמיטישע װערק ,דער שפּיגל פון דער פּוילישער קרוין", אין דעם בוך האָט מיטשינסקי צוניפגעזאַמלט אַלע בלבולים און באַשולדיקונגען, װאָס זייגען וװען עס איז אַרױסגע- שטעלט געװאָרן קעגן יידן. יידן זיינען שולדיק אין פּאַליטישן פאַרראַט, אין רויבערייען און נאַרערײ, אין כשוף-מאַכעריי, אין ריטועלע דערמאָר- דונגען, אין פארשוועכן די קריסטלעכע הייליקטימער. מיטשינסקי האָט זיך געווענדט צו די דעפוטאַטן פון סיים מיט אן ענערגישן אויפרוף, אַן מען זאָל זיך באַגיין מיט יידן, װי אין שפּאַניע, פראַנקרייך, ענגלאַנד און אַנדערע לענדער, ד"ה ארױסטרײיבן זיי פון פוילן. די העצע פון מי- טשינסקי האָט אַרױסגערופן הייסע און שטוימישע דעבאַטן אין סיים פון 1618, אייניקע דעפּוטאַטן האָנן דערקלערט מיטשינסקין וי אַן די יידן אין פּױלן : 109 אָפּאָסטאָל פון אמת, אַנדערע האָבן אים באשולדיקט אין אַרױסרופן אומ" רוען און אונטערהעצן איין טייל באַפּעלקערונג קעגן דער צווייטער. דער סיים האָט אַרױסגעװיזן אויף אַזוֹיפיל פּאָליטישן פאַרשטאַנד, אַז ער האָט מיט מיטשיגסקיס פּאַמפּלעט שטאַרק זיך נישט גערעכנט, גאָר אין דער געזעלשאַפט זיינען די אַנטיסעמיטישע איריען היסלעכּװייז אַריינגע- דרונגען און צוגעגרייט א באָזן פאַר די שפּעטערדיקע טרױעריקע גע" שעענישן, סיגיזמונדס יורש, װלאַזיסלאַװ דער פערטער, איז גנישט געווען אזא פרומער קאַטאָליק און אָנהענגער פון די יעזואיטן, װוי זיין פאָטער. ער האָט זיך באַצױגן מיט מער טאַלעראַנץ צו מענטשן פון פרעמדן גלױבן און האָט באמת געװאָלט אויסגלייכן די רעליגיעזע און קלאַסןרקאָנפליק- טן, אָבער די רעליגיעוט שנאה און קלאַסךקאַנפליקטן האָבן שוין געהאַָט אַזעלכע טיפע װאַלצלען אין דער מלוכה, אַז דער קעניג האָט געקענט וויג" ציק װאָס אויפטון, אין 1832 האָט װלאַדיסלאַװ אויפן סיים באַשטע- טיקט די אַלטע יידישע פּריװוילעגיעס, זיי דערלויבט פריי צוֹ האַנדלען באַשטימט די גרעניצן פון זייער אינערלעכער אױטאָנאָמיע און באַפױלן די מאַגיסטראַטן צו באַשיצן די יידן פון די אָנפאָלן פון המון. נאָר צואַ" מען דערמיט האָט ער פארבאָטן די יידישע געמיינדעס בויען נייע שולן און בית-עלמינס אָן אַ ספּעציעלער דערלויבעגיש פון קעניג אין יעדן באַ- זונדערן פֿאַל. אין אַלגעמיין האָט דער קעניג געהיט די רעכטן פון די יידן, נאַר אין איינצלנע פאַלן האָט ער אָפטמאָל דערפילט די בקשות פון די שטעט ועגן באגרעגעצונגען אויף יידן און נישט זעלטן פלעגט ער אָמפּי שאַפן זיינע אייגענע פריערדיקע באַשלוסן. אַזױ, למשל, האָט ער אין יוֹנִי 1642 דערלויבט די קראַקעווער יידן צו פאַרנעמען זיך מיט טראַנס- פּאָרט-האַנדל און אין צוויי חדשים אַרום האָט ער אָפּנעשאַפט זיין אלל" גענע דערלויבעניש, וייל די קריסטלעכע סוחרים האָבן זיך באַקלאָנט, אַז די יידישע קאַנקורענץ איז פאַר זיי זייער שווער. לױט דער ביטע פון די קריסטלעכע איינוואוינער פון מאָהילעוו האָט װלאַדיסלאַו באַ- שטעטיקט די פאַראַרדענונג פון זיין פאָטער וועגן באַזעצן די דאָרטיקע יידן אין עק שטאָט, און אין א קליינער צייט אַרום האָט ער אויך באַ- שטעטיקט דעם באַשלוס פון מאַגיסטראַט, אַו יידן זאָלן נישט טאָרן דיג" גען קיין הייזער צווישן קריסטן, צוליב דעם פאַרבאָט פאַר יידן צו פאַר" 170 : : גרעץ - די יידישע געשיכטע נעמען זיך מיט קליין"האַנדל אויף די שטאָטימערק, זיינען זייער גע- שטיגן די פּרײיזן אויף די נייטיקסטע פּראָדוקטן, און די שליאַכטע האָט זיך דעריבער משתדל געווען, אַז מען זאָל אָפּשאַפן דעם פאַרבאָט, באַ- זונדערס פאַר ווילנע. דער קעניג האָט מסכים געווען, נאָר צוזאַמען דער- מיט האָט ער אויך איינגעשטימט מיט די באַשלוסן פון ווילנער מאַגיס- טראָט וועגן איינפירן נייע באַגרענעצונגען פאַר יידן: אין געלט-פּראַצעסן מיט קריסטן זיינען זיי געווען אונטערגעװאָרפן די יורידישע געזעצן פון מאַגיסטראַטן זיי האָבן געדאַרפט ואוינען אין אַ ספּעציעלן קװאַרטאַל מיטן נאָמען ,די זשידאָװסקאַ גאָס? און נישט געטאָרט פאַרנעמען זיך מיט מלאכות, װאָס זיינען פון אַלטע צייטן אָן געווען אין די הענט פון די צעכן (1633), אין די שטעט זיינען יידן געווען צונױפגעשפּאַרט און באַגרענעצט אין האַנדל --- און זיי גייען איבער אַלץ אָפּטער אין די דערפער, וואו זיי פאַרנעמען זיך מיט אַרענדע פון די שליאַכטישע גיטער. נישט בלוין די רייכע פּריצים, נאָר אפילו די הויכע גייסטלעכע גיב-אָן אין אַרענדע די יידן זייערע נחלאות און דאָס רופט אַרױס אַ שטאַרקן פּראָטעסט פון סינאָד, דער װאַרשעװער סינאָד האָט אַ שאַרפן פאָרוואורף געמאַכט יענע בישאָפן, װאָס האַלטן ביי זיך יידישע אַרענדארן און ,, דערמיט גיבן זיי די פרעמד" גלויביקע שליטה אויף זייערע קריסטלעכע לייב-אייגענע". דער סינאָד אין פּויזן האָט מיט צאָרן פּראָטעסטירט קעגן דער ,, אומדערטרעגלעכער יידישער חוצפּה?": לא די װאָס די יידן האָבן פאַרכאַפּט אין זייערע הענט דאָס האַנט- ווערק, דערלויבן זיי זיך נאָך צו האַנדלען אויף די גאַסן און מערק אין די קריסטלעכע ימים-טובים. און אויב אין די דערפער און אין די שטעטלעך זיינען די גייסטלעכע געווען אומעכטיק אויפצוהעצן די שליאַכטע קעגן יידן, מיט וועלכע זיי זיינען געווען עקאַנאָמיש ענג פאַרבונדן, האָבן זיי נישט אויפגעהערט צו וועקן די גראָבע אינסטינקטן פון המון אין די שטעט, און װאָס ווייטער, אַלץ שטאַרקער איז געװאָרן די אַגיטאַציע קעגן יידן. אין פרױילינג 1626 איז אין לובלין פּלוצים פאַרשוואונדן געװאָרן אַ קריסטלען קינד --- און אויף יידן איז געפאלן דער חשד, אַז דאָס האָבן זיי דאָס קיגד דערמאַרדעט. דאָס געריכט האָט באַטראַכט די באַשולדיקונג און, אזוי וי זי האָבן נישט געפונען קיין ראיות, האָט מען פרײיגעשפּראַכן די פאַרדעפ- טיקע יידן, נאָר אין אַ קליינער צייט אַרום האָבן די דאָרטיקע גייסטלעכע, די יידן אין פּולֿן : 101 װאָס זיינען נישט געווען צופרידן מיט דעם באַפרײיאונגס:אורטייל, שױן געפונען אַ נייעם בלבול, עס האָט זיך געפונען אַ געוויטער מאָנאַך פּאַאול, וועלכער האָט דערקלערט, אַז יידן האָבן אים פאַרנאַרט צוֹ זיך אין אַ שטוב, דאָרט, מיט דער חילף פון אַ דייטשן פירורג, אים געצאַפּט בלוט, וועלכעס זיי האָבן צונויפגענומען אין אַ כלי און דערביי שטיל מתפּלל געווען. דער טרינונאָל האָט געגלויבט אין דעם דאָזיקן מיאוטן בלבול און נאָך א קורצן פּראָצעס מיט שנוים פון דעם באַשולדיקטן, האָט מען אַ גע" וויסן ייד מרדכי פאַרמשפּט צום טויט. אין 1639 איז אַנטשטאַנען אַ מרי- שער פּראָצעס. דער קרוין-טריבוגאל האָט פֿאַרמשפּעט צום טױט צװי גבאים פון דער לענטשיצער יידישער געמיינדע, װאָס זיינען באַשולדיקט געװאָרן אין דער דערמאָרדונג פון אַ קריסטלעך קינד אין א דערבייאיקן דאָרף. נישט געקוקט דערויף, װאָס די באַשולדיקטע האָבן אויך נאָך שרעק- לעכע ענוים זיך מודה געװען אין כלומרשטן פאַרברעכן, האָט מען דעם טויט-אורטייל דאָך אויסגעפירט. די קערפּער פון די געטויטע יידן האָט מען צעגלידערט אויף שטיקער און אַרױסגעשטעלט אויף סלופּעס אין אַלע וועגן. די אָרטיקע מאַנאכן האָבן זיך באַנוצט מיט דעם צופאַל און אַרױס- געשטעלט אין זייער קאַסציאָל אַ בילד מִיט אָן אויספירלעכער באַשרײיבונג פון דער דערמאַרדונג צוזאַמען מיט דעם קערפּער פון דערמאַרדעטן קיגד, די אַבערגלױביקע קאַטױלישע מאַסט איז געגאַנגען זיך בוקן פארן קערפּער פון מאַרטירער-קינד, די הכנסות פון קאָסציאָל זיינען דערווייל געוואקסן און דאָס זיינען די מאָנאַכן טאַקע אויפן געווען. די אַלגעמײנע פּאָילטישע און עקאַנאָמישע באַדינגונגען אין פּױלן האָבן געבראַפּט דערצו, אַז יידן זאָלן דאָרט לעבן, װוי אַ מלוכה אין א מלוכה, מיט זייערש באזונדערש רעליגיעזע, אַדמיניסטראַטיװװוע און געריכטלעכע אַנשטאַלטן, יידן זיינען געווען א באַזונדערער קלאָס מיט א באַזונדערער איגערלעכער אױטאָנאָמיע, װאָס האָט געקענט זיין װוי אַ מוסטער פאַר יע- דער גוט-אָרגאניזירטער געזעלשאַפּט. די פּױלישע קיסרים זיינען געווען פאַראינטערעסירט, אַז די יידישע געמיינדעס זאָלן זיין גוט אָרגאַניזירט, ווייל ערשטנס איז פאַר יעדער רעגירונג בכלל באַקװעמער האָבן צו טאָן מיט פאָרשטייער פון פאָלק, מיט אַ באַשטימטער גרופּע, איידער מיט אַן אומאָרגאַניזירטער מאסע, און צווייטנס האָבְן די יידישע שטייערן, אַ דאַנק 179 2 גרעץ - די יידישע געשיכטע דער אָרגאַניזאציע פון די יידישע געמיינדעס, געקענט פּינקטלעך און צו דער צייט ווערן אויפגעמאָנט, אויף אַזאַ אופן איז אין פּוילן געווען סיי מעג" לעך און סיי באַקװעם פאַר דער רעגירונג צו דערלאָזן אַ פרייע יידישע אױטאַנאָמיע אין די אינערלעכע אָנגעלעגגהײטן, נאָך סיגיזמונד דער ערשטער האָט זיך באַמיט צו נעמען אונטער זיין שוץ די יידישע זעלבסטפאַרװאַלטונג. מיט דער באַשטימונג פון מיכל יאַ- זעפאָװויטשן וי אַן ,,עלטסטן? איבער אַלע יידן איז דער קעניג אויסן געווען צו גאַראַנטירן דעם רעגלמעסיקן גאַנג פון די יידישע שטיײערן פאַר דער מלוכה. סיגיזמונד האָט נישט איין מאָל באַשטעטיקט די יידישע רבנים, װאָס זיינען אויסגעקליבן געװאָרן אין פאַרשידענע שטעט. אין 1518 האָט ער באַשטעטיקט צוויי אויסגעוויילטע רבנים, משה און מענדל, װי די פאָר- שטייער פון אַלע יידישע געמיינדעס אין גרויס-פּױלן מיטן רעכט צו משפּטן די יידן אויפן גרונד פון די יידישע געזעצן. נישט אײינמאָל האָט סיגיזמונד זיך אריינגעמישט אין די אינערלעכע סכסוכים צװישן יידן און געשטעלט זיך אויף דעם אָדער יענעמס צד. אין קראָקע, וואו עס זיינען געווען צוויי באַזונדערע געמיינדעס, פון די דאָרטיקע און פון די דייטשע יידן, זיינען אויסגעקליבן געװאָרן צוויי באַזונדערע רבנים, ר' אשר און ר' פּרץ. האָט זיך געמאַכט, אַז צווישן ביידע געמיינדעס האָט אױיסגעבראָכן אַ סכטוך, צו וועמען עס דאַרף געהערן די אַלטע שול, דאַן האָט דער קעניג זיך ארייג- געמישט און זיך געשטעלט אויף דער זייט פון די פּוילישע יידן, אין 1531 האָט דער בריסקער רב ר' מענדל פראַנק זיך באַקלאָגט פאַרן קעניג, אַז יידן ווילן קיין מאָל נישט פאָלגן זיינע פּסקים און גיין זיך לאָדן אין די קריסטלעכע געריכטן. דער קעניג האָט געמוזט זיך ווענדן צו די בריסקער יידן מיט שטראָף-רייד, זי אויסמוסרן דערפאַל װאָס זיי פאָלגן נישט דעם רב זייערן. אין ווייטערדיקן יאָר האָט דער קעניג באַשטימט וי דעם הױפּט- רב פון קראַקע אנשטאט דעם אױבנדערמאַנטן ר' אשר, דעם באַרימטן למדן ר' משה פישעל. דעם לעצטן, צוזאַמען מיט דעם באַרימטן געלערטן ר' שכנא פון לובלין, האָט דער קעניג שפּעטער באַשטעטיקט וי די הױיפּט-רבנים פון גאַנץ קלייןפּױלן, ווייל סיגיזמונד האָט פאַרלאַנגט, אַז די יידישע גייסטיקע ענינים זאָלן צענטראַליזירט ווערן און די הנהגה פון די געמיינדעס זאָל זיך געפינען אין געציילטע הענט. אָן דער דערלױיבעניש פון די דאָזיקע צוויי אױיבנדערמאַנטע הויפּט-רבנים האָט קיין יידישע געמיינדע נישט געטאָרט די יידן אין פּולן : : : י 178 איינלאַדן צו זיך קיין רב, און יעדער, װאָס איז דורך די צוויי , עלטסטף" אריינגעלייגט געװאָרן אין חרם אריין, איז געווען אויך פאַראַנטװאָרטלעך פאַרן קרוין-געריכט, אויב דער חדם איז צו אַ באַשטימטן טערמין נישט אַראָפּגענומען געװאָרן. דאָך האָט דער קעניג אין גיכן זיך איבערצייגט, אַז יידן זיינען נישט צופוידן מיט דעם דאָזיקן סיסטעם פון באַשטימען, גלייך װוי באַאַמטע, יידישע רבנים --- און דער קעניג האָט זיך געמווט אִפּ- זאָגן פון אריינמישן זיך אין די יידישע אינערלעכע ענינים, אַראָפּנעמען זיין אפּוטרופּסות פון זיי און לאָזן די יידן פריי פאַרװאַלטן מיט זייערע אייגענע ענינים, דורך דעם באַפעל פון סיגיומונד-אױיגוסט פון אויגוסט 1551 זיינען פעסטגעשטעלט געװאָרן די ווייטערדיקע אױטאַנאָמישע יסודות פֿאַר די יידן פון גרױיס-פּױילן: יידן האָבן דאָס רעכט, לויט אַן אַלגעמײנער הסכמה צווישן זיך, אויסקלייבן רבנים און ריכטער, װאָס זאָלן פאַרװאַלטן מיט זייערע גייסטיקע און געזעלשאַפטלעכע אָנגעלעגנהייטן; די אויסגעקליבענע רבנים און ריכטער דערקלערן דעם פאָלק אַלע רעליגיעזע פראָגן, גיבן גטין, חתוגה-אַקטן, שטרי-מפּירה און אנדערש ציווילע אַקטן, גלייכן אויס די סכסוכים צווישן אייגעם און צװוייטן אויפן גרונט פון די יידישע געזעצן צוזאַמען מיט די עלטסטע פון קהל קענען זיי אַרײינלייגן אין חרם און אַרוים- לייגן אַנדערע שטראָפן אויף די שולדיקע; אוב דער, װאָס װוערט ארייג- געלייגט אין חרם, פאַרבעסערט זיך נישט אין משך פון אַ מאָנאַט, װערט וועגן דעם געמאָלדן דעם קעניג, וועלכער קען פאַרמשפּטן דעם מוחרם צו קאַנפיסקירן זיין פאַרמעגן און צו טויט. די אָרטיקע אדמיניסטראַציע אין מחויב מיטצוהעלפן די רבנים און פאָרשטײיער פון קהל אויסצופירן זייערש. פאַראָרדענונגען און באַשלוסן, דורך דעם דאָזיקן געזעצגעבערישן אַקט און אנדערע שפּעטערדיקע אַזעלכע אַקטן װאָבן די אויסדערוויילטע פון די יידי- שע געמיינדעס באַקומען ברייטע יורידישע רעכט און פון יענער צייט איז פעסטגעשטעלט געװאָרן דע רעזשים פון קהל, ד"ה פון דער ידישער זעלבסטפאַרװאַלטונג, וי אַ יורידישש פּערזאָן. די טעטיקייט פון די יידישע קחלות האָט זיך באַזונדערס אַנטװיקלט אָנהױבנדיק פון דער צווייטער הטלמט פון 16-טן יאָרהונדערט, אין יעדער יידישער שטאָט און שטעטל האָט זיך געפונען א קהל- פאַרװאַלטונג, פּראָפּאַרציאָנעל לויט דער גרויס פון דער געמיינדע. אין 174 הי : גרעץ - די יידישע געשיבטע די גרויסע קהלות האָט די צאָל מיטגלידער פון דער קהלפאַרװאַלי טונג דערגרייכט ביז 40, און אין די קליינע --- ביז 10. די מיטגלידער פון דער פאַרװאַלטונג זיינען אויסגעװיילט געװאָרן יערלעך, אין חול המועד פּסח, לויט אַ צווייפאַכיקן סיסטעם: פון די מתפּללים פון אַלע שולן האָט מען לויט אַ גורל באַשטימט עטלעכע בוררים (פון 9 ביז 15), וועלכע האָבן שפּעטער, נאָך אַ פייערלעכער שבועה, אויסגעװוײילט מיטגלידער פון דער קהל-פאַרװאַלטונג. די דאָזיקע פאָרשטייער פון דער פאַרװאַלטונג האָבן זיך געטײילט אויף גרופּעס: צוויי גרופּעס -- ראשי"הקהל און טובי-העיר זיינען געשטאַנען אין דער שפּיץ פון דער פארוואלטונג און אָנגעפירט מיט די אַלגעמײנע ענינים; נאָך זיי זיינען געגאַנגען די דינים און די גבאים, די ,,ראשי" און די ,,טובי? זיינען געווען דער עיקר פון דער פאַרװאַלי טונג און אין אייניקע קליינע שטעט זיינען אויסער זיי מער קיין מיט" גלידער נישט געווען. די טעטיקייט פון קהל איז געווען גאַנץ ברייט. דאָס קהל האָט געדאַרפט איינמאָנען אין זיין ראַיאָן די מלוכה-שטייערן און צר שטעלן דאָס דער רעגירונג, ער האָט באַשטימט די אַלגעמײנע און ספּעציעלע שטייערן, פאַרװאַלטעט מיט די שולן, ישיבות, בית"עלמינס און אַנדערע אנשטאלטן, רעגולירט אַלע אָנגעלעגנהייטן פון קינדער-דערציאונג, צדקה, האַנדל און מלאכה, אויסגעגלייכט די סכסוכים צוישן די מיטגלידער פון דער געמיינדע, מיט דער מיטהילף פון די רבנים און דיינים. דער רב איז אין אַלע רעליגיעזע ענינים געווען פריי אוֹן זעצלבסשטענדיק, נאָר אין אַלע אַנדערע ענינים איז ער געוען אָפּהענגיק פון דער קהל-פאַרװאַלטונג, וועלכע פלעגט אים אײנלאַדן און באַשטימען װי אַ רב אויף אַ געװויסער צייט. נאָר די באַרימטע רבנים, װאָס האָבן געהאַט אַ גרויסע אױטאָריטעט אין דער יידישער וועלט, האָבן געקענט האָבן אַן איינפלוס אויך אויף די געזעלשאַפטלעכע ענינים פון דער געמיינדע. די מאַכט פון יעדן קהל האָט זיך פאַרשפּרײט אויך אויף די יידישע איינוואוינער פון די אַרומיקע דערפער און ישובים, וואו עס איז נישט געווען קיין זעלבסטשטענדיקע קהל-פאַרװאַלטונג. אויסערדעם האָבן די געמײינדע-פאַרװאַלטונגען פון די גרויסע שטעט געהאט אַ שליטה אויף די קהלות פון די קלענערע שטעט אין זייער ראַיאָן. אַזױערנאָך זיינען אַנט' שטאַנען די געמיינדע ראַיאָנען, אָדער גלילות, װאָס האָבן געהאט אונטער זיך אַ ריי קלענערע קהלות, דער העכסטער צענטער פון די אַלע קהלות די יידן אין פּולן 178 זייגען געווען די ועדים, ד"ה די צוזאַמענפאָרן אָדער סיימען פון די רבניט און געמײינדע-פאָרשטײער, אנטשטאנען זיינען די ועדים אויף אַזאַ אופן; דער משפּט פון די רבנים, װאָס האָבן געהאט ברייטע רעכטן צו פירן אַלערליי פּראָצעסן, פלעגט זיין געגרינדעט אויף דער תלמודישער געזעצגעבונג, וואו עס זיינען טאָראױסגעזען כמעט אַלערלײ מעגלעכע פראַגעס און סכּסוכים צווישן איין מענטשן און צװוייטן, אָבער אין דער גרויסער און קאָמפּליציף- טער יידישער געזעצגעבונג געפינען זיך אָפּט צווייפלהאַפטע פראגעס, צו" ליב וועלכע עס איז שוין נישט גענוג די קאָמפּעטענץ פון איין רב. עס פלעגט זיך אויך אָפט מאַכן, אז אייגער פון די צדדים, װאָס האָבן זיך גע- משפּט, איז נישט געווען צופרידן מיטן פּסקידין און אַפּעלירט צום געריפט פון אַ צווייטן רב, װאָס האָט מער אױטאָריטעט, איידער דער רפ פון זיין שטאָט, נישט זעלטן זיינען אויך פאָרגעקומען סכסוכים צווישן גאַנצע גש- מיינדעס, צווישן איין רב און צװוייטן, צווישן איין פּערזאָן אַ גאַנצער גע" מיינדע אאז"וו, ביי אַזעלכע עקסטרא פאַלן פלעגן צונויפגערופן ווערן צו" זאַמענפאָרן פון רבנים און קהלה - פאָרשטיער, װאָס האָבן געשפּילט די ראָלע פון אַ העכסטער געריכטס-איגסטאַנץ, אַזעלכע צוזאַמענפאָרן פלעגן פאָרגעקומען אין דער צייט פון גרויסע ירידים, וואוהין עס זיינען זיך צו" גויפגעקומען פיל מענטשן פון פאַרשידענע שטעט, דער הױפּט-פּונקט איז געווען דער לובלינער יריד, ווייל אין לובלין האָט דעמאָלט געוואוינט די גרעסטע יידישע אױײטאָריטעט, ר' שכנא. אין דער צוייטער העלפט פון 6"טן יאָרהונדערט, ווען אַזעלכע צװאַמענפאָרן זיינען פאָרגעקומען אָפט, זיינען זיי שוין פאַרװאַנדלט געװאָרן אין רעגלמעסיקע סיימען, װאָס ווערן צונויפגערופן אין באַשטימטע צייטן און אויף וועלכע עס קומען פֿאָר- שטייער פון אַלע גרעסערע שטעט אין גאַנץ פּוילן. אויף אַזאָ אופן זיינען אַנטשטאַנען די ועדים און ביסלעפװייז זיינען זיי פאַרװאַנדלט געװאָרן פון רעליגיעזע סיימען אין געזעצגעכנדיקע און אַדמיניסטראַטיווע גאויף זי פלעגן אויסגעאַרבעט ווערן פאַרשידענע תקנות, די אַרדענונג פון די װאַלן אין די קהלות, עס איז באַשטימט געװאָרן די גרענעצן פון דער רבנישער קאָמפּעטענץ, עס איז נאָמינירט געװאָרן דאָס רעכט פון דרוקן ביכער אאז"ו. אַמאָל זיינען אויף די סיימען באַשטעטיקט געװאָרן די פאַראַרדענונגען פון פּױלישן קעניג וועלכע האָבן א דאַנק דעם באַקומען א גרעסערע קראַפט, אַזױ, למשל, האָט דער צוואמענפאָר אין לובלין אין 1580 פייערלעך בא 170 גרעץ - די יירישע געשיכטע שטעטיקט דאָס געזעץ פון קעניג, לויט וועלכן יידן ווערט פאַרבאָטן צו פאַר- נעמען זיך מיט אַרענדיין די מלוכה-צאָל און אַנדערע מלוכה-הכנסות, ווייל ,,מענטשן, װאָס ווילן נתעשר וערן דורך גרויסע אַרענדעס, קענען אריינברענגען פיל אין אַ גרויסער סכנה", אין ענדע פון 16-טן יאָרהונדערט האָבן די יריד- צוזאַמענפאָרן באַ- קומען א פעסטערע אָרגאַניזאציע. אין זיי האָבן זיך באַטײליקט די רבנים און קהל-פאָרשטייער פון די ווייטערדיקע ראַיאָנען: גרױיס-פּולן (די הויפּט- געמיינדע --- פּוזן, קליין"פּוױלן (קראָקע, לובלין), פּאָדאָליע (לעמבערג), װאָלין (אָסטראָוו אָדער קרעמעניץ) און ליטע (בריסק אָדער גראָדנע), די ערשטע צייט האָט דער צוזאַמענפאָר נישט געהאַט קיין באַשטימטן נאָמען און. געביטן זיין טיטל אין צוזאַמענהאַנג מיט דער צאָל ראַיאָנען, װאָס האָבן געשיקט פאַרשטייער: אַמאָל האָט דער צוזאמענפאָר געהייסן צו" זאַמענפאָר פון 3, אַמאָל פון 4, אַמאָל פון 5 ראַיאָנען, נאָר שפּעטער, ווען ליטע האָט זיך אָפּגעטײלט פון פּוילישן פאַױבאַנד און געװאָרן אַן אייגענער פאַרבאַנד, און די פיר ראַיאָנען פון פּוילן האָבן אָנגעהױיבן רעגולער שיקן זייערע פאָרשטייער, האָט דער צוזאַמענפאָר באַקומען אַ שטענדיקן נאָמען ,ועד ארבע ארצות"., אין ועד האָבן זיך באַטײליקט עטלעכע הויפּט-רבנים פון פּױלן און צו איין דעלעגאַט פון דער צאָל עלטסטע אין די גרעסטע קהלות, בסך הכל, אַ מאַן 230, זיי פלעגן זיך צונויפפאָרן פּעריאָדיש, איין מאָל אָדער צוויי מאָל אין יאָר, איין מאָל אין לובלין, דאָס צווייטע מאָל אין יאַראָסלאַוו. געוויינלעך פלעגט דער צואַמענפאָר אין לובלין פאָף- קומען צװישן פּורים און פּסח, און אין יאַראָסלאַו --- אין ענדע זומער, פאַר סוכות. איינער פון די היסטאָרישע כראָניקער פון יענער צייט באַ- שרייבט אַזױ דעם ,ועד ארבע ארצות?: ,די פאַרזאַמלונג פון די פּרנסים פון די פיר ראַיאָנען האָט דערמאָנט דעם סנהדרין, װאָס איז געזעסן אין לשכת הגזית פון בית-המקדש. זיי האָבן געמשפּט אַלע יידן פון פּױלישן קעניגרייך, האָבן אַרױסגעגעבן פאַרפליכטונגען און תקנות און אַרופגע- לייגט שטראָפן לוט זייער אָנזען, יעדע האַרבע שאלה איז אויסגעשטעלט געװאָרן אויף זייער משפּט, כדי צו פאַרלײכטערן זיך די אַרבעט, האָט דער ועד אויסגעקליבן אַ ספּעציעלע קאָמיסיע פון אַזױ גערופענע ,,גליל-ריבטער", װאָס האָבן באַטראַכט די געלט-פּראָצעסן; אליין ווידער האָבן זיי באַטראַכט די קרימינעלע פראגן, די פראָגן וועגן חזקה און אַנדערע שווערע פּראָצעסן". די יידן אין פּולן : 177 דער /,ועד ארבע ארצות" איז אויך געשטאַנען אויף דער װאַך פון די יידישע מירגער-אינטערעסן. ער פלעגט שיקן זיינע שתדלנים קיין װאַרשע און אין אַנדערע ערטער, ואו עס זיינען געזעסן די פּוילישע סיימען, מיטן ציל צו באַמין זיך פאַרן קעניג וועגן באַשטעטיקן די אַלטע יידישש פּריװי לעגיעס, װאָס ווערן נישט דערפילט דורך דער אָרטיקער אַדמיניסטראַציע, אָדער זיי פלעגן באַצייטנס פאַרהיטן פון גייע גזירות, װאָס האָבן זיך גע" גרייט אויף יידן, די הויפּט-אויפגאבט פון ועד איז אָבער באַשטאַנען אין רעגולירן דאָס אינערלעכע יידישע לעבן. אינטערעסאנט זיינען די תקנות, װאָס זיינען אױסגעאַרבעט געװאָרן דורך דעם לובלינער רב ר' יהושע פאלק הכהן, לויט דער באַפולמעכטיקונג פון ועד. כדי צו פאַרפעסטיקן די גוטש סוחרישע מדות צווישן יידן, האָט דער ועד באפילן באַזונדער אָכּטונג צו געבן, אַז יידן זאָלן דערפילן די מצוות וועגן עסן, טרינקען און הלבשה; זיך באַמיען װוי ווייט מעגלעך, אַז יידן זאָלן זיך נישט קליידן װי קריסטן; נישט טרינקען קיין בראָנפֿן צוזאַמען מיט קריסטן אין די שענקן; זיך זאָרגן ועגן דער צניעות פון די יידישע טעכטער, באזונדערס אין די דערפער, וואו די יידישע אַרענדאַרן זיינען צעװאָרפן צווישן די קריסטן. עס זיינען אויך פאַרפאַסט געװאָרן תקנות צו רעגולירן די טעטיקייט פון די פּראָצענט" ניקעסט און װאָכערגיקעס. אין 1623 האָבן די ליטווישע קהלות זיך אָפּגעטײלט פון ,ועד ארבע ארצות? און געגרינדעט א באזונדערן צענטראַל-אָרגאַן אין דער פאָרעם פון אַ צוזאַמענפאָר פון פאָרשטייער, װאָס ווערן געשיקט פון דריי הויפּט- קהלות : גראָדנע, בריסק און פּינסק. שפּעטער זיינען צו זיי אויך צוגש" שטאנען די קהלות פון ווילנע און סלוצק. דער ליטווישער צוזאַמענפאָר האָט זיך גערופן ,,ועד קהלות ראשיות דמדינת ליטא", אויפן ערשטן צוזאַמעג- פאָר זיינען אוױיסגעאַרבעט געװאָרן א ריי תקנות, װאָס האָבן געדאַרפט רשי גולירן דאָס גייסטיקע און געזעלשאַפטלעכע לעבן פון די יידן: סע זייגען פעסטגעשטעלט געװאָרן די קעגנזייטיקע באציאונגען פון די געמיינדעס, די מיטלען צו פאַרטײלן די פּאַדאַטקעט צווישן די געמיינדעס; די באַצי- אונג צו די מלוכה-סיימען, צו דער אָרטיקער מאַכט, צו דער שליאַכטע און צו די שטאָטישע שטאַנדן; די פאָרמען פון די װאַלן אין די קהלות און פון דער קינדער"דערציאונג, דער ליטווישער ועד פלעגט צונויפגערופן 178 נרעץ - די יידישע געשיכטע ווערן אײינמאָל אין דריי יאָר, נאָר עס פלעגן אויך פאָרקומען עקסטרא צוזאַמענפאָרן, ווען די אומשטענדן האָבן געבראַכט דערצו, אויף אַזאַ אופן האָבן סיי די פוילישע, סיי די ליטווישע יידן געהאַט זעלבסטשטענדיקע געמײנדע-פאַרװאַלטונגען מיט צענטראַל-אָרגאַנען. די גהלות פון יעדער געװיסן ראַיאָן פלעגן האָבן זייערע צװאַמענפאָרן, אויפן אָרט פון די פּולישע ,,סײימיקעס", װאָס זיינען געווען די פאַרמיט- לער צווישן איינצלנע געמיינדעס און דעם צענטראַל-אָרגאַן --- דער ,,ועד ארבע הארצות", די דאָזיקע סיסטעמאַטיזירטע גוט-איינגעאָרדנטע אָרגאַ- ניזאַציע פון דער יידישער זעלבסט-פאַרװאַלטונג האָט געדאַרפט היטן די דיסציפּלין צווישן דער יידישער באַפעלקערונג. זי האָט געדאַרפט שאַפן פאַר דעם פאָלק, װאָס האָט געלעבט וי אַ מלוכה אין אַ מלוכה, אויסערהאַלב דעם אַרומיקן מלוכה-לעבן, אייגענע נאַציאָנאַליפּאָליטישע נאָרמען, אַנט- וויקלען אין פאָלק זיין אייגענע קולטור און אָפּהיטן זיינע אײגנאַרטיקע געזעלשאַפּטלעכע און בירגערלעכע געזעצן, וי אַזױ האָבן די יידישע געמיינדעס אָרגאניזירט דאָס געזעלשאַפט- לעכע לעבן, װאָס איז געווען אין זייערע הענט ? װאָס האָבן זי געטאָן פאַר דער יידישער קולטור ? אויפן ערשטן פּלאַן איז געשטאַנען די קינדער" דערציאונג און מען מוז מודה זיין, אַז די יידישע ,,רעגירונג? האָט דורכ- געפירט די דאָזיקע וויכטיקע אױיפנאַבע מיט אַ באַשטימטן סדר און פּלאַן, די נידעריקע און מיטעלע בילדונג האָבן געגעבן די חדרים, די העכערע -- די ישיבות. אין די חדרים האָבן געמוזט לערנען אַלע קינדער פון 6 ביז 2 יאָר. דאָרט האָט מען געלערנט אויף יידיש דעם תנ"ך און גמרא מיט מפרשים, אין אייניקע חדרים האָט מען אויך דערלויבט לערנען דקדוק און חשבונען. די חדרים זיינען גערעכנט געװאָרן וי פּריוואטע אונטערנעמוג- גען און יעדער מלמד האָט געהאַט דאָס רעכט צו עפענען אַ חדר און לערנען קינדער. דאָך האָט די קהל-פאַרװאַלטונג געהאט אַ שליטה נישט בלױן אויף אירע אייגענע געזעלשאַפּטלעכע חדרים פאַר אָרעמע קינדער (תלמוד- תורות), נאָר אויך אויף די פּריװואַטע חדרים. די געמיינדע האָט אויסגע- אַרבעט דעם פּראָגראָם פאַר די חדרים, זי האָט איינגעאַרדנט עקזאַמענעס פאַר די תלמידים, באַשטימט דעם שכר-לימוד, די לענג פון לער-טאָג (מון 8 ביז 12 שעה) און בכלל געהאט השגחה אוױף אַלע אָנגעלעננהײטן אין די חדרים, די יידן אין פּוילן ' 179 װאָס אָנבאַלאַנגט די ישיבות, זיינען זיי שוין אינגאַנצן געווען אין זי הענט פון קהל און די רבנים .די ישיבות זיינען אפילו סאַנקציאָנירט גע" װאָרן דורך דער קעניגלעכער מאכט, װעלכע האָט געהאלטן די ישיבות װי א ידישע ,גימנאַזיע?, דער קעניג סיגיומונד אוױינוסט האָט דערלױבט דער יידישער געושלשאפט אין לוכלין צו עפשנען אַ ישיבה אין אַ באַזונדער געביידע, װאָס איז ספעציעל דערויף אויסגעבויט געװאָרן, און געגעבן דעם פאַרװאַלטער פון דער ישיבה ברייטע פולמאַפּטן מיט דעם טיטל ,,רעקטאָױ" (ראשיישיבה), אין 1571 האָט דער קעניג געגעבן דאָס רעכט ,דעם גע- לערטן שלמה פון לעמבערג, וועלכן די יידן פון לעמבערג און גאַנץ רוסלאַנד (גאַליציע) אַנערקענען פאָר זייער שלטסטן", צו עפענען יידישע שולן אין פארשידענע שטעט, פֿאַרװאַלטן מיט די שולן און צוגעוואוינען די תלמידים צו שטרענגער דיסציפלין, מיט דער צייט זיינען געגרינדעט געװאָרן ישיבות אין אַלע שטעט פון פּוילן און ליטע. װי א ראש-ישיכה פלעגט באַשטימט ווערן דער דארטיקער רם, אָדער אַן אנדער באַרימטע פּערזאָן. דער ראש- ישיבת איז געווען פולקאָמער בשל-הפית אין זיין ישיבה; ער האָט געהאט אָן אומבאגרענעצטע מאַכט אויף זיינע תלמידים, האָט זיי געהאַלטן אין שטרענגטר דיסציפּלין און זיי געמשפט און באַשטראָפט לוט זיין אייגע- נעם וילן, דער דאַמאַלטיקער היסטאָריקער די נטע האַנאָװער פון זאַסלאַװו גיט אַ קלאָר בילד פון לעבן פון די ישיבות אין יענער צייט: ,עס איז נישטאָ אזא לאַנד, וואו די הייליקע לערע זאָל זיין אַזױ פארשפרייט צווישן אונדזערע ברידער, וי אין פּוילן, אין יעדער קתלה האָט שקזיסטטירט א ישיבה, װאָס דער פֿאַרװאַלטער אירדער פלעגט באַקומען אַ גוטע פּענפיע פון קהל-געלט, כדי ער זאָל קענען לעבן אין הרחבה און אימשטאַנד זיין אין גאַנען זיך אָפּגעבן זיין טעטיקייט. די געמייגדעס פלעגן אויך אױיסהאַלטן אויף זייער חשבון בחורים, װאָס פלעגן באַקומען יעדע װאָך אַ באַשטימטע פענסיע, כדי די כחורים זאָלן זיך לערנען אין די ישי" בות. יעדער בחור האָט געהאָט אונטער זיך נישט װינציקער פון צװיי קליינע אינגלעך, מיט ועלכע ער האָט געלערנט, כדי ער זאָל זיך צוגעוואוי- דען צו לערנען תלמוד און צו וכוחים. די אַרעמע אינגלעך האָט מען אוים- געהאַלטן אויפן חשפון פון דער צדקה-קאַטע אָזער פון דער געזעלשאַפּטלע- כער קיך, אויף די קהלה איז באַשטאַנען פון 50 פאַמיליעס, האָט זי אויט- 180 : גרעץ - די יירישע געשיכטע געהאַלטן נישט ווינציקער פון 20 אינגלעך און בחורים, דערביי האָט יעדער בחור צוזאַמען מיט זיינע צוויי אינגלעך-תלמידים געגעסן ביי איינעם פון די איינוואוינער און גערעכנט געװאָרן, וי אַן אייגן קינד,... און עס איז נישט געווען קיין איין יידיש הויז אין גאַנץ פּוילן, וואו דער בעל-הבית, אָדער זיין זון, אָדער דער איידעם, אָדער דער ישיבהניק, װאָס האָט דאָרט געגעסן קעסט, זאָל נישט קענען קיין תורה:; אָפטמאָל ווידער פלעגן אַלע קענען לערנען. דעריבער איז אין יעדער קהלה געוען פיל למדנים, אַזױ, למשל, אין אַ קהלה פון 50 פאַמיליעס האָבן זיך געפונען 20 למדנים, װאָס האָבן געטראָגן דעם טיטל ,,מורנו" אָדער ,,חבר". אָבער העכער פון אַלע איז געשטאַנען דער ראשיישיבה; אַלע האָבן אים געפאָלגט און גע- קומען הערן תורה פון אים, די אָרדענונג פון לערנען אין פּוילן איז געווען אזעלכע: דער זמן, אין משך פון וועלכן די בחורים זיינען געווען מחויב צו לערנען אין דער ישיבה, האָט געדויערט --זומער--- פון אָנהייף חודש אייר ביזן מיטן אב, און --ווינטער--- פון אָנהײב חשון ביז מיטן שבט. אויטער דער צייט האָבן די שילער געהאַט דאָס רעכט צו לערנען, וואו זיי ווילן, אין אָנהײב פון זמן האָט מען אין די ישיבות געלערנט זיער פלייסיק גמרא מיט רשיי און תוספות. יעדן טאָג פלעגן זיך פאַרזאַמלען די חכמים פון דער קהילה, יונגש- לייט, און בכלל אַלע, װאָס האָבן געהאָט א שייכות צו תורה, אין דער גע- כיידע פון דער ישיבה, ואו עס איז געזעסן אויף אַ בענקל דער ראש ישיבה און אַרום אים זיינען געשטאַנען די פיל תלמידים. ביז דעם אָנ קומען פון ראש-ישיבה האָבן די תלמידים זיך מתפּלפּל געווען וועגן הלכה, ווען דער ראש-ישיבה האָט זיך אַװעקגעזעצט אויף זיין אָרט, האָט יעדער פון די תלמידים געקענט אים פאָרלייגן עפּעס אַ האַרכע קשיה אין תלמוד, | אָדער פרעגן פּשט אויף עפּעס אַ שװערער סוגיא, און דער ראשישיבה האָט אַלעמען געענטפערט און געגעבן דערקלערונגען. נאָך דעם איו שטיל געװאָרן און דער ראש-ישיבה האָט געלייענט זיין געוויינלעכן שיעור וועגן הלכה מיט זיינע אייגענע הוספות און פירושׂים. נאָך דער לעקציע האָט ער איינגעאָרדגט אַ דיספּוט (חילוק), װאָס איז באַשטאַנען אין ווייטערדיקן: ער האָט אַװעקגעשטעלט פאַרשידענע שטעלן פון תלמוד אָדער מדרשים, װאָס זיינען סותר איינע די צווייטע. די דאָזיקע סתירות זיינען ווידעס-איז פאַרענטפערט געװאָרן דורך אַנדערע שטעלן, דערנאָך האָט מען אַנט- די יידן אין פּולן 0 : 181 דעקט סתירות אין די שטעלן גופא, װאָס זיינען ווידער פאַרעגטפערט געװאָרן דורך נייע ציטאַטן, און אזוי ווייטער כיו װאַנען די האַרבע פראַגע איז שוין אינגאַנצן פאַרענטפערט געװאָרן. זומער פלעגן די דאָזיקע פּלפּולים זיך נישט ענדיקן פױיער פון 12 בײטאָג. װוינטער פלעגט דער ראשיישיבה זיף ווינציקער פאַרנעמען מיטן פּלפּול ,נאָר געלייענט פאַר די למדנים , טודים" מיט מפרשים און פאַר די תלמידים ,,אלטסי" וכדומה. מיט עטלעכט װאַפן פאר דעם סוף זמן האָט דער ראש-ישיבה באַשטימט פאַר די תלמידים דיספוטן און דערביי אַליין אין זיי זיך באַטײליקט, ביל לעדן ראש-ישיבה האָט זיך געפונען אַ באַזינטער, וועלכער פלעגט יעדן טאָג אַרומגיין איכער די חדרים און השגחה געבן, אַז די קינדער, סיי די אָרעמע, סיי די רייכע, זאָלן פלייטיק לערנען און נישט אַרומגײן ליידיק, איין מאָל אין װאָך, דאָנערשטיק, האָכן די תלמידים פון די חדרים גע" דאַרפט קומען צום גכאי, וועלכער האָט זיי עקזאַמינירט אין דעם, װאָס זיי האָבן אָפּגעלערנט פאַר דער װאָך, און אויב איינער פון די תלמידים האָט נישט געקענט דאָס, װאָס ער האָט געלערנט, האָט דער באַהעלפער, לויט דעם באַפעל פון נבאי, אים שטאַרק געשמיסן און פון אים חווק גע" מאַכט אין די אויגן פון די איבעריקע קינדער, כדי עֶר זאָל געדענקען און די צווייטע װואָך כעסער לערנען. איין מאָל אין װאָך ווידער, פרייטיק, פלעגט די קינדער עקזאמינירן דער ראש-ישיבה אליין, און דעריבער האָבן זיי געציטערט און געשראַקן זיך און פלייסיק געלערנט.,. געלערטע יידן פלעגט מען אָפּגעבן פיל ככוד און דאָס פאָלק האָט זיי אין אַלץ געפּאָלגט; דעריבער האַכן פיל געשטרעבט צו וערן באַװאוסט און אױף אַזאַ אופן איז דאָס לאַנד פול געװאָרן מיט תוריה", , דאָס לאַנד איז פול געװאָרן מיט תורה" --- דעוין איז נישטאָ קיין גוזמא. ווירקלעך, איז פּױילן אין יענער צייט געווען פול מיט תורה און עס איז כמעט שוער געווען צו טרעפן אַן עמיהארץ צווישן יידן .די פּוילישע ישיבות זיינען אין יענער צייט געװאָרן דער צענטער פון יידנטום נישט בלויז אין פּוילן, נאָר אויך אין אַלע לענדער, װאו יידן האָבן געוואויגט, האָט אייגער געװאָלט, אַז זיין זון זאָל זיין בקי אין תורה, האָט ער אים געשיקט קיין פּױלן אין אַ ישיבה. פון דײיטשלאַנד, מעהרן, האָלאַנד און אי" טאַליע פלעגט מען זיך װענדן צו די פוילישע רבנים מיט יעדער האַרבער שאלה און פאַר דער אױטאָריטעט פון זי פוילישע לומדים האָבן געציטערט 189 פ יי גרעץ - די יידישע געשיכטע אַלע יידן. תורה, ד"ה תלמוד מיט מפרשים אויפן שטייגער פון די בעלי" פּלפּול --- דאָס איז געווען די איינציקע שטרעבונג פון די פּוילישט יידן דער גרעסטער וואונש פון די טאַטעס און מאַמעס איז דאַן געווען, אַז זייעֶר זון זאָל ווערן אַ מפורסם אין תורה און באַקומען דעם טיטל למדן. דער גרעסטער טייל פון די פּוילישע יידן, װאָס האָבן געלעבט בהרחבה, האָבן אָפּגעגעבן זייערע בעסטע יאָרן אויף לערנען תורה, און איבער דעם גאַנען לאַנד האָט זיך פאַרשפּרײט אַ נעץ פון ישיבות און חדרים. די ערשטע ראָלט האָבן דאָ געשפּילט די רבנים. זיי זיינען געווען די גייסטיקע מנחיגים פון פאָלק, זיי זיינען אויך געווען די ראשי-הישיבות און די משגיחים אויף די חדרים, געזעצגעבער און ריכטער, מיט אַן אומבאַגרענעצטער מאַכט גע הערשט אויף ישיבות, שולן און חדרים, רעגולירט דאָס אינערלעכע און געזעלשאַפטלעכע לעבן, געגעבן דעם טאָן אויך אין דעם פּריװאַטן לעבן. אומעטום האָט געהערשט דער רם און דער רבנישער גייסט. אמת, עס זיינען געווען אויך איינצלנע יידן, װאָס האָבן זיך פאַרנומען מיט וועלטלעכער װויסנשאַפט, נאָך אין דער צייט פון סיגיזמונד דעם ערשטן פלעגן יידישע יונגעלייט צוזאַמען מיט די שליאַכטישע קינדער פאָרן לערנען אין די די- טשע און איטאַליענישע אוניווערזיטעטן. נאָך מער: אין פּוילן זעען מיר אַ זעלטענע דערשיינונג, װאָס אין נישט געווען אין גאַנץ אײראָפּע צו יענער צייט: יידישע קינדער זיצן צואַמען מיט די קריסטלעכע קינדער אויף איין באַנק אין די פּוילישע אָנפאַנגס-שולן. --- עס זיינען אויך דֹא פיל באַװײיזן, אַז פון אָנהײב דעם זעכצנטן יאָרהונדערט האָבן יידן זיך פיל פאַרנומען מיט מעדיצין און אַנדערע װיסנשאַפטן. אָבער לויט די אַלגעמײינע באַזײינגונגען פון פּאַליטישן לעבן אין פּױלן פון יענער צייט איז געווען אוממעגלעך, אַז צו יידן זאָל אריינדרינגען אַלגעמײנע כילדונג אין גרויסן מאַטשטאַב. אויסער האַנדלס-באצלאונגען זיינען יידן אינגאַנצן געווען אִמֹּ" געטיילט פון אַלע אַנדערע קלאָסן פון דער באַפעלקערונג. לערנען אין די פּוילישע שולן צוזאַמען מיט די קריסטלעכע קינדער איז געווען אוממעגלעך, ווייל דער יעזואיטישער גייסט האָט דאַן געהערשט אין אַלע קאַטױלישע שולן; קיין פּראַקטישע נוצן האָבן אויך די יידן נישט געקענט האָבן פון זייער וועלטלעכער װיסנשאַפט, ווייל צו קיין רעגירונגסישטעלן האָט מען זיי נישט צוגעלאָזט, און די קלעריקאַלע גייסטלעכע האָבן נישט געלאָזט יידן זיך פאַרנעמען מיט מעדיצינישער פּראַקטיק צווישן קריסטן. אויף אַזאַ די יידן אין פּוילן : ייה 168 אופן האָבן יידן געמוזט בלייבן אָפּגעזונדערט פון דער אַרומיקער װעלט און די שטרעבונג צו װעלטלעכע קענטענישן האָט געמוזט דערשטיקט ווערן. די רבנישע' הערשאַפט צווישן די פּוילישע יידן האָט געהאט מיל שלעכטע זייטן, ווייל דורך דער צרגרויסער שטרעבונג צום טיטל למדן זיינען יידן געװאָרן צו-פיל קאַפימענטשן, װאָס פאַרכרענגען אַלע יאָרן נאַר אין לערנען און זיינען װייט פון דער גרויסער וועלט, פון יעדן לעבעדיקן דירעקטן געפיל .די מעטאָדעס, לויט וועלכט מען האָט דעמאָלט געלערנט אין די ישיבות, זיינען אויך געווען װייט פון פלקאָמקייט, װייל א דאַנק דעם פּלפּול, װאָס האָט זיך דאָרט פּראַקטיצירט, האָט זיך אַנטװיקלט דער באַרימטער יידישער טיפ פון טרוקענעם ביכער מענטש מיט זיין קרו" מען, שפּיציקן שכל, מיט זיין , גראָבן פינגער" און צעקאַליעטשעטע גי פילן, מען מוז אָבער מודה זיין, אַז לויט דעם גלאַנץ און גייסטיקער קראַפט זיינען די פּוילישע יידן פון יענטר עפּאָכע געשטאַנען העכער פון אנדערשע יידן און אין זייער אָפּגעשלאָסנקײט און טרוקענער רבנישער תורה האָבן זיי אַרױיסגעװיזן נישט װינציק נאונות. דריי גרויסע מענער האָבּן דעמאָלט פאַרמאָגט די פּוילישע יידן: ר' שלום שכנא, דער רמ"א און רש"ל, װאָס זיינען גערעכנט געװאָרן פאַר די גרעסטע גאונים פון זייער אייט, פאַר די זיילן פון דעמאָלטיקן יידנטום, דער עלטסטער פון זיי איז געװוען ר' שלום שכנא (1500758 אַן ערך). וועגן *זים איז נאָר באַװאוסט, אַז ער האָט געלעכט אין לובלין, אַז אין 1541 איז ער דורך א באַטעל פון קעניג סלגיזמונד דעם ערשטן באַשטימט געװאָרן װי עלטסטער רב פון קליין-פּוילן און געשטאַנען אין דער שפּיץ פון דער ישיבה, פון ועלכשר עס זיינען דערנאָך אַרױסגעקומען פיל באַרימטע גאונים, נאָך מער פון אים איז געװען באַװאוסט זיין תלמיד ר' משה איסערליס, װאָס איז באַקאַנט מיט זיין פארקירצטן נאָמען רמ"א (1572- 0) רי משה איסערליש איז געווען א זון פון א רייכן יידן, אַ מיטגליד פון דער געמיינדע-פארוואלטונע, נאָך אין די יונגע יאָרן איז ער באַרימט געװאָרן אין דער תלמודישער װשצלט און געשטאנען אין דער שפּיץ פון דער קראַקאָווער ישיבה. וען אין 1550 איז דערשינען דער ,,בית יוסף" פון באַרימטן ר' יוסף קארו, װי אַ פּירוש צום ,,טוריט", האָט ר' משה איסערליס אַרױסגעלאָזט זיין סמר , דרכַי משה", אין וועלכן ער האָט באַ- 144 : שי גרעץ - די יידישע געשיכטע דייטנדיק דערגענצט דעם גרויסן מאַטעריאַל וועגן הלכות און דינים, װאָס ר' יוסף קארו האָט צונויפגעזאַמלט אין זיין וערק. דער רמ"א האָט זיינע הוספות געמאַכט אויפן גרונד פון נייע קװאַלן און דאָס האָט אויסגעזען, וי אַ וואונדער, ווייל געמיינט האָט מען, אַז דער באַרימטער מחבר פון ,,שלחן ערוך" האָט שוין אויסגענוצט אַלע מאַטעריאַלן. שפּעטער, ווען ר' יוסף קארו האָט אַרױסגעלאָזט זיין ,,שלחן ערוך", האָט דער רמ"א בא- מערקט, אַז װוי אַ ספרדי האָט דער מחבר פון ,,שלחן ערוך" פאַרזען פיל קװאַלן פון די גרויסע אשכנזישע רבנישע אױטאָריטעטן און אויך ניט גענומען אין אַכט די פיל אײיגנאַרטיקע מנהגים פון די פּוילישע יידן. דער רמ"א האָט דעריבער צוגעגעבן צום קאָדעקס ,,שלחן ערוך" פיל נייע דינים אויפן גרונד פון די פאָלקס-מנהגים און פּראַקטיק פון די פּוילישע גרויסע רבנים און די אַלע הוספות האָט דער רמ"א צוגעגעבן צום טעקסט פון ,,שלחן ערוך", מיט דעם נאָמען ,,מפּה", אין 1578 איז דער ,,שלחן ערוך" צום ערשטן מאָל דערשינען אין קראַָקע מיט די הוספות פון רמ"א אין אַזאַ פאָרעם האָט דער ,,שלחן ערוך" פון דעמאָלט אָן אָנגעהױבן פאַרשפּרײט און אָנגעװענדעט צו ווערן ביי די פּוילישע יידן. דער צווייטער גרויסער גאון פון יענער צייט ר' שלמה לוריא, װאָס איז באַוואוסט מיט זיין נאָמען מרש"ל (15723:1510), איז געוען אַ מענטשן פון גרויסן קריטישן שכל, װאָס האָט זיך אויסגעצייכנט מיט זיין זעלטענעם דרייסטן געדאַנק. ער איז געווען אַ געבוירענער פון פּױיזן, וואן" הין זיין זיידע איז אַריבערגעפאָרן פון דיײיטשלאַנד, װי אַ מענטש מיט אַ שאַרפן אַנאַליטישן שכל, איז ער געווען אַ גרויסער קעגנער פון די בעלי- פּלפּול און האָט אַרױסגעשטעלט וי אַ מוסטער די מעטאָדע פון די בעלי" התוספות, װאָס איז באַשטאַנען אין אַ שטרענגן אַנאַליז פון דעם תלמוד. קיין אױיטאָריטעטן האָט דער רש"ל נישט אַנערקענט, אַלץ האָט ער גע" וואויגן און קריטיקירט. ער איז געווען דער איינציקער, װאָס האָט געהאט די דרייסטקייט אַרױיסצוטורעטן ועגן אױטאָריטעט פון גרויסן ר' יוסף קארו, וועלכער איז געווען די גרעסטע אױטאָריטעטישע קראַפט צווישן אַלע יידן. וועגן ,,שולחן ערוך" און זיין מחבר האָט דער רש"ל זיך אָפּגערופן מיט אַ געוויסער פאַראַכטונג, ער האָט באַװיזן, אַז ר' יוסף קארו האָט זיך באַנוצט מיט די פיל מקורות אָן דער נויטיקער קריטיק, און די צווייפל- האָפּטע פראגן האָט ער אויף זיין אייגענער ריזיקע געלײזט לױט זין די יידן אין פּוילן יי יי 188 אייגענעם שכל, אין זיין באַרימטן פּירוש צום תלמוד ,ים של שלמה", װאָס איז גיט פאַרענדיקט געװאָרן, האָט דער רש"ל זיך געהאַלטן אין דער מעטאָדע פון רייגער קריטיק און ניט מודא געהאָט פאַר קיין אױיטאָריטעטן דאָרט, וואו אים האָט זיך אויסגעוויזן, אַז דער אמת איז נישט אויף זייער זייט. עס איז קיין ספק גישט ,אַז דער רש"ל װאָלט מיט זיין קריטיק און שטרענגען אַנאַליז געווען זיך גענומען צום תלמוד אלין. אין איניקע ערטער געפינען זיך רמזים, װאָס באַװײיזן, אַז דער רש"ל האָט געהאט פיל ספקות בנוגע צו דער ריכטיקייט פון די הלכות און תלמוד גופא. נאָר, נאַטירלעך ,איז יעגע צייט נישט געווען פּאַסנדיק פאַר אַזאַ קריטיק און דער רש"ל האָט געמוזט באַהאָלטן אין זיך זיינע ספקות. װי אַ קפּדן און אומ" אָפּהענגיקער מענטש, װאָס רעכנט זיך נישט מיט קיינעם, האָט דער רש"ל געהאט קעגן זיך פיל שונאים און געמוזט פיל װאַנדערן אין זיין לעבן אין 1550 - יאָרן איז ער געװאָרן רב אין אָסטראָװו, װאָלין, און מיט זיינע תלמודישע לעקציעס, וועלכע עס זיינען געקומען הערן מענטשן פון אַלע שטעט אֲרום ,איז אָסטראָװ געװאָרן דער צענטער פון װאָלינער יידנטום, די לעצטע יאָרן זיינע האָט ער פֿאַרבראַכט אין לובלין, וואו עס עקזיסטירט נאָך איצט א שיל, װאָס טראָגט זיין נאָמען דער רמ"א און דער רש"ל זיינען געווען די זיילן פון רבניזם אין פּױילן; צו זיי פלעגט מען זיך װענדן מיט שאלות פון אַלע עקן ועלט, זייערע ענטפערס אויף די שאלות זיינען פאַרעפנטלעכּט געװאָרן אין באַ- זונדערע ספרים , שאלות ותשובות רמ"א ורש"ל". ביידע רבנים האָבן צווישן זיך געפירט אַ קאַרעספּאַנדענץ און געווען באַפױײינדעט ננאָר צוליב דעם אונטערשיד פון זייערע כאראַקטעון האָבן זיי שטענדיק געפירט צווישן זיך הייסע דיספּוטן, דער רש"ל איו, נישט געקוקט אויף זיין קלאָרן קרי" טישן שכל, געווען גענייגט צו קבלה, דער רמ"א ווידער איז, נישט געקוקט אויף זיין קאַנסערוואטיוון שכל, געווען שטאַרק גענייגט צו פילאָזאָפיע. ביידע גאונים האָבן דעריבער געמאַכט פאָרוואורפן איינער דעם צוייטן אויף זייערע ,;חטאים", דער רש"ל האָט זיך באָמיט צו באַװײזן זין פריינד, אז די חכמה פון ,,ערל אַריסטו" װעט צו קיין גוטס נישט פירן, און דער רמ"א האָט באַװויזן, אַז די קבלה איז קעגן דעם יידנטום און פיל - מער געפערלעך פֿאַר דער אמונה, איידער די פילאָזאָפיע, אין פּוילן איז די רבנישט װיסנשאַפט געווען פאַרבונדן מיטן לעבן. 106 : יי גרעץ - די יידישע געשיבטע דאָרטן האָבן די יידישע געמיינדעס געהאט זיער אייגן געריכט, דאָרט האָט פונקציאַנירט דער ,ועד ארבע ארצות", װאָס האָט געדאַרפט לייזן פיל יורידישע אוֹן רעליגיעזע פראַגעס אויפן גרונד פון תלמוד און זיינע מפרשים, און צוליב דעם האָט מען דאָרט די בקיאות אין הלכה אָנגעװוענדעט אין פּראַקטישן לעבן, דער דאָזיקער פּראַקטישער צוזאַמענהאַנג צווישן לעכן און בוך האָט אַרױסגערופן אויף דער סצענע פיל לומדים, וועלכע האָבן זיך הױפּטזעכלעך פאַרנומען דערמיט, װאָס זיי האָבן אַלץ מער געלייטערט און סיסטעמאַטיזירט די פאַרשידענע דינים און הלכות, כדי צו האָבן פאַר זיך אַ פּראַקטישן וועגווייזער אין אַלע שאלות, װאָס קומען פאָר אין רע- ליגיעזן לעבן. איינער פון די רבנים פון דעם סאָרט איז געווען ר' מרדכי יפה (גע- שטאָרבן אין 1612). ער האָט געשטאַמט פון בעמען און פאַרנומען די שטעל פון רב פריער אין גראָדנע, דערנאָך אין לובלין, קרעמעניץ, פּראָג און פּױזן. ער איז אויך נישט איין מאָל געווען פאָרזיצענדער אין דעם ;;ועד ארבע ארצות". אַזױ װי ער איז געווען אַ תלמיד פון רמ"א, האָט ר' מרדכי יפה דאָך זיך נישט באַנוגנט מיט זיינע ספרים און געהאַלטן, אֵז אפילו די הוספות פון רמ"א צום ,שלחן ערוך" זיינען נאָך נישט דאָס לעצטע װאָרט און אַז עס איז נאָך דאָ פיל אויפצוטאָן אין סיסטעמאַטיזירן די דינים. ער האָט דעריבער מחבר געווען אַ נייעם קאָדעקס ,,לבושים", װאָס האָט זיך אונטערשיידט פון דעם סיסטעם פון ,,שלחן ערוך" און ,מפַּה* דערמיט, װאָס דאָרט, אין ,,לבושים", איז צו יעדן דין און הלכה אויך צוגעגעבן אַ לאַנגע טעאָרעטישע דערקלערונג און חקירה, וועגן גרונט פון יעדן געזעץ. דער ,,לבושים" האָט שיעור נישט אַרױסגערופן קיין שפּאָל- טונג אין דער רבנישער וועלט, ווייל צוערשט האָבן פיל געװאָלט אָפּשטײן פון ,,שלחן ערוך? און זיך האַלטן נאָר אין ,,לבושים", אָבער סוף כל סוף האָט דער ,,שלחן ערוך? מנצח געווען און איז אנערקענט געװאָרן װוי דער איינציקער אױטאָריטעטישער קאָדעקס אין דער פּראַקטיק. -- אונטער דעמזעלבן נאָמען ,,לבושים? האָט ר' מרדכי יפה אָנגעשריבן נאָך 5 טיילן, וואו עס געפינען זיך פּירושים צום תנ"ך, באַמערקונגען צום ,,מורה נבו- כים", דרשות און קבלה-חקירות, דער שטעלפאַרטרעטער פון ר' מרדכי יפה װי עלטסטער רב און פאָרזיצענדער פון ,,ועד ארבע ארצות" איז געווען ר' יהושע פאלק הכהן די יידן אין פּוילן : הי יי 187 (געשטאָרבן אין 1616), רב אין לובלין און דערנאָך ראש ישיבח אין לעמ" כערג. ער איז באַרימט געװאָרן מיט זיין װוערק ,, ספר מאור עינים", אָדער סמ"ע, אַ פּירוש צום ,,חשן משפּט* פון די יוסף קאַרו. ער איז אויך געווען דער פאַרפּאַסער פון דעם רוב תקנות, װאָס דער ,,ועד ארבע ארצות" האָט אַרױסגעגעבן פאַר די יידישע געמיינדעס.ד'מאיר פון לובלין (1616-1554), װאָס איז באַקאַגט מיט זיין נאָמען מהר"ם מלובלין, האָט זיך געהאַלטן אין אַן אַנדער סיסטעם. ביי אים איז געווען דער עיקר נישט די פּראַק- טישע נוצן פון דער תורה, נאָר די חקירה און פּלפּול אַלײן און דעריבער האָט ער זיך באַצױגן מיט אַ געוויסער גרינגשעצונג צו יענע גאונים, װוי ר' יוסף קאַרו און דעם רמ"א, װאָס פארנעמען זיך מיט אַזעלכע קלייניקייטן, װי סיסטעמאַטיזירן דעם גרויסן באַרג דינים און הלכות. װי רב פון קראָקט, לובלין און לעמבערג, האָט דער מהר"ם געלייענט לעקציעס פאַר אַ גרויסן אױדיטאָריום און דאָ האָט ער אַרױסגעװיון פיל שאַרפזין און זייער-קוג- ציקע פּירושים צו די שווערסטע ערטער אין תלמוד. דעם זעלבן שאַרפזין האָט ער אַרױסגעװיזן אין זיינע ספרים ,,מאיר עֵינֵי חכמים? און , שאלות ותשובות מהר"ם", נאָר אומעטום האָט דער מחר"ם געשטרעבט ניט צו פּראַקטישע נוצן, גאָר צו חקירה לשם חקירח.אין זיינע פאָרשונגען געפינען זיך דעריבער ניט ווינציק קוריאָזן. אַזוי, למשל, האָט דער מהר"ם געפונען פאַר נייטיק אפילו אָנצושרייבן אַ גאַנצע חקירה װועגן דער פראַגע, צי קען מען האַלטן פאַר אַן עבירה, ווען אַ פרוי האָט געהאָט באַציאונגען מיט אַ שד, װאָס איז צוֹ איר געקומען פריער אין געשטאַלט פון איר מאַן און דערנאָך אין געשטאַלט פון אַ פּױלישן פּריץ, --- אַזאַ ליבהאָבער פון זיינע חקירות איז אויך געווען דער מהרש"א, רי' שמואל איידליש, רב אין פּױזן, לױבלין און אָסטראָו, זיינע פּירושים צו אַלע מטכתות פון תלמוד זיינען פול מיט קונציקע קשיות און תירוצים און זיינען נאָך ביז איצט זייער פֹּאַ- פּולער, דער גרעסטער טייל רבנים האָט זיך אָבער וייטער געהאַלטן אין דעם וועג, אין וועלכן עס זיינען גענאנגען דער רמ"א און ר' מרדכי יפה. די אױטאָריטעט פון ,,שלחן ערוך איז אין פּוילן אַלץ געבליבן גרויס און די רבנים האָבן פאָרגעזעצט די אַרבעט פון ר' יוסף קאֲרוּ און וייטער געפירט די אַרבעט פון סיסטעמאַטיוירן די דינים. איינער פון די אָנ- געזעענסטע רבנים אין יענער צייט, ר וואל סירקיס, רב אין בריסק און קראָקע, האָט אָנגעשױיבן אַ פּירוש צו ם, טורים", ,, בית חדש" (קורץ: ב"ח), 188 : יב גרעץ - די יידישע געשיכטע וואו ער האָט געגעבן זיינע אייגענע הוספות צו די פאָרשונגען װעגן די געזעצן. די איבעריקע אָנגעזעענע געלערטע פון יענער צייט האָבן זיך פאַרנומען אויסשליסלעך מיט דער באַאַרבעטונג פון , שלחן ערוך", באַזוג- דערס מיט דעם טייל ,יורה דעה", וואו עס װערן באַהאַנדלט די פראָגן וועגן כשר און טרף, אין 1646 זיינען דערשינען צוויי אויספירלעכע פּירו" שים צום ,יורה דעה": איינער פון זיי, מיטן נאָמען ,,טורי זהב", איו פאַרפאַסט דורך דעם רב ר' דוד חלוי; דער צווייטער, מיטן נאָמען ,,שפתי כהן", איז פאַרפאַסט געװאָרן דורך דעם װוילנער גרויסן למדן ר' שבתי כהן, ביידע קאָמענטאָרן זיינען געדרוקט צוזאַמען מיט דעם ,יורה דעה" וי אַן אָרגאַנישער טייל פון אים (בּאַקאַנט אונטער די ראשי תיבות ט"ז און ש"ך). צוליב דער גרויסער אויפלעבונג אין דער רבנישער ליטעראטור האָבן זיך שטאַרק אַנטװיקלט די ביכער'דרוקערייען אין פּױלן, װאָס האָט אין דעל הינזיכט פארנומען איינעם פון די ערשטע פּלעצער אין אײראָפּע. דער ערשטער יידישער ספר (חומש) איז געווען אָפּנעדרוקט אין קראָקע אין יאָר 1530, אין דער צווייטער העלפט פון 16-טן יאָרהונדערט האָבן שוין אין קראַקע און לובלין עקזיסטירט צװויי גרויסע יידישע דרוקערייען, וועלכע האָבן געדרוקט פיל אַלטע און נייע ספרים. אין 1566 האָט דער קעניג סיגיזמונד-אױיגוסט געגעבן דעם יידן לעוויט מאָנאָפּאָלירעכט אויף אריינצופירן קיין פּוילן יידישע טפרים פון אױיסלאַנד, נאָר ווען אריינפירן ספרים פון אױיסלאַנד איז געװאָרן שווערלעך, האָט אַן אַנדערער ייד, אַ געוויסער קלמן, באַקומען פון קעניג באַטאָרי אַ פּריװילעגיע צו דרוקן ספרים אין לוכלין, צוליב דער פּױפּסטלעכער צענזור אויף דעם תלמוד אין איטאַליע האָט דאָס ספרים-דרוקן אין פּױלן זיך נאָך פאַרגרעסערט און די פוילישע דרוקערייען האָבן שוין צוגעשטעלט ספרים נישט בלויז פאַר די פּוילישע יידן, נאָר אויך פאַר די יידן פון אַנדערע לענדער, קאַפּיטל זעקס פון קנעפטשאפט צו פרייחייט נישט די אכזריות פון טאָרקװעמאַדע, נישט דער גיההוש פון די שפּאַנישע און פּאָרטוגעזישע יידן האָבן נישט געקענט אױסװאָרצלען די מאַראַנען, און זיי מאַכן פאַר טרייע דינער פון דער ,;הײיליקער קירך". די יידן האָט מען פאַרטריבן, אָבער עס זיינען פאַרבליבן די מאַראַנען און די צענדליקע טויזנטער יידן, װאָס זיינען מיט געװאַלד געמאַכט געװאָרן פאַר קריסטן, זיינען אין האַרצן דאָך געבליבן טרייע זין פון זייער פאָלק און פון דור צו דור האָבן די פאַרבאַרגענע יידן איבערגעגעבן זייערע קיג" דער און אייניקלעך די צוואה, אַז זי זאָלן בלייבן יידן אין האַרצן און נישט פאַרגעסן אין זייער שטאַם און רעליגיע. שוין כמעט דריי דורות זיינען אַװועק, זינט יידן זייגען פאַרטריבן געװאָרן פון שפּאַניע אוון פּאַרטוגאַל און די מאַראַנען זיינען געבליבן עלנט און אליין -- און דאָך האָט זיף נישט איבערגעריסן דער באַנד צװוישן די מאַראַנען און דער גערודפטער יידישער נאַציע, אין געזעלשאַפּטלעכן און עקאָנאָמישן לעבן זיינען די מא" ראַנען געװאָרן אָרגאַניש צוזאַמענגעבונדן מיט דער קריסטלעכער באַפעל- קערונג, זיי זיינען אַרײינגעטרעטן אין די רייען פון די אַדליקע, באַאַמטע, אַפּילו גייסטלעכע און אומצטום פארנומען אַן אָנגעזעען אָרט, אָבער דאָך האָבן פיל פון זיי נישט אויפגעהערט גלויבן, אַז עס װעט קומען א צייט, ווען זיי וועלן ווערן אויסגעלייזט און ווידער באַקומען די מעגלעכקייט צו בלייבן פרייע יידן, דאָס יידישע פאָלק האָט וידער אַמאָל אַרױסגעװיזן זיין וואונדערבאַרע פעאיקייט זיך צוצופּאַסן צו די אַרומיקע באַדינגונגען און אָפּהיטן זיין אינערלעכע זעלבסטשטענדיקייט. ביי אַזאַ גיהנם פון צרוז און רדיפות, ביי דער הערשאַפט פון דער שרעקלעכער אינקוויזיציע, נאָך אַזױ פיל יאָרן פון גלגולים און װאַנדערן האָבן דאָך די מאַראַנען באַװויזן די פעאיקייטן אויסערלעך זיך צונויפצוגיסן מיט דער אַרומיקער באַפעלקערונג און אינערלעך בלייבן יידן, די ענוים און רדיפות האָבן נאָר פאַרהײליקט פאָר די מאַראַנען די רעליגיש פון זייערע עלטערן און נאָר פֿאַרשטאַרקט 1090 גרעץ - די יידישע געשיכטע אין זיי די בענקשאַפט נאָך מאַרטירערטום. די מאַראַנען האָבן געהאט אַ באַזונדער פאַרגעניגן, ווען זיי זיינען גלייך פון דער קירך אַװעק ערגעץ אין אַ פאַרבאָרגן ווינקל און דאָרט אױסגעגאָסן זייער האַרץ פֿאַר דעם גאָט, אין וועלכן זיי האָבן געגלויבט, די געפאַר אַרום איז געווען גרויס, די מאַראַנען האָבן געוואוסט, אַז אָרום לויערן שפּיאָנען פון דער אינקווי- זיציע און זיי דראָט יעדע מינוט די געפאַר צו ווערן אַרעסטירט און באַ- צאָלן מיטן לעבן, נאָר דאָס האָט זיי נישט אָפּגעהאלטן און די שטענדיקע געפאַר האָט נאָר אַרױפגעלײגט אַ שטעמפּל פון קדושה אוִיף דער יידישער אַמונה און זי געמאַכט טייערער און שענער אין די אויגן פון די מאַרטירער, לאַנג, לאַנג האָט געדויערט דער קאַמף מיט די מאַראַנען אין די לענדער פון דער אינקוויזיציע, און מיט דעם גירוש פון יידן האָט די יידרפראַגע פאַר שפּאַניע און פּאַרטוגאָל זיך נאָך נישט געענדיקט. אין משך פון פיל יאָרן נאָך דעם גירוש גייט נאָך אַ העלדישער קאַמף צװישן דער קירך און די מאַראַנען: די ערשטע קעמפט מיט דעם שווערד אין דער האַנט ,די לעצטע --- מיט זייער עקשנות און מסירת-נפש, נאָר ביידע ווילן זיך נישט אונ- טערגעבן און נאָך פיל טראַגישע אַקטן שפּילן זיך אָפּ אין די לענדער, איידער זיי ווערן פּטור פון די פאַרעקשנטע מאַראַנען אין שפּאַניע האָט די אַרבעט פון טאָרקװעמאַדאָ פאָרגעזעצט זין פאַרטרעטער,; דער גענגעראל-אינקװיזיטאָר דעזא, אַלײן איז עֶר געווען פון יידישער אָפּשטאַמונג (פון דער מוטערס צד -- אַן אייגיקל פון מאַראַנען), נאָר צו די מאַראַנען האָט ער אַרױסגעװיזן נישט װוינציקער אַכזריות, איי" דער טאָרקװעמאַדאָ, אין משך פון איין יאָר 1501 האָט דעזאַ איינגעאָרדנט אַ סך אױיטאָ-דע-פעס: אין טאָלעדאָ האָט ער דעם 5טן מערץ פאַרברענט 8 מאַראַנען, אויפן צווייטן טאָג --- 67 מאַראַנישע פרויען. מיט אַ קורצער צייט שפּעטער האָט ער אין דער זעלבער שטאָט פאַרברענט 9 מענער און פאַרמשפּט צו אייכיקער תפיסה 140 יונגע מענער און פרויען. אין קאָר- דאָבאַ האָט ער אין דעם זעלבן יאָר פאַרברענט אַן ערך 90 מאַראַנען און אין סעווילע 45, די רעכטע האַנט פון דעזא איז געווען דער קאָרדאָבער אינקוויזי" טאָר לוסעראָ, דער ליבלינג פון קעניג פערדינאַנד. לוסעראָס סיסטעם איז געווען אַריינצודרינגען אין די רייען פון דער העכסטער שפּאַנישער אַריס- טאַקראַטיע, דאָרט אַנטדעקן מאַראַנען, אָדער אַזעלכע, װאָס זיינען נוטה צו פֿון קנעכטשאַמט צו פרייחייט 0 101 דער יידישער אמונה, אַרעסטירן, פּײיניקן, פאַרמשפּטן צום טויט, דערנאָף דערלאַנגען דעם קעניג אַ טייל פון דעם פאַרמעגן װאָס איז קאַנפיסקירט געװאָרן ביל די פֿאַרמשפּטע, און דערביי, נאַטירלעך, נעמען פֿאַר זיך אויך אַ שיינעם חלק. באַזונדערס פלייסיק האָט לוסעראַ געאַרבעט, כדי אויט" צואװאָרצלען די אפּיקורסישע עלשמענטן צװוישן די גייסטלעכע, אזוי האָט ער געפּײניקט איינעם אַ זון פון אַ מאַראַן קאַסטראָ, װאָס האָט פאַרנומען די שטעלע פון אַ גייסטלעכן, װאָט דורך ענוים אים געצוואונגען זיך מודה צו זיין אין ,/אומגלויבן?, דערנאָך אים פאַרמשפּט צום טויט און קאַנפיס" קירט זיין גאַנץ פאַרמעגן. אַזױ איז אויך פאַרמשפּט געװואָרן צום טויט דער טעאָלאָג מעמברען, װאָס איז באַשולדיקט געװאָרן אין פּרעדיקן די יידישע עמונה: ער איז עפנטלעך פאַרברענט געװאָרן צוואַמען מיט די 107 פּער" זאָן, װאָס האָבן אויסגעהערס זיינע דרשות, לוטעראַ האָט באַשולדיקט אין יידישקייט אפילו דעם אַרציכישאָף טאַלעװערא, דעם געוועזענעם גייסט" לעכן פון דער קעניגן. מען האָט אַרעסטירט זיינע קרובים, װאָס האָבן אפ געשטאַמט פון יידן, זיי אַרײנגעזעצט אין תפיסה, און אים אַלײן האָט מען געצוואונגען צו גיין איבער דער שטאָט צוזאַמען מיט נאָך מאַראַנען אין אַ פּראָצעסיע באַרוועס און אָן אַ היטל, וי תשובח אויף זיינע זיגד, דער ארציבישאָף האָט נישט אַריבערגעטראָגן דעם בזיון און אין עטלעכע טעג אָרום איז ער געשטאָרבן, זי אַכּזריות פון דער אינקוויזיציע איז געווען אַזױ שטאַרק, אַז זי מאַראַנען האָבן געפּרואװט ביים קעניג פועלן פאַר התדערט טױט דוקאַטן אָפּצושטעלן די אינקוויזיציע װוינציקסטנס אויף א קליינער צייט, דאָס האָט נישט געווירקט, אָבער דערפאַר האָבן געווירקט די פּראָטעסטן פון די אָנגעזעענסטע קריסטן, וועלכע האָבן שוין נישט געקענט אַריבער. טראָגן די אַכזריותדיקע מעשים פון לוסעראָ. דער קעניג האָט געמוזט אִמֹּי זאָגן פון זיין שטעל דעם געגעראַל-אינקװיזיטאָר דעואַ און צװאַמען מיט אים איז אויך געפאַלן דער בייזער לוסעראָ. אים האָט מען אַרײנגענעצט אין טורמע און באַפרײט אַלע אַרעסטירטע, װאָס מען האָט חושד געווען אין געהערן צום ייזנטום, אָנשטאָט דעזאַ איז װוי גענעראַל-אינקװיזיטאָר באַ- שטימט געװאָרן כימענעז, דער אַרציכישאָף פון טאַלעדאָ. ער האָט זיך אִפַ געזאָגט פון טיסטעם צו אַרעסטירן און משפּטן מענטשן אָן שום גרינטלעכט באַװייזן, בלויז װוי פאַרדעכטיקע, אָבער דערפאַר בנוגע צו די, קעגן וועל- 199 יי גרעץ - די יידישע געשיכטע כע עס זיינען געווען באַשטימטע באַװײזן, איז כימענעז נישט געווען באַ- רעמהאַרציקער, איידער דעזא, און ער האָט אייניקע געמשפּט מיט פייער, אַנדערע איינגעזעצט אין די טורמעס און אַרױפגעלײגט אויף זיי גרויסע שטראָפן, , פ ווען נאָכן טויט פון קעניג פערדינאַנד (1516) איז דער שפּאַנישער טראָן איבערגעגאַנגען צו זיין אייניקל קאַרל דעם ערשטן, שפּעטער קייסער פון דײיטשלאַנד, האָבן די מאַראַנען געפּרואווט איבערקויפן דעם יונגן הער- שער, זיי האָבן אַװעקגעשיקט צום קעניג אַ דעפּוטאַציע מיט אַ ביטע, אַז ער זאָל באַגרענעצן די רעכטן פון דער אינקוויזיציע און איינפירן באַשטימטע גאַראַנטיעס פון אַ גערעכטן משפּט; דערפאַר האָט מען דעם קעניג פאָר- געלייגט 800 טויזנט טאָלער גאָלד, אין דער זעלבער צייט האָבן די שתד- לנים פון די מאַראַנען געפּרואווט ווירקן אויפן פּױפּסט אין רוים. דער טאָ- לעראַנטער פּױפּטט לעאָ דער צענטער איז שוין איינגעגאַנגען צו דערפילן די ביטע פון די מאַראַנען און אַרויסגעגעבן אַ געהעריקן באַפעל, נאָר דער קעניג, װאָס איז דערצויגן געװאָרן אין גייסט פון דער אינקוויזי:יע, האָט מודיע געווען דעם פּױפּסט, אַז די אָנקלאָגן פון די מאַראַנען פאַרדינען נישט קיין צוטרוי, אַז די מאַראַנען האָבן אים געװאָלט אונטערקויפן און אַז די אינקוויזיציע פירט זיך מיט גערעכטיקייט. דער פּױפּסט האָט געמוזט נאָכ- געבן און די אינקוויזיציע האָט ווייטער אָן שטערונגען געפירט איר אַר- בעט. די אינקוויזיציע-געריכטן האָבן דעמאָלט עקזיסטירט אין קאָרדאָבאַ, טאָלעדאָ, סאַראַגאָסאַ, סעווילע, גראַנאַדאַ און אַנדערע שטעט, די שנאה צו די מאַראַנען איז געװאָרן אַלץ שטאַרקער. באַזונדערס האָט די אינקװויזיטאָרן נישט געלאָזט רוען דער געדאַנק, אַז פיל אייניקלעך פון די מאַראַנען פאַרנעמען הויכע שטעלעס וי גייסטלעכע, און די גאַנצע ענערגיע איז אָנגעװענדט געװאָרן דערויף, אַז מען זאָל אָפּרײניקן די קירך פון דעם גיפט פון יידנטום. פריער האָט מען אויפן גרונט פון דאָקומענטן און אַרכיוו פון דער אינקוויזיציע פאַרעפנטלעכט אַ בוך, וואו עס זיינען אויסגערעכנט געװאָרן אַלע פאַמיליעס פון די מאַראַנען, װאָס האָבן גע- דאַרפט געפינען זיך אין שטאַרקן פאַרדאַכט. דערנאָך האָט מען אָנגעװענדט אַ ניי מיטל: פאַרעפנטלעכט אַ געפעלשטע קאָרעספּאַנדענץ צווישן די מאַ- ראַנען און די קאָנסטאַנטינאָפּאָלער יידן און דאָס האָט געדאַרפט שטאַרק קאָמפּראָמיטירן די מאַראַנען,. די בלבול-מאַכער האָבן זיך נישט גענאַרט פון קנעכטשאפט צו פרייהייט 108 אין זייער חשבון. די געטפעלשטע קאָרעספּאַנדענץ האָט ווירקלעך געמאַכט אַ דושם. וי אַן ענטפער אויף די בריוו פון די שפּאַנישע מאַראַנען, װאָס האָבן זיך באֲקלאָגט אויף זייער שווערער לאָגע, האָבן די קאָנסטאַנטינאַ פּאָלער יידן כלומדרשט געענטפערט: ;איר זאָגט, אַז דער שפּאַנישער קעגיג צווינגט אייךף צו ווערן קריסטן, -- גיט זיך אונטער, וייל קיין אַנדער ברירה האָט איר נישט, איר זאָגט אַז ביי אייך נעמט מען אָפּ אייער גוטס, -- מאַכט אויערע קינדער פאַר סוחרים, כדי זיי זאָלן קענען אָפּנעמען ביי זי (די קריסטן) זייער גוטס, זיי נעמען ביי אייןף צו דאָס לעבן, --- ווערט דאָקטוירים און אַפּטײקערס, כדי איר זאָלט קענען צונעמען דאָס לעבן בי אייערע שונאים, זיי צעשטערן אייערש שולן, -- מאַכט אייערע קינדער פאַר גלחים און טעאַלאָגן, --- און איר וװועט צעשטערן זייערע קירכעס, אייך פאַרשאַפט מען אַנדערע יסורים, --- באָמיט זיך, אַז אייערע קינדעף זאָלן ווערן אַדװאָקאָטן, פּראַקוראָרן, נאָטאָריוסן און באַאַמטע, כדי זיי זאָלן זיך באַטײליקן אין די געזעלשאַפטלעכע ענינים, --- און איר װעט זיך נוקם זיין אין אייערע שונאים דערמיט, װאָס איר ווצט זיי פאַרשקלאַפן און באַי הערשן דאָס לאַנד",. זי דאָזיקע פאַלטיפיקאַציע איז געווען אַ קונציקע. ווייל באמת האָכן די מאַראַנען פארנומען אַ גרויסן פּלאַץ אין דעם קולטן" רעלן לעבן פון די קריסטן און דער געפעלשטער ראָט פון די טערקישע יידן האָט אויסגעזען ריכטיק. פיל קריסטן האָבן דעריבער געגלויבט אין דער קאַרעטפּאַנדענץ און די רדיפות אויף די מאַראַנען האָבן זיך נאָך פאר" שטאַרקט, די מאַראַנען האָבן אַראָפּגעלאָזט די קעפּ, זיך צונויפגעדריקט װי אַ סטאַדע שעפּסן און שטילער געװאָרן. די אומפאָרזיכטיקע מאַראַנען האָט די אינקוויזיציע נאָך שטרענגער, װי פריער, פֿאַרפאָלגט: יעדעס יאָר פלעגן איינגעאַרדנט ווערן אױיטאָ-דאַ"פעס, און פאַר די שפּאַניער איז דאָס געווען אַ יום"טוב, אויף װעלכן עס פלעגן זיך צונױפטאָרן אָנגעזעענט קױיסטן פון אַלע שטעט. דער פּלאַץ, וואו צס זיינען פאָרגעקומען די אױיטאָ- דאַיפעס, פלעגט זיין איבערפולט מִיט מענטשן און פון די אָרומיקע הי- זער, פון די פענצטער און טאַלקאַנען האָט מען געקוקט און זיך געמאַכט לוסטיק אויף די אומגליקלעכע קאומגלויביקע", װאָס מען האָט געברענט אויפן פייער. פיל מאַראַנען האָבן פאַרלוירן די האָפענונג, אַז די לאַָגע זאָל זיך פאַרבעסערן, און האָנן עמיגרירט קיין טערקיי, איטאַליע און אַנדערע לענדער. אייניקע האָבן צמיגרירט קיין אַמעריקע, װאָס איז צו יענער צייט 194 גרעץ - די יירישע געשיכטע נאָר װאָס אַנטדעקט געװאָרן. אָבער אויך אַהין האָט זיי באַגלײט די שפּאַ- נישע אינקוויזיציע, און אין מעקסיקע און דרום-אַמעריקע, װאָס האָבן זיך געפונען אונטער דער הערשאַפט פון שפּאַניע, זיינען איינגעפירט געװאָרן די אינקוויזיציע-געריכטן, וועלכע האָבן אויך דאָרט פלייסיק געאַרבעט און אָפּגעזוכט זייערע קרבנות. נאָך טראַגישער איז געווען די לאַגע פון די פּאָרטוגעזישע מאַראַנען די לעצטע האָבן זיך געהאַלטן גאָר אַנדערש, איידער די שפּאַנישע מאַראַ- נען. ווייל אויב די שפּאַנישע מאַראַנען זיינען אויסערלעך שוין לאַנג גע" ווען פאַרדעכנט וי אַ טייל פון דער קריסטלעכער באַפעלקערונג און דער" פילט אַלע קאַטױלישע געזעצן, זיינען די מאַראַנען אין פּאַָרטוגאַל געווען אייגנטלעך יידן װאָס האָבן נאָר פאָרלויפיק אויף זיך אַרױפגענומען די מאַסקע פון קריסטן און דערנאָך כמעט אָפן אַראָפּגעװאָרפן זי פון זיך, דאָס זיינען געווען די שפּאַנישע מגורשים, וועלכע האָבן עמיגרירט פון שפּאַניע אין 1492 און געהאָפט צו געפינען אין פּאָרטוגאַל אַ בית-מקלט אויפן גרונט פון דער הבטחה פון קעניג עמאַנועל, וועלכער האָט זיי פאַרזיכערט, אַז אין משך פון 20 יאָר װעלן זיי זיין פריי פון דעם אינקוויזיציש-געריכט, אַזױ װי זיי האָבן געגלויבט אין דער הבטחה, האָבן די פּאָרטוגעזישע מאַ- ראַנען אויסגעפירט די געבאָטן פון דער יידישער אמונה כמעט אָפן, פיל דרייסטער, וי זייערע ברידער אין שפּאַניע. אין אָנהױב פון 16טן יאָר- הונדערט האָבן זיי אין ליסאַבאָן אפילו געהאַט זייער אייגענע שול און גע' לעבט אין אַ קאָמפּאַקטער מאַסע, אָפּגעזונדערט פון די קריסטן, צוליב דער דאָזיקער צווייזייטיקער ראָל זייערער זיינען די פּאָרטוגעזישע מאַראַנען נאָך מער פאַרהאַסט געווען אין די אויגן פון די קריסטן, עס איז אַנטשטאַ- נען אַ טראַגישע לאַגע. דערלויבן די מאַראַנען פריי זיך האַלטן אין זייער רעליגיש און אין גאַנצן אַראָפּװאַרפן פון זיך די קריסטלעכע מאַסקע -- אַזױ ווייט טאָלעראַנט און גערעכט האָט די פּאָרטוגעזישע רעגירונג נישט געקענט זיין: אַרױסטרײבן זי פון לאַנד האָט די רעגירונג אויך נישט גע" װאָלט, ווייל די יידישע באַנקירן, סוחרים, דאָקטוירים, טעכניקער אדג"ל זיינען געווען זייער נייטיק פאַר דעם אָרימען אומקולטורעלן פּאָרטוגאַל און דער קעניג האָט אפילו נישט דערלאָזט יידן עמיגרירן אין אַנדערע לעג- דער. די מאַראַנען זיינען פאַרבליבן אָפיציעל קריסטן און אינערלעך יידן, מיט דער דאָזיקער צווייזייטיקייט האָבן זיי אויפגעהעצט קעגן זיך די פון קנענטשאַפט צו פרייהייט 198 קריסטלעכע באַפעלקערונג און דאָס האָט זיך פאַרעגדיקט מיט אַ שרעק- לעכער קאַטאַסטראָפע, אין 1506 האָט מען אין ליסאַבאָן אין יידישן יום- טוב 8סח געפונען בּיי אייניקע מאַראַנען פלייש, מצה און מרור. די פאַף" דעכטיקע מאַראַנען האָט מען אַרעסטירט, נאָר דערנאָך באַפרײט לוט דעם באַפעל פון קעניג. דאָס האָט שטאַרק פאַרדראָסן די פרומע קאַטאָליקן און מען האָט זיך גענומען אָרגאַניזירן אַ פּאָגראָם. אין פּאַסכאַ האָבן די דאָמי" ניקאַנער מאָנאַכן אַרױסגעשטעלט אין איינער פון די קירכן קריסטוטעס בילד מיט דעם רעליקוויען-קאַסטן, פון וועלכן עס איז געגאַנגען עפּעס אַ געחיימנישפולע שיין, איינער פון די געבילדעטע מאַראַנען, װאָס איז גע" ווען דאַן אין קיורך, האָט זיך דערלויבט אָפּשפּעטן פון דעם ,נס" און גע" זאָגט, אַז דער וואונדער דערקלערט זיך פּשוט: פון אונטן שטייט ערגעץ אַ לאָמפּ און פון דאָרט שלאָגט זיך אָפּ די שיין. לױט אַן אַנדער נוסח, האָט דער מאַראַן געזאָגט אין שפּאַס, אַז אין יענער צייט, ווען עס איז אויף די פעלדער קיין רעגנס נישט געווען, װאָלט אַ װאַסערינס געווען נייטיקער, איידער אַ פייערינס, די אויפגעהעצטע קאַטאָליקן האָבן זיך אַרױפגעװאָרפן אויף דעם אַפּיקויסישן מאַראַן, אים אַרױסגעשלעפּט אויפן גאַס, און דאָרט דערהרגעט. די דאָמיניקאַנער האָבן זיך דאַן באַנוצט מיט דער אויפרע" גונג פון די מאָסן און איינגעאָרדנט אַ שרעקלעכע שחיטה. צוויי מאָנאַכן האָבן זיך געלאָזט איבער די גאָסן מיט דעם קרייץ אין די הענט און גע" שריגן: , אומגלויבן, אומגלויבן!* אַלע מאַראַנען. װאָס מען האָט אויפן וועג באגעגנט, האָט מען דערהרגעט. אין ערשטן טאָג זיינען בסך-הכל דער" הרגעט און פאַרברענט געװאָרן העכער 500 מאַראַנען. אויפן צווייטן טאָג האָט דער פּאָגראָם זיך אָנגעהױבן מיט נאָך מער האַסטיקײט. מען האָט זיך אַרײנגעריסן אין די הייזער פון די מאַראַנען, אַרױסגעשלעפּט די איינוואןי" גער און אַלט און יונג געװאָרפן אויפן פייער. די מעובדתע פרויען האָבן די מערדער אַרױסגעװאָרפן דורך די פענצטער אויף דער גאָס אַרױס און דאָרט האָט מען זיי אונטערגעכאַפּט מיט שפּיזן. איבער די גאַסן זיינען אַרומגעגאַנגען די מאָנאַכן מיט דעם קרייץ אין די הענט און געשריגן ,אפּיקורטות!* װער עס איז פאַרן קריסטלעכן גלויבן און הײיליקן קרייץ, זאָל גיין מיט אונדז, כדי צו קעמפן מיט יידן און פאַרטיליקן זיי". אויפן דריטן טאָג האָט דער פּאָגראָם זיך אַריבערגעטראָגן אין דער אומגעגנט פון ליסאַבאָן, וואוחין די מאַראַנען זיינען אַנטלאָפן. בסךיהכל זיינען אין משך 106 גרעץ - די יירישע געשיכטע פון די דריי טעג דערהרגעט געװאָרן העכער 2000 מאַראַנען, דערביי זיינען פאָרגעקומען מיאוסע געװאַלד-טאַטן אויף פרויען און מיידלעך. צווישן די קרבנות זיינען אויך געווען קריסטן, וועלכע מען האָט בטעות אָנגענומען פאַר מאַראַנען. די רעגירונג איז געווען אויפגעבראַכט אויף דעם פּאָגראָם. פיל פון די אונטערהעצער האָט מען געהאָנגען און געקעפּט, צוויי מאָנאַכן" אונטערהעצער האָט מען פאַרברענט אויפן פייער און אַנדערע האָט מען באַשטואָפט און קאָנפיסקירט זייער פאַרמעגן. נאָר פאַר יידן איז דאָס גע- ווען אַ קנאַפּע נחמה און נאָך דער שרעקלעכער שחיטה האָבן פיל מאַראַנען אָנגעהויבן עמיגרירן פון פּאַָרטוגאַל. דער קעניג האָט פריער דערלויבט די עמיגראַציע, נאָר דערנאָך זי פאַרבאָטן. ער האָט צוגעזאָגט די מאַראַנען באַפרײיען זיי פון דער אינקוויזיציע נאָך אויף 16 יאָר, נאָר זיין װאָרט האָט ער נישט געהאַלטן, און שפּעטער האָט ער געפירט אונטערהאַנדלונגען מיט דעם פּױפּסט ועגן איינפירן אַן אינקוויזיציע פאַר די מאַראַנען. נאָר אויב עמאנועל האָט זיך געהאַלטן בנוגע צו יידן פאַרהעלטנישמעסיק מיט חסד און זיי פון אינקוויזיציע פאָרט באַפרײט, האָט זיין זון יאָהאַן דער דריטער (1522 --- 1557) שוין זיך באַצױיגן צו יידן פיל שטרענגער און ,פרומער", איידער זיין פאָטער, ‏ / ווען ער איז נאָך געווען אַ קרױנפּרינץ האָט יאָהאַן געהאַלטן, אַז זיין. פאָטער איז צודגוט צו יידן. ווען ער איז אַרױפגעטראָטן אויפן טראָן, האָט אים די קעניגן קאַטאַלינאַ אָנגעהױיבן איינריידן, אַז ער זאָל איינפירן אַן אינקוויזיציע. פאַר דעם האָבן אויך שטאַרק אַגיטירט די דאָמיניקאַנער. דערצו האָט זיך נאָך געפונען איינער אַ פאַררעטער פון די מאַראַנען אַלײן, ענריקע נוניעס, וועלכער האָט מיטגעהאָלפן דער דאָזיקער אַגיטאַציע דורך שפּיאָנאַזש, אַזױ װי ער האָט געהאַט צוטריט אין פיל מאַראַנישע הייזער, האָט ער דאָרט נאָכגעשפּיאָנירט די מאַראַנען און וועגן אַלץ געמאָלדן דעם קעניג. אויפן גרונט פון די מסירות האָט דער קעניג יאָהאַן אַרױסגעשיקט נוניעסן צום שפּאַנישן קעניג אויף צו פירן געהיימע אונטערהאַנדלונגען וועגן איינפירן די אינקוויזיציע אין פּאָרטוגאַל. די מאַראַנען האָבן זיך וועגן דעם דערוואוסט און באַשלאָסן נקמה נעמען פון דעם מוסר. צוויי פון זיי האָבן זיך איבערגעקליידט וי מאָנאַכן, דעריאָגט דעם מוסר ביי דער שפּאַנישער גרעניץ, וואו זיי האָבן אים דערהרגעט און אָפּגענומען ביי אים די פּאַפּירן, װאָס ער האָט געפירט. די מערדער האָט מען אָבער אַנטדעקט פון קנעכטשאפט צו פרייחייט 197 און פאַרמשפּט צו אַ שרעקלעכן טויט: זיי האָט מען אָפּנעהאַקט די הענט, צוגעבונדן צו די וויידלען פון פערד און געשלעפּט זיי צום עשאַפאָט. דעם שפּיאָן נוניעס האָבן די גייסטלעכע דערנאָך צוגערעכנט צו די קדושים. מיט דער דערמאַרדונג פון נוניעסן האָבן זיך באַנוצט די שונאים פון די מאַראַנען, און די אַגיטאַציע איז געװאָרן שטאַרקער, די ,קאָרטעס? (פּאַר- לאַמענט) האָבן זיך באֲקלאָגט פאַרן קעניג, אַז די מאַראַנען האָבן פאַר" כאָפּט אין זייערע הענט די אַרענדע פון די גיטער און דעם תבואה-האַנזל, אַז דער גרעסטער פּראָצענט דאָקטוירים און אַפּטײיקערס זיינען יידן און וי אַזעלכע זיינען זיי געפערלעך פֿאַר די קריסטן, די מאַראַנען האָבן מיט אויפרעגונג געקוקט אויף דער אַגיטאַציע און געשפּירט, אַז אַ גייע כמאַ- רע רוקט זיך אָן אויף זייערע קעפּ, אין יענער צייט האָט אויף אַ וויילע זיך באַװויזן די שיין פון האָפע- נונג פאַר די פּאַרטוגעזישע מאַראַנען: קיין פּאָרטונאַל איז אָנגעקומען דוד הראובני, וועלכער האָט פאַראינטערעסירט דעם פּאָרטוגעזישן קעניג מיט זיין פאַנטאַסטישן פּלאַן וועגן אַ מלחמה מיט טערקיי מיט דער שטיצע פון די יידן פון דער געוז היימנישפולער מלוכה. די מאַראַנען האָבן געגלויבט אין די פאַנטאַזיעס פון דוד הראובני און געזען אין אים זייער מלאָך הגואל, די משיח-באַוועגונג האָט אַרומגעכאַפּט די געפּלאָגטע יידן און אין דער שפּיץ פון דער באַװעגונג האָט זיך געשטעלט דער ענטוזיאַסטישער ר' שלמה מולכו. די התלהבות האָט די מאַראַנען אויפגעמונטערט אויף אַזױ פיל, אַן אַ גרופע יונגע מאַראַנען איז אַװעק מיט געווער אין די הענט אין דער גרע" נעץישטאָט באַדאַכאָז און געפּוואװט באַפרײיען די אַרעסטירטע יידן, אָבער אין גיכן האָט יאָהאַן אויפגעהערט גלויבן אין דער מיסיע פון דוד הראובני, אים דערווייטערט פון ליסאַבאָן און די פראַגע וועגן איינפירן אינקוויזיציע איז ווידער אַרויפגעשוואומען, אין 1521 האָט דער קעניג יאָהאַן באַפולמעכטיקט זיין געזאַנדטן אין דוים זיך משתדל צו זיין ביים פּופּסט וועגן גרינדן אַן אינקוויזיציע אין פּאָרטוגאָל,. אין ענטפער פון פּױפּסט צום קעניג איז מיט רמזים געװען געגעבן אָנצוהערענישן, אַז יאַהאַן איז ניט אַזױ אויסן די אינטערעסן פון דער קירכע, וי זיינע פערזענלעכע אינטערעסן, ווייל אַ דאַנק דער אינקווי" זיציע װעט ער קענען קאַנפֿיסקירן דאָס פאַרמעגן פון זי מאַראַנען, נאָר דאָך האָט דער פּויפסט סוף כל סוף מסכים געווען אויף דער בקשה פון קעגיג. 198 גרעץ - די יירישע געשיכטע ווען די מאַראַנען האָבן זיך וועגן דעם דערוואוסט האָבן זיי אויסגענוצט אַלערלײ מיטלען, סיי מיט געלט, סיי מיט אַגיטאַציע דורך הויכגעשטעלטע לייט און דער װײיכהאַרציקער פּויפּסט האָט געביטן זיין פריערדיקן באַ- שלוס. צוערשט האָט ער באַפױלן אויף אַ געוויסער צייט ניט אָנװענדן די בולאַ וועגן דער אינקוויזיציע און דערנאָך האָט ער אַרױסגעגעבן אַ ,בולאַ פון מחילה", אין וועלכער ער האָט דערקלערט: היות די יידן װאָס זיינען אַמאָל מיט געװאַלד אָפּגעשמדט געװאָרן, קענען ניט גערעכנט וערן וי מיטגלידער פון דער קירכע און דעריבער קען מען זיי אַלזאָ אויך נישט משפּטן פאַר אומגלױביקע; זייערע קינדער וידער, װאָס זיינען געטויפט געװאָרן ביים געבוירן, רעכענען זיך שוין פאַר קריסטן און דאַרפן פאַר- בלייבן אין דער רעליגיע. מ'דאַרף נעמען אין אַכט, אַז זיי זיינען דערצויגן געװאָרן אונטערן איינפלוס פון זייערע עלטערן-יידן, און מ'טאָר זיך מיט זיי ניט באַגײן שטרענג דערפאַר, װאָס זיי זיינען נוטה צום יידנטום, נאָר מען דאַרף זיי מקרב זיין מיט גוטן, די דאָזיקע ;בולאַ פון מחילה", האָט די פּאָרטוגעזישע רעגירונג ניט פאַרעפנטלעכט און אָנגעהויבן זיך באַמיען ביים פּױפּסט װועגן מבטל מאַכן די בולאַ. אין מיטן דער אַגיטאַציע פאַר און קעגן דער אינקוויזיציע איז דערווייל דער ליבעראַלער פּופּסט קלימענט דער זיבעטער געשטאָרבן און ביי זיין פאַרטרעטער פּאַאול דעם דריטן האָט דער קאַמף אָנגענומען נאָך אַ שאַרפערן כאַראַקטער. די פאָרשטייער פון קעניג און די געשיקטע אַגענטן פון די מאַראַנען האָבן אין רוים אינטריגירט איינע קעגן די צוויי- טע. דער פּױפּסט האָט געהייסן איבערגעבן די פראַגע צו דער באַטראַכטונג פון אַ קאָמיסיע, וועלכע האָט זיך אַרױסגעזאָגט לטובת די מאַראַנען. דער" ווייל האָט דער פּױפּסט באַקומען ידיעות פון פּאָרטוגאַל, אַז דער קעניג יאָהאַן האָט ניט געקוקט אויף דער ,בולא פון מחילה" דאָך ניט באַפּרײט די אַרעסטירטע מאַראַנען און אפילו געמאַכט נייע אַרעסטן. פּאַאול דער דריטער האָט דאַן פאָרגעלייגט דעם קעניג, אַז ער זאָל געבן אַמניסטיע אַלע מאַראַנען און דערלויבן זיי אין פאַרלױף פון אַ יאָר צו פאַרלאָזן דאָס לאַנד, ווען יאָהאַן האָט אויך דעם באַפעל ניט דערפילט, האָט דער פּוױפּסט װוי- דער אַרױסגעלאָזט אַ בולאַ (1525), אין וועלכער ער האָט קאַטעגאָריש דערקלערט, אַז די מאַראַנען זיינען פריי פון דעם אינקוויזיציע-געריכט און אָלע אורטיילן פון די טריבונאָלן קעגן זיי האָבן נישט קיין שום קראַפט, פון קנעכטשאַפט צו פרייהייט , 199 דאָס מאָל האָט דער קעניג געמוזט נאָכגעבן און ער האָט באפרייט אַן ערך 0 אַרעסטירטע מאַראַנען. נאָך דעם האָבן די אונטערהאַנדלונגען מכח דער אינקויזיציע זיף ווידער אָנגעהויבן. דער פּױפּסט האָט מסכים געווען איינצופירן די אינק- וויזיציע אויף די ווייטערדיקע באַדינגונגען: אַז מען זאָל ניט פאַרפירן קיין אױיספאָרשונג וועגן רעליגיעזן פאַרראַט בלויז אויפן גרונט פון עדות זאָגן פון די הויזיבאַדינטע אָדער פינצטערע לייט; אַז די עדות זאָלן אויסגעהערט ווערן ניט געחיים, נאָר אין אַנועזנהייט פון די אַרעסטירטע; אַז מען זאָל דערלאָזן די אַרעסטירטע זען זיך מיט זייערע אייגענע: אַז דאָס פאַרמעגן פון די פֿאַרמשפּטע מאַראַנען זאָל ניט קאָנפיסקירט װערן לטוכת דער מלוכה, נאָר איבערגעגעבן ווערן די געזצצלעכע יורשים; אַז אױיף דעם אורטייל פון דעם אינקוויזיציע-געריכט זאָל מען קענען אָנגעבן אַן אַפּע- לאַציע צו דער רוימישער קוריע. דער קעניג יאָהאַן האָט אויף אַזעלכע באַי דינגונגען ניט געקענט איינגיין און ער האָט זיך געווענדט נאָך שטיצע צום אָלמעכטיקן דייטשן קייטער קאַרל דעם פינפטן, וועלכער איז געוען אֵן אָנהענגער פון אַ פולקאָם-פרייער אינקוויזיציע לוט דעם שפּאַנישן מוטס" טער., קאַרל דער פינפטער האָט צו יענער צייט ערשט געהאַט אָפּגעהאַלטן זיין גלענצנדיקן נצחון איבער די טערקן, אַרײנמאַרשירט קיין רוים װי אַ זיגער און דער פּױפּסט האָט ניט געהאָט די דרייסטקייט אָפּצװאָגן זיין בקשה. ער האָט געמוזט מסכים זיין איינצופירן די אינקוויזיציע אין פּאָר- טוגאָל און נאָר אויסגעדונגען די ווייטערדיקע הנחות פֿאַר די מאַראַנען: אַז די ערשטע דריי יאָר זאָלן די אינקוויזיציע-געריכטן אָפּהיטן די פאָרמען פון די ציווילע געריכטן; אַז די נעמען פון די באַשולדיקער און די עדות זאָלן לאוואוסט ווערן די באַשולדיקטע און אַז די ערשטע 10 יאָר זאָל דאָס פאַר- מעגן פון די פאַרמשפּטע ניט קאָנפיסקירט וװוערן לטובת דער מלוכה, דער ערשטער געגעראַל-אינקװיזיטאָר פון פּאַרטונאַל, דיעגאָידאַ- סילוואַ, האָט זיך נאָך געפירט מיט חסד און װי ווייט מעגלעך אויסגעמיטן אַכזדיותדיקע מעשים בנוגע די מאַראַנען. די מאַראַנען פון ליסאַבאָן האָבן ווידער געשיקט אַ דעפּוטאַציע קיין רוים און צוגעשטעלט דעם פּױפּטט אַ דערקלערונג װאָס איז געשריבן געװאָרן אין אַן ענערגישן דרייסטן טאָן ,אוב אייער דורכלויכט --- האָט זיך געזאָגט אין דער דערקלערונג =- וועט זיך אָפּװוענדן פון זי בקשות און טרערן פון יידישן פאָלק, אָדער, װאָס 200 גרעץ - די יירישע געשיכטע מיר דערװאַרטן נישט, וועט זיך אָפּזאָגן צו באַזײטיקן דאָס שלעכטס, פּראָ- טעסטירן מיר פאַר גאָט און מיט קרעכצן און יללות װעלן מיר אַרױס- טרעטן פאַר דער גאַנצער וועלט, אַזױ וי מיר האָבן נישט קיין איין אָרט, וואו מיר זאָלן קענען (מיט ריינעם געוויסן) אַרײנטרעטן אין דער קריסט- לעכער געזעלשאַפּט; אַזױ וי אונדזער לעבן, אונדזער ערע, אונדזערע קיג- דער געפינען זיך אין שטענדיקער סכנה, נישט געקוקט דערויף, װאָס מיר האָבן זיך באַמיט אויסערלעך זיך אָפּהאַלטן פון יידנטום, --- דעריבער, אויב די טיראַניע װוצט נישט אויפהערן, װעלן מיר טון דאָס װאָס קיינער פון אונדז װאָלט ביי אַן אַנדער לאַגע נישט געטון: מיר װועלן זיך אומקערן צו אונדזער יידישן גלויבן און זיך אָפּזאָגן פון קריסטנטום... מיר אַלע וועלן פאַרלאָזן אונדזערע אַלטע באַוואוינטע ערטער און גיין זוכן פאַר זיך שטיי צע און זיכערקייט צװוישן װינציקער בייזע פעלקער". די דאָזיקע דעף" קלערונג האָט געווירקט און דער פּויפּסט האָט אַרױסגעשיקט קיין ליסאַבאַן אַ נייעם שליח, וועלכער האָט געדאַרפט אַכטונג געבן אַז די מאַראַנען זאָל מען נישט אָנטון קיין אומזיסטע באַלײידיקונגען און זיי לאָזן פריי עמי" גרירן, נאָר אין גיכן איז פאָרגעקומען אַ צופאַל, װאָס האָט ווידער פאַרער- גערט די לאַגע. אין פעברואַר 1539 האָט מען אויף די טױיערן פון פיל קירכעס אין ליסאַבאָן געפונען אויפגעקלעפּט פּלאַקאַטן מיט אַזאַ אויפ- שריפט: ,משיח איז נישט געקומען; יעזוס איז נישט געווען קיין אמתער משיח". דאָס פאָלק איז אויפגערעגט געװאָרן און דער קעניג האָט מודיע געווען, אַז ער װעט געבן אַ גרויסע מתנה דעם, װאָס װעט אַנטדעקן דעם מחבר פון דער דאָזיקער גאָטילעסטערנדיקער אויפשוייפט, כדי אָפּצוציען פון זיך די אויפמערקזאַמקײט, האָבן די מאַראַנען געהיים אַרױסגעהאָנגען אויף די קירכעס אַזאַ מעלדונג: ,איך, דער מחבר, בין נישט קיין שפּאַ- ניער, נישט קיין פּאָרטוגעזער, נאָר אַן ענגלענדער, --- און ווען איר זאָלט אפילו אָנשטאָט צען טויזנט באַשטימען 20 טויזנט קרוזאַד װי אַ באַלױ- נונג, װעט איר מיין נאָמען נישט אַנטדעקן". ניט געקוקט אויף דעם קונצ- שטיק האָט מען דעם מחבר דאָך אַנטדעקט: דאָס איז געווען אַ מאַראַן מיטן נאָמען מאַנועל דאַיקאָסטאַ. ער האָט זיך מודה געווען אין פאַרברעכן און מען האָט אים עפנטלעך פאַרברענט. פון דעמאָלט אָן האָט די שנאה צִו די מאַראַנען זיך פאַרשטאַרקט. דער ווייכהאַרציקער אינקװיזיטאָר דאַיסיל- װאַ איז אַראָפּ פון דער שטעל און אויף זיין אָרט איז באַשטימט געװאָרן פון קנענטשאַפט צו פרייחיים 201 דער ברודער פון קעניג, ענריקע, אַ פאַרביטערטער שונא פון די מאַראַנען די טורמעס זיינען פול געװאָרן מיט אַרעסטירטע, די שייטערהויפנס האָבן געפלאַקערט, אומזיסט האָט דער פּױפּסט פּראָטעסטיױט און געטענהט, אַז ער האָט מסכים געווען איינצופירן די אינקוויזיציע נאָר ביי געוויסע גאַ- ראַנטיעס פון גערכטיקייט. עס האָבן נישט געהאָלפן די טענות, און דער גע" געראָל אינקװויזיטאָר האָט זיך געטון װאָס זיין האַרץ האָט געגלוסט, די פּאָרטוגעזישע מאַראַנען זיינען ענדלעך אויסגעגלייכט געװאָרן אין די רעכ- טן מיט זייערע ברידער אין שפּאַניע. װאָס עס האָט זיך דעמאָלט אָפּגעטון אין פּאָרטוגאַל, קען מען זען פון דער גרויסער שריפטלעכער דערקלערונג, װאָס אַ דעפּוטאַציע פון זי מאַראַנען האָט פאָרגעשטעלט דעם פּױפּסט אין 1544, די אַרעסטירטע מאַ- ראַנען האָט מען געהאַלטן פאַרשמאַכט אין פינצטערע קעלערס: די עגוים, דורך וועלכע מען האָט געצוואונגען די אומגליקלעכע זיך מודה צו זיין אין פאַרברעפן, זיינען באַשטאַנען דערין, װאָס די אַרעסטירטע פלעגט מען שלאָגן מיט שטעקנס, אַראָפּשינדן די הויט, אונטערברעגען די פּיאַטעס און נאָך אַזעלכע אַכזריותדיקע מיטלען. דער הויפּט-אינקװיזיטאָר פון ליסאַבאָן איז דעמאָלט געווען יאָהאַן דע-מעלאָ און ער האָט געהאַט אמת פאַרגעניגן, ווען ער האָט געקאַנט שיקן אַ מאַראַן אויפן פייער. דאָס קאָן מען זען פון דעם טאָן, אין וועלכן ער באַשוײיבט אין אַ בריוו צום קעניג די פייער" לעכע אױטאָידעדפע: ,די פּראַצעסיע איז באַשטאַנען פון אַן ערך 100 פאַר" משפּטע. ווען מען איז צוגעקומען צום אָרט פון דעם טױטישטראָף, האָט מען אָנגעהױבן זינגען דעם הימן: ;וועני קרעאַטאָר ספּיריטוס". איין מאָנאַך איז ארויף אויף דער בינע, די דרשה איז געווען קורץ, ווייל אין דעם טאָג איז נאָך פֿאַרגעשטאַנען פיל ארבעט. מען האָט אָנגע- הויבן לייענען די אורטיילן, פריער פון די, װאָס זיינען פאַרמשפּט געװאָרן אויף פאַרשיקונג, דערנאָך פון די פאַרמשפּטע אויף צייטווייליקער אָדער אייביקער תפיסה און ענדלעך פון די פאַרמשפּטע צום טויט. אַזעלכע זייגען געווען 20. 7 פרויען און 12 מענער זיינען צוגעבונדן געװאָרן צו סטוי" פּעס און לעבעדיקערהייט פֿאַרברענט געװאָרן. גאָר איין פרוי, װאָס האָט אין גאַנצן תשובה געטון, איז באַגנאַדיקט געװאָרן". == דער שפּיאָנאַזש האָט זיך פאַרשפּרײט איבערן גאַנצן לאַנד און פיל מאַראַנען זיינען פאַר- משפּט געװאָרן בלויז אויפן גרונט פון די שפּיאָנישע עדות. איינער פון זי 202 20 גרעץ - די יידישע געשיכטע שפּיאַנען, אַ געוועזענער פאַרשיקטער, זשול, פלעגט באַנוצן אַזעלכע מיט- לען: אין קירך, בשעת זי איז געווען איבערפולט מיט מענטשן, האָט ער פּלוצלינג פאַרמאַכט די טירן, באַפּױלן די קריסטן זיך אָפּטײלן פון די מאַ- ראַנען און שטרענג געפאָדערט פון די קריסטן, אַז זיי זאָלן דערציילן אַלץ, װאָס זיי ווייסן וועגן די מאַראַנען. אויב נאָר עס האָט זיך געפונען איינער, װאָס האָט עפּעס געפונען אַ חטא אויף אַ מאַראַן. האָט מען דעם לעצטן גלייך פון קירך אַרױסגעשלעפּט אין תפיסה אַריין. אויב עס זיינען נישט געווען קיין שום באַװוײזן, אפילו פאַלשע, קעגן די באַשולדיקטע האָט מען געפונען אַנדערע מיטלען. אַזױ, למשל, ווען דער אינקװיזיטאָר האָט באַ- שלאָסן פאַרברענען דעם רייכן מאַראַן שמעון אַלװאַרעס און זיין פרוי און עס איז, צום פאַרדרוס פון די ריכטער, פאָרט נישט געווען אפילו קיין איין עדות, װאָס זאָל זאָגן שלעכטס אויף די באַשולדיקטע, האָט מען גענומען דאָס זעקס יעריקע מיידעלע פון אַלװאַרעס, אַװעקגעשטעלט פאַר איר אַ שאָל מיט אָנגעגליטע קוילן און געסטראַשעט זי צו פאַרברענען איר הענטל אויף די קוילן, אויב זי װעט נישט זאָגן, אַז זי האָט געזען װי די עלטערן אירע האָבן געשלאָגן מיט אַ שטעקן די פיגור פון געקרייצטן יעזוס. דאָס מיידעלע האָט געזאָגט אַלץ, װאָס מען האָט פון איר געפאָדערט, און אויפן גרונט פון דעם עדותזאָגן האָט מען די אומגליקלעכע עלטערן פאַרברענט אויפן פייער, דער פּױפּסט פּאַאול דער דריטער האָט געוואוסט וועגן די שרעקלעכע מעשים פון דער אינקוויזיציע און ווידער אָנגעהויבן ענערגיש פאָדערן, אַז עס זאָלן אָפּגעהיט ווערן די גאַראַנטיעס לויט דער בולאַ פון 15236. דער קעניג האָט איינגעשטימט צו באַשטימען אַ קאָמיסיע פון 4 מאַראַנישע פאָרשטייער, וועלכע זאָלן אױיסאַרבעטן אַ פּראָיעקט, וי אַזױ אײנצואָרדע- נען די לאַגע פון די מאַראַנען,. די קאָמיסיע האָט אַװעקגעשטעלט אירע פריערדיקע באַדינגונגען: אַלגעמײנע אַמנעסטיע פאַר די אַרעסטירטע און נישט דערלאָזן קיין פאַלשע אָדער געפעלשטע עדות, װוי אויך שווערע ענוים, וי אַ מיטל צו צווינגען דעם באַשולדיקטן, ער זאָל זיך מודה זיין, אויף די דאָזיקע באַדינגונגען האָט דער קעניג נישט געװאָלט איינשטימען און נאָך לאַנגע אונטערהאַנדלונגען צװישן דעם קעניג און דעם פּױפּסט, איז דער לעצטער ענדלעך איינגעגאַנגען אויף אַזאַ פשרה: אַלע באַשולדיקטע מאַראַ- נען, װאָס װעלן זיך עפנטלעך מתודה זיין אין זייער חטא און צװזאָגן, אָז פון קנעכטשאַפט צו פרייהייט 208 אויף ווייטער וועלן זיי שוין זיין פרום און גוט, זאָלן באַפרײט ווערן, נאָר דערפאַר אויב זיי ,,זינדיקן? נאָך אַמאָל, געהערן זיי שוין צום געריכט פון דער אינקוויזיציע, װאָס דאַרף זיך מיט זיי נישט צערעמאַניען. אויפן גרונט פון דעם באַפעל (1548) זיינען טויזנטער מאַראַנען באַפרײט געװאָרן פון תפיסה. אָבער אין עטלעכש יאָר אָרום האָבן זיך ווידער געפונען זינדיקע צװוישן די מאַראַנען, װאָס האָבן תשוכה געטאָן, און דאָטמאָל האָט די אלג" קוויזיציע מיט זיי שוין נישט געמאַכט קיין לאַנגע שהיות און די שייטער- הויפנס האָבן ווידער זיך פונאַנדערגעפלאַקערט. באַזונדערס האָט זיך פאר- ערגערט די לאַגע ביים פּױיפּסט פּאַאול דעם פערטן, וועלכער האָט געהאַלטן מיט דער רעאקציע און געווען אין אַלץ אייגיק מיט די פּאַרטוגאַלישע קלש- ריקאַלן. נאָכּן טויט פון יאָהאַן, אין 1557, איז קעניג פון פּאָרטוגאַל געװאָרן זיין ברודער דער געוועזענער געגעראָל-אינקװויזיטאָר ענריקע און דאַן איז לי גאַנצע מלוכה-פירונג איבערגעגאַנגען אין די הענט פון די דאָמיניקאַ- גער און יעזואיטן, וועלכע האָבן באַקומען פרייע פליגלען. ביים קעניג סע" באָסטיאָן האָבן די יידן אָפּגעקױפט פאַר אַ פירטל מיליאָן דוקאטן די גא" ראַנטיע פון פאַרמעגנס-זיכערקייט אויף צען יאָר. נאָך דער פאַרייניקונג פון פּאַרטוגאַל מיט שפּאַניע אונטער דער מאַכט פון טיראַן פיליט דעם צווייטן (1580) האָט די הערשאַפט פון דער אינקויזיציע דערגרייכט צו איר העכסטן פּונקט און די מאַראַנען האָבן שוין קיין קאָפּ נישט געקענט אויפהויבן, די צרות זיינען געווען אומדערטרעגלעך, קיין שום האָפענונג אויף אַ כעסערער צוקונפט איז שוין נישט געווען און דאַן האָכן די מאַראַ- נען אָנגעהויבן מאַסנװײז עמיגרירן קיין איטאַליש, טערקיי, אַפריקע און אַנדערע לענדער. פּונקט אין יענער צייט פון אומדערטרעגלעכע רדיפות אױיף יידן ווען עס האָט זיך אויסגעוויזן, אַז עס איו שוין נישטאָ קיין איין לאַנד, וואו יידן זאָלן קענען זיין זיכער מיט זייער לעבן און פאָרמעגן, איז די הילף געקומען אומדערװאַרט גאָר פון אַן אַנדער זייט, פון א לאַנד, וואו יידן האָבן קיינמאָל ביז איצט נאָך נישט געוואוינט. דאָס איז געווען דאָס קליינע לאַוד האָלאַנד, וואו יידן האָבן צום ערשטן מאָל אָנגעהױבן געניסן פון כמעט פולקאָמער גלייכבארעכטיקונג. אין דעם דאָזיקן קליינעם ווינקל פון אייראָפע איז ביז דעם זעכצנטן יאָרהונדערט כמעט קיין יידישער פוס נישט געווען. נאָר זעלטן פלעגן אהין 204 גרעץ - די יידישע געשיכטע קומען געציילטע יידן צוליב געשעפט, נאָר פון די האָט די געשיכטע קיין זכר נישט איבערגעלאָזט. ווען נידערלאַנד (האָלאַנד און בעלגיע) איז איין- גענומען געװאָרן דורך דעם שפּאַנישן קעניג קאַרל דעם פינמטן זיינען דאָרט איינגעפירט געװאָרן די אַלע רעאַקציאָנערע מלוכה:יסודות, אויף : וועלכע עס איז געשטאַנען די שפּאַנישע מלוכה, און צוזאַמען דערמיט איז אַהין אַרײנגעפירט געװאָרן אויך די פאַרברענטע שנאה צו יידן, קאָרל האָט אַרױסגעגעבן אַ באַפעל, אַז מען זאָל יידן נישט אַרײנלאָזן קיין נידערלאַנד און דאָס ביסל יידן, װאָס געפינען זיך שוין דאָרט, זאָלן תיכף אַרױסגע- טריבן ווערן. יעדער בירגער איז געווען מחוייב צו מעלדן דעם קעניג וועגן יעדן יידן, װאָס װעט זיך דאָרט באַזעצן קעגן געזעץ. די מאַגיסטראַטן פון נידערלאַנד האָבן זיך באַמיט פּינקטלעך צו דערפילן די גזירות פון קעניג, ווייל זיי האָבן מורא געהאט, אַז צוליב יידן װעט אויך אין נידערלאנד איינגעפירט ווערן די אינקוויזיציע, וועלכע האָט אַרױפגעװאָרפן אַ שרעק אויך אויף אַלע קריסטן, אָבער אין גיכן האָט נידערלאַנד אָנגעהױבן אַ מלחמה מיט שפּאַניע און איינע פון די הויפּט-:סיבות פון דעם אויפשטאַנד איז געווען דער פּחד פאַר דער שרעקלעכער אינקוויזיציע און די פּראָטעס- טאַנטישע לערע, װאָס האָט זיך איײינגעװאָרצלט אין די מדינות פון נידער" לאַנד. די דאָזיקע קליינע מלוכה איז צו יענער צייט געװאָרן אַ נעסט פאַרן פּראָטעסטאַנטיזם און צווישן דעם פרייען, נאָר אָרימען נידערלאַנד און דעם שטאַרקן, נאָר פינצטערן שפּאַניע האָט זיך אָנגעהױבן אַ פאַרביטער- טער קריג, װאָס האָט געדויערט צענדליקער יאָרן. די װועלט האָט געזען פּאַר זיך אַ וואונדער און געװאָרן דערשטוינט: די אַלמעכטיקע שפּאַנישע מלוכה האָט נישט געקענט אייננעמען דאָס אָרעמע און קליינע פאָלק פון נידערלאַנד, װאָס איז געווען אָרעם אין געלט און אין מענטשן, אָבער רייך אין גײיסט און אין העלדישקייט. פון דעם דאָזיקן לאַנגיעריקן קריג צווישן דעם ריזיקן שפּאַניע און קליינעם נידערלאַנד האָבן אויך יידן פיל נוצן געהאַט: נידערלאַנד איז געווען די ערשטע מלוכה, װאָס האָט יידן אויפגט- נומען באמת גאַסטפרײנטלעך און זיי געשאַנקען כמעט גלייכע רעכטן פון דער צווייטער זייט האָבן אויך די יידן, װאָס האָבן זיך דאָרט באַזעצט, מיט זייער רייכטום און בילדונג פיל מיטגעהאָלפן צו דער אויפבליאונג פֿון נידערלאַנד און דעם נצחון אירן איבער שפּאַניע. דער דעספּאָט פיליפ דער צווייטער האָט געקוקט אויף דעם דאָזיקן פאַרבאַנד צווישן די געפּלאָג- פון קנעכנטשאַפט צו פרייהיים 200 טע יידן און דעם פּראָטעסטאנטישן נידערלאַנד מיט כעס און פאַרביטערונג, נאָל ער האָט גאַרנישט געקענט אויפטן. יידן זייגען געװען שטאַרק צופרידן מיט זייער נקמה, װאָס זיי האָבן דערלעבמט אין זייערע שונאים : דאָס אָלמעכטיקע שפּאַניע האָט אָנגעהוֹיבן פאַלן אַלץ נידעריקער און גי" דעריקער און האַלט נאָך אין פאַלן אויך ביי דער איצטיקער צייט, בשעת דאָס קלייגע נידערלאַנד האָט אַ דאַנק יידן אָנגעהױיבן בליען אַלץ מער און מער און געװאָרן אַ מלוכה פון ערשטן ראַנג. די מאַראַנען אין פּאָרטוגאַל און אין שפּאַניע האָבן שוין לאַנג גע" האָט געװאָרפן אַן אויג אויף נידערלאַנד, נאָך אין דער צייט, ווען נידער" לאַנד האָט געפירט דעם קאַמף פאַר דער פרייהייט מיט שפּאַניע, האָט איי" נער אַן אָנגעזעענער ייד, שמואל פאַלאַכי, דער קאָנסול פון מאַראָקע אין נידערלאַנד, פאַרגעלייגט דעם מאַגיסטראָט פון מידעלבורג, אַז זיי זאָלן דערלויבן באַזעצן זיך דאָרט יידן, וועלכע װעלן געוויס מיט זייער עשירות און האַנדלס-פעאיקייטן רייך מאַכּן די שטאָט, די שטאָט-געמײנדע האָט דערויף גערן מסכים געווען, אָבער קעגן דעם זיינען געווען די פּאַסטאָרן, וועלכע האָבן געקעמפט מיט דעם קאטויליציזם און דאָך אַליין געווען פא" נאָטיקער און זיך געהאַלטן אין די אַלטע אָבערגלויבנס וועגן יידן. ערשט ווען נידערלאַנד האָט ענדלעך געזיגט אין קאַמף מיט שפּאַניע און די האָ- לענדישע שטאַטן האָבן זיך פאַראײניקט אין א פרייער רעפּוכליק אונטער דער פירונג פון פּרינץ הענריך פון אַראַניען (1579), איז האָלאַנד ביסלעפּ" ווייז געװאָרן אַ מקלט פאַר די געפּלאָגטע און גערודפטש מאַראַנען. די אַנטשטײאונג פון דער יידישער קאַלאָניע אין אַמסטערדאַט, דער צענטער פון האָלאַנד, איז פאָרגעקומען כמעט אויף אַ ראָמאַנטישן אופן, וועגן דעם דערציילט מען אַזױ. אַ שיף מיט א קליינער גרופּע אַנטלאָטמענע מאַראַנען איז געשוואומען פון פּאָרטוגאַל אונטער דער אָנפירוֹנג פון אליי נעם פון זיי, יעקב טיראַדאָ, די אַנטלאָפענע האָבן זיך געלאָזט, וואוהין די אויגן האָבן געטראָגן, אָן אַ ציל (1593), אין דעם שיף זיינען געזעסן די יונגע מיטגלידער פון א רייכער אַריסטאָקףאטישער פאֲָמיליע: מאַנוֹצל לאָפּעז פעריירא, זיין שוועסטער, א באַרימטע שייגהייט, מאַריא נוניעס און זייער פעטער לאָפּעז האָמען, אַלע מאַראַנען,. אויפן וועג איז זייער שיף געפאַנגען געװאָרן דורך ענגלענדער און געפירט געװאָרן קיין לאַנדאָן, דער שיפסיקאַפּיטאַן אַן ענגלענדער, איז געווען אַזױ באַצױבערט פון דער שייג" 200 .= גרעץ - די יירישע געשיכטע קייט פון מאַריאַ. אַז ער האָט איר פאָרגעלייגט חתונה האָבן מיט איר, נאָר דאָ האָט זי אים אַנטדעקט דעם סוד, אַז זי איז נישט קיין שפּאַניערין, נאָר אַ יידיש קינד, װאָס אין אַנטלאָפן פון דער אינקוויזיציע. אין לאַנדאָן איז די שיינע מאַריאַ אַרײנגעפאַלן אין די אַריסטאָקראטישע קרייזן און דאָרט באַרימט געװאָרן. וועגן איר האָט זיך דערוואוסט די קעניגן, וועלכע האָט זי איינגעלאַדן צו זיך אויף אַן אוידיענץ און דערנאָך געפאָרן מיט איר אין אַן אָפענער קאַרעטע איבער די גאַסן פון לאָנדאָן. װי עס ווייזט אויס, האָט אָבער מאַריאַ אויסגעבעטן פאר זיך און איר משפּהה אַ דערלויבעניש צו פאָרן ווייטער. זיי האָבן זיך געלאָזט קיין האָלאַנד. נאָך אַ שווערן וועג אויפן ים איז זייער שיף אָנגעקומען אין פּאָרט פון קליינעם שטעטל עמדען. דאָרט האָבן זיי זיך אָפּגעשטעלט און ווען זיי זיינען געגאַנגען איבער די גאַסן פון שטעטל האָבן זיי אוױיף איינעם פון די הייזער באַמערקט אַן אויפשריפט אויף העברעאיש און דערפון פאַרשטאַנען, אַז דאָרט וואוינט אַ ייד. דאָרט האָט געוואוינט דער רב וי אורי הלוי, די וואנדערער האָבן אים דערציילט, װאָס מיט זיי האָט פּאַסירט, און געבעטן, אַז ער זאָל זיי מגייר זיין. דער רב האָט אָבער זיי דערקלערט, אַז דאָ איז אַ געפאַר דאָס צו טאָן, ווייל דאָס שטעטל איז קליין, אוּן די קריסטלעכע באַפעלקערונג וװועט זיך געוויס דערוויסן װועגן דעם. ער האָט זיי געראָטן צו פאָרן קיין אַמסטערדאַם, וואו די פרייהייט איז אַ גרעטערע און קיין סכנה איז נישטאָ. ער האָט זיי צוגעזאָגט, אַז נאָך דעם װעט ער אַלײין אויך זיך אַריבערציען אַהין. די װאַנדערער זיינען אָפּגעפאָרן קיין אַמסטערדאַם, אַהין זיינען אויך באַלד געקומען זייערע קרובים און נאָענטע, אַהין איז אויך געקומען ר' אורי הלוי און אויף אַזאַ אופן איז דאָרט געגרינדעט געװאָרן די ערשטע יידישע קהלה. זייער גייסטיקער מנהיג איז געווען ר' אורי הלוי, אויס שטענדיקער געוואוינהייט צו באַהאַלטן זיך פון פרעמדע אויגן, זיינען די מיטגלידער פון דער געמיינדע אויך אין אָמסטערדאַם נישט אַרױסגעטראָטן װי אָפענע יידן. די האָלענדער האָבן פריער געמיינט, אַז אַז דאָס זיינען שפּאַנישע קאַטױליקן, נאָר די געהיימניספולע און פאַרבאָר- גענע מאַניערן האָבן אַרױסגערופן אַ חשד, אַז זיי זיינען פאַרמאַסקירטע פּאַפּיסטן פון שפּאַניע, און מען האָט אָנגעהויבן זיי נאָכשפּירן. אײינמאָל, אין יום-כפּור, ווען די מאַראַנען האָבן זיך פאַרזאמלט תפילה צו טון, האָבן זיך אין זייער שיל אריינגעריסן סאָלדאַטן, געמאַכט אַ רעוויזיע און אַרעס- פֿון קנעכטשאַפט צו פרייהייט 207 טירט דעם רב רי אורי הלוי, דעמאָלט איז יעקב טיראַדאָ אַװעק צו דער אָמסטערדאַמער מאַכט און אויף לאטייניש מיט זיי זיך צונויפגערעדט, דערקלערט, אַז די עמיגראַגטן זיינען גישט קיין קאַטױליקן, נאָר יידן װאָס זיינען אַנטלאָפן פון דער אינקויזיציע, אַז זיי האָבן מיטגעבראַכט מיט זיך גרויסע קאַפּיטאַלן, און אַז נאָך זיי װעלן קומען פרישע פּאַרטיעס עמיגראַנטן, װאָס װועלן מיטהעלפן צו דעם אויפבלי פון האַלענדישן האַנדל, דאַן האָט מען דעם אַרעסטירטן רב באַפרײט און אָנגעהױיבן זיך באַציען צו די מאַראַנען מיט מער צוטרוי. די עמיגראַנטן װידער האָבן זיך שוין אָנגעהויבן האַלטן אָפן וי יידן און אין גיכן איז דער צוטרוי צו זיי שוין געוען אַזזי גרויס, אַז זיי האָבן באַשלאָסן בעטן ביי דער אַמסטערדאַמער מאַכט א דערלויכעניש אויף צו בויען אָן אייגענע שיל. די דערלויבעניש איז געגעבן געװאָרן און אין 1598 איז אין אַמסטערדאַם אויסגעבויט גש' װאָלן די ערשטע יידישע שיל מיט דעם נאָמען ,,בית יעקב", צום אָנדענק פון איר גרינדער יעקב טיראַדאָ. דער רב ר' אורי הלוי, א דייטשער ייד, האָט דאָרט געהאַלטן זיינע דרשות אויף דייטש און זיין זון פלעגט זי איבערזעצן פאר די צוהערער אויף שפּאַניש, די ידיעות װעגן דער יידישער געמיינדע אין האָלאַנד האָבן אַהין צוגעצויגן מאָסן אַנטלאָפענע פון שפּאַניע און פּאָרטוגאַל. די מאַראַנען אין די לענדער פון דער אינקויזיציע האָבן אויפגעהויבן דעם קאָפּ, געװאָרן שטאָלצער ביי זיך און מיי זיך אין דערחיים שוין אָנגעהויבן אָפענער און דרייסטער אַרױסצוטױעטן וי יידן. נאָר טויזנטער מאַראַנען ,וועמען עס איז נמאס געװאָרן צו טראָגן אויף זיך אַ מאַסקע, האָבן אין גאַנצן פאַרלאָזן זייער פאָטערלאנד און ארױיבערגעפאָרן קיין האַלאַנד, און זיי זיינען גש װאָרן אָפענע יידן. אין אַ פּאָר צענדליק יאָר ארום איז אין אמסטערדאַם שוין געווען 400 יידישע פאַמיליעס. דאָס רוב פון זיי זיינען געווען פּאַרי טוגעזישע מאַראַנען און דעריכער האָט זיך די געמיינדע גערופן ,,פּאָר- טוגעזישע". אין 1008 האָט זיך אין אַמסטערדאַם געגרינדעט אַ גייע שיט |מיטן נאָמען ,,נוה שלום" און אין 10 יאָר שפּעטער האָט זיך געעפנט נאָך אַ דריטע שיל ,,בית ישראל", צווישן די מאַראַנען, װאָס האָבן זיך באַזעצט אין האָלאַנד, זיינען געווען פיל גרויסע סוחרים, וועלכע האָבן נישט װינציק מיטגעהאָלפן דערצו, אַז דאָס אָרעמע לאַנד, װאָס איז נאָך אָרעמער געװאָרן צוליב דער לאַנגיאָ- 208 : נרעץ - די יידישע געשיכטע ריקער מלחמה מיט שפּאַניע, זאָל אַזױ אויפבליען אין מסחר. זיי האָבן געי פירט, הױפּטזעכלעך, אַן עקספּאָרט-האַנדל מיט טערקיי און מאַראָקע, זיך באַטײליקט אין דער וועסט-אינדישער קאָמפּאַניע און זיך פאַרנומען מיט באַנק-אָפּעראַציעס. צווישן די מאַראַנען זיינען אויך געווען נישט וינצִיק דאָקטורים, יוריסטן און שריפטשטעלער. די האָלענדישע װעפּובליק האָט געגעבן די יידן פולקאָמע פרייהייט פון רעליגיע און פון געמיינדע-פאַר- װאַלטונג, זיי איז נאָר פאַרבאָטן געװאָרן חתונה צו האָבן מיט קריסטן און אָפן אַרױסצוטרעטן קעגן קריסטנטום, די אָרדענונג פון דער געמײינדע-פאַרװאַלטונג איז געווען אַ מוסטער- האַפטע. די דריי אַמסטערדאַמער יידישע שילן זיינען פריער געווען דרײ באַזונדערע קאַנגרעגאַציעס, װאָס יעדע פון זיי האָט געהאַט זייער רב אָדעו ,,חכם". די ערשטע צייט זיינען צווישן די דריי שילן פאָרגעקומען רייבונ- גען, נאָר דערנאָך האָבן זיי זיך אַלע פאַראײיגיקט אין איין געמיינדע. די ספרדים מיט זייער ליבע צו אָרדענונג און זייער געבוירענער אינטעליגענץ האָבן אַרופגעלײגט זייער שטעמפּל אויף דער אָרגאַניזאַציע פון דער גע" מיינדע. עס זיינען אױסגעאַרכעט געװאָרן 42 באזונדערע פּונקטן, װאָס זיינען באַשטעטיקט געװאָרן דורך דעם מאַגיסטראַט. דער אָנפירער פון דער געמיינדע איז געווען דער ראָט (מעמד), װאָס איז באַשטאַנען פון רבנים און עלטסטע (פּרנסים); נאָר די רעליגיעזע פראַגן זיינען געלייזט געװאָרן בלויז דורך די רבנים אַלײן, די אָרטיקע מאַכט האָט געגעבן דעם ,, מעמד" דאָס רעכט אַרויפצולײגן שטראָפן אויף די מיטגלידער פון דער געמיינדע, װאָס פאָלגן נישט דאָס יידישע געזעץ, און מיט דעם רעכט פלעגט די געמיינדע-פאַרװאַלטונג זיך נישט זעלטן באַנוצן. די אַמסטער- דאַמער יידן, געוועזענע מאַראַנען, האָבן אַ לאַנגע צייט זיך נישט געקענט אָפּגעװאױינען פון זייערע קאַטױלישע שטימונגען, װאָס זיי האָבן מיט זיך מיטגעבואַכט פון די לענדער פון דער אינקויזיציע. אַזױ, למשל, האָבן די מאַראַנען געהאַט אַ לאַנגע צייט די קאַטױלישע געוואוינהייט צו קוקן אויף דעם רב, װי אויף אַ גייסטלעכן, װאָס איז בכח צו פאַרגעבן די זינד, עס איז גענוג נאָר זיך מתודה זיין פון צייט צו צייט און דאַן ווערן די זינד פאַרגעבן און מען קאָן איבעראַנײס אָנהױיבן זינדיקן. אַזאַ שטאַנדפּונקט, לויט וועלכן די רעליגיעזע צערעמאָניע שטייט העכער פון די ריינע מדות, איז לחלוטין פרעמד דעם יידנטום, נאָר די מאַראַנען האָבן נישט ווילנדיק פֿון קנעכטשאַמט צו פרייהייט 209 זיך איינגעלעבט מיט די דאָזיקע קאַטוױלישע געוואוינהייטן אין דער צייט, ווען זיי האָבן אויף זיך געטראָגן די מאַסקע פון קריסטן, און די רבנים האָבן דעריבער געמווט האָרט קעמפן קעגן דעם. די ערשטע אַמסטערדאַ- מער רבנים דרי יוסף פּאַרדאָ און ר' יהודה ויגאָ האָבן זיך נאָך גערעכנט א ביסל מיט די געוואוינהייטן פון די מאַראַנען און זי נישט באַשטראָפט, גאר דער דריטער רב ר' יצחק עוזיאל איז שוין ענערגיש אַרױסגעטראָטן קעגן דעם און געקעמפט קעגן די אַנטיזײידישע באַגריפן, װואָס מער דער ,, מעמד" האָט זיך באַפעסטיקט, אַלץ שטרענגער זיינען געװאָרן די מיטלען קעגן די, װאָט האָבן זיך דערלויבט צו דענקען פריי אָדער אַנדערש פון דעם אָפיציעלן יידנטום. צום באַדױערן ,האָבן די מאַראַנען פון זייער פריערדיקן פאָטערלאַנד, וואו עס האָט געהערשט דער רעזשים פון אינקוויזיציע, אויך אַראָפּגעבראַכט די מיאוסע מדה פון פאַי נאַטיום און איבעריקער פֿאָרזינטיקייט, װאָס זוכט אומעטום כפירה און איז אַלץ און אַלעמען חושד, דער אַמסטערדאַמער רבנים-קאָלעגיום, װאָס איז באַשטאַגען פון די רבנים: ר' דוד פּאַרדאָ, ר' שאול מאַרטײראַ, ר' יצחק אַבוהב דע"פאַנטעקאַ האָט געשפּילט אַ ראָליע פון אַ העכסטן גייס- טיקן טריבונאַל, װאָס דאַרף שטױענג אַכטונג געבן, אַז די מיטגלידער פון דער געמיינדע זאָלן חלילה נישט אָפּטרעטן פון דער רעליגיע, און װאָס באַשטראָפט מיט חרם און אנדערע שטרענגע מיטלען פאַר יעדן פונק פון פרייען דענקען. אַזױ וי זיי האָבן זיך באַפרײט פון אויסערלעכן יאָך, איז די גייס- טיקע ענערגיע פון די מאַראַנען אויך פריי געװאָרן און אין משך פון ערשטן העלפט יאָרהונדערט פון איר עקויסטענץ האָט די האָלענדישע קאָלאָניע אַרױסגעװיזן אַן אינטענסיווע ענערגישע טעטיקייט אין דער ליטעראטור און אין גייסטיקן לעבן. אין דער ליטערארישער שאַפונג פון די האָלענדישע יידן האָבן זיך אָפּגעשפּיגלט צוויי פאַרשידענע שטרעמונגעף דאָ האָבן זיך באַגעגנט דער שמאָלער רעליגיעזער דאָגמאַטיזם מיט דעם עקסטרעמ- סטן פריידענקען, די אַכערגלױביקע קבלה מיט דער סקעפטישער פילאָזאָ- פיע, דאָס פּאָעטישע באַזינגען די יידישע מיסיע מיט דער שאַרפסטער קריטיק פון די יסודות פון יידנטום. אין די ליטעראַרישע װערק פון דער ערשטער צייט פאַרנעמט נאָך ביי די יידישע שריפטשטעלער אין האָלאַנד דעם ערשטן פּלאַץ די ליריק און די מיסטישע שטימונג. אין זיי הערן זיך 210 גרעץ - די יירישע געשיכטע די נאַכװײענישן פון דער שרעקלעכער דראַמע פון מאַראַנערטום. יעקב בעל" מאָנטע, איינער פון די ערשטע גרינדער פון דער אמסטערדאמער יידישער קאָלאָניע, האָט אין פערזן באַזונגען אויף שפּאַניש די ליידן פוּן זיינע ברידער אונטער דער הערשאַפט פון דער אינקויזיציע. דער פּאָעט דוד אָבענטאַר מעלאָ האָט איבערזעצט דעם תהלים אויף שפּאַניש; דערביי האָט דער איבערזעצער אין אייניקע קאַפּיטלעך פון תהלים אַרײינגעשטעלט זיין אייגענע ליריק וועגן דעם שיקזאַל פון יידישן פאָלק און וועגן זיינע פּער- זענלעכע ליידן װי אַ מאַראַן. אַ צווייטער פּאָעט, ישורון, אָדער פּאַאול דע" פּינאַ לוט זיין קריסטלעכן נאָמען, איז באַװואוסט נישט אַזױ מיט זיין לֵיי טערארישער טעטיקייט, װי מיט זיין לעבנס-געשיכטע. א געבוירענער פון ליסאַבאָן, אַן אייניקל פון אַ מאַראַנישער פּאַמיליע, איז פּאַול דע"פּינאַ אין דער יוגנט געווען אַ גוטער קאַטױליקער און אפילו זיך געגרייט צו וערן אַ מאָנאַך. ער איז צו דעם צוועק אַװעקגעפאָרן קיין רוים, נאָר דאָרט האָט ער זיך באַגעגנט מיט איינעם אַ געבילדעטן דאָקטאָר פון די מאַראַנען וועלכער האָט אים דערפון אָפּגערעדט. דערווייל האָט זיך געמאַכט אַ מעשה, אַז איינער אַן אַלטער פראַנציסקאַנער האָט לויט זיין אינערלעכער איבערצייגונג אָנגעהויבן עפנטלעך פּרעדיקן די יידישע רעליגיע. דערפאַר איז ער אָפּגעזעסן אין תפיסה א לאנגע צייט און ענדלעך לעבעדיקערהייט פאַרברענט געװאָרן, און פאַרבליבן ביי זיין איבערצייגונג. די דאָזיקע גע" שיכטע האָט געמאַכט אַ גרויסן איינדרוק אויף אַלע מאַראַנען און צװישן זיי אויך אויף פּאַאול דע פּינאַ, וועלכער האָט פּערזענלעך געקענט דעם פּראַנציסקאַנער. ער האָט באַשלאָסן זיך אומקערן צום יידנטום און איז אָפּגעפאָרן קיין אַמסטערדאַם, וואו ער האָט זיך מגייר געווען. --- צוישן די שריפטשטעלער פון יענער צייט האָט זיך אויסגעצייכנט מיט זיין הויכן יחוס און גייסטיקע פעאיקייטן אברהם דע-געראַראַ, אַן אייניקל פון באַ- רימטן גאָנזאַלאָדדע-קאָרדאָװאַ, דער געאַפּאָליטאַנער וויצע-קעניג. געראַראַ האָט זיך אַרײנגעטאָן אין דער קבלה, װאָס ער האָט געלערנט ביי די תלמי- דים פון אר"י. אין זיין װערק ,,שערי שמים" האָט ער דערקלערט דאָס סיסטעם פון דער פּראַקטישער קבלה אין צוזאַמענהאַנג מיט דער פילאָזאָ- פיע. דאָס דאָזיקע װערק, װאָס איז געשריבן אויף שפּאַניש, איו דערנאָך איבערגעזעצט געװאָרן אויף העברעאיש דורך דעם רב ר' יצחק אבוהב דע"פאָנסעקאַ. פון קנעכטשאַפט צו פרייהייט 2 דאָס לעבן פון דעם לעצטן איז אויך געווען רייך אין פּאַסירונגעןף אין די קינדעריײאָרן איז ער איבערגעפירט געװאָרן פון פּאָרטוגאַל קיין אָמסטערדאַם, וואו ער האָט געלערנט תמורה ביים אַלטן חכם ר' יצחק עוזיאל, ער האָט געמאַכט אזעלכע ריזיקע פאָרשריטן אין לערנען, אַז אויפן 21-טן יאָר האָט ער שוין אַלײן באַקומען דעם טיטל ,,חכם". נאָך דער פאַרליגיי קונג פון די דריי יידישע געמיינדעט אין אַמסטערדאַם איז ר' יצחק אבוהב געװאָרן איינער פון די טיכטיקסטע מיטגלידער צװוישן די רבנים, אין 1642 איז ער אין דער שפּיץ פון אַ פּאַרטיע יידישע עמיגראַנטן אוועק קיין בראַי זיל, װאָס האָט זיך דעמאָלט געפונען אונטער דער הערשאַפט פון האָ- לאַנד. דאָרט איז ער געװאָרן רב אין דער שטאָט פּערנאַמבוקאָ, וואו עס האָבן געוואוינט פיל פּאָרטוגעזישע מאַראַנען. נאָר נישט לאנג איז אים אויסגעקומען צו בלייבן אויף זיין שטעל, אין 1646 איז צוישן פּאָרטוגאַל און האַלאַנד אױסגעבראָכן א מלחמה צוליב דער הערשאַפט איבער בראַ- זיל און מנצח געווען האָבן די פּאָרטוגעזער. די יידן האָבן זיך וידער געפונען אין די נעגל פון דער אינקויזיציע, צוליב וועלכער זיי זיינען אָנטלאָפן פון אײיראָפּע, און די געמיינדע אין בראזיל איז זיך צעפאַלן, ף' יצחק אנוהב איז אָפּגעפאָרן קיין אמסטערדאם און ווידער פארנומען די שטעל פון א חכם. מיט זיינע דרשות אין שיל האָט ער צוגעצויגן מיל צוהערער, ער האָט געלייענט לעקציעס אין דער אמסטערדאמער ישיבה, וואו מען האָט דאן געלערנט תלמוד, ביבל, דקדוק און העברעאיש. דער טעקסט פלעגט איבערגעזעצט ווערן אויף פּאָרטוגעזיש, װאָס איז נאָך אויף אַ לאַנגע צייט פאַרבליבן די שפּראַך פון דעם גרעסטן טייל האָלענדישע יידן. אַן ערך 50 יאָר איז ר' יצחק אבוהב געשטאַנען אין דער שפּיץ פון דער ,,פּאָרטוגעזישער? געמיינדפ אין אמסטערדאַם און געשטאָרבן אין טיפן עלטער (1693), ביי זיין לעבן זיינען אָפּגעדרוקט געװאָרן זיינע פּירושים צום חומש און זיינע דרשות אויף דער שפּאַנישער שפּראַך, אויף העברעאיש האָט ער נאָר געשריבן זיינע דערינערונגען פון דער מלחמה צווישן האָלאַנד און פּאַרטוגאַל, דער טיכטיקסטער ליטערארישער און געזעלשאפטלעכער טוער פון ישנער צייט איז געווען ר' מנשה בן ישראל (57-1604), א חבר פון די יעקב אבוהב. ער איז געווען א זון פון פּאָרטוגאלישע מאַראַנען, װאָס זיינען אַנטלאָפן פון דער אינקויזיציע קיין האָלאַנד, אים האָט מען גע" 212 : גרעץ - די יידישע געשיכטע בראַכט קיין אַמסטערדאַם נאָך אַ קינד. דאָרט האָט ער געלערנט ביי ר' יצחק אַבוהב. אין 1627 האָט עֶר געעפנט אַ יידישע דרוקעריי און שפּעטער איז ער געװאָרן דער אָנפירער פון דער ישיבה, װאָס איז געגרינדעט גע" װאָרן אויף די מיטלען פון דער רייכער פאַמיליע פעריירא. ר' מנשה בן ישראל האָט געהאַט אַ סך װיסנשאַפט, געווען דער פּראָדוקטיווסטער צװוישן אַלע שריפטשטעלער פון יענער עפּאָכע, הגם ער איז נישט געווען קיין טי" פער מענטש. אַ דאַנק זיינע גרויסע קענטענישן האָט ער געהאַט פאַרביג" דונגען מיט די באַרימטסטע קריסטלעכע געלערטע פון יענער צייט, אַ געווי- סע צייט האָט ער אויך געפירט אַ קאָרעספּאַָנדענץ מיט דער שװועדישער קעניגן קריסטינאַ, װאָס אז געווען אַ ליבהאָבערין פון דער װויסנשאַפט, באַ- זונדערס זיינען מיט אים געווען באַפרײינדעט די פּראָטעסטאַנטישע טעאָלאָגן און מיסטיקער. די דאָזיקע פּאָפּולאַריטעט האָט ר' מנשה בן ישראל דער" װאָרבן אַ דאַנק זיינע װוערק אויף לאַטײניש, שפּאַניש און העברעאיש. זיין גרויס װערק ‏ /60001000000'' (דער שלום"מאַכער), אַ מיסטיש-פילאָזאָ- פישער פּירוש צו דער ביבל, איז איבערגעזעצט געװאָרן אויף לאַטײניש און ענגליש, הגם אין דעם ווערק איז דאָ װינציק אָריגינעלע געדאנקן. אין אַ צווייט גרויס װוערק, װאָס איז דערנאָך אָנגעשריבן געװאָרן אויף העברע- איש ,,נשמת חיים", טרעט אַרױס ר' מנשה בן ישראל וי אַ מקובל, דאָרט ווערן אָפּט ציטירט די קריסטלעכע מיסטיקער און די יידישע מקובלים, דאָרט פיגורירן די אַלע פאָרשטעלונגען װעגן שדים, מכשפים, גלגולים און דבוקים אין אַ גאַנץ ערנסטן טאָן און דאָס באַװײזט, אַז נישט געקוקט אויף זיין ענציקלאָפּעדישער וויסנשאַפט, האָט ר' מנשה בן ישראל געפעלט דער קריטישער חוש און ער איז נישט וייט אַװעקגעגאנגען פון דעם ארי"ט תלמידים. אויף דעם סמך פון אַ דערציילונג פון עפּעס אַ רייזנדן אַװאַנטן- ריסט, אַז צווישן די אינדיאַנער אין אַמעריקע האָט ער געזען די ערשטן פון די פאַרלוירענע עשרת השבטים, האָט ר' מנשה בן ישראל געבויט אַ גאַנצן בנין און אָנגעשריבן אַ וערק ,תקות ישראל", וואו ער באַװײזט, אַז די נבואה וועגן דער אייביקייט פון יידישן פאָלק איז שוין מקוים געװאָרן און דעריבער קאָן מען האָפן, אַז אין גיכן וועט משיח קומען, ביי די אַלע מיסטישע שטימונגען איז ר' מנשה בן ישראל אָבער אויך געווען אַ רעאַ- לער מענטש, נישט פאַרגעסן די ווירקלעכקייט און די לעצטע יאָרן פון זיין לעבן האָט ער געפירט אַ שטאַרקע אַגיטאַציע װעגן דעם באַזעצן זיך פון פון קנעכטשאַפט צו פרייהייט 218 יידן אין ענגלאַנד. נאָר וועגן דעם -- אין די שפּעטערדיקע קאַפּיטלעןף .. אַזעלכע מענטשן מיט גרויסע קענטענישן, װי ר' מנשה בן ישראל, האָט מען צװוישן די האָלענדישע יידן געקענט געפינען נישט װינציק. האָלאַנד איז געװאָרן אַ צענטער פון יידישער גײסטיקער טעטיקײיט, די צאָל פון געלערטע און שריפטשטעלער איז געווען אַ באַדײטנדיקע, און פון דער דאָזיקער סביבה איז אויך אַרױסגעוואקסן דער גייסטיקער ריז ברוך שפּינאָזאַ. אָבער נישט געקוקט אויף דער געבוירענער אינטעליגענץ פון די שפּאַנישע און פּאָרטוגעזישע אנוסים, נישט געקוקט אויף זייערע קענטענישן, זיינען זיי דאָך נישט דערוואקסן צו דער שטופע פון רעליגיעזער פרייהייט און טאַלעראנץ. פון זייער פאַטערלאַנד האָבן זיי אַהער אַראָפּגעבראַכט דעם גייסט פון דער אינקויזיציע, די געוואוינהייט צו באַשטראָפן און רודפן יעדן, װאָס דערלויבט זיך אָפּצוטרעטן פון דער אָפיציעלער רעליגיע, און ווען זיי האַבן באַקומען פרייהייט פון רעליגיע און געמיינדע-אױטאָנאָמיע, זיינען די פירער פון יידנטום אליין געװאָרן אונטערדריקער פון יעדן פרייען פרייען גייסט און שטרענג באַשטראָפט די ,, אפּיקורסים",. דאָס האָט גע" בראַכט צו טראַגעדיעס, און איינער פון די קרבנות פון דער אָרדענונג איז געווען אוריאל אַקאָסטאַ, אַקאָסטאַ איז געווען אַ מאַראַן, װאָס איז געבוירן געװאָרן אין אָפּאָרטאָ, פּאָרטוגאַל, אין יאָר 1590, אין דער יוגנט האָט ער באַקומען אַ שטרענג- קאַטױלישע דערציאונג, און צו 25 יאָר האָט ער אפילו פאַרנומען א שטעל פון אַ שמש אין איינער פון די קירכן אין זיין שטאָט, אָבער די לערע פון קריסטנטום האָט נישט באַפרידיקט זיין קריטישן שכל, װאָס האָט געזוכט דעם אָבטאָלוטן אמת, אַקאָסטאַ האָט זיך דאַן פאַרטיפט אין דערלערנען די ביבל און דאָס האָט אין אים דערװעקט אַ שטאַרקן פאַרלאַנג, זיך אומצן" קערן צו דער רעליגיט פון זיינע עלטערן. מיט דער אידעע האָט ער געהיים פאַרלאָזט די שטאָט און אַוועק קיין אַמסטערדאַם, וואו ער האָט אָפן אָנגע- נומען די יידישע רעליגיע צוזאַמען מיט זיינע ברידער און מוטער, וועלכע ער האָט אָנגערעדט דערצו (1618). אין גיכן האָט ער זיך אָבער איבער- צייגט, אַז דאָס אידעאַלע יידנטום, וועגן וועלכן אַקאָסטאַ האָט געטרוימט, איז זייער װינציק ענלעך אויף דעם פּראַקטישן ווירקלעכן יידנטום, װאָס ער האָט פאַר זיך געזען אין אַמסטערדאַם. ער האָט דערזען, אַז דאָס יידג" טום פון די רבנים באַשטײט נאָר אין אויסערלעכע דינים, אין אַ באַגרע- 14 : גרעץ - די יידישע געשיכטע נעצטן קוק אויף דער װעלט, און אַקאָסטאַ האָט װידער אָנגעהויבן זוכן און פאָרשן, ער האָט אויפגעהערט מקיים צו זיין די יידישע דינים און פלעגט אפילו אָפן אַרױסטרעטן קעגן דער לערע פון רבנים, אָדער ,,צבועקעס", װי ער האָט זי אָנגערופן, װאָס גייען, לויט זיין מיינונג, אויף אַ פאַלשן וועג, די אַמסטערדאַמער ,,.חכמים" האָבן מיט רעכט מורא געהאט, אַז אַזאַ פראָ- פּאַגאַנדע קען זיין געפערלעך ביי די דעמאַלטיקע באַדינגונגען, וען די יידישע געמיינדע איז נאָך געווען יונג און נישט אָרגאַניזירט, ווען די מאַראַנען האָבן זיך נאָך נישט אָפּגעװואױנט פון די קאַטױלישע מנהגים און באַגריפן, זיי האָבן דעריבער מזהיר געווען אַקאָסטאַן, אַז ער זאָל אָנהויבן זיך פירן בעסער, נאָר ער האָט נישט געפאָלגט. ווען אַקאָסטאַ איז דערנאָך אױיסגעשלאָסן געװאָרן פון דער געמיינדע, האָט ער זיך באַשלאָסן אויף אַ געפערלעכן שריט: אַרױסצוטרעטן אָפּן קעגן אָפיציעלן יידנטום אין דער לי- טעראַטור. - גראָד האָט זיך געמאַכט, אַז דער אַמסטערדאַמער דאַקטאָר שמואל דאַיסילװאַ האָט צו יענער צייט אַרױסגעגעבן אַ ביכל ;אַ באַטראַכ"- טונג װעגן השארת הנפש?, וואו ער איז שאַרף אַרױסגעטרעטן קעגן די באַ- גריפן פון די אפּיקורסים, וי אַקאָסטאַ, למשל, דאַן האָט אוריאל אַקאָסטאַ אָפּגעענטפערט מיט אַ װערק אויף פּאָרטוגעזיש ,,אַן אָפּהאַנדלונג וועגן די צבועשע טראַדיציעס אין פארגלייך מיט דער תורה שבכתב". אין דעם ווערק האָט אַקאָסטאַ אָפּגעװאָרפן די תלמודישע טראַדיציעס און אויך באַװיזן, אַז די תורה אַנערקענט נישט קיין השארת הנפש און קיין שכר און עונש אויף יענער וועלט. אַזאַ אפּיקורסות האָט אויפגעבראַכט אַלע רבנים, די פאַרװאַלטער פון דער געמיינדע האָבן געמסרט אַקאָסטאַן פאַר דער אָרטיקער מאַכט און אָנגעװויזן אויף דעם האָלענדישן געזעץ, לוט וועלכן עס וערט פאַרבאָטן צו פאַרשפּרײטן אַנטײרעליגיעזע אידעען. אַקאָסטאַן האָט מען אַרעסטירט, נאָר דערנאָך באַפרײט און נאָר אַרױפגעלײגט אויף אים אַ געלט-שטראָף. פון יענער צייט איז דאָס לעבן פון אַקאָסטאַן געװאָרן פאַר אים אַ גיהנם. ער איז געװאָרן עלנט, דערװוייטערט פון אַלעמען און ווען אים איז נמאס געװאָרן זיין איינזאַמקײט און עלנט, איז ער איין מאָל אַװעק צו די רבנים און געבעטן מחילה. מען האָט אים מוחל געווען, נאָר אין גיכן איז אַקאָסטאַ ווידער אריינגעפאלן אין אפּיקורסות און דאָס מאָל שוין דערגאנגען אַזױ ווייט, אַז ער האָט שוין אויך געלייקנט אין דער תורה שבפתב, נישט געהאַלטן שבת, געגעסן טרפות אאז"וו. עס זיינען געגאנגען פון קנעכטשאַפט צו פרייהייט 2 215 קלאַנגען, אַז ער האָט אָפּגערעדט צוויי קריסטן, װאָס האָבן געװאָלט אָננע" מען די יידישע רעליגיע, נאָך אַ הזהרה האָבן די דבנים אריינגעלייגט דעם געפערלעכן אפּיקודס אין חרם אריין. אַלע האָבן זיך אָפּגעזונדערט פון אים, אפילו זיינע קרובים האָבן מיט אים נישט געװאָלט האָבן מיט אים קיין בֹּאַי ציאונגען. זיין שרעקלעכע איינזאַמקײט און אָרעמקײיט האָבן אים געוואוג" גען ווידער תשובה טאָן און ער האָט געמוזט איינגיין אויף דער שרעקלע- כער פּראַצעדור; עטנטלעך זיך מתודה זיין און װוערן באַלײידיקט, אין שול האָבן זיך פאַרזאַמלט די רבנים, די מיטגלידער פון דער געמיינדע און פיל אַנדערע יידן, אַקאָסטאַ האָט אויף אַ הויך קול איבערגעלייענט די פאָרמעל פון תשובה און זיך אָפּגעזאָגט פון זיינע אפּיקורסישע איבערצייגונגען; נאָך דעם האָט מען אים געגעבן 29 מלקות, און ווען דאָס האָט זיך שוין געענדיקט, האָט אַקאָסטאַ אַריבערגעטראָגן אַ נייע באַלײדיקונג: זיך לייגן מיטן פּנים אראָפּ אויף דער שוועל פון שול און יעדער זאָל אַריבערטרעטן איבער זיין פּלייצע, אָט די אַלע באַלײידיקונגען האָבן געמאַכט אַ שרעקלעכן איינדרוק אויף דעם אומגליקלעכן פריידענקער און איין מאָל האָט ער, אין אַ שטימונג פון פאַרצווייפלונג און צאָרן, זיך גענומען דאָס לעבן דורך סמען (1640). פֿאַר זיין טוט האָט ער אָנגעשריבן זיין אױיטאָכיאָגראַפיע, אין וועלכער ער האָט אױיסגעגאָסן זיין גאַנצן צאָרן אויף די, װאָס האָבן אים געבראַכט צו אַזאַ שענדלעכער באַלײזיקונג, קאַפּיטל זיבן דער קאַואַקי"אויפשט4אנר און פּױלנט אונטערנאם; אין דער צייט, ווען די ספרדים אין מער2 אײראָפּע האָבן אָנגע" הויבן ביסלעכװוייז צו"זיך צו קומען נאָך די שרעקלעכע חורבנות און אין האָלאַנד האָט ווידער אָנגעהױיבן בויען זיך א נייער יידישער צענטער, איז אוייף די אשכנזים, װאָס האָבן שוין געהאָט אויסגעבויט פֿאַר זיך אַ פעסטע נעסט אין פּוילן, געקומען אָן אומגעוויינלעכער אומגליק, װאָס האָט צו זיך כמעט קיין גלייכן נישט אין דער געשיפטע פון די יידישע רדיפות. דאָס איז געווען דער שרעקלעכער קאַזאַקןדאויפשטאנד, װאָס האָט געמאַכט אַ סוף צו דער פעסטקייט און גרויסקייט פון פּוילן און צוזאַמען חרוב געמאַכט דעם יידישן גרויסן צענטער אין פוילן, דעם טרויער צוג, װאָס זייערע ברידער אין מערב-אייראָפּע האָבן דורכגעמאַכט אין מיטלאַלטער, האָבן די פּוילישע יידן געמוזט דורכמאכן איצט, אין 17-טן יאָרהונדערט און דער וועג איז געווען פול מיט מאַרטירער און קרבנות, די סיבה פון דעם דאָזיקן שרשקלעכן קויזיס איז געווען די עקאַ- נאָמישע לאָגע פון פּוילן נכלל און יידן בפרט. די יידישע לאַגע, װי מיר האָבן אויבן געזען, איז אין פּוילן געווען אָפּהענגיק פון די פאַרשידענע קאָמנינאַציעס און צוזאַמענשטױסן פון די אַרומיקע קלאַסן, אוים דער קט- ניג און די גרױיס-ישליאַכּטע האָבן ס'רוב געשטיצט די יידן, צו וועלכע זי האָבן געדאַרפט אָנקומען אין טקאַנאָמישן לעבן, האָבן מיט די יידן שטענ- | דיק געקעמפט זייערט קאָנקורענטן, די שטעט און די האנטווערקער-צעפן. די גייסטלעכע ווידער האָכן פיינד געהאט יידן וי ,,אזמגלויביקע" און גע" פירט קעגן זיי אַן אַניטאַציט פון די קירך-טריכונעס. יידן איו דעריבער שטענדיק אויסגעקומען צו קאַמבינירן, זיך צופאָסן צו די אַרומיקע באָדין- גונגען און אויסנוצן אין זייער טוכה אַלע גינסטיקע אומשטענדן יידן האָבן שטענדיק נטמוזט שטיין אויף דער וואך, שטענדיק פארטיידיקן זייערע אינטערעסן מיט דער הילף פון זייערע ,,בעלי טובות", דער קעניג און די שליאַכטע, און אין דעם קאָמף האָבן יידן נישט זעלטן געליטן צרות 218 : גרעץ - די יידישע נעשיכטע און בזיונות, נישט איין מאָל איבערגעלעבט אַן עלילת-דם און טייער באַ- צאָלט פאַר דעם. זינט די גייסטלעכע האָבן אָנגעהױבן באַקומען אַ גרויסע השפּעה, באַזונדערס אין דער צייט פון פרומען קעניג סיגיזמונד דעם דרי" טן, זיינען די בלוט-בלבולים געװאָרן אַן אָפּטע זאַך און די רדיפות אויף יידן האָבן זיך פאַרגרעסערט. אָבער נאָך דעם אַלעמען האָט יידן דאָך זיך געלעבט אין פּױלן בעסער ,איידער אין מערב-אייראָפּע. דאָס רוב פון זי האָבן דאָך געהאט פּרנסה בהרחבה, הגם זייער רייך זיינען זיי נישט גשי ווען, און באַזונדערס פעסט זיינען די יידן געווען אינערלעך, אַ דאַנק זייער זעלבסט-פאַרװאַלטונג און זעלטענער אָרגאניזאציע. אָבער אוב אין די צענטראַל-געגנטן פון פּױלן האָבן די יידן געפירט דעם קאַמף נאָר, אויף איין פראָנט און געהאט אויף וועמען זיך אָנצושפּאַרן, װי אויף פאַרטיידי- קער פון זייערע אינטערעסן, איז דער דאָזיקער קאַמף געווען פיל קאָמפּלי- צירטער און שווערער אין די דרום-מזרחישע געגנטן פון פּױלן ,אין אוק- ראַינע. דאָרט האָבן יידן שוין געהאַט צו טאָן נישט מיט די פּאָליאַקן, נאָר מיט אַ דריטן עלעמענט, די קאָזאַקישע פּראַװאָסלאַװונע פּויערים, װאָס זיי- נען געווען פרעמד אי די פּאָליאַקן, אי די יידן .די דאָזיקע קאָמפּליצירטע לאַגע האָט געמוזט פירן צו אַ גרויזאַמער טראגעדיע, בשעת ליטע האָט זיך פאַראײיניקט מיט פּױלן און געװאָרן איין מלוכה, זיינען צו פּולן איבערגעגאנגען די געגנטן פון װאָלין, פּאַדאָליע און אוקראינע. די דאָזיקע געגנטן זיינען פּאָליטיש געשטאַנען אונטער דער הערשאַפט פון די פּוילישע קיסרים ,און עקאָנאָמיש --- אונטער דער הער- שאַפט פון די פּוילישע ,,פּריצים". די פיל גיטער מיט די גרויסע דערפער, װאָס זיינען געווען באַזעצט דורך קאָזאַקפּוערים, האָבן זיך דאָ געפונען אין די הענט פון די פּוױלישע מאַגנאַטן, װאָס זיינען געווען פולקאָמע הער שער איבער זייערע לייב-אייגענע. דאָ האָט געהערשט דיזעלבע שרעקלעכע עקאָנאָמישע אונטערדריקונג פון די שװאַכע, װאָס אין אַלע לענדער פון שקלאַפּעריי, נאָר אויב ערגעץ-אַנדערש זיינען די ערד-באַזיצער געווען ווינ- ציקסטנס פאַרבונדן מיט זייערע לייב-אייגענע דורך דער אַלגעמײנער רע" ליגיע, װאָס האָט אָפּגעשװאַכט אַביסל דעם קלאָסן-קאַמף, האָט דאָ, אין אוקראַינע, דער עקאַנאָמישער דרוק געמוזט זיך פאַרשאַרפן כיז די אויסערט" טע פאָרמען. די לייב-אייגענע פּוערים, אָדער ,,כלאָפּעס", זיינען געווען פרעמד זייערע הערשער סיי לויט דער רעליגיע, סיי לויט דער נאַציע, די דער קאָזאָקן-אױיפשטאַנד און מוילנס אונטערגאנג 219 פּראַװאָסלאַװיע איז פאַר די פּוילישע פּריצים געווען א ,, כלאָפּסקע רעלי- גיע", וועלכע מען האָט זיך געסטאַרעט אױסװאַרצלען דורך פֿאַרשידענע צװאַנגט-מיטלען. דער פּאָליאַק האָט געקוקט אויף די רוסן, װוי אויף אַ בי" דעריקערע ראַסע, װאָס פאַרדינט נישט קיין אַכטונג און קיין מיטליך, אויסער דער געוויינלעכער ,פּאַנשטשיזנאַ? האָכן די פּריצים נאָך אַרוים" געלייגט אויף די פּויערים פאַרשידענע שטייערן און אָפּצאָלונגען, די פּו לישע פּריצים האָבן געוויינלעך געוואוינט ווייט פון זייערע גיטער, וועלכע זי האָבן איבערגעגעבן אין רשות פון פאַרװאַלטער און אַרענדאַרן. צווישן די אַרענדאַרן זיינען געווען פיל יידן, װאָס פלעגן ס'רוב נעמען אין אַרענדש דאָס רעכט פון ,, פּראָפּינאַציע*, ד. ה. האַנדלען מיט משקאות, צוזאַמען מיט דער אַרענדע איז צו יידן איבערגעגאנגען אַ טייל פון די רעכּטן, װאָס די פּריצים האָבן געהאָט איבער זייערע ליינכ-אייגענע. דערמיי פלענט דעך יידי- שער אַרענדאַר געוויינלעך זיך באַמיען אַרױסצובאַקומען פון די גיטער װאָס מער הכנסות און שטאַרק עקפפּלואַטירן די פּוערים. דער קליין"רוסישער פּויער האָט דעריבער געטראָגן אין האַרצן אַ טיפע שנאה צום פּוילישן ערדי באַזיצער, װוי א פּריץ און וי אַ , ליאך". אָבער נישט וינציקער, און אמשר נאָך מער, האָט ער פיינד געהאט דעם יידישן אַרענדאַר, מיט וועלפן עס אין אים אויסגעקומען צו טרעטן זיך, ווייל אין אים האָט ער געזען אי אַ הייזן שליח און פארטרעטער פון פּריץ, אי אַ , ניעכריסט", װאָס איז אים פרטמד לויט זיין רעליגיע און לויט זיין אַרט לעבן. יידן זיינען דאָ געשטאַנען צווישן צוויי פייערן: צווישן דעם פּאַן און כלאָפּ, קאַטאָליק און פּראַװאַ- סלאַװונעם, און עס איז געקומען די צייט, ווען דער אינערלעכער ברענענ" דיקער האָס אין די הערצער פון די פּוערים האָט זיך פאַרװאַנדלט אין אַ שטורעם און בשעת עס איז אױיסגעבראַכן די שרעקלעכע קאַטאַסטראַפֿע, זיינען יידן געשטאַנען אויפן ערשטן פייער און געליטן מער פון די פּריצים אליין, די באַפעלקערונג פון דער אוקרייגע, װאָס אין פּאָליטיש און עלא נאָמיש געווען פאַרשקלאַפט ביי די פּאָליאַקן, איז כלל נישט געוען אזא דערשלאָגענע סטאַדע, װי מען האָט פון איר געװאַלט מאַכן. געוויסע היט- טאָרישע אומשטענדן האָבן געבראַכט דערצו, אַז די באַפעלקערונג זאָל װערן אַ מיליטערישט מאַכט און אַז אין די שקלאַפן זאָל זיך אַנטװיקלען אַ שטאױ- קע שטרעבונג צו פרייהייט, אַ דאַנק דער נאָענטקײט צו די סטעפעס און 220 : גרעץ - די יירישע געשיכטע צו קרים, פון װאַנען די טאַטאַרן פלעגן אָפּט אָנפאַלן אויף די פּוילישע גרע" ניץ-געגנטן, האָט די באַפעלקערונג פון אוקראַינע געמוזט זיך פאַראײניקן אין קאַמפס-דרוזשינעס, װאָס זאָלן קענען זיך פאַרטײידיקן פון די טאַטאַרן. די פּוילישע רעגירונג האָט געשטיצט די דרוזשינעס, װאָס האָבן געהיט די גרענעץ. אַזױערנאָך זיינען אַנטשטאַנען די אוקראַינער קאָזאַקן װאָס זיינען געװאָרן אַ האַלב-פּוױערשער, האַלב-מיליטערישער קלאַס, מיט זייער באַ- זונדערן העטמאַן אין דער שפּיץ און מיט אַ באַזונדערער אױטאָנאָמיע. אויסער די אוקראַינער קאָזאַקן, װאָס האָבן זיך געפונען אונטער דער הער- | שאַפט פון דער פּוילישער רעגירונג, זיינען נאָך געווען קאָזאַקן פון , זאָפּאַ- ראָזשיע? --- אינגאַנצן פרייע מיליטער-לייט, װאָס האָבן געוואוינט אונטער דעם דניעפּער, אין די סטעפּעס, און געלעבט פון די אָפטע מלחמות און אָנפאַלן אויף די טאַטאַרן און טערקן. דאָס זיינען געווען אין גאַנצן פרייט מענטשן, װאָס האָבן נישט אנערקענט קיין שום הערשאַפט איבער זיך, גע- ליבט נאָר די פרייהייט און געלעבט בלויז פון רויב און מלחמה. אין דער מחנה פון די זאַפּאָראָזשער קאָזאַקן ,, סיעטש" פלעגן אַװעק פון אוקראַינע די אַלע פּויערים, װאָס האָבן געװאָלט בעסער פירן אַ פריי לעבן, איידער באַאַרבעטן די ערד :אַהין זיינען נישט דערלאָזן געװאָרן קיין פרויען און קינדער: די (,,סיעטש") איז געווען אַ מין אוראַלטע רעפּובליק, וואו מער פון אַלץ האָט מען געשעצט די העלדישקייט, גכורה און רויבעריי. די אוק- ריינער און זאַפּאָראָזשענער קאָזאַקן האָבן שטענדיק געהאט באַציאונגען צווישן זיך און די פּויערישע אוקריינער באַפעלקערונג האָט מיט שטאָלץ און האָפענונג געקוקט אויף זייער נאַציאָנאַלער גװאַרדיע אין די גרויסע סטעפּעס, װאָס האָט סוף כל סוף געדאַרפט זיי אויסלייזן פון דער קנעכט- שאַפט פון די ,,ליאכעס און זשידעס". די פּוילישע רעגירונג האָט נישט פאַרשטאַנען ,אַז דאָרט קלייבט זיך אָן אַלץ מער אַ ברעך-מאַטעריאַל, װאָס | װעט מיט דער צייט זיין אַ סכנה פאַר דער גאַנצער מלוכה, און אויך די יידן האָבן נישט פאַרשטאַנען, אַז אויף זיי רוקט זיך אָן אַ גרויזאַמע קראַפט, װאָס װעט אריינשרייבן פיל נייע בלוטיקע בלעטלעך אין דער יידישער געשיכטע. פון צייט צו צייט האָט די אינערלעכע פאָלקס-אויפרעגונג גע" לאָזט צו וויסן געבן וועגן זיך דורך קליינע אַגראַרע אומרוען, און נאָך אין. 8 האָבן די זאַפּאָראָזשער קאָזאַקן, אונטער דער אָנפירונג פון קאָזאַק פּאַװליוק, זִיך אָביסל ,, פּאַנאַנדערגעשפּילט* און אין לובני האָבן זיי חרוב דער קאַזאָקןיאויפשטאנד און פּוילנס אונטערנאנג 291 געמאַכט עטלעכע יידישע שולן און דערהרגעט אַן ערך 200 יידן, נאָר זי דרעכטע שחיסה האָט זיך אָנגעהויבן פּונקט אין 10 יאָר אַרום. אין פרילינג 1648 איז אין טשיגרין אויפגעשטאַנען איינער פון די פּאָפּולערע קאָזאַקן, דער סאָטניק באָגדאַן כמעלניצקי, ער איז געווען ריין אין שאָף און רינדער, האָט באַזעסן אַ שטאַרקן ווילן, אַ גרויסע שטרעבונג צו מאַכט, געווען שלעכט און כיטרע, מיט אַ געבוירענעם טאַלאַנט צו פירן נאָך זיך גרויסע פאָלקט-מאַסן, אים איז באַשערט געווען אויפצוהויבן די פאָן פון אויפשטאַנד אין אוקראַיגע און אין זאַפּאָראָזשע. די לעגענדע דער ציילט, אַז דער פּאַדסטאָראַטסטאַ טשאַפּלינסקי האָט צעראבירט זיין גוט, צוגענומען ביי אים זיין געליבטע און דערהרגעט זיין זון, עס האָט זיך גע" טונען אַ ייד זכריה סאָבילענסקי, אַן אַרענדאַר, װאָס האָט איינגערעדט טשאַפּלינטקין, אַז ער זאָל מאַכן אַ בלבול אויף כמעלגיצקין, כדי פּטור צו ווערן פון איט, דערזעלבער ייד האָט אויך אנטדעקט, אַז כמעלניצקי מאַכט הכנות צו אַן אױיפשטאַנד און מען װהאָט טאַקע כמעלניצקין געכאַפּט און אַרעסטירט, דאָ האָט זיך געפונען אַ צווייטער ייד, יעקב סאַבילענקי, כמעל" ניצקיס אַ גוטער פריינד, וועלכער האָט אים געהאָלפן אַנטלױיפן פון תפיסה, מען האָט דעם אַנטלאָפּענעם װוידער געכאָפּט און אַרעסטירט, נאָר ס'אין אים נאָך אַמאָל געלונגען צו אַנטלױפֿן קיין זאַפּאַראָזשיע און פון דאָרטן האָט ער געגעבן דעם ערשטן סיגנאַל צום אױפשטאַנד. ,,װייסט און זעט, -- האָט כמעלניצקי געשריבן אין זיין אויפרוף צו די קאָזאַקן, --- אַן די דאָזיקע פּוילישע אומה פֿאַרשטאַרקט זיך און פֿאַרשקלאַפט אונדז אלץ מערי, אָבער נאָך װוינציק װאָס די פּאַנעס פאַרשקלאַפן אונדז, נאָר אויך די נידעריקסטע צווישן אַלע אומות (יידן) הערשן איבער אונדו". די אוקראַל נער קאָזאַקן האָבן געהיים אויסגעקליבן כמעלניצקין װוי זייער העטמאַן און אִים באַפולמעכטיקט צו פירן אונטערהאנדלונגען מיט די זאַפּאָראָזשער קאָ- זאַקן, ווען ער איז אָנגעקומען אין דער ,, סיעטש", האָט כמעלניצקי אָנגעהויבן אָרגאניזירן קאַמפּס-דרוזשינעס און געשלאָסן אַן אָפּמאָך מיט דעם קרימער כּאַן, וועלכער האָט זיך מתחייב געווען צוצושטעלן פיל מיליטער צו הילף., אין אַפּריל 1648 האָבן די פאראייניקטע קאָזאַקן און טאַטאַרן זיך געלאָזט צו די גרענעצן פון אוקריינע. ביי ,, זשיאָלטי װאָדי* האָט כמעלניצקיס אַרמײ אָפּגעהאַלטן אַ גרויסן נצחון. אויף דער אַרמײ פון פּאַטאָצקי און קאַלײ נאָווסקי, און דאָס האָט געדינט וי א סיגנאָל צו אָן אויפשטאַנד אין גאַנץ 22ט גרעץ - די יירדישע געשיכטע אוקריינע. די רוסישע פּויערים און שטאָטישע לייט האָבן צעשטערט זייערע הייזער, חרוב געמאַכט די פּריצישע גיטער און דערהרגעט זייערע באַזיצער צוזאַמען מיט זייערע פאַרװאַלטער און יידישע אַרענדאַרן. אין פּערעיאָס- לאַװו, פּיראַטין, לאָסװיצי, לובני און אין די אומגעגנטן זיינען אויסגעהרגעט געװאָרן טויזנטער יידן און זייער פאַרמעגן איז צעראַבירט געװאָרן. די יידן פון אייגיקע שטעט אין קיעווער ראַיאָן זיינען מיטן גוטן ווילן איבערגע- לאָפן אין לאַגער פון די טאַטאַרן און זיך געלאָזט נעמען אין געפענגעניש, ווייל די טאַטאַרן פלעגן ס'רוב נישט דערהרגענען זייערע געפאַנגענע, נאָר זי אָפּשיקן קיין טערקיי און דאָרט זיי פאַרקויפן װי שקלאַפן, און אין טערקיי האָבן די געפאַנגענע יידן געקענט האָפן אויסגעקויפט צו װוערן דורך די טערקישע יידן. אין דערזעלבער צייט (מאַי) איז געשטאָרבן דער פּוילישער קעניג װלאַדיסלאַוו דער פערטער און אין לאַנד האָט זיך אָנגעהױבן די אומר- רואיקע צייט פון קעניג-װאַלן, אין פּױלן פלעגט דאָס לאַנג זיך פאַרציען ביז מען האָט אויסגעקליבן אַ נייעם קעניג און דערווייל זיינען פאָרגעקו- מען צווישן די מאַגנאַטן און פּריצים רייבונגען, אינטריגעס און סכסוכים, פאַר די אויפגעשטאַנענע איז דאָס געווען זײיער גינסטיק און דער אויפ- שטאַנד האָט פאַרכאַפּט גאַנץ אוקריינע װאָלין און פּאָדאָל. די אָפּטײלונגען פון די קאָזאַקן און רוסישע פּויערים, אונטער דער אָנפירונג פון כמעלניצקיס מיטהעלפער, האָבן זיך פאַרשפּרײט איבער די שטעט און מיט אכזריות דערהרגעט די פּאָליאַקן און יידן. דער רוסישער היסטאָריקער פון יענער צייט דערציילט: ,,די דערמאָרדונגען פלעגן אויסגעפירט װערן דורך באַר- בארישע ענויים: מען האָט אַראָפּגעשינדן די הויט פון די לעבעדיקע, צע" שניטן די קערפּערס אויף צוויי העלפטן, אַרײנגעקלאַפּט פלאָקנס, געבראָטן אויף קוילן, אָפּגעגאָסן מיט זודיקן װאַסער: מען האָט נישט געשאָנקען דאָס לעבן אפילו די זויג-קינדער. די שרעקלעכסטע אכזריות האָט דאָס פאָלק אַרױסגעװיזן בנוגע צו ייד זיי זיינען געווען פאַרמשפּעט אויף פולקאַ- מער פאַרניכטונג, און יעדע רחמנות אויף זיי האָט זיך גערעכנט פאַר אַ פּאַראַט. די ספרי-תורות זיינען אַרױסגעשלעפּט געװאָרן פון די שולן; די קאָזאַקן האָבן אויף זיי געטרונקען בראָנפן און געטאַנצט, דערנאָך גע װאָרפן אויף זיי די יידן און געשאָכטן אָן רחמנות. טויזנטער יידישע קינ- דער זיינען ארײינגעװאָרפן געװאָרן אין גריבער און פאַרשיט געװאָרן מיט דער קאַזאַקן-אױפשטאַנד און פּוילנס אונטערנאַנג 2953 ערד". דער יידישער היסטאָריקער פון יענער צייט איז מוסיף, אַז די ווילדע חיות האָבן בכיוון נישט דעדהרגעט זייערע קרבנות מיט איין מאָל, בַדי זֵיי זאָלן װאָס מער זיך מוטשען; װאָבן זי אָפּגעהאַקט די הענט און די פיס, געבראָטן די קינדער אויפן פייער, אויפגעעפנט זי בייכער פון די פרויען, דאָרט אריינגעלייגט אַ לעבעדיקע קאַץ און דערנאָך צוריק פאַרגײט, באַזונדערט טראַגיש איז געווען די לאַגע פון די יידן, װאָס זיינען זיך אָגגעלאָפן פון די שטעטלעך און דערפער אין די פאַרפעסטיקטע שטעט, און געהאָפט צו געפינען דאָרט אַ גרעסערע שוץ.. ווען כמעלניצקי האָט זיך דערוואוסט,אז אין נעמיראָװו, אין פּאָדאָל, האָבן זיך פאַרפעסטיקט עטלעכע טויזנט יידן, האָט עֶר אַהין ארױסגעשיקט אַן אָפּטײלונג קאָזאַקן אונטער דער אָנפירונג פון קאָזאַק האַניאַ. אַזױ װוי די שטאָט איז געווען גוט באַ" פעסטיקט און אייננעמען זי מיט אַטאַקע איז געװען שוער, האָבֿן די קאַזאַקן אָנגעװענדעט א כיטרע מיטל: זיי זיינען צוגעקומען צו דער פעס- טונג מיט פּוילישע פענער און געבעטן זיי עפענען. די יידן האָבן געמייגט, אַז דאָס איז פּויליש מיליטשר, װאָס גייט זיי צו הילף, און זיי אריינגעי לאָזט. דעמאָלט (כי סיון) האָבן די קאָזאַקן געמאַכּט דאָרט אַ שרעקלעכן חורבן, די מענער האָט מען אַלע אויסגעשאָכטן; די פרויען האָט מען מאַנס געווען. דער נעמיראַװער רב און ראש-ישיבה ר' יחיאל מיכל בן אליעור מיט זיין אַלטער מוטער האָבן זיך באַהאַלטן אויפן בית-הקברות, זיי האָבן געװאָלט לכל הפחות צו קבורה קומען נאָכן טויט. דאָרט האָט זיי געטראָמן איינער פון די פּאָגראַָמטשיקעט און מיט אַ שטיק האָלץ אומענטשלעך דער" הרגעט פריער דעם רב, דערנאָך די מוטער. די יידישע יונגע פרויען האָבן די קאָזאַקן אָפּט געלאזט לעבן, זי אָפּגעשמדט און דערנאָך גענומען פאַר ווייבער. אָבער נישט פיל זיינען געבליבן אין זייערע הענט. איינע אַ שיין לידיש מיידל, װאָס אַ קאַזאַק האָט זי פאַר אַ ווייב געװאָלט נעמען, האָט אים איינגערעדט, אַז זי װוײיסט אַזאַ כשוף, װאָס פאַרהיט פון יעדער קויל און כדי איבערצוצייגן אים, האָט זי געבעטן, ער זאָל אין איר שיסן. דער קאָזאַק האָט געשאָסן און דאָס שיינע מיידל איז געפאלן טויט. אַ צווייטע יידיש מײידל האָט זיך געקויפט דעם טוט דורך אַן אַנדער כיטרע מיטל. זי האָט געפּועלט ביי איר קינפטיקן מאַן, אַז ער זאָל פאָרן מיט איף זי אָפּשמדן דורך אַ װאַסער און ווען ער איז פֿאַרבײגעפאָרן דעם בריק האָט 224 ' גרעץ - די יידישע געשיכטע זי זיך געװאָרפן אין װאַסער און געװאָרן דערטרונקען. כסך-הכל זיינען אין נעמיראָוו דערהרגעס געװאָרן 6,000 יידן. נאָך אַ שרעקלעכערע דראַמע האָט זיך אָפּגעשפּילט אין דעם באַ- לאַגערטן טולטשין, וואוהין יידן זיינען אַנטלאָפן פון די קאָזאַקן, אין טול- טשין, װאָס איז געווען באַלאַגערט דורך אַ גרויסער אָפּטײלונג קאָזאַקן, האָבן זיך געפונען 2 טויזנט יידן און עטלעכע הונדערט פּאַליאַקן. די יידן און די פּאָליאַקן האָבן געשוואוירן, אַז זיי װועלן נישט פאַרלאָזן איינע די צווייטע און זיך שלאָגן ביז דעם לעצטן טראָפּן בלוט. די יידן האָבן די פעסטונג פארטיידיקט מוטיק און נישט צוגעלאָזט דעם שונא נאָענט צו דער שטאָט, נאָך א לאַנגער באַלאַגערונג האָבן די קאָזאַקן באַשלאָסן אויף אַזאַ מיטל: זיי האָבן געלאָזט וויסן די פּאָליאַקן, אַז זיי זיינען אויסן נאָר די יידן און אויב די פּאָליאַקן װעלן זיי אַרױסגעבן די יידן, װועט מען די פּאָליאַקן לאָזן צורו. די פּוילישע פּריצים, װאָס אין זייער שפּיץ אין גע' שטאַנען דער פירשט טשעטװוערטינסקי, האָבן פאַרגעסן אָן זייער שבועה און געװאָלט אַרױסגעבן די יידן. די לעצטע האָבן זיך דערוואוסט וועגן דעם פאַראַט און געװאָלט זיך אָפּרעכענען מיט די פאַרעטער ,װאָס זיינען געווען אין דער מינדערהייט. נאָר דער ראש הישיבה ר' אהרן האָט זיך ביי זיי געבעטן, אַז זיי זאָלן דאָס נישט טאָן לטובת די אינטערעסן פון די איבעריקע יידן, אָן וועלכע די פּאָליאַקן װעלן שפּעטער געוויס זיך נוקם זיין. ,,לאָמיר בעסער שטאַרבן -- האָט דער פרומער ר' אהרן זיך געבעטן, --- וי אונדזערע נעמיראַװוער ברידער זיינען געשטאָרבן, נאָר לאָמיר ניט שטעלן אין סכּנה אונדזערע ברידער אין גלות". די יידן האָבן זיך אונטער" געגעבן: זיי האָבן אָפּנעגעבן זייער גאַנצן פאַרמעגן דעם פירשט טשעטווער" טינסקי, וועלכער זאָל דאָס געבן די קאָזאַקן װוי אַן אויסקויף פאַר זייער לעבן. ווען די קאָזאַקן האָבן זיך אַריינגעריסן אין שטאָט אַרײין, האָבן זי פריער צוגענומען דאָס גאַנצע יידישע פאַרמעגן, דערנאָך פאַרטריבן אַלע יידן אין אַ גאָרטן אריין, דאָרט אריינגעשטעקט אַ פאָן און דערקלערט: ווער עס וויל בלייבן לעבן, זאָל זיך שטעלן אונטער דער פאָן און זיך אָפּשמדן. די רבנים זיינען אַרומגעגאנגען צווישן די יידן און איינגערעדט, אַז מען זאָל בעסער אָננעמען אַ מאַרטירער-טױט און נישט פאַראַטן די יידישע רעליגיע. עס האָט זיך נישט געפונען קיין איין און איינציקער פאַ- רעטער און 1,500 יידן זיינען אויסגעהרגעט געװאָרן אויף אָן אכזריותדיקן דער קאַזאַקן-אוױיפשטאַנד און פּוילנט אונטערגאנג 298 אופן, די קאָזאַקן האָבן אויך נישט גששאַנקען די פּאַליאַקן און אויסגעהר- געט אַלע, צווישן זיי אויך דעם פירשט טשעטװערסטיגטקי. די פּאַליאַקן האָט מען פאַר פֿאַראָט באַצאָלט מיט פאַראַט, פון פּאָדאָל זיינען די קאָזאַקן אַװעק קיין װאָלין און דאָרט האָט די שחיטה געדויערט דעם גאַנצן זומער און האַרכסט פון 1648, אין פּאַלאָנאָיע זיינען געפאָלן הרוגים און גענומען געװאָרן אין געפענגעניש ביז 16 טויונט יידן, צווישן די דערהרגעטע איז געווען דער פּאָפּולערער מקובל ר' שמשון אָסטראָפּאָלער, ער, צוזאַמען מיט נאָך 2300 יידן האָבן זיך אָנגעטאָן קיטלען און טליתים, אַװעק אין שול אריין און דאָרט דערווארט דעם שונא. דאָרט זיינען זיי טאַקע אַלֶע ביז איינעם געװאָרן אויסגעהרגעט. אַזעלכע שחיטות זיינען אויך פאָרגעקומען אין זאַסלאַװ, אָסטראָװ, באַר, אַלט-קאָנסטאַנטין, קרעמעגיץ און פיל אנדערע שטצט, דאָס פוילישע מיליטער האָט אין איינצלנע ערטער איינגעשטילט דעם בונט און געציילטע באַנדעס פון די קאָזאַקן און פּויערים אויסגעראמט, באַזונדערס האָט זיך אויסגעצייכנט דער ענערגישער און טאַלאַנטפולער פירשט ווישגיעוועצקי, וועלכער איז געווען אַ גרויואַמע קראַפט פֿאַר די קאָזאַקן. װוי עס דערציילט דער יידישער היסטאָריקער, האָט ווישניעװעצקי, זיך באַצויגן צו יידן, ,וי אַ פאָטער צו קינדער", און אומעטום, וואוזין עס איז אריינגעטראָטן זיין מיליטער, זיינען יידן געווען אויסער געפאר. אָבער ווישניעוועצקי איז געווען גאָר איינער און ער איו נישט אימשטאַנד געווען אליין צו דערשטיקן דעם בונט; די הױפּט-אַנפירער פון דער פּױלי- שער אַרמײ האָבן געהאלטן אין איין אַרומרײסן צווישן זיך, מקנא געווען ווישניעװועצקין פאַר זיינע נצחונות, נישט אַרזיסגעװויזן די גייטיקע ענערגיע און טאַלאַנט און כּמעלניצקי אין געווען גערעכט, ווען ער האָט זיי געגעבן אַזאַ כאַראַקטעריסטיק: ,,פּערינאַ* (פערענט, ,,דעטיגא" (קיגד), ,, לאַטינאַ" (געלערטער), ד"ה, אייגיקש פון זיי זיינען פויל און צאַרט, אַנדערע זיינען נאיוו װי קינדער, די דריטע זייגען געלערטע, מענטשן פון קאַבינעט און טויגן גאָרנישט צו פירן קיין מלחמות, פון אוקריינע איז אַ באַנדע פויערים אָדער ,, הײידאַמאַקעס? אריינגש- דרונגען אין די דערבייאיקע שטעט פון ווייס-רוטלאַנד און ליטע, פון טשער- גיגאָװו און סטאַראָדוב, וואו מען האָט אויסגעהרגעט די יידישע איינוואוי" נער, זייגען די רויכער געגאנגען אויף האָמעל, און דאָ אין פֿאָרגעקומען 200 : גרעץ - די יידישע געשיכטע א שרעקלעכער שחיטה, וועגן וועלכער דער היסטאָריקער פון יענער צייט דערציילט: ,די בונטאַווטשיקעס האָבן איבערגעקויפט דעם נאַטשאַלניק פון שטאָט,,, און יענער האָט אַרױסגעגעבן די יידן. עס האָבן זיי אַרומגש- רינגלט די פּראַװאָסלאַװונע מיט אַנטבלױזטע שװערדן, מעסערס און שפּיֹן און געזאָגט: ,,פארװאָס גלויבט איר אין אייער גאָט, װאָס האָט נישט קיין רחמנות אויף זיין ליידנדיקן פאָלק און ראטעוועט אים נישט פון אונדזערע הענט ? זאָגט זיך אֶפּ פון אייער גאָט -- װעט איר וערן האַרן !... איר אַלע װועט אומקומען, אויב איר װעט זיך האַלטן אין דער אמונה פון אייערע עלטערן, װוי עס זיינען אומגעקומען אייערע ברידער אין אוקריינע, פּאָקוטיא און ליטאָ"... דעמאָלט האָט אויסגעשריען רי אליעזר, דער מנהיג אונדזערער, דער דאש בית-דין: ,,ברידער, דערמאַנט זיך אין טויט פון אונדזערע ברי- דער, װאָס זיינען אומגעקומען אויף קדושיהשם ! לאָמיר אויך אויטשטרעקן אונדזערע העלדזער צום שװוערד פון שונא ! קוקט אויף מיר און טוט, װי אין!? און תיכף האָבן טויזנטער זיך אָפּגעזאָגט פון לעבן, פאַרהאַסט די וועלט און מקדש השם געווען. דער ראש-ישיבה האָט דער ערשטער אָפּגע" געבן זיין קערפּער וי אַ קרבן... די זקנים און יונגעלייט, אינגלעך און מייך- לעך האָבן געזען די ענויים, ליידן און וואונדן פון רבין, וועלכער האָט ניט אויפגעהערט רופן צו זיי, אַז זיי זאָלן אויך אָננעמען דעם מאַרטירער-טױט אין נאָמען פון דעם, װאָס האָט די װועלט באַשאַפן. אַלע, װוי איין מענטש, האָבן אויסגעשריען :,,לאָמיר איינער דעם אַנדערן מוחל זיין די פּערזענ- לעכע באַלײידיקונגען, לאָמיר אָפּגעבן אונדזער נשמה דעם באַשעפער, און דעם קערפּער -- דער וילדער סטיכיע, אונדזערע שונאים, די פּראַװאָ סלאַוונע"... ווען זיי האָבן געהערט די רייד, האָבן די שונאים געמאַכט אַ שרעקלעכע שחיטה; זיי האָבן געשלאָגן די אומגליקלעכע מיט העלצער, כדי זיי זאָלן שטאַרבן לאַנגזאַם. הויפנס זיינען געפאַלן, מענער, פרויען, קינדער. און זיי זיינען נישט געקומען צו קבורה, און הינט אוֹן חזירים האָבן געגעסן די טויטע קערפּערס", אין סעפּטעמבער איז כמעלניצקי אַלײן, אין שפּיץ פון די קאָזאַקן, צוזאַמען מיט די טאַטאַרן, צוגעגאנגען צו די מויערן פון דער גאַליציאַנער הױיפּט-שטאָט לעמבערג און זי באַלאַגערט, די קאָזאַקן האָבן זיך אריינגעריסן אין דער פאָרשטאָט און זי צעראַבירט, נאָר דער צענטער פון שטאָט איז גע- ווען גוט באַפּעסטיקט און אַהין האָבן די קאָזאַקן נישט געקענט אריינדריג- דער קאָזאקן-אויפשטאַנד און פּױלנס אונטערגאַנג 997 גען. כמעלניצקי האָט פאָרגעלײיגט דעם מאַגיסטראַט, ער זאָל אַרױסגעבן אַלע יידן און זייער פאַרמעגן און דאן װעט ער אָפּטרעטן פון שטאָט, גאָר דאָס מאָל האָט דער מאַגיסטראָט געהאַלטן מיט יידן און דאַן האָט כמעל- ניצקי איינגעשטימט אָפּצוטרעטן פון שטאָט פאַר אַ גרזיסער סומע אויסקויף" געלט, װאָס דעם גרעסטן טייל פון איר האָבן געגעבן ייױן. פון לעמבערג אין כמעלניצקי מיטן מיליטער אַװעק קיין זאַמאָשטש און לובלין, און זיך דערנענטערט צו װאַרשע, וואו עס איז דעמאָלט אויסגעקליבן געװאָרן װי אַ קעניג דער קאַרדינאָל יאַזדקאַזימיר, דער ברודער פון װלאַדיסלאַוו דעם 4טן. דער נייער קעניג האָט אָנגעהויבן פירן מיט כמעלניצקין אונטער- האַנדלונגען וועגן שלום, נאָר אַזױ װוי די קאָזאַקן האָבן געשטעלט גרויסע פאַדערונגען, זייגען די אונטערהאַנדלונגען איבערגעריסן געװאָרן און אין פרילינג 1649 האָט זיך ווידער אָנגעהויבן די בלוטיקע מלחמה און ווידער זיינען חרום געװאָרן עטלעכע יידישע שטעט. נאָך אַ רייע מפּלות פון פּױי לישן מיליטער איז ענדלעך געשלאָסן געװאָרן אין זבאָראָוואָ אַ שלום, װאָס איז געווען גינסטיק פאָר די קאַזעקן. אין דעם אָפּמאַך וועגן שלום איז אויך געווען לוט דער פאַדערונג פון די קאָזאַקן, א פּונקט, אַז יידן טאָרן ניט וואוינען אין דער קאַזאַקן-אוקרײינע ,ד"ה אין טשערניגאָװעֶר, פּאָלטאַװער, קיעווער און אַ טייל פּאָדאָלער ראַיאָנען. נאָך אַנדערטהאַלבן יאָר פון צרות און שזיטות האָבן די יידן ענדלעך פרייער אָפּגעעטעמט, דער קעניג יאַךקאַוימיר האָט דערלױיבט די יידן װאָס האָבן אָנגענומען דעם קריסטנטום צוליב פּחד פאַרן טױט, װידער זיך אומקערן צום יידנטום, מאַטן יידישע טעכטער, װאָס זיינען מיט געַוואַלט אָפּנעשמדט געװאָרן, זיינען אַנטלאָפּן פון זייערע געצוואונגענע מענער, די קאַזאַקן, און זיך אומגעקערט צו זייערע פאַמיליעס. דער קועד ארבע ארצות", װאָס האָט אָפּגעהאַלטן זיינע זיצונגע? ווינטער 1650 אין לובלין, האָט אױסגעאַרבעט אַ ריע תקנות, כדי צו ברענגען אין אָרדענונג דאָס געזעלשאַפטלעכע און פאמיליען-לעבן פון די יידן. דער טאָג פון דער גע" מיראָװוער שחיטה (כי סיון), װאָס איז שוין לאַנג אַ תענית-טאָג, צום אָנ" דענק פון די מאַרטירער בעת די קרייץיצוגן, איז אנערקענט געװאָרן פאַר א טרױער-טאָג אויך צום אָנדענק פון די קרבנות פון דעם קאָזאַקןדאױפ- שטאַנד. די רבנים פון יענער צייט האָבן מחבר געווען אַ ריי תפילות און הארצרייסנדיקע סליחות, װאָס זיינען געלייענט געװאָרן אין די יידישע 998 גרעץ - די יידישע געשיכטע שולן אין יענעם טרױיער-טאָג. אָבער נישט לאַנג האָט געדויערט דער שטיל- שטאַנד, דער שלום אין זבאָראָװאָ האָט נישט צופרידנגעשטעלט נישט די קאָזאַקן, נישט די פּאַליאַקן, די קעגנזייטיקע שנאה האָט געבראַכט צו נייע צוזאַמענשטױסן און אין 1651 האָט די מלחמה וידער אויפגעפלאַקערט, די פּולישע רעגירונג האָט מאַביליזירט אַ גרויסע אַרמײ, אין וועלכער עס איז אריינגעגאנגען אויך אַ יידישע אָפּטײילונג פון 1000 מענטשן. דאָס מאָל האָבן די פּאָליאַקן גובר געווען און אין סעפּטעמבער 1651 איז ביי בעלאָצערקאָװו געשלאָסן געװאָרן אַ שלום,, װאָס איז געווען גינסטיק פאַר די פּאָליאַקן, לוט דעם שלום זיינען פיל פריערדיקע פאָדערונגען פון די קאָזאַקן אָפּגעװאָרפן געװאָרן און צװישן אַנדערעס איז אויך צוריקגע. שטעלט געװאָרן דאָס רעכט פון יידן צו וואוינען אין אוקריינע. דעמאָלט האָבן די אומרוען צװישן די קאָזאַקן און פּראַװאָסלאַוונע פּויערים זיך ווי- דער אָנגעהויבן. כמעלניצקי האָט אָנגעהויבן פירן אונטערהאנדלונגען מיט דעם רוסישן צאַר אַלעקסײ מיכײלאָװיטש װעגן פאראייניקן, אויף אי" טאָנאָמישע יסודות, די קאָזאַק-אוקרײנע צו דער מאָסקװער מלוכה, מיטן נאָמען קליין-רוסלאַנד. דער אָפּמאַך איז געשלאָסן געװאָרן אין 1654 און אין דעם זעלבן יאָר האָט דאָס רוסישע מיליטער אָנגעהויבן פירן אַ מלחמה מיט פּױלן, איצט איז געקומען די צייט פון הריגות און שחיטות פאַר די יידן פון ביעלאָרוסיע און ליטע, דאָס רוסישע מיליטער, צוזאַמען מיט די קאָזאַקן האָבן אין פאַרלויף פון צוויי יאָר געבאַלעבאַטעװעט איבער ליטע און װײיסרוסלאַנד און דאָרט געמאַכט שרעקלעכע חורבנות. ווען עס זיינען איינגענומען געװאָרן די הױפּטשטעט, האָט מען שטענדיק די יידן פון דאָרטן אַרױסגעטריבן אָדער אויסגעהרגעט. ווען עס איז איינגענומען געװאָרן די שטאָט מאָהילעוו, האָט דער רוסישער צאַר געהייס? אַרױסטרײבן פון דאָרטן אַלע יידן און זייערע הייזער צעטיילן צװישן דעם מאַגיסטראָט און דער רוסישער מאַכט, די יידן האָבן געהאָפט, אַז דאָס פּוילישע מיליטער װעט צוריק אָפּשלאָגן די שטאָט, און זיי האָבן דעריבער נישט תיכף זיך אַרױסגעצױגן פון שטאָט, נאָר דערפאַר האָבן זיי טייער באַצאָלט, ענדע זומער 1655 האָט דער נאַ- טשאַלניק פון רוסישן גאַרניאָן אין מאָהילעװ, פּאָלקאַָװניק פּאקלאנסקי, אַז ער האָט זיך דערוואוסט, אַז צו דער שטאָט גייט דאָס פּוילישע מיליטער, באַפױלן די יידן פאַרנעמען זייער האָב און גוטס און אַרױסטרעטן פון דער קאַזאַקן-אויפשטאַנד און פּוילנס אונטערגאַנג 299 שטאָט. אָבער וי נאָר זי יידן זיינען אַרױס פון שטאָט און זיך געלאָזט אין לאַגער פון פּוילישן מיליטער, זיינען די רוסישע סאָלדאַטן, לוט דעם באַפעל פון פּאַקלאַנטקי, באַפּאַלן די יידן, צוגעראַבעװעט זייער גאַנץ פאַר" מעגן און כמעט אַלע אויסגעהרגעט, אין וויטעבסק האָבן יידן גענומען אַן ענערגישן אנטייל אין דער פאַר- טיידיקונג פון שטאָט. זיי האָבן געגראָבן גריבער, פאַרפעסטיקט די ווענט, צוגעשטעלט געווער און פערד, נאָר דערפאַר ווען די שטאָט איז ענדלעך איינגענומען געװאָרן דורך דעם רוסישן מיליטער, זיינען די יידן אינגאַנצן צעראבירט געװאָרן; אַ טייל פון זיי זיינען מיט געװאַלט אָפּגעשמדט גע" וװואָרן און אַ טייל זיינען פֿאַרשיקט געװאָרן אין די רוסישע גובערניעס וי געפאנגענע. נישט וינציק האָבן יידן אויך געליטן, ווען עס איז אייג" גענומען געװאָרן די הױפּטשטאָט פון ליטע, ווילנע. דאָרט האָבן די קאָי זאַקן געמאַכט אַ שרעקלעכן פּאָגראָם און אויסגעהרגעט 25 טױזנט פֹּאַי ליאַקן, פון די יידן האָט דער גרעסטער טייל זיך געראטעװועט דורך אַנטי לויפן, נאָר די איבערגעבליבענע זיינען אָדער אַרױסגעטריבן אָדער אויס- געהרגעט געװאָרן, נאָך װינציק זיינען געווען די אומגליקן, װאָס זיינען געקומען אויף יידן פון די קאָזאַקן, רוסן און טאַטאַרן, --- איז נאָך צוגעקומען אַ נייער שונא, דער שוועדישער קעניג קארל דער צענטער, וועלכער האָט זיך ארייג- געריסן קיין פוילן פון צפוזייט, אין סאַמע צענטער פון לאַנד, דער שווע" דישער קעניג האָט איינגענומען איין שטאָט נאָך דער אַנדערער: אים האָבן זיך אויך אונטערגעגעבן די פוילישע רעזידענץישטעט קראָקע און װאַרשע. דער גרעסטער טייל פון גרויס- און קלײיךפּױלן איז געווען אין די הענט פון די שװעדן און דער קעניג יאַקאַזימיר האָט געמוזט אַנטלױפן קיין שלעזיען, פּוילן אין געװאָרן אַ מין גיהנם, וואו עס האָבן זיך צונויפגע- מישט פארשידענע פעלקער: קאַזאַקן, רוסן, שװעדן, טאַטאַרן און יעדער איינציקער האָט געװאָלט אָפּרײסן אַ חלק פאַר זיך, עס איז כמעט געווען בולט, אַזֹ די היסטאָריע האָט שוין פאַרמשפּט דאָס אַמאָליקע שטאַרקע פּוילן צום אונטערגאַנג. פון דער שוועדישער אַרמײ האָבן יידן געליטן צו" גלייך מיט דער קריסטלעכער באַפעלקערונג, אָכער אויף זייער חלק זיינען | אױסגעפאָלן אויך ספּעציעלע ליידן. דער אָנפירער פון דער פּױלישער ; אַרמיי, דער בייזער דיקטאַטאָר טשערנעצקי, איז געווען אַ שונא'ישראל 20 הי גרעץ - די יידישע געשיכטע און זיך באַגאַנגען מיט זיי אכזריותדיק. יידן האָט מען באַשולדיקט אין גע היימע באַציאונגען מיט די שװעדן און זיך אָן זיי נוקם געווען דערפאַר, אַזױ אַז די יידן זיינען געשטאַנען צווישן צוויי פייערן: דאָרט, וואו די שװועדן האָבן זיי געלאָזט צורו, זיינען זיי באַפאַלן געװאָרן פון די פא" ליאַקן. צו דער שרעקלעכער מלחמה איז נאָך צוגעקומען דִי דזשומאַ, וועל- כע האָט דעמאָלט געהערשט אין פּױלן. די יידן פון קראַקעווער, פּויזנער, קאַלישער, פּעטראָקאָװער און לובליגער געגנטן, װאָס זיינען געווען אויס- געמוטשעט פון דער מלחמה, זיינען מאַסנװײז אױסגעשטאָרבן פון דזשומא. ערשט אין 1658, נאָך גרויסע פאַרלוסטן און בזיונות, האָט פּולן געשלאָסן אַ שלום מיט גרויסע הנחות פאַר רוסלאַנד און שוועדן, און דאָס לאַנד האָט אָנגעהויבן ביסלעכווייז זיך באַרואיקן, די רעזולטאַטן פון די בלוטיקע 10 יאָר (1658-1648) זיינען פאַר יידן געווען שרעקלעכע. לוט דער מיינונג פון יידישן היסטאָריקער פון יענער צייט, זיינען דעמאָלט אומגעקומען העכער אַ האַלבער מיליאָן יידן ווען מען זאָל נאָר אפילו די ציפער פאַרקלענערן אויף אַ העלפט, װעט דאָך בלייבן אַ ריזיקע צאָל קרבנות. אַזאַ גרויסן אומגליק האָבן יידן נישט גע- האָט אפילו בעת די קרייץ-צוגן און דעם ,,שװאַרצן טוט" אין מערב-איי- ראָפּע. אַן ערך 700 יידישע קהלות זיינען דעמאָלט חרוב געװאָרן אין די שטעט פון קאָזאַקן-אוקרײינע זיינען די יידישע געמיינדעס אין גאַנצן געװאָרן פאַרניכטעט, אין װאָלין און פּאָראָל איז געבליבן גאַנץ אַן ערך אַ צענטל פון דער יידישער באַפעלקערונג. די איבעריקע זיינען אָדער אומ- געקומען בעת דעם אױפּשטאַנד, אָדער זיינען גענומען געװאָרן אין געפענ- געניש און אָפּגעפירט געװאָרן קיין טערקיי, אָדער אַנטלאָפן אין אַנדערע לענדער. אין אַלע לענדער פון אַזיע און אײראָפּע האָט מען אין יענער צייט געקענט טרעפן אַנטלאָפענע יידן פון פּוילן, װאָס האָבן דערציילט האַרצ- רייסנדיקע סצענעס וועגן זייערע ברידער אין דעם פּוילישן גיהנם. איינער פון די, װאָס האָבן אליין איבערגעלעבט די שרעקלעכע שחיטה אין אוקריי נע, ר' נתן נטע האַנאָװער פון זאַסלאַװוו, האָט אונדז איבערגעלאָזט אַן אויסגעצייכנטע כראָניק פון יענער צייט אין זיין װוערק ,יון מצולה". דער גאון ר' שבתי כהן (ש"ך) האָט זיך געווענדעט מיט אַן אויפרוף וועגן דער שחיטה אין פּוילן צו אַלע יידן פון דער גאַנצער וועלט און צום אויפ- רוף זיינען בייגעלייגט געװאָרן תפלות צום אָנדענק פון די קדושים. פיל דער קאַזאַקן:אויפּשטאַנד און פּוילנס אונטערגאַנג 231 אָנגעזעענע רבנים פון יענער צייט, װוי ר' ליפּמאַן העלער, ר' שעפטל האָר- וויץ ,ר 'מאיר פון שעכרשין און ר' גבריאל שוסבורג האָבן אין האַרצ" רייסנדיקע חבורים האַװײינט דעם חורבן פון די פּוילישש יידן, און אַ טיפע פאַרצווייפלונג הערט זיך פון זייערע פֿאַרפאַסטע תפילות און סליחות: עס האָט אויסגעזען, אַז אַלץ איז שוין פֿאַרטאַלן, אַז דער יידישער צען- טער אין פּוילן איז שוין אויף שטעגדיק חרוב און קיין מאָל װעלן יידן דאָרט שוין נישט אויפגטכבויט ווערן צוריק, די נבואה פון די קלאַגערס איז נישט מקוים געװאָרן. די יידישע באַפעלקערונג אין פּוילן איז פאַראָרעמט און פאַרקלענשרט געװאָרן, אָבער פאַרגיכטעט זיינען זיי נישט געװאָרן און דער הויפּט-צענטער פון די יידן איז דאָך געבליבן פּוילן, עס האָט זיך אַן איבעריק מאָל אַרױסגעװיזן, וי ווייט די יידישע נאַציע איז לעבנס"פעאיק: וי נאָר אין לאַנד האָבן אויפ- געהערט די מהומות, האָבן די יידן זיך אומגעקערט אין זייערע צעשטערטע נעסטן, אָנגעהויבן ביסלעכווייז אויפבויען זייערע חורבות און אַ קליינע צייט נאָך דעם שרעקלעכן אומגליק זייגען די יידן ווידער געקומען צו זיך. דער קעניג יאַן-קאַזימיר, װאָס האָט זיך אומגעקערט און װידער גענומען די ממשלה אין זיינע הענט, האָט אין אַ באַפּעל וועגן פרייהייט פון האַנדל פאַר די יידן אין קראַקע דערקלערט, אז זיין הױפּט-זאָרג איז באָטש מיט עפעס באַלױנען די באַפעלקערונג פֿאַר די צרות, װאָס זי האָט איבער. געלעבט, און מיטהעלפן איר אויפצונויען אירע חורבות. פיל יידישע שטעט, װאָס האָבן אמיינסטן געליטן פון די מלחמות, האָבן באַקומען פאַרשידענע פּריווילעגיעס און עס איז פֿאַר זיי אויך פאַרלײיכטערט געװאָרן דאָס צאָלן שטייערן. דאָס האָט אַביסל פאַרלײיכטערט די לאָגע, אָבער דער קריזיס האָט דאָך איבערגעלאָזט גרויסע שפּורן, און נישט אַז גיף האָבן יידן זיך ווידער איינגעאַרדנט, באזונדערס בולט זיינען געװוען די רעזװולטאַטן פון קריזיס אין דרום, אין ראַיאָן פון דעם אויפשטאַנד. לויט דעם אָפּמאַך אין אַנדרוסאַװאָ, ביי סמאַלענסק (1667), האָכן פּוילן און רוסלאַנד איינגעטיילט צווישן זיך אוקריינע, אַזױ אַז װאָלין און פּאַדאָל זיינען פאַרבליבן ביי פוילן און פּאָלטאַװער, סשערניגאַװער און א טײל פון קיעװוער ראַאאָן זיינען איבערגטגאנגען צו מאָסקװע,. די קאָזאַקן אליין האָבן געהאַלטן אין איין אַרומרײסן זיך, ווייל אייניקע האָכן געצויגן צו פּוילן, אַנדערע --- צו רוסלאַנד ,אַזױ אַז אוקריינע איז נאָך אַ לאַנגע צייט געווען אַן אָרט פון וט הי גרעץ - די יידישע געשיכטע אינטריגעס און צוזאַמענשטױסן. יידן האָבן פון די אַלע רייבונגען און צו" זאַמענשטױסן, נאַטירלעך, נאָר פאַרלוירן, פון קליין רוסלאַנד זיינען יידן אינגאַנצן אַרױסגעשטױסן געװאָרן און אין דעם טייל אוקריינע, װאָס האָט געהערט צו פּױלן, זיינען יידן געװאָרן זייער פאַראָרעמט. אין אַלגעמיין איז דער צענטער פון די יידן אין פּױלן איבערגערוקט געװאָרן פון דרום- מערב-ראַיאָן צו ביעלאָרוסיע און ליטע, וועלכע האָבן פיל װינציקער געליטן פון די אומרוען. דער דרום-מערב-ראַיאָן, וואו יידן האָט זיך אַמאָל געלעבט אַזױ גוט, האָט געהאַלטן אין איין פאַלן, אין 1669 האָט יאַזקאַזימיר זיך אָפּגעזאָגט פון טראָן און װי אַ פּױלישער קעניג איז אויסגעקליבן געװאָרן מיכאַאיל ווישניעוועצקי, דער זון פון פּױלישן העלד יערעמיע ווישניעוועצקי. װוי זיין פאָטער, װאָס האָט אָפּגעראַטעװעט פון חורבן נישט איין יידישע געמיינדע, האָט אויך דער נייער קעניג זיך באַצױגן צו יידן פריינטלעך און אין קאָראָנאַציע-סײם האָט ער באַשטעטיקט אַלע פּריוילעגיעס פון די פּולישע און ליטווישע יידן. אָבער די ערלעכע שטרעבונגען פון קעניג האָט געשטערט דער פּױלײי שער סיים, אויף וועלכן עס האָט זיך געלאָזט דייטלעך הערן די שטימע פון די קאַטױלישע גייסטלעכע מיט זייער אַלטער שנאה צו יידן. אויף דעם סיים פון 1670 זיינען אָפּנעפרישט געװאָרן די אַלטע באַגרעניצונגען פאַר יידן: נישט צו האַלטן קיין קריסטלעכע דינערשאַפט און נישט אַרױסצַר גיין פון די הייזער בעת די קריסטלעכע פּראַצעסיעס. און דאָס אַלץ האָט דער סיים געטאָן אין אַ צייט, ווען די מלוכה האָט געהאַט פאַר זיך פיל וויכטיקע אויפגאַבן, אין אַ צייט, ווען דאָס לאַנד איז געווען צעריסן אויף שטיקער, און די געזעצגעכער װאָלט, דאַכט זיך, נישט געדאַרפט ליגן אין קאָפּ די דאגה וועגן יידישע באַגרענעצונגען ! דער לעצטער פּוילישער קעניג, װאָס האָט ווירקלעך געשיצט די יידן, איז געווען יאַן סאָביעסקי (1674 - 1696), דער פּוילישער העלד, װאָס האָט צוריק אויפגעשטעלט דעם פּוילישן פּרעסטיזש אין אײיראָפּע. אים איז אויסגעקומען אָפּט צו קעמפן קעגן די יידנפיינטלעכע שטימונגען פון דער שליאַכטע, פון די מאַגיסטראַטן און צעכן, אין 1681 איז אין ווילנע פאָר- געקומען אַזאַ פֿאַל: דאָרט איז געמאַכט געװאָרן אַ פאָלקס:ציילונג, און דער ווילנער מאַגיסטראַט האָט באַפּױלן די יידן אַרױסצוגײן הינטער דער שטאָט און דאָרט ווערן געציילט צוזאַמען מיט די קריסטן. די יידן האָט דער קאָזאַקן-אױיפשטאַנד און פוילנס אונטערנאַנג הי 238 מען פאַרזיכערט, אַז זיי װצט הינטער דער שטאָט נישט געשען קין שלעכטס. אָבער װי נאָר זיי זענען ארויס אויפן פעלד, זיינען אויף זיי אָנ- געפאלן די קריסטן, אָנגעהויבן שיסן אויף זיי, שלאָגן און באַראַבעװען. דער מאַגיסטראַט האָט נישט בלויז נישט געשטערט, נאָר אויך געקוקט אויף דער הריגה מיט פאַרגעניגן, און יידן װאָלטן דעמאָלט געווען אָפּגע" שניטן זייער שלעכט, ווען אויף זיי זאָלן זיך נישט געווען דערבאַרעמען די שילער פון די יעזואיטישעט שולן, װאָס האָבן זי אַרױסגעראַטעװועט פון המון,. נישט שטענדיק זיינען אָבער די יעזואיטישע שילער געווען אַזעלכע רחמנים און נישט זעלטן זיינען זיי אַלײן געווען די איניציאַטאָרן פון פיל אומרוען אין די יידישע קװאַרטאַלן, די ,, שילער-געלויפן? זיינען דעמאָלט געווען אַ געוויינלעכע דערשיינונג אין די פּילישע שטעט: די שילער פלעגן פאַרטשעפּען די יידן אויף דער גאָס, מאַכן סקאַנדאַלן און אויך זיך אַרײנרײסן אין די יידישע קװאַרטאַלן און מאַכן קליינע פּאָגראָ- מען. אזעלכע אומרוען פלעגן ס'רוב פאָרקומען דורך די יעזואיטישע שילער אין פּױיזן, לעמבערג, ווילנע און בריסק. די אָרטיקע מאַכט האָט געקוקט דורך די פינגער אויף דער דאָזיקער ,,שטיפעריי? פון דער יוגנט וועלכע האָט אָפט אָנגענומען א געפערלעכן כאַראַקטער. אין 1687 האָט אין פּוון צו די ,, שטיפערישע" שילער זיך פאַרײיניקט דער פּשוטער המון, און די איינוואוינער פון יידישן קװאַרטאַל האָבן געמוזט מיט געווער אין די הענט זיך פאַרטײידיקן אין משך פון דריי טעג. כדי צו פאַרהיטן זיך פון אַזעלכע אָנפאַלן, האָבן די יידישע געמיינדעס פון פיל שטעט געצאָלט אַ יערלעכן צינדז לטובת די קאַטולישע שולן, און דער שטייער איז געװאָרן אַ געזעצ- לעכע זאַך. די סיימען פלעגן אַפילו ארויסטרעטן קעגן אַזעלכע אָנפאַלן און צוזאָגן יידן פרייהייט פון פּערזאָן, באַזונדערס ווען מען האָט געדארפט איינפירן נייע אָדער פארגרעסערן די אַלטע שטייערן. אָבער דער פֿאַקטײ שער פאַרטיידיקער פון יידן איז געווען נאָר דער קעניג אַלײן, אין קעגיג" לעכן הויף פלעגן קומען באַפולמעכטיקטע פון די יידישע געמיינדעס מיט פאַרשידענע ביטעס און װי ווייט מעגלעך פלעגט יאַן סאָביעסקי דערפילן די בקשות. אין סענאַט און אויף די סיימען פלעגט מען דעם קעניג אוים" װאַרפן, װאָס ער איז אַזאַ יידנפריינט, אין 1692 האָט מען אויפן סיים אין גראָדנע אויף דעם קעניגס ליבלינג, דעם ייד בצלאל, װאָס פלעגש אָפּנעמען אין אַרענדע די מלוכח-אָפּצאָלונגען, אַרױפגעװאָרפן אַ ריי באַשולדיקונגען 204 הי יי גרעץ - די יידישע געשיכטע אין באַרױבן די מלוכה, אין גאָט-לעסטערונג אדג"ל, דאָס האָט מען געטון אויף להכעיס דעם קעניג. נאָר יאַן טאָביעסקי האָט געפאָדערט, אַז מען זאָל דעם ייד בצלאל דערלויבן דורך אַ שבועה אראָפּװאַרפן פון זיך דִי באַשולדיקונגען, און נאָך הייסע דעבאַָטן האָט דער קעניג אויסגעפירט, אויב ביי יאַן סאָביעסקי האָבן די יידן זיך צוריק דערהאָלט נאָך דער שווערער עפּאָכע פון שחיטות און הריגות, האָט די יידישע לאַגע זיך ווידער פאַרערגערט ביי די קעגיגן פון דער זאַקסישער דינאַסטיע, אױגוסט דער צווייטער און דער דריטער (1697 - 1763)., די פּאַליטישע אַנאַרכיע צוזאַמען מיט די מפּלות אין דער מלחמה מיט שװעדן האָבן אַרױסגעװיזן, אַז די מלוכה, װאָס באַזירט זיך אויף פּריצישע אינטערעסן, איף דעם קאָפּריז פון אויבן, און שקלאַפּערײי פון אונטן, איז אינערלעך דורך און דורך פאַרפּוױילט. די ירידה פון דער פּוױלישער מלוכה האָט אָנגענומען א גרויזאַמען כאַראַקטער, אין אַ לאַנד, וואו יעדער קלאַס האָט אין זינען געהאַט נאָר זיינע שמאַלע עגאָאיסטישע אינטערעסן, וואו די באַשלוסן פון סיים האָבן געקענט בטל וערן, ווען נאָר איין דעפּוטאָט האָט נישט איינגעשטימט צו זיי (װצטאַירעכט), אין אַזֹאַ לאַנד האָט אויך די רעגי- רונג נישט געזאָרגט זיך וועגן די אַלגעמײנע אינטערעסן, נאָר וועגן איר פּערזענלעכער טובה. נאַטירלעך, זיינען ביי אַזאַ אָרדענונג די יידן געווען שוצלאָזער און מאַכטלאָזער פון אַלע. אױיגוסט דער צווייטער און דער דרי- טער האָבן אַפילן אָפיציעל באַשטעטיקט די יידישע רעכט, אָבער ביי דער אַלגעמײנער מהומה און אַנאַרכיע אין לאַנד איז אַזאַ אָפיציעלע באַשטע- טיקונג בלויז אויפן פּאַפּיר געווען וינציק. עס איז געווען נײטיק, אַז די העכערע מאַכט זאָל פאַרטײידיקן די יידישע רעכט פון די פיינטלעכע עלעמענטן נישט בלויז אויפן פּאַפּיר, נאָר אין לעבן; אָבער די קעניגן פון דער זאַקטישער דינאַסטיע, װאָס האָבן אפילו די אלגעמיינע מלוכה:איג- טערעסן נישט געהאַט אין זינען, האָבן נאָך װוינציקער, נאַטירלעך, געקענט טראַכטן וועגן די יידישע אינטערעסן, די קעניגן האָבן זיך נאָר געזאָרגט, אַז די יידן זאָלן פּינקטלעך צאָלן זייערע שטייערן און ניט געקוקט דערויף, װאָס צוליב די מהומות זיינען יידן געװאָרן רואינירט, האָט מען די שטייערן נאָך פאַרגרעסערט, די אַגענטן פון דער רעגירונג, די װאָיעװאָדעס און סטאַראָסטעס, זיינען געווען די אומברחמנותדיקסטע אונטערדריקער פון דער יידישער דער קאַזאַקן-אויפשטאַנד און פוילנס אונטערגאנג 258 באַפעלקערונג. זיי האָבן געקוקט אויף יידן, װוי אויף אַ מעלקגדיקער קוי און אויב אַ סטאַראָסטע האָט זיך גענייטיקט אין געלט, האָט ער פּשוט זיך געװענדעט צום יידישן קהל מיט א דראָאונג, אַן אוב די נייטיקע סומע װעט אים נישט צוגעשטעלט װערן, װעט ער אַנװוענדן רעפּרעסיעס, נאַטירלעך, האָט די דראָאונג געהאָלפן און קהל האָט באלד אַרײנגעטראָגן די נייטיקע סומע. עס זיינען געוען אַזעלכע, װאָס האָבן אונטערדריקט יידן נישט צוליב געלט, נאָר צוליב פאַרגעניגן, צוליבן פּשוטן קאַפּריז, אַזױ, למשל, האָט דער קאַניעווער סטאַראָסטאַ זיך אַמאָל דערלויבט אָנ" צואוואַרפן אַ הויפן יידן אויף א פור, צופירן זיי צום הויז פון זיינעם אַ פריינד אַ גוט-באַזיצער און דאָרט זיי אויסשיטן, וי מען שיט זעק מיט קאַרטאַפֿל, דער זעלבער סטאַראָסטאַ פלעגט אָמט זיך מאַכן אַזאַ ,,פאַר" געשאָסן: די פרויען זיינען פארוואונדעטע געפאַלן פון בוים און דער פּריץ צוקריפן אויף אַ בּוים און שוייען ,קוקו", און דערנאָך האָט ער אין זײ געשאָסן: די פרויען זיינען פאַרװואונדעטש געפאַלן פון בוים און דער פּריץ האָט פריילעך געלאַכט און זיי געװואָרפן גאָלד, : דער שטאַרקסטער קלאַס אין דער מלוכה, די שליאַכטע, האָט גע שטיצט יידן נאָר דאָרט, וואו זי האָט זיך אין זיי גענייטיקיט. אויף די יידן האָבן די פריצים געקוקט, װי אויף זייערע שקלאַפן, לייבאייגענע. פּונקט וי דער פּויער האָט באַאַרבעט די ערד פון פּריץ, אַזױ האָט דער יידישער אַרענדאַר פֿאַרװאַלטעט די בעל'הנתישקייט פון פּריץ און פאַקטיש אין צווישן זיי ביידע נישט געװען קיין גרויסער אונטערשיד. די פריצים האָבן אַפילן געװאַלט פֿאַרשקלאַפן די יידן אויפן געזעצגעבערישן אופן און אויפן סיים פון 1710 האָבן די אַדעליקע אַרײנגעטראָגן אַ פּראיעקט, אַז די יידן, װאָס וואוינען אין די גיטער פון די פּריצים, זאָלן אָנערקענט װערן וי זייער אייגנטום, װאָס גייט-איכער בירושה פון דור צו דור, דער דאָי זיקער ווילדער פּראַיעקט איז אָפּגעװאָרפֿן געװאָרן, אָבער פאַקטיש אין דער ייד געווען אַן עבד נאמן ביים פּריץ. ביי די דעמאַלטיקע ווילדע אַָר" דענונגען, ווען איין פּריץ מיט זיין סוויטע פלענט פּלוצים אָנפאלן אויפן גוט פון צווייטן פּריץ, פלעגן מער פון אלץ ליידן די יידן. דער פּריץ האָט געהאט דאָס רעכט צו משפּטן זיינע יידן און טאָן מיט זיי, װאָס זיין האַרץ באגערט. בעת די פּראָװוינציעלע סיימען און צוזאַמענפאָרן פון דער שליאַכ" טע איז איינגעפירט געװאָרן א מנחג צו , פארוויילן זיך" דורך אָנפאַלן 26 היה גרעץ - די יידישע געשיכטע אויף די יידישע הייזער און שילן. קעגן די דאָזיקע פארויילונגען האָט שאַרף פּראָטעסטירט דער ווארשעווער סיים פון 1717 און געדראָט מיט באַשטראָפונגען, אָבער נישט אזוי לייכט איז געװען אױסצואװאַרצלען דעם דאָזיקן מנהג. 5 אין די שטעט וידער האָט זיך געפירט דער אַלטער קאַמף צוישן די יידן און די קריסטלעכע סוחרים און האַנטװערקער. כדי צו קאָנקורירן מיט די יידישע הענדלער און בעלי-מלאכות, האָבן די קריסטן צוגעגעבן זייער קאַמף אַ רעליגיעזן כאַראַקטער און אָפט אָנגערייצט דעם המון קעגן די יידן. זיי צו הילף איז געקומען דער אַלטער שונא פון יידן; די גייסטלעכע. דער זאָמען, װאָס די יעזואיטן האָבן פארזייט, האָט געגעבן גוטע פרוכטן. די אַגיטאַציע קעגן די ,,אומגלויביקע" איז געװאָרן איינע פון די הויפּט-יכוחות אין דער אינערלעכער פּאָליטיק פון פּוילן אין יענער צייט. די באַשלוסן פון די קאַטױלישע סינאָדן זיינען לוט זייער טאָן און אינהאלט דורכגעדרונגען מיט פאַרביסענער שנאה צו יידן, דער לאַװי" טשער סינאָד פון 1720 האָט אַרױסגעגעבן א באַפעל ,,אַו די יידן זאָלן זיך נישט דערוועגן אין ערגעץ צו בויען נייע שילן און רעמאַנטירן די אַלטע*, אַזױ אַז אין משך פון א געוויסער צייט זאָלן די יידישע שילן אין גאַנצן פאַרשװוינדן ווערן דוריך שרפות אָדער דורך איינפאַלן. פון סוף 7"טן יאָרהונדערט זיינען זייער אָפּט אַנטשטאַנען די בלוט-בלבולים אויף יידן און נישט-זעלטן זיינען די בלבולים פּראָװאָצירט געװאָרן דורך דער קלעריקאַלער פּאַרטײ. די ריטועלע פּראָצעסן פלעגן באַטראַכט וערן אין העכסטן געריכט --- אין לובלינער טריבונאַל, און נישט זעלטן האָבן זי זיך געענדיקט מיט טױיט-שטראָף פאַר אומשולדיקע מענטשן. די גרעסטע פּראָצעסן פון דעם סאָרט (דער סאנדאָמירער 1698 - 0, פּויזנער 1726, זשיטאָמירער 1753, װאָיסלאַװיצער 1760). זיינען געפירט געװאָרן אויפן שטייגער פון דער אינקוויזיציע. דער סאַנדאָמירער פּראָצעס איז אַרױסגערופן געװאָרן דורך דעם, װאָס אַ קריסטן האָט אונטערגעװאָרפן איר נישט-געזעצלעך געבוירן קינד הינטער דער טיר פון אַ יידן און געגעבן די גייסטלעכע אַ מעגלעכקייט צו פאַרפירן אַ פּראָ- צעס וועגן א כלומרשט ריטועלער דערמאָרדונג. דער פּראָצעס איז דורפ- געגאַנגען אַלע געריכט-אינסטאַנצן און שטאַרק פאַרפּלאָנטערט געװאָרן אַ דאַנק דער אַגיטאַציע פון פאַנאַטישן קסיאַנדו סטעפאַן זשוכאָווסקי, אין דער קאזאָקן-אויפשטאנד און פּוילנס אונטערגאנג 237 פּויזן האָט דער פּראָצעס וועגן בלוט-בלבול זיך געצויגן גאַנצע 4 יאָר. אין דער דערמאַרדונג זיינען באַשולדיקט געװאָרן 2 פּרגסים פון קהל, אַ שתדלן און אַ בעל-דרשן, די אַלע 4 האָט מען ארעסטירט און שרעקלעך געפּײ- גיקט. דער שתדלן און דער דרשן זיינען פון די ענוים געשטאָרבן אין תפיסה, די איבעריקע זייגען דורכן װאַרשעװער געריכט געװאָרן פריי- געשפּראָכן, מיט דעם תנאי, אַז זיי און נאָך דריי אָנגעזעענע קריסטן זאָלן שווערן, אַז יידן באַנוצן נישט קיין קריסטלעך בלוט צו די מצות. אין זשיטאָמירער פּראָצעס זיינען געווען אָנגעקלאָגטע 24 ייד זיי האָט מען אַזױ לאַנג געפּײניקט, ביז זיי האָבן זיך מודה געווען אין פאַרברעכן, װאָס זיי זיינען נישט באַגאַנגען, און זיינען פאַרמשפּט געװאָרן צום טויט, 1 פון זיי האָט מען אָפּגעשונדן די הויט לעבעדיקערהייט, די איבעריקע האָבן זיך געראַטעװעט פון טױט אַ דאַנק דעם, װאָס זיי האָבן זיך אִפּ- געשמדט. אין װאָיסלאַװיצער פּראָצעס זיינען שוין װוי באַשולדיקטע אַרױיט- געטראָטן דאָס גאַנצע קהל. צום געריכט האָט מען אָנגעקלאָגט די רבניט און די פירער פון קהל. איינער פון די באַשלדיקטע, א רב, האָט אין טורמע זיך גענומען דאָס לעבן, די איבעריקע פיר זיינען פאַרמשפּט גע- װאָרן צום טויט, פארן טוט האָבן די גלחים איינגערעדט די געפּי- ניקטע, אַז זיי זאָלן זיך אָפַּשמדן, און דערפאר האָט מען זײי פאַרלייפ- טערט דעם טױיט: זײי האָט מען אָפּגעהאקט די קעפּ, אויפגערעגט דורך די דאָזיקע אינקיװויזיציע-פּראַצעסן, האָבן די יידן געשיקט אַ דעפּוטאַציע צום פּױיפּסט אין רוֹים מיט א ביטע, אַז ער זאָל דערקלערן די באַשולדיקוג" גען אין געברויכן קריסטלעך בלוט וי א בלבול, דער פּױפּסט האָט באַפוילן זיין פאַרשטײיער אין װאַרשע, אַז ער זאָל זען ווירקן קעגן די בלבולים, דאָס זעלבע האָט געטאָן אויף דער קעניג אױגוסט דער דריטער, אָבער די אבערגלויבנט אין די פאָלקס-מאַסן זיינען שוין געווען אַזױ פעסט, אַז עס איז שווער געווען זיי אויסצואװואַרצלען, אַפילן די געבילדעטע קלאַסן פון פּוילן האָבן געגלויכט אין די שקרים און איינער א שריפטשטעלער פון יענער צייט דערציילט בתמימות: ,,פּונקט װי די שליאַכטישע פרייהייט איז נישט מעגלעך אָן װעטאָ, אַזױ איז די יידישע מצה נישט מעגלעך אָן קריסטלעך בלוט", דערווייל אין פּוילן אַלץ מער און מער געפאלן און מיט שנעלע טריט זיך דערגענטערט צו איר אונטערגאנג, שוין װען װי א קעניג אין 6 גרעץ - די יידישע געשיכטע געװאָרן אויסגעקליבן סטאַניסלאַװ-אױגוסט פּאָניאַטאָװסקי (1764) האָט פּױילן פאַקטיש זיך געפונען אונטער דער הערשאַפּט פון רוסלאַנד,. דורך גרינטלעכע רעפאָרמען װאָלט מען נאָך אפשר געקענט אָפּראַטעװען די מלוכה פון אונטערגאנג, אָבער דער אַלטער רעזשים פון קלעריקאַליזם און קלאָסן-אינטערעסן האָט נישט געקענט און נישט געװאָלט זיך אַליין פאַר- משפּטן צום טױט און עס האָט זיך ווייטער געפירט די אַלטע פּאָליטיק. ביי סטאַניסלאַװ-אױגוסט איז פאַרגעזעצט געװאָרן די אַלטע פּאָליטיק אויך בנוגע צו יידן. אָנשטאָט צו זאָרגן זיך וועגן גרינטלעכע אויסבעסע" רונגען אין דער לאגע פון יידן, װוי איינעם פון די וויכטיקסטע עלעמענטן פון דער באַפעלקערונג, האָט די פּוילישע רעגירונג נאָר געטראַכט, װי אַזױ װאָס בעסער אויסצונוצן די יידן װי א מעלקנדיקע קו פאר שטייערן און צינזן. דער ווארשעווער סיים פון 1764, וועלכער האָט זיך פאַרנומען מיט אױיסאַרבעטן אינערלעכע רעפאָרמעס, האָט געפונען פאַר ניײיטיק צו רעפאָרמירן אין דער לאַגע פון די יידן נאָר דאָס סיסטעם פון מלוכה- שטייערן. אָנשטאָט דעם, װאָס פריער האָט מען יערלעך באַשטימט אַן אַלגעמײינע סומע פון שטייערן אויף אַלע יידן און דער /ועד" האָט שוין דערנאָך פונאַנדערגעטײלט די סומע צװישן די באַזונדערע קהילות, האָט מען איצט, לוט דער נייער ,,קאָנסטיטוציע", איינגעפירט א שטייער פון צוויי גילדן אויף יעדן נפש און פאר דער סומע איז פאַראַנטװאָרטלעך געווען יעדע. קהילה באַזונדער. די דאָזיקע רעפאָרם האָט נאָר פאַרגרע- סערט די אַלגעמײנע סומע שטייערן, װאָס איז שוין אַזױ אויך געוען גענוג גרויס, בשעת פאַר יידן האָבן זיך פאַרמאַכט פיל קוועלן פון פּרנסות, די שליאַכטע האָט גוט געהיט אירע אינטערעסן אוּן ביים אויסקלייבן דעם קעניג האָט זי אים געשטעלט אַ באַדינג, אַז יידן זאָלן נישט טאָרן נעמען אין אַרענדע די מלוכה-גיטער און די מלוכה-שטייערן. לוט דעם פאַרלאַנג פון די קריסטלעכע סוחרים האָט דער סיים פון 1768 אויך צוריק איינגע" פירט יענעם פּונקט פון דער אַלטער קאָנסטיטוציע, לוט וועלכן אין פיל שטעט האָבן יידן נישט געטאָרט זיך פאַרנעמען מיט האַנדל סיידן דורך אַ ספּעציעלער דערלויבעניש פון מאַגיסטראט, אין דער צייט האָט דערווייל אין אוקריינע, אין דעם טייל, װאָס איז נאָך געווען אין די פּוילישע הענט, זיך אויפגעהויבן אַ שטאַרקע באַ- וועגונג קעגן די פּאָליאַקן און יידן. די רוסישע ,,כלאָפּעס? האָבן נישט דער קאַזאַקן-אוױימשטאַנד און פוילנס אונטערגאַנג 289 געקענט אַזוֹי גיך פאַרגעסן די צייטן פון כמעלניצקי, ווען זיי, די פאַר- שקלאַפטע פּױערן, האָבן זיך געבאָדן אין בלוט פון די פריצים און יידן און רייך געװאָרן פון אָנגעטראַבעװעטן גוטס, אין מאָמענטן פון אינטףי- געס און מהומות, מיט װשלכע שס איז אַזױ רייך געװען די פױילישע מלוכה, האָט די דאָזיקע דעריגערונג וועגן די אַלטע צײטן זיך געלאָזט הערן. די אַנטלאָפֿענע פראװאַסלאַװנע פויעררלייבאייגענע, זאַפּאָראַזשער און קאָזאַקן פלעגן זיך פאַראייניקן אין פרייע דרוזשינעס פון היידאַמאַקן און פון צייט צו צייט אָנפאלן אויף די טוילישע גיטער און יידישע שטעט" לעך. אין מאָמענטן פון אומרוען אין דער מלוכה אָדער פון פּאַליטישע קריזיסן האָבן די דאָזיקע אַנפאלן אָנגענומען אַ כאַראַקטער פון גרױיזאַמע רויבערייען,. אַזױ, צום ביײישפּיל, האָבן הײידאַמאַקן, װאָס זיינען געייען גוט אָרגאַניזירט אונטער דער אָנפירונג פון קאָזאַקןפּאַלקאַװניקעס, אין 4 און 1750 פֿאַרװיסט פיל דערפער און שטעט אין װאָלין, פּאָדאָל און קיעווער ראיאָן און אויסגעהרגעט פיל פריצים און יידן. נאָר מיט א באַזונדערן כעס האָט די באַװעגונג פון די היײידאַמאַקן זיך אַנטװיקלט אין 8, רוסלאַנד, װאָס האָט שוין פון לאנג פאַקטיש געהאָט די ממשלה אויף פּוילן, האָט דאַן געשטעלט דער פּוילישער רעגירונג א פאָדערונג, אַז די פּראװאַסלאַװנע אונטערטאנען אין פּוילן זאָל געגעבן ווערן פולקאַ" מע רעליגיעזע פרייהייט און פּאַליטישע רעכט. אַ גרויסער טייל פון דער שליאַכטט און גייסטלעכע זיינען געווען קעגן דער פאַדערונג און, אין דער זעלבער צייט ווען זי האָט זיך אָפּגעטײלט פון דער פילישער רעגירונג, װאָס איז אין אַלץ געוען נאָכגעביק פֿאַר דער רוסישער מאַכט, האָט די שליאַכטע זיך פאַראייניקט אין דער באַוואוסטער ,,קאָנפעדעראציע" װאָס איר ציל אין געווען צו באַשיצן די אַלטע פוילישע אָרדענונג פון זי פורשמדע פעלקער. אין דער צייט, װען דאָס פאַראייניקטע מיליטער פון דוסלאנד און פון פוילישן קעגיג האָט זיך געשלאָגן מיט די ,קאַנפעדע ראָטן", האָבן אין אוקריינע אױסגעבראָכן אומרוען. די אַגניטאַטאָרן פון זי פּראַװאָסלאַװנע גייסטלעכט און זאפּאָראָושער האָבן אונטערגעהעצט די פּויערים, וועלכע מען האָט איינגערעדט, אַז די קאַנפעדעראַטן וילן אױיסװאָרצלען די פּראַװאָסלאַװויע, און צװישן די מאָסן איז אַרומגעגאַנ- גען אַ געפעלשטער באַטעל פון דער רוסישער קייזערין יעקאַטערינע וועגן ,, פאַרטיליקן די זשידעס און זי ליאַכעט?, 20 הי גרעץ - די יידישע געשיכטע אין דער שפּיץ פון דער באַװעגונג איז געשטאַנען דער זאַפּאָראָ- זשער קאָזאַק זשעלעזניאַק. פון אַפּריל 1768 האָבן די באַנדעס פון זשע- לעזניאַק זיך געהאַלטן אין דעם ראַיאָן פון דער איצטיקער קיעווער גו" בערניע און געראַבירט און געהרגעט די פּריצים און די יידן. איף א בוים האָבן די היידאַמאַקן אויפגעהאָנגען אַ פּאָליאַק, אַ ייד און אַ הונט, און געמאַכט אַן אויפשריפט: ,אַ ליאַך, אַ זשיד און אַ הונט האָבן אַן אלצאיינע אמונה". אַ שרעקלעכע שחיטה צװוישן יידן האָבן די הײידאַמאַקן געמאַכט אין די שטעטלעך ליסיאנקאַ און טעטיעוו. פון דאָרטן זיינען זי אַװעק קיין אומאַן, װאָס איז געווען גוט באַפעסטיקט און וואוהין עס זיינען אַנטלאָפן צענדליקער טויזנטער פּאָליאַקן און יידן. די שטאָט איז אויף אַזױ ווייט געווען איבערפולט מיט אָנגעלאָפּענע, אַז די נייע אָנגעקו- מענע האָבן שוין נישט געהאַט קיין אָרט. אומאַן האָט געהערט צום װאָ" יעװאָדאַ פּאָטאָצקי און זיך געפונען אונטער דער הערשאַפט פון גובער" נאָטאָר מלאַדאַנאַװיטש. אין זיין רשות איז געווען אַן אָפּטײלונג פון דער קאָזאַקןדמיליציע ביים הויף, אונטער דער אָנפירונג פון סאָטניק גאָנטאַ. דעם דאָזיקן גאָנטאַ האָט מען נאָך פריער חושד געווען, אַז ער האָט פאַר- פאַרבינדונגען מיט די הײידאַמאַקן, נאָר דאָך האָט סמאַדאַנאַװיטש אים אַרױסגעשיקט מיט אַן אָפּטײלונג קאָזאַקן קעגן מיליטער פון זשעלעזניאַק. וי מען האָט געקענט דערװאַרטן האָט גאנטא זיך פאַראייניקט מיט די הײידאַמאַקן, און ביידע אָנפירער זיינען געגאַנגען אויף אומאַן. דעם ערשטן טאָג האָט די שטאָט זיך פאַרטײדיקט ענערגיש. די פּאָליאַקן צוזאַמען מיט די יידן האָבן אײיניק געאַרבעט ביים פאַרפעסטיקן די ווענט א געשאָסן פון האַרמאַטן און ביקסן, אָבער נישט אַלע פּאָליאַקן זיינען געווען גרייט זיך צו פאַרטיידיקן. פיל האָבן נאָר געטראַכט וועגן דעם, וי אַז צו ראטעווען זיך אַליין. ענדלעך האָט דער גובערנאַטאָר אַלײן אָנגעהויבן פירן פריינטלעכע אונטערהאַנדלונגען מיט די הײידאַמאַקן, און וען יענע האָבן אים פאַרזיכערט, אַז זיי זיינען נאָר אויסן די יידן, האָט מלאַדאַי נאַװיטש זיך באַרואיקט און זיי געעפנט די טױערן. צוערשט האָבן די היידאַמאַקן ווירקלעך זיך גענומען צו די יידן, מיט אַכזריות זיי געהרגעט, געטראָטן מיט די פיס פון די פערד, אַראָפּגעװאָרפן פון די דעכער, גע" שטאָכן מיט שפּיזן. העכער דריי טױונט יידן האָבן זיך פאַרמאַכט אין דער גרויסער שיל, ווען די היידאַמאַקן זיינען צוגעקומען צו דער שיל, דער קאַזאַקן-אױיפשטאַנד און פּוילנס אונטערגאנג 241 זיינען אייניקע יידן אויף זיי אָנגעפאַלן מיט מעסערס און עטלעכע פון זיי דערהרגעט. די איבעריקע יידן האָבן נאָר געבעטן גאָט און פּאַרהילכט די שיל דורך יללות. כדי צו מאַכן פון די יידן װאָס גיכער אַ סוף, האָבן די היידאַמאַקן צוגעשטעלט צו דער שיל אַ האַרמאַט, אויפגעריסן די טיר און געמאַכט פון דער שיל אַ בלוט-באָד. וען זי האָבן געענדיקט מיט די יידן, האָבן די היידאַמאַקן זיך גענומען צו די פּאָליאַקן; פיל פון זיי האָבן זי אויסגעשאָכטן אין ,,קאָסציאָל", צווישן אַנדערע איז אויך דער" הרגעט געװאָרן דער גובערנאַטאָר מלאַדאַנאָװיטש, די גאַסן פון שטאָט זיי- נען געווען איבערפולט פון טויטע קערפּערס און אַ טייך בלוט האָט פאַר- פלייצט די שטאָט. אין דער דאָזיקער שחיטה זיינען אומגעקומען אַן צרך 0 טויזנט פּאַליאַקן און יידן. 5 אין דער זעלבער צייט האָבן די קלענערע דרוזשינעס פון די היידאַ- מאַקן געמאַכט בלוט-בעדער אין אַנדערע שטעט, וי פאַסטאָו, זשיװאָ- טאָװ, גראַנאָוו און טולטשין, דאָרט, וואו עס האָט אַמאָל געבושעוועט כמעלניצקי, האָט איצט וידער זיך געגאָסן יידיש בלוט, נאָר דאָסמאָל האָט די קאַטאַסטױאָפע נישט אָנגענומען אַזאַ שרעקלעכן כאַראַקטער, וי אין 1648, דאָס רוסישע מיליטער און דאָס מיליטער פון פּוױילן האָבן ענער- גיש געאַרבעט צו דערשטיקן דעם בונט. באַלד נאָך דער אומאַנער שחיטה האָט מען געכאַפּט זשעלעזניאַקן און גאָנטאַן, דער לעצטער איז געטױט געװאָרן דורך אַ שרעקלעכן טויט: פון אים האָט מען פּאַסנװײז אַראָפּגע- ריסן די הויט און דערנאָך צושניטן אויף פיר שטיקער. די איבעריקע היי" דאָמאַקן זיינען אויסגעהרגעט געװאָרן אָדער גענומען געװאָרן אין גע" פענגעניש דורך דעם פּולישן מיליטער-אָנפירער סטעמפּקאָװסקי. סוף כל סוף האָט די פוילישע מלוכה, װאָס איז געווען צוריסן אויף שטיקער, אָפּגעשװאַכט דורך די פיל מפּלות און דורך דער אינערלעכער רייסעניש צווישן די באַזונדערע קלאַסן אין משך פון הונדערטער יאָרן געמוזט אונטערגיין,. אין 1172 זיינען די פוילישע גרעניץפּראָװינצן דאָס ערשטע מאָל פונאַנדערגעטיילט געװאָרן צווישן די דריי נאָענטע מלוכות: רוסלאַנד, עסטרייך און פּרײיסן. רוסלאַנד האָט באַקומען א גרויסן טייל פון ביעלאָרוסיע,. עסטרייך --- גאַליציע און אַ טייל פּאָדאָליע, פּרייסן -- פאָמעראַניען. דער גרעסטער טייל פון דער יידישער באַפעלקערונג איז אַרײנגעפאַלן צו רוסלאַנד און עסטרייך, דאָס איז געווען דער ערשטער 242 : : גרעץ - די יידישע געשיכטע גרויסער קלאַפּ פאַר פּוילן. די פּאָליאַקן האָבן לויט דער איניציאַטיוו פון רוסלאַנד דאַן געגרינדעט אַ העכערן רעגירונגיאָרגאַן -- ;,דער שטענדיקער ראָט* (1775 - 88), װאָס האָט געדאַרפט זוכן עצות, וי אַזױ צו רעפאָר- מירן דאָס אינערלעכע לעבן פון פּױלן. די בעסטע פאָרשטייער פון דער געזעלשאַפט האָבן באַשלאָסן אָנהויבן די רעפאָרמען פון דער יוגנט-דער" ציאונג. אין 1773 האָט דער פּױפּסט מבטל געמאַכט דעם יעזואיטישן אָר" דען אין פּױלן און דערמיט אָפּגעראַטעװעט די פּולישע יוגנט פון דער שעדלעכער יעזואיטישער ווירקונג. עס איז געגרינדעט געװאָרן א ריי נייע שולן און די אַלטע זיינען רעפאָרמירט געװאָרן. איינער פון די מיטגלידער פון דער קאָמיסיע, װאָס האָט באַטראַכט די מיטלען צו רעפאָרמירן די מלוכה, אַנדזשײ זאַמאָיסקי, האָט אויך אױסגעאַרבעט אַ פּראָיעקט ועגן . רעפאָרמירן די געזעצן וועגן יידן. לוט דעם פּראָיעקט האָבן יידן גע" דאַרפט באַקומען פרייהייט פון פּערזאָן און פאַרמעגן און אין אַ געוויסער מאָס אויך פרייהייט פֿון רעליגיע. נאָר אין די שטעט האָבן יידן געדאַרפט וואוינען אָפּגעזונדערט פון די קריסטן: די יידן, װאָס האָבן נישט קיין באַשטימטע באַשעפטיקונג אָדער קאַפּיטאַלן, דאַרפן דערווייטערט װערן פון דער מלוכה: יידן װוערט אויך דערלויבט צו פאַרנעמען זיך מיט ערד" אַרבעט, אָבער זיי טאָרן נישט זיין קיין ערד-באַזיצער. דער דאָזיקער קאָנ- סערװאַטיווער פּראָיעקט באַװײיזט, וי ווייט אַפילו די בעסטע פאָרשטייער פון דער דעמאַלטיקער פּולישער געזעלשאַפט זיינען געווען פרעמד פון אַ גערעכטער באַציאונג צו יידן. ערשט אין די סאַמע לעצטע יאָרן פון דער פּױלישער מלוכה זיינען אין דער פּולישער געזעלשאַפט, אונטער דער השפּעה פון דער אײראָפּעאישער באַפרייאונגס-באַװעגונג, אַנטשטאַנען אמת-הומאַנישע און גערעכטע באַציאונגען צו יידן. אָבער דעמאָלט איז שוין געווען צו שפּעט. פּױלן האָט שוין דאַן אָפּגעלעבט אירע לעצטע טעג, נאָך געמאַכט אייניקע העראָאישע פּרואוון זיך אויפצוהויבן, אויפצולעבן, אָבער די פּוילישע מלוכה איז שוין נישט געווען אימשטאַנד צו באַפרייען זיך פון די שאַרפע נעגל פון די פרעמדע מלוכות, װאָס האָבן וי רויבער זיך אַרומגעזאַמלט אַרום איר און אָפּגעװאַרט איר טױט. עס האָט זיך אָנגעהױיבן די גסיסה, דערנאָך דער טויט און צוזאַמען מיט דעם אונ" טערגאנג פון פּוילן איז אויך דער געוועזענער צענטער פון פּולישן יידג- טום אַרײנגעטראָטן אין אַ נייער היסטאָרישער פאַזע. דער קאָזאַקןדאױפּשטאַנד און פּוילנם אונטערגאַנג 8 5 א אָי אין דער צייט, ווען צווישן די פּוילישע קלאַָסן און פּאַרטײען האָט געהערשט אַזאַ רייסעניש און אַזאַ דעזאָרגאַניזאַציע, װאָס האָט געבראַכט צום אונטערגאַנג פון פוילן, זיינען יידן געווען שטאַרק מיט זייער אינער" לעכער אהדות און שטרענגער צענטראליזאציע, װאָס האָט געהאַלטן פעסט אין אירע הענט דעם יחיר און אים געמאַכט אונטערטעניק פאַרן פלל, צי די דאָזיקע שיטה פון שטרענגער צענטראליזאציע, ווען דער יחיך האָט כמעט נישט קיין פרייהייט, איז אַ גוטע שיטה אָדער נישט, דערווייל האָט דאָס דאָזיקע סיסטעם אין יענער צייט געבראַכּט פיל נוצן און ווער ווייסט, צי יידן אין פּוילן װאָלטן געווען אַרױס אזוי פארהעלטגיסמעטיק גאַנץ, ווען נישט זייער אינערלעכע פעסטע אָרגאניזאציע, די פּוילישע יידן װאָס זיינען געווען אָפּגעוונדערט פון אַלע ארומיקע קלאָסן, ארומגערינגלט מיט שונאים, האָבן געפילט אן פארשטאנען, אַז זיי מוון זיין אייניק אל" נערלעך און מיט געמיינזאַמע כוחות קעמפן קעגן די אויטערלעכע פייגט- לעכע עלעמענטן, איינער פון די אויפרופן, מיט וועלכע דער ,ועד ארבע אַרצות? אין יאָר 1676 האָט זיך געװענדט צו די קהילות, הויבט זיך אָן מיט אַזעלכע װערטער: ,,שווער האָבן מיר געזינדיקט פאַר גאָט. די מהומה װאַָקסט פון טאָג צו טאָג; עס װערט אַלץ שװערער צו לעבן אונדזער פאָלק האָט נישט קיין װערט צווישן אַלע אנדערע אומות, עס איז אפילו א וואונדער, וי אַזױ, נישט געקוקט אויף אַלע אומגליקן, עקזיסטירן מיר נאָך, דאָס איינציקע, װאָס אונדז איז געבליבן צו טאָן, איו -- פֿאַראל- ניקן זיך אין איין פאַרבאַנד, אין גייסט פון שטרענגער אחדות מיט גאָטס געבאָטן און מיט די באַפעלן פון אונדזערע צדיקים און מנחיגים", וי" טער גייט א ריי באַפעלן צו די מיטגלידער פון די קהילות, אַז זיי זאָלן פאָלגן אין אלץ זייערע קהלהרפאַרװאַלטונגען, נישט נעמען אין אַרענדע שליאַכטישע גיטער און נישט מאַכן קיין שותפות:האַנדל מיט קריסטן אָן דער דערלויבעניש פון קהל, ווייל אזעלכע זאַכן קענען אַרוױסרופן א 5עס און צאָרן מצד די קריסטן. עס װערט אוױך פאַרבאָטן ,אָפּצוגעבן דאָס יידישע גוטס אין פרעמדע הענט", אַרױסױפן מחלוקת און סכסוכים אין די קחילות אאז"וו,. די קהל אַדמיניסטראַציע האָט געשטרעבט צו פול- קאָמער ממשלה איבער דעם יחיד, אַזױ אַז ער זאָל װי ייט מעגלעך זיין אָפּגעשלאָסן פון דער אויסערלעכער וועלט. די דרעגירונג אַלײן האָט 244 גרעץ - די יידישע געשיכטע אויך געשטיצט די דאָזיקע אָרדענונג, ווייל פאַר איר אין דאָס געווען זייער גינסטיק. פאַר איר איז בעסער געווען האָבן צו טון מיט אָרגאַנ זירטע קהילות, איידער וי מיט איינצלנע יידן, דעריבער האָט דִי רעגי- רונג געגעבן דעם קהל ברייטע אַדמיניסטראַטיווע און געריכטלעכע פול" מאַכטן, דאָס קהל איז געווען פאַראַנטװאָרטלעך פאַר דער רעגירונג פאַר יעדן חטא פון יחיד, אַזױ אַז די מאַכט פון קהל האָט געמוזט אַלץ זיך פאַרברייטערן. דאָס האָט געבראַכט צו אַ שטרענגער דיסציפּלין, אָבער אויך מיטגעהאָלפן צו פאַרפעסטיקן די יידישע געזעלשאַפטלעכקייט. ביי דער רעגירונג איז דאָס קהל געווען באַזונדערס טייער דערמיט, װאָס דורך אים זיינען אויפגעמאָנט געװאָרן די שטייערן פון די יידן יעדעס יאָר האָבן די סיימען באַשטימט די אַלגעמײנע סומע שטייערן פון דער יידישער באַפעלקערונג און די קהילות האָבן שוין אַלײן פאַנאַנדער- געטיילט די דאָזיקע סומע צווישן זיך און געווען פאַראַנטװאָרטלעך פאַר דער רעגירונג, אַז די סומע זאָל פּינקטלעך אַרײנגעטראָגן װערן. די רע גירונג, איז אויף אַזאַ אופן געווען פאַראינטערעסירט, אַז די קהליאַדמי- ניסטראַציע זאָל האָבן ביי יידן אַן אױטאָריטעט און דעריבער איר געגעבן ברייטע רעכטן. אין 1672 האָט דער קעניג געגעבן די 'קהילות פון ליטע דאָס רעכט אויסצושליסן פון די געמיינדעס אָדער באַשטראָפן מיט אָנ" דערע שטרענגעע מיטלען יענע איינצלנע יידן, וועלכע רייצן איף מיט זייערע פאַרדאָרבענע מעשים די יידישע באַפעלקערונג. אין 10 יאָר אָרום האָט דער בריסקער סטאַראָסטאַ אַרוסגעגעבן אַ באַפעל, אַז קיינער פון די פּריצים זאָל נישט לייען קיין געלט פּריװאַטע פּערזאָנען פון דער יידי- שער באַפעלקערונג אָן דער ידיעה פון קהל. דער דאָזיקער באַפעל אין אַרױסגעגעבן געװאָרן לויט דער ביטע פון קהל אַלײן, וועלכער אין גע" ווען פאַראַנטװאָרטלעך פאַר די באַנקראָטן פון זיינע מיטגלידער. דער לעמבערגער װאָיעװאָדאַ האָט אַרױסגעגעבן אַ באַפעל (1692), אַז אָן דער ידיעה פון די קהל"פּרנסים וועגן דער אָרענטלעכקייט פון די אַרענדאַרן זאָל מען קיינעם פון די יידן נישט אָפּגעבן אין אַרענדע די פאַרשידענע מלוכה-אָפּצאָלונגען, פּריוואַטע פּערזאָנען האָבן געקענט אָפּקױפן אָדער נעמען אין אַרענדע אומבאַוועגלעכע גיטער נאָר מיט דער דערלויבעניש פון קהל (חזקה). אָן זיין דערלויבעניש און אָן אָפּצאָלן אַ ספּעציעלן שטיי- דער קאַזאַקן-אױיפשטאַנד און פּולנס אונטערגאנג 248 ער (חזקת ישוב) האָט קיינער נישט געקענט זיך באַזעצן און צוגעשריבן ווערן צו אַ געוויסער קהילה. די גרענעצן פון דער געמיינדע-אױטאַנאָמיע פלעגן באַשטימט וערן דורך דער אָרטיקער מאַכט און נישט אומעטום זיינען זיי געווען גלייך. װי אַ מוסטער פון אַ פרייער געמײנדעקאָנסטיטוציע קאָן דינען דער אוסטאַװו, װאָס דער װאַָיעװאָדאַ פון , טשערװאָנאַ רוס" האָט אין יאָר 2 אַרויסגעגעבן דעם לעמבערגער צענטראַלן קהל. לוט דעם דאָזיקן אוסטאַװ, האָט די געמיינדע פון צייט צו צייט געוויילט אירע אָנפירער פלויט זייערע מנהגים און רעכטן" און די אַדמיניפטראַציע האָט נישט געהאַט קיין רעכט זיך אַרײנצומישן אין די װאַלן. די אויסגעוויילטע פאָר- שטייער פון קהל ווערן אנערקענט װי פולקאָמע אָנפירער און ריכטער פון זייער געמיינדש. די פּראָצעסן צווישן איין יידן און א צווייטן דאַרפן באַ- טראַכט ווערן נאָר אין בית דין, װאָס באַשטײט פון רבנים און געמיינדע- פאָרשטײיער. אויב ווידער אַ ייד האָט געװאָלט אָנגעבן אַן אַפּעלאַציע אויפן פּסק פון בית דין, אָדער אויב אַ ייד האָט געהאַט אַ פּראָצעס מיט אַ קריסט, זיינען אַזעלכע פּראָצעסן באַטראַכט געװאָרן אין געריכט פון פּאָדדװאָיעװאָדאַ, דורך אַ ספּעציעלן קיידישן ריכטער", ד"ה אַ קריסט, װאָס פאַרנעמט זיך ספּעציעל מיט יידישע ענינים. דער דאָזיקער עייךי- שער ריכטער" וװערט באַשטימט דורך דעם פּאָדיװאָיעװאָדאַ פון צװיי קאַנדידאַטן, װאָס ווערן אָנגעוויזן דורך דעם יידישן קהל. די פּראָצעסן פון דעם דאָזיקן געריכט דאַרפן פאָרקומען נאָענט פון דער שול, אין דער אָנװעזנהײט פון יידישע פאָרשטייער און דערביי דאַרף דער ,ידישער ריכטער" זיך רעכענען נישט בלויז מיט די אַלגעמײנע געזעצן, נאָר אויך מיט די יידישע דינים. דאָס געריכט האַלט אָפּ זיצונגען צוויי מאָל אַ װאָך. נאָר ביי אױיסנאַמען ווערט באַשטימט אַן עקסטרע זיצונג, אויסער אין די יידישע ימים-טובים, אויפן געריכט רופט מען אַרױס דעם באַ- שולדיקטן דורך אַ שמש. די פראַטאָקאָלן פון געריכט וערן אָפּגעהיט אין דעם ;געריכטס-שטיבל". די אַפּעלאַציעס אויף דעם אורטייל פון דעם גע" ריכט ווערן באַטראַכט דורך דעם װאִיעװאָדאַ. די װאַלן אין קהל פלעגן, וי פריער, פאָרקומען יערלעך אין חול" המועד"פּסח. דער דאָזיקער מנהג איז מיט דער צייט געװאָרן אַ געזעץ און ווען דאָס בריסקער קהל האָט איינמאָל צוליב פּערזענלעכע פניות 246 גרעץ - די יידישע געשיכטע אָפּגעלײגט די װאַלן אויף שפּעטער, איז אָנגעקומען פון ווילנער העטמאַן אַ שטרענגער פאָרוואורף דעם קהל. די װאַלן זיינען געווען צװײיפאַביקע, דורך אַ באַגרענעצטער צאָל וויילער, און קאַנדידאַטן װי קהל-פאָרשטייער זיינען געווען נאָר מענטשן מיט אַ גרויסן פאַרמעגנסיצענז, װי הויז"באַ- זיצער, גרויסע שטייער-צאָלער, אָדער מענטשן מיט אַ גײיסטיקן צענז, װי רבנים און למדנים. די אָרימע קלאַסן און עם-הארצים האָבן זייערע פאָר- שטייער אין קהל נישט געהאַט און זייערע אינטערעסן האָבן דעריבער אָפט געליטן. אין 18-טן יאָרהונדערט הערן זיך אַלץ אָפטער אָנקלאָגן פון די עפּראָסטאַקעס? אויף דעם ווילקיר פון דער קהל-פירונג און איר דעס.- פּאָטישער מאַכט. אַזױ װי די דערפער און קליינע שטעטלעך האָבן נישט געהאַט קיין אייגענע פאַרװאַלטונג, נאָר געהערט צו דער געמיינדע-פאַר- װאַלטונג פון זייער ראַיאָן, זיינען צװוישן איין קהילה און דער צווייטער אָפט פאָרגעקומען סכסוכים צוליב די דאָזיקע שטעטלעך און דערפער. יעדע קהילה האָט געװאָלט זיי צורעכענען צו זייער ראַיאָן, ווייל דורך זיי פלעגן זיך פאַרגרעסערן די הכנסות פון קהל. אַזעלכע סכסוכים פלעגן באַטראַכט װערן דורך דעם ;ועד ארבע ארצות" און ;ועד קַהלות ראשיות דליטאַ?, אויף די ,ועדים" פלעגן באַטראַכט ווערן אַלגעמײנע נאַציאָנאַלע פּראַגן און עס זיינען באַשטימט געװאָרן די באַציאונגען צו דער רעגי" רונג. ביי די ועדים פלעגן זיך געפינען ;שתדלנים", װאָס פלעגן פאָרן קיין װאַרשע אויף די זיצונגען פון סיים מיט השתדלותן וועגן פאַרשידענע יידישע רעכטן. דער פּוילישער ,ועד" פלעגט וי פריער אָפּהאַלטן זיינע זיצונגען פּעריאָדיש אין לובלין און אין אנדערע שטעט, און דער ליטוי" שער ,ועד" פלעגט זיך פאַרזאַמלען אין פאַרשידענע שטעט, װי כאָמסק, סיעלץ, מיר, סלוצק און בריסק. אין ענדע 17-טן יאָרהונדערט, ווען מען האָט געדאַרפט איײנאָרדענען די רואינירטע געזעלשאַפטלעכע אָרדענונג, האָבן די ועדים אַרױסגעויזן אַ באַזונדערע אינטענסיווט טעטיקײיט. די רעגירונג האָט שטענדיק פאַרטיײידיקט די אױטאָריטעט פון די ועדים, אין 7 דװדאָט דער ;ועד ארבע ארצות" זיך באַקלאָגט פאַרן קעניג, אַז זי קענען נישט נעמען אויף זיך די פאַראַנטװאָרטלעכקײט פאַר דער באַ שטימטער סומע שטייערן פון דער יידישער באַפעלקערונג, ווייל אַ סך יידן ווילן נישט פאָלגן די קהל-פאָרשטייערס און באַנוצן זיך מיט פּראָ- דער קאַזאַקן-אױיפשטאַנד און פּוילנס אונטערגאנג 247 טעקציעס פון דער שליאַכטע כדי זיך אויסצודרייען פון צאָלן שטייערן דער קעניג האָט געמוזט אַרױיסגעבן א שטרענגן באַפעל און סטראַשען מיט א האַרבער שטראָף די, װאָס װועלן נישט פאָלגן. דעם קהל. װאָס מער עס האָט זיך פאַרערגערט די יידישע עקאָנאָמישע לאַגע, אַלץ מער אַרבעט האָבן געהאָט די ועדים, אַלץ ענערגישער איז געװאָרן זייער טעטיקייט, זיי האָבן געדאָרפט סיי רעגולירן די אינערלעכע אָרדע- נונג צװישן יידן, סיי באַשטימען די באַציאונגען צו דער רעגירונג און די סיימען. מען קאָן נישט זאָגן, אַז די ועדים האָבן פאַרשטאַנען מיט דעם געהעריקן שטאָלץ און זעלבסטווירדע צו פאַרטײדיקן די יידישע אינטערעסן. די ועדים זיינען אויך געווען צופיל אַריסטאָקראַטיש, אַן זי זאָלן נעמען אין אַכט די אינטערעסן פון די פּראָסטע פאָלקס-מאַסן, װאָס זיינען אָפּטמאָל באַלײדיקט געװאָרן, אָבער איין גרויסן פאַרדינסט האָבן די ועדים געהאַט, װאָס זיי האָכן פעסט געהאַלטן אין זייערע הענט די אינערלעכע דיסציפּלין און אין אַזאַ צייט פון מהומות און אומגליקן נישט דערלאָזט, אַז די יידישע געזעלשאַפטלעכקײיט זאָל זיך צעפאַלן. אַ באַ- זונדערע אויפמערקזאמקייט האָבן די ועדים געלייגט אױיף די תלמוף" תורות און ישיבות, וואו עס האָכן געלערנט די אָרעמע קינדער אויפן חשבון פון די רייכע. די ועדים האָבן אַכטיק געגעבן אויף די פּראָגראַמען אין די ישיבות, געזאָרגט דערפאַר, אַז אַלע יידישע קינדער זאָלן מוון אַ געוויסש צייט לערנען און אַז די אָרעמע זאָלן געשטיצט ווערן דורך געלט און עסן, דער ,ועד ארבע ארצות" האָט איינגעאָרדנט אַ צענזור אויף די ספרים, װאָס זיינען געדרוקט געװאָרן אין פּוױלן אָדער אַריינגעפירט גע" װאָרן פון אױיסלאַנד, און די ספרים, װאָס האָבן נישט געהאַט קיין הסכמה פון ,ועד" אָדער פון אַן אָנגעזעענעם רב, האָבן נישט געטאָרט פאַר- שפּרייט ווערן. דער גייסטיקער האָריזאַנט פון דעם ;ועד" אין נישט גע" ווען גרויס און חוץ תלמוד און רבנישע ליטעראַטור איז נישט דער" לאָזט געװאָרן. : : די קהלשע אָרגאַניזאַציע האָט באַקומען אַ גרויסן קלאָפּ אין יאָר 1767, איז דעם יאָר האָט דער סיים באַשלאָסן ענדערן דעם סיסטעם פון שטיי" ערןאָפּצאָל און אנשטאָט דעם, װאָס פריער פלעגט באַשטימט ווערן יער" לעך אַן אַלגעמײנע סומע אויף דער גאַנצער יידישער באַפעלקערונג, איז איצט איינגעפירט געװאָרן, אַז יעדער נפש דאַָרף איינצאָלן באַזונדער אַ 248 גרעץ - די יירישע געשיכטע יערלעכן שטייער. כדי די שטייערן זאָלן אויפגעמאָנט ווערן ריכטיק, האָט מען באַשטימט אַן אַלגעמײנע רעוויזיע פון דער יידישער באַפעלקערונג אין דער גאַנצער מלוכה. אויף אַזאַ אופן זיינען בטל געװאָרן די אַלטע פונקציעס פון די געמיינדעס װי אַ הױפּטאָרגאַן פון אײינמאָנען און אַרײנטראָגן אין דער מלוכה-קאַסע די אַלגעמײנע סומע יידישע שטייערן און די קהל-פאָרשטייער זיינען געװאָרן פּשוטע פאַרמיטלער, װאָס זיינען געווען מחויב אין יעדער שטאָט אויפצומאָנען פון יעדן ייד דעם שטייער און דערנאָך אײינצאָלן אין דער מלוכה-קאַסע. פון דעם מאָמענט אָן האָט דאָס קהל פאַרלוירן פאַר דער רעגירונג יענע באַדײטונג, וועלכע עס האָט געהאט פריער, וען עס האָט געשפּילט די ראָלע פון אַ צענטראַלער פאַרטרעטונג, די יידישע אױטאָנאָמישע אָרגאַניזאַציע איז פאַר דער רע" גירונג שוין מער נישט געווען נוצלעך און דעריבער האָט זי אויסגעזען ביי איר אינגאַנצן איבעריק. אין דעם סיים פון 1774 איז שוין אָנגענומען געװאָרן אַ באַשלוס, אַז די אַלע יידישע סיימען און ,סיימיקעס", די אַלע ועדים און זייערע צוזאַמענפאָרן זיינען לחלוטין איבעריק און דעריבער איז באַשלאָסן געװאָרן, אַז פון איצט אָן וװערט פאַרבאָטן צונויפצורופן צוזאַמענפאָרן פון די קהל-פאָרשטײיער צוליב וועלכע עס איז צװעקן. אויף אַזאַ אופן זיינען די קהילות באַגרענעצט געװאָרן אין זייער טעטיקייט און די צענטראַלע אָרגאַנען פון דער יידישער אױטאָנאָמיע, די ועדים, זיינען אינגאַנצן בטל געװאָרן. דאָס איז געווען 8 יאָר פאַר דער ערשטער צעטיילונג פון פּױלן, ווען די פּולישע מלוכה האָט שױן כמעט אויפגעהערט זעלבסטשטענדיק צו עקזיסטירן. אין אַ צייט אָרום שפּעטער הויבט זיך אָן די גסיסה פון פּױלן,. דער גרעסטער טייל פּוױלישע פּראָװינצן גייט איבער אין אַן אַנדערע ממשלה און צװאַמען דערמיט פּאַלט אינגאַנצן די יידישע אינערלעכע אױטאָנאָמיע, יענע פעסטע אָר גאַניזאַציע, וועלכע האָט געשפּילט אַזאַ גרויסע ראָלע אין דער באַפעס- טיקונג פון דער נאַציאָנאַלער עקזיסטענץ אין אַ צייט פון שרעקלעכע אומגליקן און רדיפות. יי ענדע פון זעק ס ס|ן באַ נד צומזויזקמזג 606 16921260 86 סנמון 10806 68 1949 46 6161600076 46 28 0124 !0 "8טמזו?זק0'' 01:2116008) 1816968' 108 ,19 - 2718 46:002) 014ת4216 6216 גמסתססז. - 8סת3 836208